SMS - MMS - RCS - iMessages

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5276
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

א גוטן מועד!

לכבוד חול המועד, אין א זמן פון חג האסיףאיז דאך נישט מער ווי פאסיג צו נעמען א סוגיא און דאס צאמנעמען.

כאטשיג די נושא וועט זיין איבער טעקסט מעסעדזש, ווי אנדערע פירן זיך נישט צו שיקן אום חול המועד אלץ כתיבה, אבער ליינען קען מען דאך זיכער.

RCS


מען הערט לעצטענס אסאך די ווארט RCS ווען מען רעדט פון טעקסט מעסעדזשעס. אבער וואס מיינט דאס?! איז אלזא קומט מיט מיר און לאמיר עס ערקלערען.

פאר מען קומט אבער צי צו RCS איז וויכטיג צו רעדן וועגן SMS און MMS.

ווען טעקסט מעסעדזשעס איז צום ערשט ארויסגעקומען, נישט צו לאנג צוריק, אסאך פון אונז געדענקען עס נאך. האט עס געהייסען SMS. SMS שטייט פאר Short Message Service. וכשמו כן הוא איז דאס נאר געווען געמאכט פאר קורצע מעסעדזשעס. א SMS מעסעדזש קען נישט האבען מער פון 160 characters. אויב האט עס געהאט מער פון 160 איז עס צוטיילט געווארן אין 2. פארדעים זעט מען טאקע אסאך מאל ווי א מעסעדזש למשל א מודעה פון בית מדרש קומט אן אין 2 באזונדערע מעסעדזשעס. ווי אויך קען SMS בלויז שיקן טעקסט נישט קיין בילדער וכדומה.

שפעטער איז ארויס געקומען די נייע MMS סטאנדערט. MMS שטייט פאר Multimedia Messaging Service. וואס כשמו כן הוא האט דאס ערלויבט צו שיקן בילדער אודיא וכדומה. MMS קען האבען ביז 1600 characters.

יעצט ווער מאכט אפ אויב ס'גייט ווערען געשיקט דורך SMS אדער MMS? איז אזוי, אויב שיקט איר בלויז טעקסט אינטער 160 characters גייט עס ווערען געשיקט דורך SMS. טאמער האט עס מער ווי 160 גייט יענער באקומען 2 מעסעדזשעס. געוויסע עפפס וועלען דאס אויטאמאטיש טוישען צו MMS אויב איז עס מער ווי 160. אויב לייגסטו צו א בילד וכדומה וועט עס גלייך נתהפך ווערען צו אן MMS.

יעצט לאמיר צוקומען צו די נייע RCS.

RCS שטייט פאר Rich Communication Services. אין אידיש: א רייכע קאמיונעקאציע מיטל.

RCS איז די לעצטע און נייעסטע קאמיונעקאציע מיטל העכער די אלטע SMS און MMS מיטלען.

א חלק פון די מעלות וואס RCS קומט מיט איז ווי פאלגענד:
  • מען קען זעהן אויב יענער האלט יעצט אינמיטען עפעס טייפען צו דיר.
  • קענסט זעהן ווען יענער האט באקומען און ווען אדער אויב יענער האט עס שוין געליינט
  • מען קען שיקן הויעכע רעזעלויציע בילדער און ווידיאוס
  • emoji reaction דאס הייסט למשל די מאכסט א לייק אויף יענעמ'ס מעסעדזש
  • ס'האט נישט קיין characters לימיט
RCS ארבעט דורך די פאונ'ס דאטא אדער ווייפיי. אנדערש ווי די אלטע SMS פראטעקאל וואס האט געארבעט דורך די סעלליולער נעטווארק.

די מעלה פון RCS איז אז דאס קען מען נוצען ציווישען ענדרויד מיט עפל.

יעצט, כדי צו קענען נוצען RCS מוז מען נאכקומען די פאלגענדע תנאים.

די ערשטע זאך מוז עס דיין סערוויס פראוויידער סופארטען.

דערנאך מוז עס זיין אינעבעלד אין די סעטענגס פון די טעקסט עפפ.
דערנאך מוזען ביידע זייטען סיי דער שיקער און סיי דער באקומער האבען א סופארטעט RCS טעקסט עפפ.

