מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8615
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

אנהייבן מוז איך מיטן זאגן אז קיינע גרויסע חידושים וועלן ענק נישט טרעפן דא... נאר ענדערש אסאך בויך וויי און פינגער קלאפעריי אין די וועלט אריין... ס'האט גענומען גאנץ לאנג צו שרייבן, אבער דא איז עס - נישט בשלימות. וואס הייסט נישט בשלימות? איז אזוי, נאכן איינזען ווי גרויס דער ארטיקל וועט צום סוף זיין, האב איך אפגעמאכט אז היות ס'איז שוין סיי ווי אזוי לאנג, זאל שוין אלעס זיין געקאווערט, אבער ווען די שרייבן פלוס האט זיך פאר סאם ריזן אפגעשטעלט און כ'האב נישט געהאט קיין סאך נערוון ווייטער צו שרייבן און ענדיגן, האב איך אפגעמאכט אז לאמיך כאטש ענדיגן ס'זאל קענען ארויסגיין, און שוין. ממילא וויל איך ענק זאגן אז דריי עיקר זאכן וואס כ'האב געוואלט באשרייבן האב איך אויסגעלאזט, פראפס, ניגונים און סאונד. יא, ס'איז א שאד, אבער זאל כאטש זיין וואס ס'איז יא דא.

אה, נאך איין זאך בעפאר איך פארגעס... אין רעזולטאט פון די נערוון מאנגל ביי מיר, האב איך נישט איבערגעקוקט די ארטיקל פארן שיקן, פאר טעותים וכדומה, סאו ווער נישט אנגעצויגן ווען דו טרעפסט א ים מיט טעותים. הצלחה אויף דער רייזע...

איבערן שטעטל

סתם אנצוהייבן מיט עפעס וואס האט צו טון מיטן נאמען "איבערן שטעטל", איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז קעגן אנדערע שפילן האט דא די נאמען גאר ווינציג טאקע געהאט צו טון מיט די מעשה. די איינציגסטע חלק וואס האט אפשר געהאט צו טון דערמיט, איז די טריפה סקאנדאל אויף ש'מיילעך, וואס די פראבלעם האט געהערשט 'איבערן שטעטל', אבער חוץ פון דעם איז די נאמען מער ווייניגער סתם געווען געווארפן אין די וועלט אריין.

וואס-א-חילוק, לאמיר נישט אויפהאלטן מיט שטותים, סיי ווי איז נישט דאס וואס מאכט די שפיל יא אדער נישט גוט.

גייסט צום 'איבערן'?

פון ווען טיקעטס האבן זיך אנגעהויבן פארקויפן האב איך געטראכט. יא גיין, נישט גיין, אהין און צוריק. איך בין א מענטש וואס גלייכט שפילן וכדומה, אבער כ'בין נישט געווען זיכער אז כ'בין אינטערעסירט צו זיצן עטליכע שעה ביי אן 'איבערן' שפיל… אונטערן איז איין זאך, עקיבא איז פיין געווען, עפיק מאכט אויך פיינע שפילן, אבער די איבערן ברענד האט זיך איינגעקויפט א נאמען אלס שוואכע סחורה. ס'נישט קיין סוד, ס'איז די מציאות. און דאס איז געווען די סיבה פארוואס די אונטערן טיעם האט גאר שווער געארבעט אין די וואכן בעפארן שפיל, זיכער צו מאכן אז זייער מעסעדזש קומט אן צו יעדן איינעם: איבערן שטעטל גייט זיין בעסער ווי די פאריגע איבערן שפילן. ניין, די פונקטליכע ווערטער האבן זיי פארשטייט זיך נישט גענוצט, אבער יעדער האט פארשטאנען וואס זיי ווילן ארויסברענגען. און טאקע דערפאר האב איך זיך גע'ישוב'ט אהין און צוריק אן אויפהער, נישט קענענדיג מחליט זיין אויב ס'איז ווערד די צייט.

משפחה און חברים זענען אויך נייגעריג געווען און האבן כסדר געפרעגט "גייסט צום 'איבערן'?", דרוקנדיג דוקא אויפן ווארט 'איבערן', ווילדיג הערן מיין החלטה איבערן אפצווייג פונעם אונטערן חבריא. אין אנהייב האב איך געמאכט א חשבון אז אויב וועט די שפיל זיין עוועילעבל צו סטריעמען אינדערהיים, וועל איך אזוי טון, און אויב נישט וועל איך בלייבן אינדערהיים און פארטיג, אבער ווען יו"ט איז געקומען נענטער און נענטער, איז עפעס פלוצלינג אריין אין מיר און איך האב אפגעמאכט אז כ'גיי.

מארקעטינג ארבעט. זייער מאכטפולע מעסעדזש איז אנגעקומען וואו זיי האבן געוואלט. ס'האט דערגרייכט ביז צו מיר אין מח. כ'האב אפגעמאכט אז ס'וועט ווארשיינליך טאקע זיין בעסער ווי אבי א איבערן, זיי וואלטן דאך נישט אזוי געפאמפט דעם שפיל געבויט אויף הוילע שקרים, ממילא ציפ איך אראפ פון מיין צייט און כ'גיי. כ'האב יא פארשטאנען אז קיין אונטערן קוואליטעט וועט דארט נישט זיין צום געפינען, דאך האב איך געמאכט א החלטה און פארשאפט א טיקעט.

איבערן, מיר זענען דא!

ס'איז חול המועד, מ'לאזט זיך ארויס אין וועג פון שטאט צום נוארק סימפאני זאל אין נוארק, ניו דזשערזי, מיטצוהאלטן איבערן שטעטל.

אנקומענדיג אין געגנט פונעם זאל האט זיך גלייך דערקענט אז מיר געפינען זיך אין א עקלדיגע נידריגע גענגט פול מיט צעווילדעוועטע היימלאזע פארוואגלטע פארשוינען, בעיקר פון איין קאליר… די חברה זענען געלעגן אין די גאסן, בקיצור, פוי. אבער אנקומענדיג נענטער און נענטער האט זיך אנגעהויבן אנזען דא א איד, דארט א איד, דא א טלית קטן, דארט א בעקיטשע. א היימישע מצב.

אריין אין זאל בין איך פונקטליך זיבן אזייגער, און קיין לאנגע רייעס איז נישט געווען. מ'האט געסקענט מיין בילעט, און כ'האב פאר סאם ריזען זוכה געווען צו באקומען א ברעיסלעט, וועלכע זיי האבן ניטאמאל געהאט צייט ארויפצולייגן אויף די האנט, געגעבן און געגאנגען. כ'האב דעם ברעיסלעט נישט גענוצט קיין איין מאל. ס'ליגט נאך לכאורה אין מיין טיש בעקיטשע.

אויפן וועג אריין אין זאל האב איך באמערקט די אונטערן פלאקאטן אויף די ווענט, און פאר ווער ס'נייגעריג, אונטערן זוכט נישט סתם אנצוהענגען די ווענט. צען פוינטס פאר די אונטערן חבריא פארן נעמען די צייט צו באדעקן די עדווערטייזמענטס וועלכע זענען לכאורה געהאנגען דארט. זייער א חשוב'ע ארויפגעקוקטע זאך.

