"לבנון" - העכער און גרעסער פון טעראר
"וַהֲשִׁיבוֹתִים מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם וּמֵאַשּׁוּר אֲקַבְּצֵם וְאֶל אֶרֶץ גִּלְעָד וּלְבָנוֹן אֲבִיאֵם וְלֹא יִמָּצֵא לָהֶם"
האבן אידן אמאל געוואוינט אין לבנון?
אינעם ערשטן חלק פון דעם פראיעקט וועלן מיר פרובירן אריבערצוגיין די פסוקים פון די תורה, און אזוי אויך היסטאריע ווען אין וויפיל אידן ס'האבן געוואוינט אין לבנון, און וויפיל פון לבנון דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר כלל ישראל, און פיל מער.
דער פאלגנדער ערשטער טייל טוט אביסל דורך די הלכה'דיגע חלק פון לבנון, און באציעט זיך בעיקר צו די היסטאריע ביז סוף תקופת בית שני.
די גבולות פון פרשת מסעי – די גבולות ארץ ישראל וואס ווערן דערמאנט אין פרשת מסעי איז די גבולות אויף וואס די אריגינעלע מצוה פון כיבוש גייט ארויף. די גרעניץ ווערט דערמאנט אין פסוק אזוי: "וְזֶה-יִהְיֶה לָכֶם, גְּבוּל צָפוֹן: מִן-הַיָּם, הַגָּדֹל, תְּתָאוּ לָכֶם, הֹר הָהָר. מֵהֹר הָהָר, תְּתָאוּ לְבֹא חֲמָת; וְהָיוּ תּוֹצְאֹת הַגְּבֻל, צְדָדָה. וְיָצָא הַגְּבֻל זִפְרֹנָה, וְהָיוּ תוֹצְאֹתָיו חֲצַר עֵינָן; זֶה-יִהְיֶה לָכֶם, גְּבוּל צָפוֹן". (במדבר - מסעי).
אין חז"ל טרעפן מיר פארשידענע שיטות ווי אויף די מאפע די בערג "הר ההר" און "טורי אמנון" געפינען זיך. לויט געוויסע שיטות געפינען זיי זיך אזוי ווייט ארויף צפון ווי אין סיריע אדער אין טערקיי נעבן די אורנטוס טייך-אויסגיס, - 200 קילאמעטער צפון פון ביירוט. אנדערע דיעות ווייזן אן אז "הר ההר" געפינט זיך נעבן נחל ביתרון וואס געפינט זיך אין צפון לבנון, אין פון דארט גייט די גרעניץ צו מזרח צו "לבא חמת" אין פון חצר עינן גייט ער אראפ דרום צו די כנרת אין ירדן.
צו דערקענען דעם צפון גרעניץ פון ארץ ישראל איז פון די שווערסטע פון אלע גבולות הארץ, אין עס זענען טאקע דא גאר אסאך מחלוקת'ן אויף דעם, ווי מען האט שוין גערעדט אז עס קען זיך געפינען אין די ריזיגע שטח צווישן לבנון, סיריע, אין טערקיי.
לויט אלע דעות זענען די עולי מצרים נישט ארויף געקומען ביזן צפון גרעניץ צו די גאנצע געגנט וואס די אויבערשטער האט זיי צוגעזאגט אין פרשת מסעי, נאר זיי זענען אנגעקומען מאקסימום ביז די הייעך פון צידון\בעל גד, געוויסע ווילן זאגן אז דאס איז די בעלבאק ראיאן וואס געפינט זיך אין די טאל פון לבנון (מער וועגן דעם אין די קומענדיגע חלקים) נאר שפעטער אין די צייטן פון שלמה המלך איז כלל ישראל אנגעקומען ביז די גרעניץ פון פרשת מסעי וואס דאס איז "לבוא חמת".