איז אזוי. עפל האט ערשט צוגעלייגט דער אפציע אין iOS 18. אויב איז אייער פאון נאכנישט אפדעיט צו 18 וועט איר דאס נישט קענען נוצען.
אויב האט איר אן ענדרויד קענט איר נוצען די גוגל מעסעדזש עפפ וואס סופארט RCS.

בילד



יעצט אויב נוצט איר די גוגל מעסעדזש עפפ קענט איר גרינג זעהן די חילק אויב דער מעסעדזש איז געווארן געשיקט דורך RCS דאס הייסט ווען דער באקומער וועט אדער אויך נוצען די גוגל מעסעדזש עפפ אדער האט יענער א אייפאון iOS 18 וועט די טעקסט מעסעדזש אויסקוקען אזוי ווי די קומענדיגע ערשטע בילד ווי איר קענט זעהן די בעקראונד איז בלוי. ווי אויך קענט איר זעהן אינטען די טשעקס אז די מעסעדזש איז געליינט געווארען.


בילד


אויב אבער וועט איר שיקן א מעסעדזש פון גוגל מעסעדזשעס צו איינער וואס האט א פליפ פאון אדער אן אייפאון מיט אן iOS אינטער 18 וועט עס נישט נוצען RCS מיט אלע אירע פיטשערס. דאן וועט עס אויסקוקען מיט א ווייסע בעקראונד ווי די פאלגענדע בילד.

בילד

בילד


עפל האט שוין פון לאנג א פיטשער וואס רופט זיך iMessages.
iMessages האט כמעט די זעלבע מעלות וואס RCS האט. מען קען זעהן אויב יענער האט עס שוין געליינט, אדער אויב יענער טייפט יעצט. ווי אויך קען מען שיקן הויעכע רעזעלויציע בילדער.

נאר וואס דען, iMessages קען מען נאר נוצען פון איין עפל דיווייס צו א צווייטע עפל דיווייס. למשל ווען ביידע האבען אן iPhone. יעצט מיט די נייע RCS קען מען האבען די אלע פיטשירעס פון עפל צו ענדרויד אדער פארקערט.

עפל iMessages ארבעט אויך אויף אן iPad. דאס הייסט מען קען שיקן צו אן אנדערע עפל דיווייס מעסעדזשעס אפילו די אייפעד האט נישט קיין אייגענע סערוויס נאר איז קאנעקטעד צו ווייפיי.

RCS מוזטו יא זיין רעגעסטרירט מיט א פאון פראוויידער דאס צו קענען נוצען. כאטשיג דאס עצם שיקן גייט דורך די אינטערנעט.

פונקט ווי ביי גוגל מעסעדזשעס, איז סיי iMessages און סיי RCS א סעטינגס וואס מען קען אנצינדען אדער אויסלעשען אין די סעטענגס פון די אייפאון מעסעדזש עפפ.

אויב נוצט איר iMessages צו שיקן א מעסעדזש פון איין עפל דיווייס צו אן אנדערע, וועט דאס זיין בלוי ווי דער קומענדיגע בילד.

בילד


אויב נוצט איר נישט iMessages נאר RCS למשל איר שיקט א מעסעדזש פון אן אייפאון צו אן ענדרויד אדער אויב נוצט איר SMS אדער MMS למשל איר שיקט א מעסעדזש פון אן אייפאון מו א פליפ פאון וועט דאס זיין גרין ווי די קומענדיגע בילד.
בילד

א גוטן מועד.
אוועטאר
מקדש שביעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 28, 2023 7:00 pm

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקדש שביעי »

שכ"ח! זייער קלאר !
---
לויט ווי איך פארשטיי העט RCS אלעמאל נוצן די פאון דאטא אפילו פאר בלויז רעג. מעסעדזשעס
א חוץ אויב מ'לעשט אויס אז ס'זאל ארבעטן דורך RCS
וואס דעמאלטס העט עס נוצן SMS-MMS צו שיקן
גערעכט?
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5276
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