כ'האב זיך באקוועם געמאכט אויפן זיץ ממש ווען די סצענע האט זיך געעפנט, אבער די זאל איז נאכנישט געווען מסודר, צוליב וואס טייל באסעס זענען אנגעקומען ממש צום שפיל [כ'האב געזען ווי מאסן אידן שטראמען אראפ פון די באסעס אריין אינעם זאל די זעלבע צייט וואס איך בין אנגעקומען] און א גרויסע עולם האט זיך נאך געהאלטן אינמיטן מסדר זיין מיטן טרעפן די זיצן און זיך מסדר זיין. אבער היות ביי די אונטערן חבריא איז נישטא אזא זאך ווי פעניען אפילו א איבריגע רגע, האט מען זיבענע אויפן האר אנגעהויבן די אינטראדאקשן (וועלכע איך האב מער ווייניגער פארפאסט).

די שפיל ביכל איז נישט געלייגט געווארן אויף יעדע פלאץ, חוץ אויב איינער האט וויכטיג געדארפט נאך אפאר און אפגע'גנב'עט פון מיין גאנצע שורה און פון די שורה פארדעם און נאכדעם. בלית ברירה בין איך געגאנגען גלות ליידן ביז איך האב אפגעפינען א גאנצן ביכל ערגעצוואו אויף די ערד, עלנד. איי ווילסטו וויסן וויאזוי איך האב בכלל געוואוסט אז ס'דא א ביכל?... פשוט, כ'האב געזען מענטשן אריינקוקן דערין און ס'האט זיך מיר פארשמעקט אויך א בליק צו כאפן און זען וואספארא גליקן מ'פארקויפט דארט.

קריטיק אויפן ביכל האב איך גענוג, אבער כ'וועל זיך צוריקהאלטן ווייל איך ווייס אז ביי יעדע שפיל האט די ביכל א ים מיט טעותים און דורכפעלער, צוליב וואס דאס גייט צום דרוק זייער נאנט צום שפיל און ס'ממש נישטא קיין צייט זיך געהעריג אפצוגעבן דערמיט, און א חלק פון די בילדער אינעם ביכל זאגן עדות דערויף - בילדער וועלכע זענען ווארשיינליך געכאפט געווארן די וואך פון יום טוב. פארוואס טאקע? גוטע קשיא… שוין צייט צו טוישן און פארטיילן א געהעריגן ביכל מיט 'אלע' ניגונים, זערא טעותים, וכו'.

עניוועי, צום שפיל.

ערשטע סצענע - אין טורמע

אנהייב סצענע איז מיר נישט בייגעפאלן אז מ'רעדט דא פון א טורמע, ס'געווען א טיש דארט, צוויי מענטשן זיצן, נארמאל. ס'האט טאקע נישט געמאכט קיין סענס אז זיי טראגן מאדנע קליידער און אז ס'דא א וואך-טורעם אינמיטן, אבער קיין צוים, קיין ארומשפאצירנדע וועכטער, ס'האט אויסגעזען אנהייב אביסל מאדנע. נאך עטליכע מינוט איז קלאר געווארן אז מיר זענען דא אין טורמע און צעביסלעך האבן זאכן אנגעהויבן מאכן סענס.

פארוואס ש'מיילעך איז געווען אין טורמע האט קיינער נישט פארשטאנען, און זיכער נישט פארוואס ער האט נישט וואו אהיימצוגיין. אזויפיל האבן מיר פארשטאנען, אז מ'האט אנגעהויבן טיף אינמיטן א מעשה. די בערג פון קשיות האבן זיך געהאלטן אין איין פארמערן, זיינע רפואות, זיין העפט און נאכמער פארוואס מ'באפרייט אים פון איין מינוט צום צווייטן ווען ער איז געווען אזוי זיכער א מינוט פריער אז ער גייט נישט אין ערגעץ.

יעקב יוסף לאנגסאם האט געעקט עפעס נישט נארמאל מאסיוו, גוט אריינגעשטומט אינעם כאראקטער, גאר גוט געשפילט א פארוואגלע רחמנות וועלכע האט נישט אינערגעץ אין די וועלט וואו צו ווענדן זיינע טריט. יואל הערש פוקס האט אויך געעקט גאר גאר גוט - ווי ערווארטעט פון יואל הערש, מיט זיין צינישע סארקאזם, רשעות'דיגע לצנות, אראפגעלייגט א עכט גוטע ארבעט. אהרם אלי' פריעדמאן איז אויך זייער גוט געווען, כאטש ער וואלט רואיגערהייט געקענט באזיצן א היפש גרעסערן פארט אינעם שפיל. אבא ווינקלער האט געווינקלערט ווי ס'ברויך צו זיין, אויך זייער א קליינע פארט געהאט, אבער גוט אראפגעלייגט וואס ער האט געדארפט אראפלייגן. זלמן לייב אייזנבערגער און משה מאלח האבן אויך גוט געשפילט זייער טייל אין תפיסה.

צווייטע סצענע - אין אידישן קווארטל

די ערשטע בליק אויפן סצענע האט ארויסגעגעבן אז מיר געפינען זיך אין א רואיגע אידישע געגנט ערגעצוואו, קינדער שפילן רואיג, די צוויי הייזער ביי די צוויי זייטן, אלעס קלאפט פיין. אלע אנוועזנדע הערצער האבן מיטגעבאכעט מיט ש'מיילעך ווען ער איז אנגעקומען אהין און אנגעהויבן באטראכטן זיין הויז, די באכערייען זענען נאר שטערקער געווארן מיט יעדע טריט ווייטער ארויף די טרעפ צו זיין הויז... ער קושט די מזוזה... און... גייט צוריק אראפ די טרעפ...

ביים זען זיינע קינדער אנטלויפן פון אים איז געווען עקסטער שווער אראפצושלינגען, קיינער האט נאכאלץ נישט פארשטאנען פארוואס קיינער וויל נישט שטיין נעבן ש'מיילעך, אבער אזויפיל ווייסן מיר שוין, אז אפילו זיינע קינדער שטייען ווייט פון אים. די נייגער איז געשטיגן נאכדעם וואס משולם איסר האט ארויסגעטראסקעט ש'מיילעך פונעם געגנט מיט קללות נמרצות, און דערנאך נאכמער ווען ער האט אנגעסטראשעט ש'מיילעכ'ס קינדער מיטן ערגסטן און אויפגעהאנגען א גרויסע פלאקאט אויף זייער היים...

פיני מסרנו האט אראפגעשפילט גאנץ א פיינע עקט, זיכער בעסער ווי ביי אונטערן קריג, האפנטליך ביים קומענגידן שפיל וועט ער זיין נאך בעסער. די אינגל האט אויך גאנץ גוט געשפילט, נישט עפעס אויסערגעווענליך, אבער אויך נישט אוועקצומאכן. יוסף שמואל פרענקל, כ'האב פאר דיר נישט קיין ווערטער. עפעס אזא מין שלעכטע געמיינע אנגעצויגענע זיידע, מאמאמיא. כ'האב נאך קיינמאל אזא פארט אין א פלעי נישט געזען - איינער זאל שפילן אז רשע אבער אן ארויפגעקוקטן איד, שרעקעדיגע רשעות געווען. חיים הערש גלאנצער האט זיך אנגערוקט, אקעי.

לייבי צווישן די סצענעס

אפשר איז דא די גוטע פלאץ צו רעדן דערפון... ממש א שאד אז כ'האב געליינט דא אויף אייוועלט בערך די פונדאמענטן פון די מעשה, ממילא האב איך פארשטאנען וואס און פארוואס מ'זעט לייבי ווילדעווען צווישן יעדע סצענע אונעם נעקסטן, אבער פאר די פולע אודיענץ איז עס געווען עפעס געוואלדיג... רוקן די קאפ פון איין זייט זאל צום צווייטן און דערנאך צום סטעידזש, אזוי עטליכע מאל דורכאויסן שפיל, די עולם האט נישט געוואוסט וואס ס'גייט פאר, פארוואס מ'זעט קוים לייבי אויפן עקטן אנהייב שפיל, די גאנצע זאך איז געווען א מאדנע מיסטעריע.