אין די מלחמה מיט די מלכי צפון וואס ווערט דערמאנט אין ספר יהושע, (י"א) שטייט אז יהושע בון נון האט איינגענומען דאס לאנד, פון די בערגיגע געגנט וואס גייט ארויף קיין שעיר, ביז בעל גד וואס איז אין די לבנון טאל, אין צום סוף זאגט די פסוק די איבריגע געגנטער וואס ער האט נישט איינגענומען ווי עס שטייט "וְהָאָרֶץ הַגִּבְלִי, וְכָל-הַלְּבָנוֹן מִזְרַח הַשֶּׁמֶשׁ, מִבַּעַל גָּד, תַּחַת הַר-חֶרְמוֹן--עַד, לְבוֹא חֲמָת. כָּל-יֹשְׁבֵי הָהָר מִן-הַלְּבָנוֹן עַד-מִשְׂרְפֹת מַיִם, כָּל-צִידֹנִים--אָנֹכִי אוֹרִישֵׁם, מִפְּנֵי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל", זעהט מען דא אז יהושע האט נאר איינגענומען ביז די געגנט פון בעל גד אין די טאל, אין די געגנט פון משרפות מים אין די בערג, אין ביי די וואסער ברעג איז דא גאר אסאך שטעט וואס ער האט נישט מצליח געווען איינצונעמען ווי: עכו, צידון, אכזיב, אין נאך.
נחלת אשר– נחלת שבט אשר געפינט זיך אויף צפון פון די שטח נעבן די ים התיכון. צוווישן די שטעט פון נחלת אשר זענען: אפק, עכו, אכזיב, צור, און צידון, די לעצטע צוויי זענען היינט גרויסע שטעט אין לבנון, אין ספר שופטים שטייט אז אשר האט נישט מצליח געווען איינצונעמען רוב פון די שטעט אין צוליב דעם: "וישב האשרי בקרב הכנעני יושבי הארץ כי לא הורישו"- זענען די אשורים געבליבן אפזיצן אין זיין נחלה,
די העכסטע שטאט צפון אין די חלק פון אשר איז די שטאט צידון.
נחלת נפתלי– שבט נפתלי האט באקומען די חלק צפון-מזרח פון ארץ ישראל וואס דאס איז פון נחל יששכר (גיסט זיך אריין אין די ירדן דרום פון די מושב בית יוסף) אריינרעכענעדיג טבריה מיט די כנרת, עמק החולה, אין לכאורה די גאנצע שטח ביז די צפון גרעניץ פון "ארץ ישראל", אבער מיט דעם אלעם זעהט מען אז די שטעט וואס ווערט דערמאנט אלס שטעט פון שבט נפתלי זענען יא היינט אין די שטח פון מדינת ישראל, דאס הייסט אז די צפון גרעניץ שורה פון שבט נפתלי וואס ווערט דערמאנט אין ספר יהושע געפינט זיך אזוי ווייט ווי 50 ק"מ נידריגער דרום ווי די צידון שורה אין לבנון, דאס איז די שטאט קדש וואס ווערט דערמאנט אלס די העכסטע שורה פון שטעט וואס נפתלי האט באקומען.
אין ספר שופטים שטייט אז נפתלי האט נישט איינגענומען בית שמש (צפון, נישט די בית שמש נעבן ירושלים) און בית ענת.
אויב אזוי צו וועם גייט די איבריגע חלק אין צפון ארץ ישראל?
נחלת נפתלי איז מן הסתם די מערסטע צפון וואס עס איז פארהאן, אויב אזוי פארוואס איז זיין העכסטע שטאט אזוי ווייט דרום פון די שטח פון פרשת מסעי? אין פארוואס איז נישט אריינגערעכנט אין זיין שטח די געגנטער פון די לבנון טאל אין די לבנון בערג?
נאך איז אינטרעסאנט איז אז מען זעט אין ספר שופטים די שטאט "ליש" אלץ כמעט אינדערויסן פון ארץ ישראל, און די שטאט "ליש" געפינט זיך אין די אצבע הגליל געגנט אין ארץ ישראל וואס וואלט געדארפט גייט פאר שבט דן, זעהט מען נאכאמאל אז דאס איז נישט צו ווייט ארויף צפון.
סולמה של צור– שטייט אין מדרש בראשית רבה, אמר ר' לוי: בשעת אברהם אבינו איז געגאנגען אין "ארם נהרים" אין "ארם נחור", האט ער זיי געזען זויפן אין עסן, האט ער געזאגט הלוואי איך זאל נישט האבן א חלק אין דעם לאנד, משא"כ ווען ער איז אנגעקומען צו די געגנט פון צור האט ער געזען די מענטשן פלאנצן אין פירן זיך אויף נארמאל און גוט האט ער געבעטן דעם אויבערשטער הלואי יהא חלקי בארץ הזאת. האט הקב"ה אים גענטפערט לזרעך אתן את הארץ הזאת.
