וואס איז Fractional CFO, און וויאזוי צי אריינגיין אין דעם?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

וואס איז Fractional CFO, און וויאזוי צי אריינגיין אין דעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

א CFO איז איינער וואס איז אחראי אויף אלע פינאנציעלע אנגעלהייטן פון א קאמפעני. אין א קליינע ביזנעס איז עס איינער וואס מיר קענען אלס בוקקיפער, אבער עס איז מער פון דעם. א CFO וועט "ניצן" די פינאנציעלע דעטע וואס דער בוקקיפער האט אריינגעלייגט, צי דרייווען פון דעם וויכטיגע פינאנציעלע באשלוסען. ווי אויך, ספעציעל ביי גרעסערע קאמפעניס וואס האבן א גאנצע אקאונטינג טיעם, וועט ער זיין אחראי אז אלעס זאל קלאפן, מאכן מער עפישענט וכו'.

אין די לעצטערע יארן איז געווארן פאפולער די מושג פון Fractional CFO. דאס איז געאייגענט פאר קאמפעניס וואס זענען נישט גענוג גרויס זיך צי ערלויבן א CFO אויף פעיראל, אבער קענען דאך ניצן אזא סערוויס. טיפיקלי וועט אזא CFO הענדלען 5-10 קאמפעניס וכדומה. און אזוי ווי יעדע סארט זאך אין א קאפאטעליסטישע מארקעט, זענען דא קאמפעניס וואס האבן א שטאב פון CFO'ס אויף פעיראל, און די קאמפעני שארט אריין די רווחים...


אני הקטן, אלץ איינער מיר יארן עקספיריענס אין אלעס ארום פינאנצן, האב איך מחליט געווען אריינצישפרינגען אין די ליין. מיין ספעשעלטי איז אין העלפן מיט למעשה'דיגע חלקים אויך, ווי סאפטוועיר אימפלעמענטעישען און outsource'ן ארבעט, זאכן וואס כ'האב אויך עקספיריענס מיט. זעה דא מיין פראפאזעל.

אשר ע"כ, וואלט איך געוואלט שואל עצה זיין מיט חברי אייוועלט אויף זייער חוות דעת. און דרך אגב לשבח פון דער פלאץ, איך וואלט געזאגט אז דא איז די גרעסטע חסד אפאראט אהנע פאנדרעיזינג... אשרי חלקכם פון די אנפירערס.

- וואס איז אייער מיינונג אויף די עצם איידיע?
- וואס איז די בעסטע מהלך צי טרעפן קליענטען? (פליז ענטפער נישט word-of-mouth..., איך ווייס אויך).
>עדס אין אויסגאבעס? וועלכע? (איך האב געקלערט פון "דער יונגערמאן). די פראבלעם איז אז די טארגעט אוידיענס זענען טיפיקלי נישט קיין עד בלעטערער...
>דירעקט אוטריטש צי ביזנעס אונערס? נעה, עס כאפט מיך שוין די קדחת... אימעיל אדער פאון קאולס?
>נאכלויפן אקאונטענטס וכדו' פאר ריפערעלס? הממ, פארוואס זאלן זיי עס טון, ספעציעל אויס עס קען אמאל interfere מיט זייער סערוויסעס. אויב איינער קען מיך, מילא.
- אויב עדס, זאל איך ארויסשטעלן מיין נאמען, אדער א קאמפעני נאמען איז גענוג? ס'איז מיר זייער נישט ניחא צי לייגן מיין נאמען, און איך בין נישט קיין פאפולערע מענטש אז די נאמען זאל כאפן.
- בנוגע א ביזנעס נאמען, דערווייל האב איך Kul-boy Business (ארגינעל געמאכט פאר אביסל אן אנדערע דירעקשן). פון איין זייט איז עס גוט: כל-בו לעניני ביזנעס, פון די אנדערע זייט פעלט די פראפעשענעל טאטש. ווי אויך קען עס פירן צי א ריספאנס: אויב ביזטו כל-בו, טוסטו מסתם גארנישט בשלימות... (אגב, איך גלייב אז מיין דאמעין kulboy.com קען זיין ווערט אסאך. מסכים?)