לייבי האט געעקט ווי נאר לייבי קען, ווי איינער וואס עקט יעדן טאג פון זיין לעבן (אפשר טאקע...), ער האט ממש אריינגעשלעפט די צוקוקער אויף א נישט נארמאלע פארנעם. אויך שפעטער אינעם שפיל ווען ער האט יא געהעריג געעקט, אראפגעלייגט אן עקט וואס מ'האט שוין לאנג נישט געזען. די רשעות און אכזריות קאמבינירט מיט די הארציגע וויינעדיגע געפילן, עפעס וואס קיינער וועלט נישט געקענט אראפלייגן אזויווי לייבי האט.

דריטע סצענע - אין יאטקע

דער רחמנות וואנדערט ווייטער, און מיר ווייסן נאכאלץ נישט וואס אזאנס דא קומט פאר. א פיצי דראמאטיש ווען ער האט זיך אריינגעבראכן אין זיין אייגן געשעפט אינמיטן נאכט און זיך געלייגט שלאפן אויף די ערד. מ'זוכט אים, וועלווי באהאלט אים, כ'בין קלאר געווען נערוועז אז מ'גייט אים טרעפן... ענדליך פאריבער, אבער פון דארט אויך פארטריבן. אבער ענדליך גייט מען דא צוריקדרייען די זייער מיט זעקס יאר און פארציילן פאר די צוקוקער (און פאר וועלווי) וואס ס'האט מיט ש'מיילעך פאסירט.

כ'האב הנאה געהאט פון די דיטעילס אין דעם סצענע, ווי דאס צודעקן ש'מיילעכ'ס נאמען ביים נאמען פון געשעפט, די וואגן, די פליישן, די מעדעצינען, פלאקאטן, אלע איינצלהייטן האבן זייער גוט געשטימט.

משה אליעזר פרענקל האט זייער גוט אראפגעלייגט זיין פארט, גאר גוט, זייער גוט צוגעפאסט דער אקטיאר מיטן כאראקטער. וועלווי פעלדמאן האט אויך מאסיוו געעקט, פונקט ווי לאנגסאם איז עס די ערשטע מאל וואס ער האט א נארמאלן עקט אויף א שפיל, אבער צו קיינעמ'ס וואונדער האט ער דעליווערט א עכטע גוטע ארבעט, ממש ארויס פון דער וועלט. די מיטגעפיל, די אויבער-חכם'שאפט, די שלימזלנות, אלעס. געוואלדיג.

פערטע סצענע - אלטע יאטקע

גאנץ אינטערעסאנט צו זען יענקי לאנדא אויפן סטעידזש, נישט קיין אפטע ערשיינונג לעצטנס. וועגן קאמעדי וועט מען עקסטער אויסשמועסן. ש'מיילעך פירט זיך זיין יאטקע מיט א געניטקייט און א פרייליכקייט, און דא דארטן שטעלט ער צוזאם רפואות פאר מענטשן וואס קומען אריין און בעטן. די עולם ווייסט נאכאלץ נישט וואס ס'האט עווענטועל פאסירט מיט ש'מיילעך, אבער אזויפיל ווייסט מען, אז מ'גייט אט אט אויסגעפינען...

יואל הערש קומט אריין און שטעלט פארזיכטיגערהייט אונטער וואס ער דארף אונטערשטעלן, די פלייש, די מעדעצין פארן אדלמאנ'ס קראנקע זון, פיין, מסודר. וועלווי ביי די זייט האלט זיך איין מיט אייזערנע כוחות פון אריינשטורעמען אין די מעשה וואס מ'דערציילט אים יעצט און ווארענען ש'מיילעך איבער וואס ס'קומט…

ענדליך הייבט די עולם אן עטוואס צו פארשטיין וויאזוי ש'מיילעך איז אין אזאנע צרות אריינגעפאלן, זאכן הייבן ענדליך אן זיך צוזאמצוקלעבן מיט די פאריגע סצענעס. נאכנישט אינגאנצן, אבער ערגעץ האלט מען שוין.

איך וויל פארשטיין פארוואס ביי יעדע שפיל זענען די סאלדאטן/פאליציאנטן קליינטשיגע אויסגעדארטע חברה, וואס זעען אויס ווי מיט א בלאז זענען זיי ביים אנדערן זייט סטעידזש. נעם פארדעם גרויסע גראבע געבויטע חברה, פון וועם מ'קען זיך נישט ארויסרייסן. וואטעווער.

פינפטע סצענע - שלאָס

דער אדלמאן איז נישט משוגע און וויל זיך מער נישט לאזן פון העקטער'ן… העקטער איז סטאק… אבער ער גייט זיך נישט לאזן פאלן, נאר ענדערש מסדר זיין ש'מיילעך און שוין… פארטוישט מעדעצינען אויף סם, רייסט ארויס ביכער און העפטן פון היילונגען, דאס קינד איז שיעור נישט געשטארבן… ש'מיילעך זאגט צו צו טרעפן די אינעווייניג פונעם העפט און זיין צוריק ביז צוויי שעה צו היילן דאס קינד אינגאנצן…

אהרן מינץ פאסט אריין אין זיין פארט ווי א גראבע האנט אין א גראבע הענטשקע… דעי פארט איז געבוירן פאר אים. אזוי געניט און בא'טעמ'ט אראפגעלייגט, ממש געוואלדיג. א נערוועזע הערשער מיט מער באדינער ווי שכל. א צעבראכענע טאטע וואס פראבירט צו טון פאר זיין קינד אלעס אין די וועלט און ס'גייט אים נישט. דזשאב וועל דאן.

זעקסטע סצענע - פריוואטע צימער אין שלאָס

זייער א קורצע ליידיגע סצענע, אן קיין שום פראפס. די צוויי באנדיטן רעדן איבער זייער בעה"ב זיי צו געבן ערלויבעניש צו ארעסטירן ש'מיילעך און חרוב מאכן זיין לעבן. נאכן צוזאגן אז זיי וועלן זיכער מאכן אז די אידן גייען נישט משוגע מאכן פאר זיין באפרייאונג, געבט ער נישט נאר ערלויבעניש אים צו ארעסטירן, נאר ער פילט שוין אויך ביי זיך אליינס אז דאס איז יעצט די ריכטיגע זאך צו טון, זיין קינד דארף דאך אויסגעהיילט ווערן.

זיבעטע סצענע - אויפן בריק

עפענעדיג די סצענע האט זיך גלייך געשפירט וויי ביים וואסער, יעדער האט גראד געוואוסט וואו מ'איז. די בריק, די וואסערפאלן, די גאנצע צוזאמשטעל האט געגעבן א קילן ווינטל געפיל פארן אודיענץ. כ'האב עקסטער הנאה געהאט פון די פיצי לעמפלעך אויפן בריק, כ'ווייס נישט פארוואס זיי האבן עס צוגעלייגט, אבער ס'האט צוגעגעבן א געוויסן טאטש…

א שרעקליכע ווייטאגליכע סצענע פון אלע זייטן… די טונקלסטע טאג אין ש'מיילעכ'ס לעבן. כ'האב זייער הנאה געהאט פון די טריפעראציע אין אנהייב צווישן משולם איסר און ש'מיילעך, ווען משולם איסר רעדט פון די טריפה און ש'מיילעך מיינט אז מ'רעדט פון דער אדלמאנ'ס זון, און ווי ש'מיילעך ווערט דאפלט אנגעצויגן ווען ער ווערט געוואויר אז ער האט יעצט נאך א ביטערע פרשה הויערן אויף זיין אומשולדיגע קאפ.