סיריע- דוד המלך האט געפירט שווערע מלחמות קעגן די קעניגן פון ארם אין ער האט איינגענומען זייער לאנד, דאס רעכנט אריין די געגנטער פון ארם נהרים (צווישן נחל פרס אין די חידקל) ארם צובא (אין די חאלב געגנט אין סוריא) און ארם דמשק (דרום מערב סוריא), חז"ל זענען מסביר אז סיריע וואס דוד האט איינגענומען האט א דין פון כיבוש יחיד, לפי רש"י וויבאלד ער האט דאס איינגענומען פאר זיך פריוואט, און לויט די רמב"ם צוליב וואס ער האט דאס איינגענומען בעפאר מען האט איינגענומען די גאנצע צוגעזאגטע ארץ ישראל, איז לויט די רמב"ם קוקט אויס אז ארם איז נישט חלק פון די לאנד וואס די אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר כלל ישראל אין פרשת מסעי?
די פינקים- דאס זענען מענטשן וואס האבן געוואוינט אין די שטעט ביי די ברעג ים פון לבנון וואס זענען געווען באוואוינט דורך די כנענים די יורדי הים, כלל ישראל האט נישט גע'ירש'נט די צידונים\פינקים, אין און די צייטן פון דוד און שלמה האט זיך כלל ישראל געלעבט גאר גוט מיט זיי, אבער שפעטער האבן זיי ליידער געהאט א שלעכטע השפעה פון עבודה זרה אויף כלל ישראל, אזוי ווייט אז די מרשעת איזבל די ווייב פון אחאב איז געווען א טאכטער פון אתבעל די קעניג פון די פינקים. אין די צייטן פון אחאב האבן זיי איינגענומען ריזיגע שטחים ביי די ים ברעגעס פון די ים התיכון (Mediterranean Sea) אויפשטעלנדיג דאס שטאט קרתגו אין טוניסיע ווי זיי האבן זיך שפעטער אויפגעשטעלט צו א וועלט'ס אימפעריע.
צור אין צידון- די נביאים האבן שוין געזאגט נביאות אויף די ממלכה פון צור אין צידון וואס זענען אויך געווען נאנטע פריינט פון מלכות דוד ושלמה, אבער שפעטער זענען זיי ליידער געווען א מקור פון עבודה זרה, ווי די נביא ישעיה זאגט שוין אויף צור אין (פרק כ"ג) אין יחזקאל ווידמעט 3 פרקים (כ"ו-כ"ח) ווי יחזקאל הנביא זאגט "בֶּן אָדָם יַעַן אֲשֶׁר אָמְרָה צֹּר עַל יְרוּשָׁלַ͏ִם הֶאָח נִשְׁבְּרָה דַּלְתוֹת הָעַמִּים נָסֵבָּה אֵלָי אִמָּלְאָה הָחֳרָבָה". זעט מען אויף דעם און חז"ל ווי ער שטעלט אוועק צור ווי א קעגנזייטיגע מאכט פון ירושלים, אין ער זאגט אז לעתיד לבוא וועט שוין נישט זיין צור אין צידון אלס דארן אין אויג "וְלֹא יִהְיֶה עוֹד לְבֵית יִשְׂרָאֵל סִלּוֹן מַמְאִיר וְקוֹץ מַכְאִב" נאר די אויבערשטער וועט דאס אויסלייזן אין גיבן פאר כלל ישראל "והיה סחרה ואתננה קודש לה'".
ירעבם דער צווייטער- דער צווייטער קעניג ירעבם האט אויסגעשפרייט די גבולות פון ארץ ישראל אויף א פארנעם ווי עס איז קיינמאל נישט געווען "מלבוא חמת ועד ים הערבה" אין ווי אויך האט ער צוריק געקערט "השיב את דמשק ואת חמת ליהודה בישראל".
