שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5276
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

ערד_עפל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 4:43 pm
@בריטיש עירוועיס וויאזוי איז אריבער דעם יו"ט?
ברוך השם געווען זייער דערהויבען!

האמיר נאכאמאל געהאט די זכי' צו ענדיגען חמשה חומשי תורה מיט רש"י כן יעזור השם להלאה.

קוקט אויס ווי דער גבאי אין מיין שול האט געליינט מיין ארטיקעל ווייל שמיני עצרת אויף דערנאכט האט ער גאמכט גאנץ גיך דער הקפות. נישט געכיפערט אבער נישט געשלעפט. ביי 9:15 בינעך געווען אינדרויסען.

ליל שמחת תורה בינעך קודם געגאנגען דאווענען מעריב מיט שנעלע הקפות ווי אויך הערן ס'ליינען. דערנאך בינעך אביסעל צוריקגעגאנגען מיט די קינדער כדי זיי זאלן האבען די געלעגענהייט צו באקומען די ממתקים מעדנים ומתנות.

שמחת תורה אינדעפרי האמיר קודם אפגעדאווענט די גאנצע מעשה ביז נאך מוסף. דערנאך האמיר אויפגעפיקט די קינדער פאר אן עליה. דערנאך זעמער געגאנגען פאר א שעה צוויי צו דער הקפות דערנאך די סעודה.

ווי אזוי איז א דורך ביי אייך?

איך הער מאנכע האבען געווארפען @ערד_עפל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3722
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

געווען אמאל א שול שמח"ת צופרי ווי מ'ענדיגט פיינעלי די הקפות, דער עולם געפינט זיך שוין אין די זיבעטע לבנה. און ש'מער ש'ווייניגער די טעמפערערי גבאי שרייט אויס הייזעריג "אתה הראתה לדעת"... מ'דארף דאך ליינען, ניין?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7315
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

zugurnish האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 3:22 pm
שנעלע הקפות?
פארוואס? פריי זיך מיט דער תורה מער און מער, יעדע רגע איז טייער און הייליג.
עלינו האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 1:50 am
איך פיל מיט די צער פון דער פותה"א און אלע וואס קענען נישט האבן קיין שמחת יו"ט און זיך פרייען מיט די תורה און דער נותן התורה.
איך בין אייך מקנא, איר טאנצט באמת ווייל איר פרייעט זיך מיט די תורה!!
וויפיל פון אונז קענען דאס זאגן מיט אן אמת אויף זיך?
מען האט אינזין צו כאפן א פלאץ, קוקן אויפן רבי'ן ווי שנעל ער לויפט, דיסקוסירן ווער האט געקויפט אתה הראת און פאר וויפיל האט זיך פארקויפט עוזר דלים... מ'מאכט פונעם טפל אן עיקר.
אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 5:04 pm
ערד_עפל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 4:43 pm
@בריטיש עירוועיס וויאזוי איז אריבער דעם יו"ט?
ברוך השם געווען זייער דערהויבען!

האמיר נאכאמאל געהאט די זכי' צו ענדיגען חמשה חומשי תורה מיט רש"י כן יעזור השם להלאה.

קוקט אויס ווי דער גבאי אין מיין שול האט געליינט מיין ארטיקעל ווייל שמיני עצרת אויף דערנאכט האט ער גאמכט גאנץ גיך דער הקפות. נישט געכיפערט אבער נישט געשלעפט. ביי 9:15 בינעך געווען אינדרויסען.

ליל שמחת תורה בינעך קודם געגאנגען דאווענען מעריב מיט שנעלע הקפות ווי אויך הערן ס'ליינען. דערנאך בינעך אביסעל צוריקגעגאנגען מיט די קינדער כדי זיי זאלן האבען די געלעגענהייט צו באקומען די ממתקים מעדנים ומתנות.

שמחת תורה אינדעפרי האמיר קודם אפגעדאווענט די גאנצע מעשה ביז נאך מוסף. דערנאך האמיר אויפגעפיקט די קינדער פאר אן עליה. דערנאך זעמער געגאנגען פאר א שעה צוויי צו דער הקפות דערנאך די סעודה.

ווי אזוי איז א דורך ביי אייך?