אזוי צו כאפן געזונטע זעצעס פון צוויי (אומ)מענטשן בלויז א האלבע מינוט אפגערוקט איינס פון צווייטן איז ביטער פיינפול, און די פיין האבן די צוקוקער זייער שטארק געשפירט, יעקב יוסף האט גאר גוט אראפגעלייגט די אויסטערלישע פארלוירנקייט און צעמישטקייט. געוויינט און ארעסטירט, און שוין.

אכטע סצענע - ל"ג בעומר

די סצענע עפנט זיך, קיינער ווייסט נאכנישט פונקטלין וואס דא קומט פאר, אבער נאך עטליכע סקונדעס הייבט מען אן כאפן. פשוט, ס'איז ל"ג בעומר… מ'זעט דעם קלארינעט, די הדלקה, מ'גיסט שמן, געהעריג ל"ג בעומר אי(בער)ן שטעטל.

בכלל די געדאנק פון מאכן א ל"ג בעומר הדלקה אלץ א סצענע ביי א שפיל איז עפעס וואס איז פאר מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן… עקסטערע קריעיטיוועטי ליגט אין דעם. די דעטאלן האבן אויך א געוואלד צוגעגעבן, ווי די טאמבלסאוסעס, די ל"ג בעומר סטייל מוזיק, נישט לאזן די קינדער גיסן אויל (ס'נאר פאר ווער ס'האט געפאסט…), וכו'.

כ'האב קודם נישט געכאפט וואס ס'גייט פאר, מ'האט דאך ארעסטירט ש'מיילעך דריי מינוט צוריק. אבער ווען די שמועס האט אנגעהויבן פארן אהין און צוריק צווישן ש'מיילעך און די אידן דארט, האב איך פארשטאנען אז מ'איז שוין צוריקגעפארן ווי די מעשה האט פריער געהאלטן און ש'מיילעך האט זיך אריבערגעצויגן צו א נייעם שטעטל אנצוהייבן דאס לעבן פון דאסניי, נאכדעם וואס מ'האט אים פון זיין שטעטל פארווארפן.

די גאנצע סצענע איז געווען גאר חידוש'פול, די געדאנק אז מ'בעט ש'מיילעך אויפצוטרעטן, אויך די פאקט אז דארט רופט ער זיך הערש און אלע אידן רופן אים רעב הערש… א מענטש אנגעטון אין שווארץ רוקט זיך אריין, און דאן בום… משולם איסר האט דא איבערגעצויגן אלע שטריקלעך און גרעניצן אזש כ'האב מיך פשוט געוואלט אויפשטעלן און מיך נעמען שעלטן… א מין רשע דער. אבער דער שפיץ, ווען ש'מיילעכ'ס צוויי קינדער קומען אריין און זעען די מצב… א שטיין האט געקענט צעגיין. ש'מיילעך געבט איבער פאר זיין זון עפעס א מיסטעריעזע זייגער, איי געס מ'וועט באלד אויסגעפינען וואס און פארוואס, און ער זאגט זיי צו אז ער וועט זיין צוריק, בשעת העקטער זאגט צו אז נישט... ארעסטירט דעם טאטן, די קינדער וויינען צו די דארטיגע אידן זיי צו העלפן און כאטש עפעס טון צו ראטעווען זייער טאטע. נאך אלעם איז קלמיש דער וואס פארשטייט זיי די מערסטע.

צוויי אינטערעסאנטע איינצלהייטן אינעם עקט פון וואס די עולם האט זייער הנאה געהאט. איינס, ווען משולם איסר איז צוריקגעקומען מיט העקטער און פאליציי, האט נאך די מוזיק געשפילט, און ער האט אזוי אריינגעטאנצן אויפן סטעידזש… אזוי מיטגעטאנצן מיטן ביט. צוויי, נאך די ווערטער אויסטויש צווישן משולם איסר און די שטאטסלייט, ווען אלע האבן אים צוזאמען פארטריבן פון ארט (אין שפיץ פון קלמיש…), אז זיי האבן גענוצט דעם זעלבן נוסח "גיי… גיי… גיי…" וואס משולם איסר האט גענוצט ביים ארויסשטויסן ש'מיילעך פון שטאט. די עולם האט מיטגעשריגן און מיטגעפאטשט, די עולם האט מיטגעלעבט די סיטואציע, ממש א מחי'.

מרדכי הערש הערשקאוויטש איז אריינגעקומען מיט זייער א קליינע פארט, אבער אוי האט ער געמאכט א שמחת יו"ט פאר יעדן איינעם… מרדכי הערש איז איינעם וועם ס'איז אוממעגליך צו ריפלעיסן מיט א צווייטן, אזוי ארגינעל און געשמאק. אין זיין קורצע טייל אינעם שפיל האט ער אריינגעווארן אזויפיל גוטע ליינס, אז יש מקום לומר אז ס'האט זיך געלוינט די גאנצע שפיל נאר פאר דעם. מרדכי הערש איז די זאך, מיר ווילן דיר זען פסח מיט א גרויסן פארט!

ניינטע סצענע - איבערן שטעטל (קעלער)

א גאר קליינע סצענע - אויך ליידיג פון פראפס, פיני (מאניש אויפן שפיל) האט אראפגעלייגט גאנץ א גוטע דזשאב, ציטערנדיג סיי פונעם קעלער און סיי פאר קעלט. דא ווערן מיט געוואויר וואס די מיסטעריע מיט די טאשן זייגער איז געווען, ס'ווארשיינליך געשטאנען דארט דיטריכ'ס אדרעס. אבא ווינקלער (דיטריך אויפן שפיל) האט אויך גאר גוט אראפגעלייגט די צווייטע טייל פון זיין פארט, צייגנדיג פאר מאניש די מאפע פון די טורמע וואו ש'מיילעך געפינט זיך, זייענדיג מסביר אז ער קען דאס אויסערווייניג האבנדיג געארבעט דארט פאר העקטער. די סצענע פארמאכט זיך אונז איבערלאזנדיג ווארטן מיט אפענע מיילער פארן רעטונג אקציע…

צענטע סצענע - אין טורמע צעל

ענדליך איז לייבי (גונטער אויפן שפיל) דא, ער זוכט ארבעט… אבער כאטש איז ער דא. מיר ווייסן שוין יעצט אז עפעס האט ש'מיילעך מיט גונטער, נאך די צוויי אינצידענטן, איינס ווי ש'מיילעך האט בטעות אריינגעזעצט אין אים און גונטער האט אים דערקענט און אים אנגעהויבן נאכלויפן, און די צווייטע ל"ג בעומר, ווען הארט איידער מ'האט ארעסטירט ש'מיילעך האט גונטער אריינגעשטורעמט און די גאנצע סטעידזש האט געפרירט פאר אפאר סקונדעס (אגב, ס'זייער גוט געווען!), און דערנאך האט מען ארויסגעפירט ש'מיילעך און אויך גונטער איז ארויס.