די כיבוש פון אשור- תגלת פלאסר די קעניג פון אשור אין די צייטן פון פקח בן רמליהו וואס האט פארטריבן די אידן פון די ערי הגלעד גליל אין ארץ נפתלי קיין אשור. די קעניגן פון אשור האבן איינגענומען די געגנטער אין די קעניגן פון צור אין צידון האבן אים געדארפט צאלן שטייער, פון דעמאלטס זענען די געגנטער געווארן איינגענומען אפאר מאל צווישן זיי דורך די קעניגן פון אשור, די קעניגן פון מצרים, די קעניגן פון בבל אין פרס, די יוונים אין דערנאך די רומישע אין פון דארט די אראבער (צאלח-א-דין), די קרייץ ציגלער, אין די טערקישע אימפעריע.
צייטן פון בית שני- איז געווען גאר אסאך אידישע ישובים אין די גליל העליון א חלק פון זיי אין די תחום וואס די עולי בבל האבן איינגענומען, און א חלק אין די געגנטער ווי די אידן וואס זענען ארויף געקומען מיט עזרא אין נחמיה האבן זיך באזעצט, און א חלק מער צפון זייט אין די שטח וואס די עולי מצרים האבן געדארפט באקומען.
די גבול עולי מצרים- די משנה אין מסכת שביעית רעכנט אויס 3 לענדער ביי שמיטה "וכל שהחזיקו עולי מצרים מכזיב ועד הנהר ועד אמנה, נאכל ולא נעבד, די פשוטע הסבר איז אז כזיב איז די גבול עולי בבל אין די חלק ארץ ישראל וואס איז דעמאלטס נתקדש געווארן, אין די אנדער חלקים זענען וואס וואלט געדארפט גיין פאר כלל ישראל ביי די עולי מצרים. עס זענען דא אפאר דיעות פון וועלעכע נהר די משנה רעדט, געוויסע (פארשער) ווילן זאגן אז דאס איז די ליטאני טייך, אנדערע ווילן זאגן איז דאס איז די נהר פרס.
די גבול עולי בבל- לויט די פריער דערמאנטע משנה איז כזיב די צפון גבול פון די עולי בבל אויף מערב זייט, אין תוספתא (שביעית) ווערט געברענגט די "ברייתא דתחומין" ווי עס ווערט אראפגעברענגט און אפאר גירסאות צווישן זיי און ספרי אין און ירושלמי, ענהאלטנדיג ליסטעס פון שטעט וואס האבן א חיוב מעשרות, אין די ברייתא רעכנט אריין שטעט וואס ווערן היינט אנגענומען ווי שטעט וואס זענען אין די געגנטער פון צור סולמה, פון צור ביזן שטעטל ראס ביאדה, וואס איז אביסל מער צפון פון ראש הנקרה, ווי אויך ווערן חלקים פון די שטעט אנגענומען ווי שטעט אין דרום לבנון, די ברייתא דתחומין איז אויך געווארן אפגעפינען אויף די "כתובות רחוב".
כתובת רחוב- דאס איז א שטיקל פפירוס וואס איז אפגעפינען אין די תל רחוב געגנט (נישט ווייט פון בית שאן) פון איבער 1200 יאר צוריק אין עס טוט דורך די תחום עולי בבל וואס האט א חיוב פון די מצוות התליות בארץ, און ער רעכנט אריין שטעט וואס זענען אין די געגנט פון צור זעט מען אז אידן האבן דעמאלטס געוואוינט אין די געגנט פון צור, לבנון.
אין די קומענדיגע טייל וועלן מיר פרובירן צו ארומרעדן איבער די היסטאריע פון אידן אין לבנון פון די חורבן בית שני ביזן היינטיגן טאג בס"ד.
אויב האסטו הנאה פון די ארטיקל ביטע גיב א לייק,
אויב האסטו אן אינטרעסאנטע הערה ביטע האלט זיך נישט אפ פון קאמענטירן
און צום לעצט: ביטע האלטן "אלע" קאמענטירן וואס קענען האבן שייכות צו ציונות אדער קנאות אין די דעזיגנירטע אשכולות.
דאס איז חלק 1\6
א גרויסן יישר כח @חוט של חסד פאר די געטרייע הילף.