איך הער מאנכע האבען געווארפען @ערד_עפל
ביי אונז איז געווען פונקט קאפויער... צופארן עז קען געט...
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6827
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 5:06 pm
zugurnish האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 3:22 pm
שנעלע הקפות?
פארוואס? פריי זיך מיט דער תורה מער און מער, יעדע רגע איז טייער און הייליג.
עלינו האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 1:50 am
איך פיל מיט די צער פון דער פותה"א און אלע וואס קענען נישט האבן קיין שמחת יו"ט און זיך פרייען מיט די תורה און דער נותן התורה.
איך בין אייך מקנא, איר טאנצט באמת ווייל איר פרייעט זיך מיט די תורה!!
וויפיל פון אונז קענען דאס זאגן מיט אן אמת אויף זיך?
מען האט אינזין צו כאפן א פלאץ, קוקן אויפן רבי'ן ווי שנעל ער לויפט, דיסקוסירן ווער האט געקויפט אתה הראת און פאר וויפיל האט זיך פארקויפט עוזר דלים... מ'מאכט פונעם טפל אן עיקר.
דאס מאכן פון דער טפל אן עיקר איז אייביג א פראבלעם בפרט ווען עס טוהט זיך געראטשקעס ארום, איך מיין אבערמיט פשוט נעמען א מינוט און צולייגן קאפ וואס מען גייט יעצט טוהן און פארוואס קען מען עס מסדר זיין.

(איך בין געווען ביי קאוויד לתקפ"צ אין טאהש ווען מיטל נאכט יו"ט האט מען אונז ארויסגעווארפן פון ביהמ"ד און מען האט געדארפט טאנצן הקפות אויפן גאס, מיין חבר א חשובע בן תורה איז צוקומען צו מיר און מיר געזאגט א זוהר הק' אז ביי מתן תורה איז געווען וואס האבן נאר געזען די קולות, אנדערע די ברקים וכו' און עס זענען געווען וואס האבן געהערט די תורה, האט ער מיר געזאגט לאמיר זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די ארום, נישט טראכטן וויפיל פאליס עס זענען דא, צו זיי שרייבן יא אראפ די אמעריקאנע לייסענס פלעיטס אדער נישט, צו זיי לאזן יא גיין נעמען די קאוטס פון ביהמ"ד און וויפיל אירע טאנצן און וויפיל שרייען אויף די פאליס, קום פשוט טאנצן מיט די תורה"ק,
צו איך האב געקענט ביישטיין די נסיון איז איין זאך... אבער די קלארקייט וואס מען האט צו טוהן איז א זאך וואס איך נוץ ביז היינט)
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 5:06 pm
zugurnish האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 3:22 pm
שנעלע הקפות?
פארוואס? פריי זיך מיט דער תורה מער און מער, יעדע רגע איז טייער און הייליג.
עלינו האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 1:50 am
איך פיל מיט די צער פון דער פותה"א און אלע וואס קענען נישט האבן קיין שמחת יו"ט און זיך פרייען מיט די תורה און דער נותן התורה.
איך בין אייך מקנא, איר טאנצט באמת ווייל איר פרייעט זיך מיט די תורה!!
וויפיל פון אונז קענען דאס זאגן מיט אן אמת אויף זיך?
מען האט אינזין צו כאפן א פלאץ, קוקן אויפן רבי'ן ווי שנעל ער לויפט, דיסקוסירן ווער האט געקויפט אתה הראת און פאר וויפיל האט זיך פארקויפט עוזר דלים... מ'מאכט פונעם טפל אן עיקר.
ווער האט געקויפט וואס האט מיר קיינמאל נישט אינטרעסירט.
עס גייט מיר נישט אהן עד היום הזה.

קוקן אויפן רבי'ן ווי ער איז משמח דער קהל, דאס בפירוש יא.
דאס האט אונז אופגעהויבן און משמח געווען.

איך נעם נישט קיין קרדיט, דאס איז איינגעווארצלט פון קינדווייס און.
דער רבי האט גערעט אסאך אויף דער טייערקייט פון שמחת תורה,
און מער פון רעדן, האט געוויזן במעשה בפועל.

געהערט האבן מיר ווי נאך פאר ווערן רבי האט דער רבי שטארק געטאנצט שמחת תורה.
און אמאל האט מען געקומען עם בעטן נישט מאכן א רעש ווייל דער רבי רייצ איז נישט געזונט. האט דער רבי אויס געטאהן די שיך און ממשיך געווען טאנצן זאגנדיק שטיל שא שא.
דער רבי פלעגט אין יענע יארן פאר ווערן רבי געטאנצט שעות.
אזוי אויכט אין אנהויב פירען איז שמחת תורה געווען כל כולו קודש ,
א פארברענגען, מיט הקפות, מיט א נייע ניגון לערנען, און וידער שחרית הקפות, און ווידער א פארברענגען, און טיילן כוס של ברכה.