כ'הייב אן ציטערן פון דעם מיסטעריעזן גונטער, שטעלט זיך ארויס אז ער האט יארן ערפארונג אינעם מיליטער. איך שטיי ווייט… און העקטער, טאקע נאכן הערן אז ער האט מיליטערישע ערפארונג האט ער אים גלייך אנגענומען אלץ ארבעטער אין טורמע. ניטאמאל האט ער געוואוסט וואספארא ארבעט ער האט פאר אים צו טון, אבער פון זיינע שורות האט מען פארשטאנען אז אזא איינער טאר מען נישט ארויסלאזן פון די הענט, און נאכדערצו צו באוואכן די טורמע וועלכע אנהאלט אין זיך די ערגסטע פארברעכער פון שטאט.

העקטערס מיטארבעטער - ברונאו - האט אנגעהויבן ארומווייזן די טורמע פאר גונטער, דאן זענען זיי אריבער אין קיך און ארויסגעברענגט עסן צו טיילן פאר די ארעסטאנטן. ברונאו האט אנגעוויזן פאר גונטער פונקטליך וויאזוי צו טיילן די עסן און אנגעווארנט צו שטיין די ווייטסטע מעגליך, ווייל די ארעסטאנטן זענען זייער שעדליך. זייענדיג מסביר וויאזוי די טואמע איז אויסגעשטעלט האט זיך ארויסגעכאפט אז דא זיצט אויך ש'מיילעך… גונטער איז בייז… ער פראבירט אנצוכאפן ש'מיילעך ביים אים געבן זיין עסן, ברונאו באמערקט און פרעגט אים דערוועגן, ער דרייט זיך גרינג ארויס… ענדליך איז ער דארט אליינס, ער וויל אנהייבן שרייען אויף ש'מיילעך, און העקטער שפאצירט אריין… העקטער וויל פארשטיין, אבער גונטער דרייט זיך ווידער ארויס מיט תירוצים.

מ'הערט זעצעס, איך האב קודם געמיינט אז ס'איז פון איינע פון די צעלן וואס די אודיענץ האט געקענט זען, אבער נאך וואס ברונאו האט געפרעגט העקטער דערוועגן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט דא, נאר אן אנדערן ארעסטאנט - וועמען מ'האלט אין אן אנדערן אפטיילונג - האקט אוועק אז מ'הערט עס ביז דא. כ'האב הנאה געהאט ווי ברונאו פרעגט פארוואס ער האקט און העקטער ענטפערט מיט א גראדן פנים "ווייל ער וויל ארויסגיין"... העקטער הייסט אים אריינברענגען, און נישט מער און נישט ווייניגער, קלמיש איז דא! אויף די פראגע וואס ער זוכט דא האט העקטער מסביר געווען אז ער האט זיך געפערליך גערייצט און אים אריינגעשפיגן אין פרצוף אריין… די עולם האט זיך פיין צושמייכלט. נאכן זיך איינבעטן און אים אנסטראשענען מיטן לעבן האט מען אים אריינגעשליידערט אינעם זעלבן צעל ווי ש'מיילעך, ש'מיילעך איז גענצליך שאקירט און איבערראשט צו זען קלמיש אין טורמע.

לאנגסאם און פעלדמאן צוזאמען אין טורמע אלץ ערנסטע אקטיארן… ווער וואלט זיך אמאל גע'חלומ'ט אז דאס קען בכלל אמאל געשען… און דא שטיי מיר.

גאר רירנד און הארציג איז געווען די חלק ווען זיי זענען ארויסגעקומען פונעם צעל און צוזאמען זיך מחזק געווען און געזונגען. די איכה תנועה וואס ש'מייעלך האט געזונגען האט צעלאזט מיין הארץ, און כ'בין זיכער אז כ'בין נישט די איינציגסטע. כ'האב אויך קודם געטראכט וויאזוי זיי קענען ארויסקומען פון זייער צעל, זיי זענען דאך גאר שטרענג פארשפארט, אבער כ'האב שנעל מחליט געווען נישט צו פרעגן קיינע פראגעס, פשוט, ס'איז א גכוואלדיגע פארט אריינצולייגן א שטיקל ניגון, די טיר פון די צעל האט נישט קיין פענסטער - צוליב די מאס פארשפארטקייט, זענען זיי ארויס זינגען גלייך אינדרויסן פונעם צעל, ס'גארנישט. כ'האב סיי ווי נישט געהאט צופיל צייט צו טראכטן, די זינגען האט נישט לאנג אנגעהאלטן, נאך עטליכע מינוט זענען זיי צוריק אריין אין זייער צעל און די סצענע רוקט זיך ווייטער…

באמערקנדיג מאניש קריכן אויפן דאך פונעם טורמע האט געלאזט א טרייסל אין אלע ביינער, כ'האב געוואוסט וואס דאס מיינט, מיר גייען יעצט מיטהאלטן עטליכע לאנגע מינוטן פון דראמא און אנגעצויגנקייט, אן קיין מעגליכקייט צו וויסן וואס עס וועט זיך אין די ענדע אויסלאזן מיט די רעטונג וואס דארף דא פארקומען. יעדע טריט וואס ער קריכט באכעט מיין הארץ שטערקער און שטערקער, ער קומט נענטער און נענטער און מיינע אויגן גייען אים נאך. צוצולייגן צום דראמא האבן זיי אויפגעשפילט ווי דיטריך רעדט צו מאניש אינעם פאריגן סצענע, ווי ער זאגט אים וואו יא צו גיין און וואו נישט. מאניש ווערט צעמישט און ווייסט נישט וואו צו גיין און מיין הארץ גייט אויס פאר פחד.

מאניש מאכט א חשבון אז ער האט נישט וואס צו פארלירן, ווייל ער ווייסט סיי ווי נישט וואו ער איז און וואו ער גייט, און ער לאזט אראפ זיין שטריק אריין אין טורמע, העכער העקטערס קאפ… כ'האב זייער הנאה געהאט פונעם טייל ווי העקטער כאפט א קיצל פון די שטריק און אן קיין ווערטער פארשטייען מיר אז ער מאכט עס אוועק טראכטנדיג אז ס'גארנישט, די קלייניקייט האט גאר אסאך צוגעלייגט צום אנגעצויגנקייט וואס האט געהערשט אין די מינוטן. מאניש גייט צוריק צו וואו ער איז פריער געווען און באשליסט נאכאמאל צו פראבירן מיטן שטריק, אבער דאס מאל האט העקטער געכאפט באצייטנס און אנגעהויבן מאכן מערדערליכע קולות, רופנדיג ברונאו. ברונאו טענה'ט אז העקטער חלומ'ט און פיצט אפ. העקטער שפאצירט ארום נערוועזערהייט, ער הערט פיסטריט און אויפן ארט סטראשעט ער מיט הייס געווער אויב יענער אויפן דאך קומט נישט אראפ דעי רגע… מאניש האט נישט קיין צוויי ברירות און טאנצט אראפ, אריין אין העקטערס צימער.

העקטער מאכט געבראטענע יללות בשעת'ן צובינדן מאניש'ן צום בענקל [אינטערעסאנט איז געווען אנצומערקן, אז העקטער האט נאך יעצט נישט געוואוסט ווער מאניש איז]. נאכן צובינדן לויפט ער ארויס צוריקברענגען ברונאו, אבער אין די זעלבע צייט בינדט זיך מאניש אויף און זוכט אויף די שליסל צו עפנען די צעלן. אין א מאדנע שריט איז ער מחליח צו עפנען דוקא אלע צעלן און ס'ווערט הויך יו"ט אין טורמע…

דא האבן די פראדוסערס מחליט געווען אריינצופאקן עטוואס דראמא, ווייל קיין עכטע דראמא איז נישט געזען געווארן דורכאויסן שפיל. אלע טורמע טירן האבן זיך געעפנט און די פארברעכער האבן זיך אנגעהויבן שלאגן צווישן זיך, ביז זיי האבן געמיינזאם מחליט געווען אז אנשטאט זיך שלאגן וועלן זיי גיין צום קיך… ביים שפיל ווי איך בין געווען האב איך באמערקט א שטיקל דורכפאל, איינע פון די ארעסטאנטן האט געווארפן א גלאזערנע פלאש בשעת'ן זיך שלאגן און די פלאש האט זיך עס צעבראכן ביי אים אין די האנט, נאך איידערן גרייכן דער נענטסטער ארעסטאנט.

