דערמאנענדיג זיך פון די יארן וואס מ'האמיר פארברענגט אינעם דעעש'ער בית מדרש, קומט ארויף א שמייכל אויף מיין פנים מ'דערמאנט זיך די פרייליכע אטמאספער וואס האט דארט געהערשט.
קודם די רב איז דאך געווען באקאנט אלץ לב טוב און א צדיק. יעדע אורחי פורחי האט געהאט דארט אן אפענעם שטוב ווען אימער. אויך איז ער געווען א הארציגע בעל תפילה, גאר בא'טעמ'טער בעל דרשן און פארלערנער מיט א צוגעלאזענקייט און געשמאקע שפראך.
דער עולם דארט איז געווען בעיקר איינוואוינער פון די געגענט, געשמאקע אידן. ליידער זענען שוין א שיינע פאר נישט בין החיים. איך דערמאן מיך יעצט ר' שבתי גראס, ר' משה זעליג - די בעל קורא, ר' פנחס פריינד און ווער קען פארגעסן ר' עקיבא דייטש.