בתודה למפרע
לעצט פארראכטן דורך יונתן אום דינסטאג אקטאבער 29, 2024 12:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
www.finmatecfo.com
זיכט איר איינער צי נעמען charge אויף אייער בינעס פינאנצען? ווארף אן אישי.
One hour consultation free
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4163
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: וואס איז Fractional CFO, און וויאזוי צי אריינגיין אין דעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כ'וואלט געזאגט אז פרעקשינאל סערוויסעס איז כמעט אוממעגליך צו מצליח זיין אויב האט עס נישט די פערסאנאל טאטש, לפחות אין אנהויב.

דאס איז מיין עקספיריענס, לפחות.

הצלחה רבה!
א געשפעט האב איך
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: וואס איז Fractional CFO, און וויאזוי צי אריינגיין אין דעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

צוצעלייגן צום צולייגער. הגם איך וואלט מיך נישט אנגערופן אן עקספערט אבער אויב איז עפעס ווי די דארפסט יענער זאל דיר טראסטען מיט זיין וויכטיגסטע און ספעציעל וואס דיין סערוויס איז דיר, דיין עקספעריענס, און דיין נאטור. איז כדאי יא צו גיין מיט דיין נאמען דירעקט.

בנוגע עדס אין די פעיפערס מוז נישט זיין סגייט דיר עפעס ברענגן קען זיין סוועט דיר העלפן פלעין צו האבן דיין נאמען אינדערויסן אבער באמת מה טובו. די דארפסט דאך נישט מער ווי 5-10 קליענטן מאקסומים. אויב אזוי ענדערש לייג אריין יעדע ביסל עפארד צו מאכן ריסערדש אויף דיינע - לאמיר זאגן - 20 קאמפעניס מיט וועם די וואלטס געהאט די מערסטע חשק צו ארבעטן מיט, האב ארויס זייער מאדעל און סטראגעלס און טו די שווערע חלק גיי סעלסען. מעבי קום צוגעגרייט מיט א רייכע און קלארע פרערסנאלייזט פרעזענטאציע. גיי נישט סתם דורך די אנשי שלומינו.. די אפערסט א היי קוואליטי סערוויס אפער עס אויף א היי קוואליטי וועג.
מיין חלק אינעם שמועס...
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

Re: וואס איז Fractional CFO, און וויאזוי צי אריינגיין אין דעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

צולייגער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 11:32 am
כ'וואלט געזאגט אז פרעקשינאל סערוויסעס איז כמעט אוממעגליך צו מצליח זיין אויב האט עס נישט די פערסאנאל טאטש, לפחות אין אנהויב.

דאס איז מיין עקספיריענס, לפחות.

הצלחה רבה!
א דאנק פאר די עדווייז.

אודאי באקענען מיר זיך פערסענעל ביים ערשטן טעלעפאן קאל. די שאלה איז אויב ס'איז וויכטיג צי מפרסם זיין בראש כל חוצות, ווען סיי ווי זאגט נישט די נאמען גארנישט פאר כמעט קיינעם
www.finmatecfo.com
זיכט איר איינער צי נעמען charge אויף אייער בינעס פינאנצען? ווארף אן אישי.
One hour consultation free
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

Re: וואס איז Fractional CFO, און וויאזוי צי אריינגיין אין דעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

חלקי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 11:53 am
צוצעלייגן צום צולייגער. הגם איך וואלט מיך נישט אנגערופן אן עקספערט אבער אויב איז עפעס ווי די דארפסט יענער זאל דיר טראסטען מיט זיין וויכטיגסטע און ספעציעל וואס דיין סערוויס איז דיר, דיין עקספעריענס, און דיין נאטור. איז כדאי יא צו גיין מיט דיין נאמען דירעקט.

בנוגע עדס אין די פעיפערס מוז נישט זיין סגייט דיר עפעס ברענגן קען זיין סוועט דיר העלפן פלעין צו האבן דיין נאמען אינדערויסן אבער באמת מה טובו. די דארפסט דאך נישט מער ווי 5-10 קליענטן מאקסומים. אויב אזוי ענדערש לייג אריין יעדע ביסל עפארד צו מאכן ריסערדש אויף דיינע - לאמיר זאגן - 20 קאמפעניס מיט וועם די וואלטס געהאט די מערסטע חשק צו ארבעטן מיט, האב ארויס זייער מאדעל און סטראגעלס און טו די שווערע חלק גיי סעלסען. מעבי קום צוגעגרייט מיט א רייכע און קלארע פרערסנאלייזט פרעזענטאציע. גיי נישט סתם דורך די אנשי שלומינו.. די אפערסט א היי קוואליטי סערוויס אפער עס אויף א היי קוואליטי וועג.
א דאנק פאר די עדווייז!