העקטער און ברונאו כאפן וואס דא האט פאסירט, זיי קומען אריינצולויפן אין באגלייטונג פון פאליציי און גונטער, און מיט אויסגעשטרעקטע געווער באפעלן זיי פאר די פארברעכער צוריק אריינצוגיין אין זייערע צעלן. אינטערעסאנט אנצומערקן איז, אז די איינציגסטע רמז אין וועלכע תקופה די שפיל קען זיך רעדן (כאטש ס'קלעבט נישט מיט קיין איין תקופה), איז דאס אז ביקסן זענען שוין געווען אין באנוץ דאן.

דערווייל זענען ש'מיילעך און קלמיש ארויס פון זייער צעל און זיך באהאלטן אין א זייט, און ווען מ'האט געהאלטן אינמיטן צוריקלייגן די ארעסטאנטן אין זייערע צעלן האבן זיי אנגעהויבן אנטלויפן. ש'מיילעך מיט זיין זון מאניש האבן באוויזן צו אנטלויפן, אבער קלמיש האט זיך געמוזט אויסגליטשן און אראפטראסקענען אויפן וועג… גונטער האט באמערקט קלמיש און אים אראפגעהאלטן.

נאכן פייניגן קלמיש ער זאל אויסזאגן וואו זיינע קאלעגן זענען, און נאכדעם וואס קלמיש האט געשוואוירן ביי אלעם הייליגן אז ער ווייסט נישט, און נאכן אריינגעבן פאר קלמיש עטליכע גוטע מכות און אים צוריק איינשפארן, האט העקטער זיך אויסגעדרייט צו גונטער און אים באפוילן אז ער מוז טרעפן ש'מיילעך פאר אלע געלט אין די וועלט, ווייל ער האט געכאפט דעם נישט ריכטיגן פארשוין. ער דארף ש'מיילעך, לעבעדיג אדער טויט. גונטער האט צוגעזאגט פאר העקטער אז ער וועט אויסנוצן זיין מיליטערישע ערפארונג נאכצוגיין און כאפן ש'מיילעך און ער וועט אים צוריקברענגען א לעבעדיגער אדער נישט. גונטער האט נאך צוגעלייגט אז עס וועט אים זיין א פערזענליכע הנאה דאס צו טון.

פראנט סצענע

מאניש און ש'מיילעך כאפן זיך אוועקלויפנדיג פון טורמע אז קלמיש איז נישטא, אבער זיי זענען מחליט ווייטער צו לויפן, מאניש איין וועג און ש'מיילעך די צווייטע. נאך וואס מאניש טראגט אפ פראבירט זיך ש'מיילעך עטוואס צו בארואיגן פונעם געלויף. ער שפירט נישט רואיג, ער שפירט ווי איינער לאקערט אויף אים. פלוצליגט ווערט געהערט א מאכטפולע שאס פון א ביקס, שטעלט זיך ארויס אז גונטער איז צוריק אויפן באלקאן און יאגט נאך ש'מיילעך. ש'מיילעך הייבט אן לויפן איין וועג, אבער א סקונדע דערויף הערט זיך ווידער א שאס, דאס מאל פונעם אנדערן באלקאן ווי גונטער שטייט. ש'מיילעך ווייסט נישט וואו צו לויפן, ווען גונטער איז פלוצלינג אויפן סטעידזש און לויפט ש'מיילעכ'ן אקעגן. ש'מיילעך, נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה, נעמט זיך לויפן אראפ פונעם סטעידזש צווישן די צוקוקער… די עולם איז פארשטייט זיך ווילד געווארן, אבער ס'האט נישט לאנג אנגעהאלטן, ביים ערשטן עקזיט טיר איז ער נעלם געווארן, און א האלבע מינוט דערויף איז ער ווידער געזען געווארן אויפן סטעידזש ווען די פארהאנגען האבן זיך געעפנט.

עלפטע סצענע - גרעניץ

אנגעהויבן האט זיך די סצענע מיט היפשע דראמא, ווען ש'מיילעך האט געמיינט אז ער איז ענדליך אנטלאפן פון גונטער, אבער די צוקוקער האבן יא געזען גונטער זיך דרייען אונטער זיין רוקן און לאקערן אויף אים… ענדליך נאך פילע הארץ-קלאפענישן האבן זיי זיך געטראפן און גונטער סטראשעט ש'מייעלך מיט טויט. ש'מיילעך בעט זיך ביי אים ער זאל נעמען זיין הוט, אריינשיסן עטליכע קוילן, עס ווייזן פאר העקטער און אים לאזן גיין… אבער דאן הייבט זיך גונטער אן צו עפענען און דערציילן אז נישט פאר העקטער איז ער דא, נאר ליבערשט פאר זיין אייגענע נקמה… גונטער פארציילט, ש'מיילעך איז שאקירט… ער בעט זיך פאר מחילה, אבער גוטנער איז בייז און שטיקט פון טרערן דערציילנדיג וואס ער מאכט אלץ מיט אין רעזולטאט פון יענעם פארשעמענדן אינצידענט. גאר דראמאטיש איז געווען ווען ש'מיילעך האט געגעבן אן עפן אויף זיין רעקל און געזאגט פאר גונטער אז ער קען אים שיסן ווייל ער האט סיי ווי גארנישט אין זיין לעבן.

דאן איז גונטער ארויס צום פראנט פונעם סטעידזש און א שווארצע פארהאנג האט אראפגענידערט. די ניגון איז א קאפיטל פאר זיך, אבער כ'האב שוין נישט קיין נערוון… זייטס מיר מוחל…

ווען גונטער האט זיך דערנענטערט צו ש'מיילעך מיטן אויסגעשטרעקטן ביקס נאכן זונגען האט יעדער געמיינט אז דאס איז עס… אבער נאך די ווערטער "איך בין דיך מוחל" האט ידעדער זיך גענומען קלאטשן מיט אויסטערלישע פרייד און עקסטאז.

צוועלפטע סצענע - אין אידישן קווארטל

א האלבע אידישע קווארטל איז פארשוואונדן… מ'טרעפט זיך צוריק נאר ביי משולם איסר'ס הויז. דא ווערן מיר געוואויר אז גונטער (גבריאל דוד) איז גאר משולם איסר'ס זון… ער פארציילט פארן טאטן אז ער האט מוחל געווען ש'מיילעך און אז ער וויל אים העלפן… משולם איסר קען נישט גלייבן. זיי מאכן צוזאמען א פלאן וויאזוי ארויסצוזען ש'מיילעך פון זיינע פילע צרות.

פראנט סצענע

גונטער ווייזט דעם צעלעכערטן היטל פאר העקטער, העקטער איז העכסט צופרידן דערמיט. דאן געבט גונטער 'אנווייזונגען' פאר העקטער וויאזוי צו ליינען די רפואות בוך וואס ער האט צוגע'גנב'עט פון ש'מיילעך.