מקדש שביעי האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 19, 2024 11:08 pm
שכ"ח! זייער קלאר !
---
לויט ווי איך פארשטיי העט RCS אלעמאל נוצן די פאון דאטא אפילו פאר בלויז רעג. מעסעדזשעס
א חוץ אויב מ'לעשט אויס אז ס'זאל ארבעטן דורך RCS
וואס דעמאלטס העט עס נוצן SMS-MMS צו שיקן
גערעכט?
גערעכט.
סאיז אויך דא א סעטונג אז די מעסעדזש זאל אויטאמאטיש גיין דורך SMS MMS ווען RCS איז נישט אוועלעבאל.
Screenshot_20241019_231233_Messages.jpg
Screenshot_20241019_231233_Messages.jpg (315.32 KiB) געזען 643 מאל
אוועטאר
קאמיקאזי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 27, 2023 2:05 pm

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמיקאזי »

ביילייפיג ווי סאך דאטא וועט ניצן א חודש פאר א דורכשניטליכער אינגערמאן?
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5276
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

קאמיקאזי האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 19, 2024 11:16 pm
ביילייפיג ווי סאך דאטא וועט ניצן א חודש פאר א דורכשניטליכער אינגערמאן?
RCS נוצט א פראטעקאל וואס הייסט Universal Profile. דאס מאכט אז סזאל נוצען גאר ווייניג דאטא. סנוצט סאך ווייניגער דאטא ווי אלע אנדערע סאציאלע מידיע.
אוועטאר
מקדש שביעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 28, 2023 7:00 pm

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקדש שביעי »

פשוט אויסצוקלארן...
ס'נאר דא די צוויי עפפס וואס האבן די מעגליכקייט צו נוצן RCS?
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

למעשה, וואס קען עס מיר העלפן יעצט אז ווערייזאן פארמאכט די עפּפּ?
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5425
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אסאך ביהמ״ד סמס ווערט גערעכנט ווי 2 אפילו ס׳איז ווייניגער פון 160. דאס געשעהט ווען עס האט עטליכע פארמעטס אין איין סמס. למשל אידיש מיט ענגליש, ווערט עס נאך א סעגמענט. אפילו עס קומט אן אלץ איין סמס צו יעדן. אבער די ווייערלעס פראוויידער וועלן רעכענען געלט פאר 2 מעסעדשעס.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אביסל משקה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 14, 2024 3:42 pm

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל משקה »

אויב איינער האט Rcs און ער שיקט מיר א טעקסט איך האב נישט Rcs וועט ער קענען זעהן אויב איך האב עס געליינט אדער ער וועט נאר קענען זעהן אויב איך האב אויך Rcs??????????
עפל קוגל
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2016 7:59 pm

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קוגל »

אביסל משקה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 1:02 am
אויב איינער האט Rcs און ער שיקט מיר א טעקסט איך האב נישט Rcs וועט ער קענען זעהן אויב איך האב עס געליינט אדער ער וועט נאר קענען זעהן אויב איך האב אויך Rcs??????????
וועט נישט גענען זעהן
אוועטאר
אכילה
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 7:25 pm

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכילה »

זייער שיין !!!
במאמר המוסגור דעיס דארפט צו האבן שייכות מיט די מעסידזש פלאס עפאכע?
א ריקן א ברייטע

א העמיד א טייטע

🎶...דיי דיי דייעט דיי דיי דייעט אויף דייעט שוין איך פלי...🎶
אוועטאר
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

געוואלדיג, יש"כ פאר די קלארקייט! עז יוזועל
Illegitimi non carborundum
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5276
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

מקדש שביעי האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 19, 2024 11:28 pm
פשוט אויסצוקלארן...
ס'נאר דא די צוויי עפפס וואס האבן די מעגליכקייט צו נוצן RCS?
איך מיין אז סאיז דא נאך
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5276
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