אויך ביז די לעצטע יארן האט די עבודת השמחה פון די טעג ממש ארומגענאומען די גאנצע צייט.

און מיט דעם האבן מיר געלעבט דאן, און האבן דאס אין אונזער ביינער היינט.
מימי האב איך נישט געגעסן א מסודרדיקע סעודת יום טוב, די לעצטע טעג חוץ פון שמיני עצרת ביי טאג.
קידוש איז אדער אויף תהלוכה וואו מען גייט משמח זיין אידן אדער אין שול ביי אונז מיט א טעימה צוו ווישען איין טאנצען און צווייטען.
און ערשט נאך די רקידות אוועזעצן פאר א שנעלע סעודה.
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6827
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

zugurnish האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:10 pm
קידוש איז אדער אויף תהלוכה וואו מען גייט משמח זיין אידן אדער אין שול ביי אונז מיט א טעימה צוו ווישען איין טאנצען און צווייטען.
ביי אונז מאכט מען קידוש ערשט נאך די הקפות פארן ליינען אזוי ווי דער קאמארנער ברענגט אז ביים רבי ר' אלימלך האט מען נישט געמעגט טרינקען קיין משקה המשכר ביז נאך די הקפות שמח"ת וזר לא יתערב בשמחתינו,
פארשטייט זיך אז אידן וואס האבן נישט קיין כח מאכן קידוש פארדעם אבער איינגעפירט איז ערשט נאך די הקפות.
אבד''ק לי והגליל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2023 7:58 am

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבד''ק לי והגליל »

איך מיין אז די משקה המשכר איז א גרויסע פאקטאר אין אלע קאשמארן דא אינעם אשכול
ווארום ביי אונז וואס דאס איז בבל יראה
זעט שמח"ת נישט אויס אזוי שרעקעדיג
יא יא די זייגער פארט אויף תולה ארץ אזוי די רבי קען
אבער די ביהמ"ד איז נישט איבערגעדרייט
התחברות
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

ליידער איז אייביג פאראן שוטים וואס טרינקען איבער די מאס.
ס׳איז ממש א סכנה גדולה מעדעציניש.
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

ר' יום טוב האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2017 5:54 pm
ב"ה.

דאס קידוש מאכן פאר די הקפות איז א בלויזע פועל יוצא פון די מנהג פון שטיין אין די ליניע עולה צו זיין שמח"ת אינדערפרי פארן (אדער אינמיטן...) דאווענען ביי א שתי-שערות בעל קורא איבערן פראוויזארישן טלית-באלעמער, אנע ששה עונים. איינמאל מען האט שוין מקיים געווען די דאזיגע "מצות היום" איז מען דאך פריי קידוש צו מאכן, און זיך איינהאנדלען א חתן בראשית...

ווי אויך איז דאס א רעזולטאט פון פראווען גאר לאנגע ענדלאזע הקפות ביז אין די גאר שפעטע נאכמיטאג שטונדן. אמאל פלעגט מען ענדיגן שפעטסטענס 3 אזייגער.עס איז אבער אן ערשיינונג פון די לעצטע פאר יאר אז יעדער שולכ'ל פראבירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט פארשידענע סארט פראגראמען, קינדער נאשערייען און מאדנע טענץ חדשים לבקרים אשר לא שערום אבותינו. מען מאכט דעם עיקר פארן טפל און דעם טפל פארן עיקר. ווייניג ווייסן אז דער עיקר מנהג הקפות איז, אז ווען מען נעמט ארויס די ספרי תורה צו קריאת התורה גייט מען ארום 7 מאל די בימה מיט טענץ און געזאנג. דאס איז דאך די פשט פון אתה הראת, עס איז נישט א ספעציעל פארפאסטער הקפה-פזמון, מען נעמט ארויס די ספרי תורה צום לייענען. (עס איז א באזונדערע שמועס וויאזוי דער מנהג איז אנגענומען אז מען טאנצט אויך ביינאכט)

און דער אמת איז, אז ס'פאראן פילע חילוקים פונעם נישט ווייטן אמאל ביז היינט אינעם גאנצן סדר התפילה פון גאנץ חודש תשרי, א זאך וואס פאדערט זיך א באזונדערן אנאליז.
@בריטיש עירוועיס , זיבן יאר צוריק האט מען שוין געווייטאגט אויף דעם...
שאול ידידיה
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

