וואס איז Fractional CFO, און וויאזוי צי אריינגיין אין דעם?
א CFO איז איינער וואס איז אחראי אויף אלע פינאנציעלע אנגעלהייטן פון א קאמפעני. אין א קליינע ביזנעס איז עס איינער וואס מיר קענען אלס בוקקיפער, אבער עס איז מער פון דעם. א CFO וועט "ניצן" די פינאנציעלע דעטע וואס דער בוקקיפער האט אריינגעלייגט, צי דרייווען פון דעם וויכטיגע פינאנציעלע באשלוסען. ווי אויך, ספעציעל ביי גרעסערע קאמפעניס וואס האבן א גאנצע אקאונטינג טיעם, וועט ער זיין אחראי אז אלעס זאל קלאפן, מאכן מער עפישענט וכו'.
אין די לעצטערע יארן איז געווארן פאפולער די מושג פון Fractional CFO. דאס איז געאייגענט פאר קאמפעניס וואס זענען נישט גענוג גרויס זיך צי ערלויבן א CFO אויף פעיראל, אבער קענען דאך ניצן אזא סערוויס. טיפיקלי וועט אזא CFO הענדלען 5-10 קאמפעניס וכדומה. און אזוי ווי יעדע סארט זאך אין א קאפאטעליסטישע מארקעט, זענען דא קאמפעניס וואס האבן א שטאב פון CFO'ס אויף פעיראל, און די קאמפעני שארט אריין די רווחים...
אני הקטן, אלץ איינער מיר יארן עקספיריענס אין אלעס ארום פינאנצן, האב איך מחליט געווען אריינצישפרינגען אין די ליין. מיין ספעשעלטי איז אין העלפן מיט למעשה'דיגע חלקים אויך, ווי סאפטוועיר אימפלעמענטעישען און outsource'ן ארבעט, זאכן וואס כ'האב אויך עקספיריענס מיט. זעה דא מיין פראפאזעל.
אשר ע"כ, וואלט איך געוואלט שואל עצה זיין מיט חברי אייוועלט אויף זייער חוות דעת. און דרך אגב לשבח פון דער פלאץ, איך וואלט געזאגט אז דא איז די גרעסטע חסד אפאראט אהנע פאנדרעיזינג... אשרי חלקכם פון די אנפירערס.
- וואס איז אייער מיינונג אויף די עצם איידיע?
- וואס איז די בעסטע מהלך צי טרעפן קליענטען? (פליז ענטפער נישט word-of-mouth..., איך ווייס אויך).
>עדס אין אויסגאבעס? וועלכע? (איך האב געקלערט פון "דער יונגערמאן). די פראבלעם איז אז די טארגעט אוידיענס זענען טיפיקלי נישט קיין עד בלעטערער...
>דירעקט אוטריטש צי ביזנעס אונערס? נעה, עס כאפט מיך שוין די קדחת... אימעיל אדער פאון קאולס?
>נאכלויפן אקאונטענטס וכדו' פאר ריפערעלס? הממ, פארוואס זאלן זיי עס טון, ספעציעל אויס עס קען אמאל interfere מיט זייער סערוויסעס. אויב איינער קען מיך, מילא.
- אויב עדס, זאל איך ארויסשטעלן מיין נאמען, אדער א קאמפעני נאמען איז גענוג? ס'איז מיר זייער נישט ניחא צי לייגן מיין נאמען, און איך בין נישט קיין פאפולערע מענטש אז די נאמען זאל כאפן.
- בנוגע א ביזנעס נאמען, דערווייל האב איך Kul-boy Business (ארגינעל געמאכט פאר אביסל אן אנדערע דירעקשן). פון איין זייט איז עס גוט: כל-בו לעניני ביזנעס, פון די אנדערע זייט פעלט די פראפעשענעל טאטש. ווי אויך קען עס פירן צי א ריספאנס: אויב ביזטו כל-בו, טוסטו מסתם גארנישט בשלימות... (אגב, איך גלייב אז מיין דאמעין kulboy.com קען זיין ווערט אסאך. מסכים?)
בתודה למפרע

www.finmatecfo.com
זיכט איר איינער צי נעמען charge אויף אייער בינעס פינאנצען? ווארף אן אישי.
One hour consultation free