מרנן ורבנן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 12:10 am
למעשה, וואס קען עס מיר העלפן יעצט אז ווערייזאן פארמאכט די עפּפּ?
אכילה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 3:42 am
זייער שיין !!!
במאמר המוסגור דעיס דארפט צו האבן שייכות מיט די מעסידזש פלאס עפאכע?
וועראייזען שפארט אפ זייער מעסעדזש פלאס עפפ. וועראייזען ראקאמענד מען זאל אריבער טוישען צו גוגל מעסעדזש עפפ. דאס איז די ערשטע עפפ וואס כהאב געשריבען אין די ארטיקעל.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5276
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 12:19 am
אסאך ביהמ״ד סמס ווערט גערעכנט ווי 2 אפילו ס׳איז ווייניגער פון 160. דאס געשעהט ווען עס האט עטליכע פארמעטס אין איין סמס. למשל אידיש מיט ענגליש, ווערט עס נאך א סעגמענט. אפילו עס קומט אן אלץ איין סמס צו יעדן. אבער די ווייערלעס פראוויידער וועלן רעכענען געלט פאר 2 מעסעדשעס.
כהאב מער געמיינט צו זאגען אז אמאל קען דער באקומער באקומען 2 מעסעדזשעס אויף די ערשטע וועט שטיין 1/2 און די צווייטע 2/2
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 12:19 am
אסאך ביהמ״ד סמס ווערט גערעכנט ווי 2 אפילו ס׳איז ווייניגער פון 160. דאס געשעהט ווען עס האט עטליכע פארמעטס אין איין סמס. למשל אידיש מיט ענגליש, ווערט עס נאך א סעגמענט. אפילו עס קומט אן אלץ איין סמס צו יעדן. אבער די ווייערלעס פראוויידער וועלן רעכענען געלט פאר 2 מעסעדשעס.
האט נישט מיט דעם אז ס'איז דא צוויי "פארמעטס" אין איין מעסעדזש, נאר וויבאלד יעדע אידישע קערעקטער איז גערעכנט ווי פיר לאטיינישע.

---
עקטשועלי, כ'ווייס נישט.

נאכן טשעקן קומט אויס אז כ'בין נישט גערעכט.
וואס יא?

א מעסעדזש וואס אנטהאלט העברעאישע בוכשטאבן (אפגעזען צו עס האט אויך ענגלישע) מעג נאר זיין זיבעציג קערעקטערס פער מעסעדזש אנשטאט 160. אבער יעדע סארט קערעקטער איז די זעלבע. אינטערעסאנט.
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: SMS - MMS - RCS - iMessages

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

תנא-קמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 4:21 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 12:19 am
אסאך ביהמ״ד סמס ווערט גערעכנט ווי 2 אפילו ס׳איז ווייניגער פון 160. דאס געשעהט ווען עס האט עטליכע פארמעטס אין איין סמס. למשל אידיש מיט ענגליש, ווערט עס נאך א סעגמענט. אפילו עס קומט אן אלץ איין סמס צו יעדן. אבער די ווייערלעס פראוויידער וועלן רעכענען געלט פאר 2 מעסעדשעס.
האט נישט מיט דעם אז ס'איז דא צוויי "פארמעטס" אין איין מעסעדזש, נאר וויבאלד יעדע אידישע קערעקטער איז גערעכנט ווי פיר לאטיינישע.

---
עקטשועלי, כ'ווייס נישט.

נאכן טשעקן קומט אויס אז כ'בין נישט גערעכט.
וואס יא?

א מעסעדזש וואס אנטהאלט העברעאישע בוכשטאבן (אפגעזען צו עס האט אויך ענגלישע) מעג נאר זיין זיבעציג קערעקטערס פער מעסעדזש אנשטאט 160. אבער יעדע סארט קערעקטער איז די זעלבע. אינטערעסאנט.
SMS ביי דיפאולט נוצט די ASCII קערקעטער סעט, וואס יעדע קערעקטער איז איין בייט.
אידיש/העברעאיש איז נישט דא אין ASCII, עס נוצט UTF-8. אין UTF-8 איז יעדע קערעקטער 2 בייטס.
_
עדיט:
SMS נוצט די GSM קערעקטער סעט וואס איז אויך איין בייט ביי דיפאולט. עס איז עטוואס אנדערש ווי ASCII.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
שרייב תגובה

צוריק צו “אימעיל און קאמיוניקאציע”