עלינו האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:17 pm
zugurnish האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:10 pm
קידוש איז אדער אויף תהלוכה וואו מען גייט משמח זיין אידן אדער אין שול ביי אונז מיט א טעימה צוו ווישען איין טאנצען און צווייטען.
ביי אונז מאכט מען קידוש ערשט נאך די הקפות פארן ליינען אזוי ווי דער קאמארנער ברענגט אז ביים רבי ר' אלימלך האט מען נישט געמעגט טרינקען קיין משקה המשכר ביז נאך די הקפות שמח"ת וזר לא יתערב בשמחתינו,
פארשטייט זיך אז אידן וואס האבן נישט קיין כח מאכן קידוש פארדעם אבער איינגעפירט איז ערשט נאך די הקפות.
גברא אגברא קרמית?
אין חב''ד האט מען דירעקט יא געטרונקן פאר די הקפות. וכן נהגו הרביים
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6827
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

שאול ידידיה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 5:12 pm
עלינו האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:17 pm
zugurnish האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:10 pm
קידוש איז אדער אויף תהלוכה וואו מען גייט משמח זיין אידן אדער אין שול ביי אונז מיט א טעימה צוו ווישען איין טאנצען און צווייטען.
ביי אונז מאכט מען קידוש ערשט נאך די הקפות פארן ליינען אזוי ווי דער קאמארנער ברענגט אז ביים רבי ר' אלימלך האט מען נישט געמעגט טרינקען קיין משקה המשכר ביז נאך די הקפות שמח"ת וזר לא יתערב בשמחתינו,
פארשטייט זיך אז אידן וואס האבן נישט קיין כח מאכן קידוש פארדעם אבער איינגעפירט איז ערשט נאך די הקפות.
גברא אגברא קרמית?
אין חב''ד האט מען דירעקט יא געטרונקן פאר די הקפות. וכן נהגו הרביים
איך האב נישט געפרעגט, איך האב סתם געזאגט אז ביי אונז איז אנדערש די מנהג.
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

שאול ידידיה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 5:12 pm
עלינו האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:17 pm
zugurnish האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:10 pm
קידוש איז אדער אויף תהלוכה וואו מען גייט משמח זיין אידן אדער אין שול ביי אונז מיט א טעימה צוו ווישען איין טאנצען און צווייטען.
ביי אונז מאכט מען קידוש ערשט נאך די הקפות פארן ליינען אזוי ווי דער קאמארנער ברענגט אז ביים רבי ר' אלימלך האט מען נישט געמעגט טרינקען קיין משקה המשכר ביז נאך די הקפות שמח"ת וזר לא יתערב בשמחתינו,
פארשטייט זיך אז אידן וואס האבן נישט קיין כח מאכן קידוש פארדעם אבער איינגעפירט איז ערשט נאך די הקפות.
גברא אגברא קרמית?
אין חב''ד האט מען דירעקט יא געטרונקן פאר די הקפות. וכן נהגו הרביים
כן נהגו הרביים?
דער רבי האט נישט געמאכט קידוש און זיכער נישט געזאגט לחיים אויף משקה שמחת תורה בייטאג פאר הקפות.
דער רבי האט געמאכט קידוש נאך סיום תפלת מוסף אין זיין היים אדער צימער נאך דער פטירה פון רבצין.
(אויך די נאכט פון שמיני עצרת ווען עס איז געווען צוויי שעה הפסקה פאר הקפות האט דער רבי געווארט ביז נאך הקפות צו מאכן קידוש פאר דער רבצין.)
שאול ידידיה
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

zugurnish האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 8:20 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 5:12 pm
עלינו האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:17 pm
zugurnish האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:10 pm
קידוש איז אדער אויף תהלוכה וואו מען גייט משמח זיין אידן אדער אין שול ביי אונז מיט א טעימה צוו ווישען איין טאנצען און צווייטען.
ביי אונז מאכט מען קידוש ערשט נאך די הקפות פארן ליינען אזוי ווי דער קאמארנער ברענגט אז ביים רבי ר' אלימלך האט מען נישט געמעגט טרינקען קיין משקה המשכר ביז נאך די הקפות שמח"ת וזר לא יתערב בשמחתינו,
פארשטייט זיך אז אידן וואס האבן נישט קיין כח מאכן קידוש פארדעם אבער איינגעפירט איז ערשט נאך די הקפות.
גברא אגברא קרמית?
אין חב''ד האט מען דירעקט יא געטרונקן פאר די הקפות. וכן נהגו הרביים
כן נהגו הרביים?
דער רבי האט נישט געמאכט קידוש און זיכער נישט געזאגט לחיים אויף משקה שמחת תורה בייטאג פאר הקפות.
דער רבי האט געמאכט קידוש נאך סיום תפלת מוסף אין זיין היים אדער צימער נאך דער פטירה פון רבצין.
(אויך די נאכט פון שמיני עצרת ווען עס איז געווען צוויי שעה הפסקה פאר הקפות האט דער רבי געווארט ביז נאך הקפות צו מאכן קידוש פאר דער רבצין.)
האט נישט דער רבי קידוש געמאכט ליל שמח''ת פאר די הקפות און געטרינקן אפאר גלעזלעך משקה?
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