דרייצנטע סצענע - פארשפארט

אינעם אדלמאנס היים, גונטער ערקלערט פארן אדלמאן פונקטליך וואס דא גייט פאר און זיי שמועסן אפ א פלאן… העקטער קומט אן, דער אדלמאן איז באהאלטן, גונטער כאפט א שמועס מיט העקטער און באווייזט ארויסצובאקומען פון אין ער זאל זאגן הויעך - גענוג הויעך דער אדלמאן זאל הערן - אז ער האט גע'גנב'עט די בוך פון ש'מיילעך. דער אדלמאן האט שוין גענוג געהערט, ער קומט ארויס פון זיין באהעלטעניש און נעמט זיך באשייגעצן העקטער אווי נאר אהרן מינץ קען… העקטער בלייבט אוודאי מיטן צונג אינדרויסן און ער ווערט אוועקגעפירט. ש'מיילעך ווערט צוריק אריינגעברענגט דורך גונטער און דער אדלמאן פריידט זיך צו זען אז ש'מיילעך לעבט למעשה יא…

אינעם נעקסטן פיצי סצענע זעט מען העקטער זיצן אין טורמע, משולם איסר קומט אים באזוכן, און נאך א שטיקל שמועס פרעגט אים העקטער צי ער מיינט אז ער האט נאך א וועג צוריק צו אידישקייט… אוי האט די ציבור געפאטשט… כ'בין שיעור נישט טויב געווארן…

פערצנטע סצענע - אויפן בריק

ש'מיילעך קומט ארויף פון איין זייט און משולם איסר קומט פון די אנדערע זייט, משולם איסר ווייסט נישט וויאזוי איבערצובעטן ש'מיילעך, אבער ש'מיילעך לאזט אים נישט לאנג ווארטן און איז אים מודיע אז ער איז אים מוחל מיט די גאנצע הארץ אויף אלעס וואס ער האט אים אלץ אפגעטון.

אינטערמישן

כ'האב נישט געוואוסט פונקטליך ווען ס'גייט קומען, אבער כ'האב זיך געקענט פארשטעלן אז סוף פון דעם סצענע… און, יא. אינטערמישן. רוב מענטשן שטייען שוין כאטש האלבוועגס פון זייערע זיצן, נאכן זיצן אויף איין פלאץ אזוי לאנג, און מ'הערט דעם רוף: "פופצן מינוט פונקטליך אינטערמישן". כ'שטעל זיך אויף מיטן חשבון פשוט ארויסצוגיין כאפן אביסל פרישע לופט, און נאך בעפארן זיך אויסדרייען ארויסצוגיין פון זאל, געב איך א בליק צום סטעידזש און כ'זע אויף די פארהאנגען 14:53… דעי חברה מיינען עס ערנסט זעט אויס, מ'דארף זיך אונטעריאגן…

כ'בין ארויס פון זאל, גענומען די סוכה אנווייזונגען פון די טונקעלע נשים און טאקע אנגעקומען צום גרויסן סוכה. כ'בין נישט געגאנגען צום סוכה צו עסן, ווייל כ'האב נישט געהאט וואס, כ'האב סתם געקענט באשטיין א בליק צו כאפן אויף די סיטואציע בצילא דמהימנותא. נאכן זיך ארומדרייען און טרעפן עטליכע באקאנטע, בין איך ארויס פון די צעשטופטע סוכה, געכאפט א ציגארעטל, און צוריק אריין אין זאל באטראכטנדיג די מאסן לאנגע ליניעס צו זאגן אשר יצר… אריינבליקנדיג אין זאל זע איז אז נישט מער און נישט ווייניגער, מ'האט שוין אנגעהויבן! אזוי שנעל איז די פופצן מינוט אריבער? זעט אויס… זעץ מיר זיך צוריק אוועק, מ'מאכט זיך צוריק באקוועם (ווי באקוועם מ'קען שוין זיין דארט…) און דא זענען מיר, צוריק אינעם מעשה.

קאמעדי

די קאמעדי ביים שפיל איז געווען צוטיילט אין עטליכע חלקים, וועל מיר עס איינטיילן לויטן סדר וויאזוי ס'געווען אויסגעשטעלט ביים שפיל.

די עולם האט געהאט געהערט בעפארן שפיל אז לאנגסאם גייט שפילן אן ערנסטן פארט, נישט קאמעדי, און איבער די נושא פון קאמעדי האט געהערשט א שטיקל צעמישעניש. טייל האבן געוואוסט צו זאגן אז חיים הערש גלאנצער וועט שפילן קאמעדי אנשטאט לאנגסאם, טייל האבן גע'טענה'ט אז פעלדמאן וועט נאך יא אנטייל נעמען דערין, בקיצור, קיין האט נישט געוואוסט פונקטליך.

ביים צווייטן סצענע - אינעם אידישן קווארטל, נאך וואס ס'איז פארגעקומען דארט, האט חיים הערש גלאנצער - נטע אויפן שפיל - ארויסגעשטורעמט פון משולם איסר'ס הויז און זיי האבן זיך גע'טענה'ט פאר צוויי דריי מינוט. דא האט דער עולם קודם באקומען דעם מעסעדזש אז חיים הערש איז דא און ער וועט שפילן קאמעדי דא. איך פערזענליך האב אויך פון דעם פארשטאנען אז ער וועט שפילן - כאטש רוב דערפון - איינער אליינס, צוליב וואס ביים ווייזן פאר די צוקוקער די קאמידיענס האט מען נאר געוויזן גלאנצער'ן.

די ערשטע מאל וואס ער איז געהעריג ארויף אויפן סטעידזש איז געווען אינעם פערטן סצענע, ווען ער איז אריינגעקומען אנהייב סצענע און אנגעהויבן דרייען א קאפ פארן ארבעטער דארט. די וויצלעך דארט זענען נישט געווען אוועקצומאכן, גאנץ גוט געווען, בעסערע און שוואכערע. אוועראלל, גאנץ גוט.

די נעקסטע מאל ס'איז געהערט געווארן וויצן איז געווען נישט לאנג שפעטער, אינעם זעלבן סצענע, וואו קלמיש און די שוחט זענען געשטאנען ביי די זייט. קלמיש האט אביסל גערעדט און דערנאך געזינגען א ניגון… וועלווי איז פיין, נישטא וואס צו מאכן… ס'גאר גוט געווען.

און דאן איז געווען די עיקר קאמעדי סצענע, גלייך נאך אינטערמישן, צווישן די זיבעטע און אכטע סצענעס (כ'ווייס נישט פארוואס, אבער די קאמעדי סצענע איז נישט אויסגערעכנט צווישן די סצענעס אינעם ביכל). ס'איז געווען זייער א קריעיטיווע געדאנק - א בעיביסיטער, און ס'איז גאנץ פיין געווען אויך. ווי געווענליך איז געווען עטליכע גאר שטארקע ליינס וועלכע די עולם וועט איבערהערן אין די קומענדיגע טעג פון דעם און יענעם… ס'איז געווען גאנץ כמעשה'דיג.