זיך ארויפזעצן אויף 20 מענטשן און רודפ'ן ביז האלב ברעכן זיך? לענ"ד האט עס נישט קיין פשט (הגם איך ווייס איז ס'דא קאנסאלטענטס וואס עדווייזן אזוי). איך דארף דאך טרעפן דער 1 פון 20 וואס דארף עס באמת
www.finmatecfo.com
זיכט איר איינער צי נעמען charge אויף אייער בינעס פינאנצען? ווארף אן אישי.
One hour consultation free
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: וואס איז Fractional CFO, און וויאזוי צי אריינגיין אין דעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

יונתן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 12:10 pm
חלקי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 11:53 am
צוצעלייגן צום צולייגער. הגם איך וואלט מיך נישט אנגערופן אן עקספערט אבער אויב איז עפעס ווי די דארפסט יענער זאל דיר טראסטען מיט זיין וויכטיגסטע און ספעציעל וואס דיין סערוויס איז דיר, דיין עקספעריענס, און דיין נאטור. איז כדאי יא צו גיין מיט דיין נאמען דירעקט.

בנוגע עדס אין די פעיפערס מוז נישט זיין סגייט דיר עפעס ברענגן קען זיין סוועט דיר העלפן פלעין צו האבן דיין נאמען אינדערויסן אבער באמת מה טובו. די דארפסט דאך נישט מער ווי 5-10 קליענטן מאקסומים. אויב אזוי ענדערש לייג אריין יעדע ביסל עפארד צו מאכן ריסערדש אויף דיינע - לאמיר זאגן - 20 קאמפעניס מיט וועם די וואלטס געהאט די מערסטע חשק צו ארבעטן מיט, האב ארויס זייער מאדעל און סטראגעלס און טו די שווערע חלק גיי סעלסען. מעבי קום צוגעגרייט מיט א רייכע און קלארע פרערסנאלייזט פרעזענטאציע. גיי נישט סתם דורך די אנשי שלומינו.. די אפערסט א היי קוואליטי סערוויס אפער עס אויף א היי קוואליטי וועג.
א דאנק פאר די עדווייז!

זיך ארויפזעצן אויף 20 מענטשן און רודפ'ן ביז האלב ברעכן זיך? לענ"ד האט עס נישט קיין פשט (הגם איך ווייס איז ס'דא קאנסאלטענטס וואס עדווייזן אזוי). איך דארף דאך טרעפן דער 1 פון 20 וואס דארף עס באמת
די דארפסט זיך נישט זעצן און קוועטשען 20 מענטשען. די דארפסט מאכן דיין ריסעדזש וועלכע 20 די גייסט נישט דארפן קוועטשען. יא, נישט יעדער פון זיי גייט זאגן יא. אבער אויב האסטו געטון דיין האום-ווארק גוט און די גייסט נישט סתם אין די וועלט אריין וועסטו צווישען זיי בעז״ה טרעפן ביזנעס.

איך בין נישט קיין קאנסאלטענטס און נישט קיין ביזנעס עקספערט ס״ה א אינגערמאן וואס זאגט צומאל זיין מיינונג איבער זאכן ווען ער האלט אז סקען יענעם העלפן...
מיין חלק אינעם שמועס...
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: וואס איז Fractional CFO, און וויאזוי צי אריינגיין אין דעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

ס'איז דא ביי אונז אסאך עקאונטאנטס און טעקס פרעפערערס.
די ווייסען געווענליך וועמענס ביכער זענען ציפארן און ווער עס וואלט עכט בענעפיטירט פון אייער סערוויס.

אזוי אויך אויב איינעמס אייגענער טעקס פרעפערער רעקאמענד אייער סערוויס, קען עס גאנץ מעגליך זיי א גוטע סעיל.

אויב העט איר באקאנטע אין די ליין זעצט אייך אראפ מיט זיי אין זייט מסביר וואס איר טוט, און וויאזוי עס קען העלפען זייערע קליענטען.
אויב געווינט איר זייער קאנפידענס איז דאס א געווינס.

און איר קענט סקעדזואלען זיצען מיט אנדערע פיינענשיל טעקס פרעפערערס אפילו איר קענט זיי נישט. אפשר פאר א פול Hאערלי פרייז. אבער עס קען זיך לוינען.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”