שאול ידידיה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 11:19 am
zugurnish האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 8:20 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 5:12 pm
עלינו האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:17 pm
zugurnish האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:10 pm
קידוש איז אדער אויף תהלוכה וואו מען גייט משמח זיין אידן אדער אין שול ביי אונז מיט א טעימה צוו ווישען איין טאנצען און צווייטען.
ביי אונז מאכט מען קידוש ערשט נאך די הקפות פארן ליינען אזוי ווי דער קאמארנער ברענגט אז ביים רבי ר' אלימלך האט מען נישט געמעגט טרינקען קיין משקה המשכר ביז נאך די הקפות שמח"ת וזר לא יתערב בשמחתינו,
פארשטייט זיך אז אידן וואס האבן נישט קיין כח מאכן קידוש פארדעם אבער איינגעפירט איז ערשט נאך די הקפות.
גברא אגברא קרמית?
אין חב''ד האט מען דירעקט יא געטרונקן פאר די הקפות. וכן נהגו הרביים
כן נהגו הרביים?
דער רבי האט נישט געמאכט קידוש און זיכער נישט געזאגט לחיים אויף משקה שמחת תורה בייטאג פאר הקפות.
דער רבי האט געמאכט קידוש נאך סיום תפלת מוסף אין זיין היים אדער צימער נאך דער פטירה פון רבצין.
(אויך די נאכט פון שמיני עצרת ווען עס איז געווען צוויי שעה הפסקה פאר הקפות האט דער רבי געווארט ביז נאך הקפות צו מאכן קידוש פאר דער רבצין.)
האט נישט דער רבי קידוש געמאכט ליל שמח''ת פאר די הקפות און געטרינקן אפאר גלעזלעך משקה?
קידוש דער נאכט פון שמחת תורה ביים פארברענגען יא.
אפאר געלעזער משקה? וואס עפעס?

נאכאמאל
שמיני עצרת פאר הקפות האט דער רבי ביז דער פטירה פון דער רבצין אין תשמח נישט געמאכט קידוש פאר הקפות
נאך דער פטירה פון רבצין מסתמה יא

בשעת הקפות קיינמאל נישט געזאגט לחיים אויף משקה

שמחת תורה ביי טאג נישט געמאכט קידוש ביז נאך הקפות און מוסף.

דערנאכט פון שמחת תורה איז געווען א פארברענגען פאר הקפות
(ביי דעם פארברענגען האט מען נישט געטארט זיין, דער רבי האט געוואלט מען זאל גיין צו דערביי שכונות און משמח זיין און חזרן א ווארט חסידות)
האט דער רבי געמאכט קידוש (ווי אלע פארברענגען שבת) אויף וויין און געזאגט ביי דער סיום פון יעדער שיחה לחיים אויף אביסל וויין

איך געדענק קיינמאלניט אז זאל זאגן לחיים אויף גלעזער משקה נישט שמחת תורה און נישט א גאנץ יאר
איז געווען אזא זאך דער נאכט שמחת תורה אין דער פריערדיקע יארן? איך האב קיינמאל נישט געהערט אזא זאך
ירא השם
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 16, 2023 2:18 pm

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא השם »

אין עמי מאגאזין סוכות איז דא א ארטיקל א ענטפער צו איינעם וואס האט קאמפלעינט אויף שמח"ת

אפשר גאר איז עס @בריטיש עירוועיס
את האלקים אני ירא
רפרם גרינפעלד
שר האלפיים
תגובות: 2428
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

ירא השם האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 11:45 am
אין עמי מאגאזין סוכות איז דא א ארטיקל א ענטפער צו איינעם וואס האט קאמפלעינט אויף שמח"ת

אפשר גאר איז עס @בריטיש עירוועיס
שאלה צו רבי שת טויב?
ירא השם
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 16, 2023 2:18 pm

Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא השם »

רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 1:37 pm
ירא השם האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 11:45 am
אין עמי מאגאזין סוכות איז דא א ארטיקל א ענטפער צו איינעם וואס האט קאמפלעינט אויף שמח"ת

אפשר גאר איז עס @בריטיש עירוועיס
שאלה צו רבי שת טויב?
איך מיין אזוי?
את האלקים אני ירא
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”