דער גלאנצער איז בעצם א געלונגענע קאמידיען, ער דעליווערט אויך גאנץ גוט, די פראבלעם איז אבער געווען צווי זאכן. איינס, דער עולם איז געפערליך געספוילט, צוגעוואוינט צו לאנגסאם מיט פעלדמאן. קען זיין אז גלאנצער וועט נאך איין טאג זיין ווי לאנגסאם, ס'וועט נאך אבער זיכער נעמען כאטש עטליכע שפילן. און וויבאלד ער איז דאך נישט געווען אויף די לעוול ווי לאנגסאם, קוקן עס טייל מענטשן אן ווי א דורכפאל, ס'איז אבער נישט געווען קיין דורכפאל, בכלל, אין מיין מיינונג. צוויי, ער האט געשפילט רוב צייט אליינס. דאס איז א גרויסע פראבלעם ווען ס'קומט צו דארפן אינטערטעינען א גרויסן עולם פאר גענוג לאנג. לאנגסאם און פעלדמאן זענען מרחם א גוטע מעטש און ס'קלאפט ווי א געלונגענע פויק, דארף מען נאר טרעפן דעם גוטן מעטש פאר גלאנצער - וועלכע קען שיינען סאך מער ווי יעצט, מיט א גוטע מיטארבעטער מיט וועמען צו דעליווערן א גוטן קאמעדי.

איך פערזענליך וויל צוריקזען לאנגסאם פעלדמאן, פשוט ווייל כ'האב נישט קיין נערוון אויסצואווארטן ביז גלאנצער שלייפט זיך אויס, אבער אזויפיל יא, אויב נעמען זיי נאכאמאל גלאנצער קומענדיגע מאל, זאלן זיי ביטע טרעפן איינער וואס זאל מיט איםן מיטשפילן אויפן סטעידזש, און אזוי האפנטליך דעליווערן א דבר השלם.

רעדנדיג פון קאמעדי מוז מען אריינווארפן מרדכי הערש. ער האט טאקע געהאט א פיצי חלק אינעם שפיל - אלץ פירער (אזוי האט אויסגעזען עכ"פ) פון די אידישע געמיינדע אינעם נייעם שטעטל וואו ש'מיילעך האט זיך באזעצט, אבער ווי געזאגט פריער, אין דעי פיצי פארט האט ער מצליח געווען אריינצושטופן עטליכע גאר גוטע ליינס. האפנטליך וועלן מיר זען אסאך מער פון אים אין די צוקונפטיגע שפילן. נאך א אינטערעסאנטע זאך, ווידער מיט ביכל, מרדכי הערש'ס נאמען ווערט נישט דערמאנט צווישן די שפילער אינעם שפיל ביכל. בין איך נייגעריג צו דאס איז געווען א טעות, אדער איז זיין פארט צוגעקומען די לעצטע מינוט ווען די ביכל איז שוין געווען אויסגעשטעלט, אדער גאר האבן זיי נישט געהאט וואס א נאמען צו געבן זיין פארט אינעם שפיל און דערפאר אויסגעלאזט זיין נאמען. וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן.

די זאל - נוארק סימפאני זאל

אנקומענדיג אין זאל אריין האט זיך גלייך אנגעזען די ווייניג פראפעשינאליזם וואס די ארבייטער פארמאגן, צוגלייכנדיג דעם זאל צו ען-דזשעי-פעק. זיי האבן געארבעט היפש שטייט, און וויכטיגער ווי מיך אריינזען אינעווייניג, איז געווען פאר זיי זיכער צו מאכן אז יעדער ווייסט אז מ'מעג נישט לויפן. אן איבערפלופס פון שווארצע נשים האבן זיך געפינען אויפן ארט, אבער כאטש אזויפיל האבן זיי יא געטון, ביים ארויסגיין פון זאל ביי אינטערמישן, זענען געשטאנען פינף-זעקס חברה אויסגע'שורה'ט אינדרויסן פון זאל און געוויזן מיט די האנט און געשריגן "די סיקא איז אווער דיער, די סיקא איז אווער דיער"... עפעס נצוצות האט מען געברויכט מתקן זיין מיטן אויסלערנען די ווארט סוכה פאר עטליכע טונקעלע פרויען…

אבער חוץ פון די שטייטקייט וואס האט געהערשט דארט, איז עס נישט געווען ערגער בכלל ווי ען-דזשעי-פעק, לויט מיין ארעמע מיינונג. צוגלייכן די ווייטע זיצן דא און אין ען-דזשעי-פעק קען איך נישט, צוליב וואס איך בין נישט דא און נישט דארט געזעצן ווייט פונעם סטעידזש, בין איך טאקע נייגעריג צו הערן פון איינער וואס איז יא געזעצן ווייט ביי ביידע, אין וועלכע זאל מ'קען בעסער זען און מיטהאלטן פון ווייטערע זיצן.

באלקאנען אין די זייטן פארמאגט די זאל פונקט ווי ען-דזשעי-פעק, און דאס איז זיי טאקע ווידער צונוץ געקומען אינמיטן די שפיל, ווי אויסגעשמועסט ביי די סצענעס.

דא איז לכאורה אויך דאס פלאץ זיך צו באדאנקען פאר די אונטערן חבריא פאר די גרויסע סוכה וואס איז צוגעשטעלט געווארן ביים שפיל. פארשטייט זיך אז א סוכה גענוג גרויס צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן עולם איז נישט מעגליך צו בויען (ניטאמאל אין סוכה פון רבינו שליט"א פיט אריין אזויפיל מענטשן…), אבער ס'איז ב"ה גענוג גרויס געווען פאר יעדער וואס האט גענוג וויכטיג געדארפט עסן אדער טרינקען עפעס. א דאנק נאכאמאל פארן אינזין האבן כלל ישראל אויך מיט דעם.

מעיק-אפ און קאסטיומס

איידערן שרייבן איבער קאסטיומס און מעיק-אפ, וויל איך באטאנען איין זאך. זיצנדיג ביים שפיל איז זייער שווער סיי בכלל צו זען יעדן דעטאל אויף די קליידער און אויף די פנימ'ער, און סיי צו באטראכטן יעדע קלייניקייט. אלזא, ווען די די-ווי-די וועט ערשיינען וועט מען די זאכן זען סאך קלארער, אבער אויף דערווייל שרייב איך אויף וויפיל איך געדענק פון זיצן ביים שפיל.

ש'מיילעך (יעקב יוסף לאנגסאם)- האט אויסגעזען גאנץ גוט. כ'ווייס נישט וויפיל לעיערס פון מלבושים ער האט אנגעהאט, אבער ער האט אויסגעזען זייער גראב. זיין בארד איז געווען גאנץ פיין געמאכט, עס האט אים קלאר פושט ולובש צורה געווען. פאר זיין קאסטיום בין איך נישט משוגע געווארן, א פלעינע פאני בעקיטשע… אבער זייער שלעכט איז עס נישט געווען, איך האב פשוט געדארפט פראצעסירן ביי מיר אין מח אז אין יענע צייטן (וועלכע?) איז מען אזוי געגאנגען.

וואן קאזימיר (אהרן מינץ)- האט אויסגעזען עפעס אויסטערליש הערליך, די צאמשטעל פון זיין צורה מיט זיין קאסטיום האט ארויסגעגעבן א פראכטפולן שלימות'דיגן אויסזען וואס פאדערט רעספעקט. זיין שייטל איז געווען זייער גוט צוגעפאסט, די ווייסע היילייטס האבן אסאך צוגעגעבן. זיין קאסטיום איז געווען הערליך שיין און גוט געפיט. די לאנגע גרינע קלייד מיט די הערנער (?) ביי די אקסלען, מיט די גרויסע גאלדענע גארטל… אויסערגעווענליך שיין.

משולם איסר (יוסף שמואל פרענקל)- האט אויסגעזען אביסל מאדנע און אינטערעסאנטליך. זיין בארד וואלט לעניית דעתי געמעגט זיין עטוואס לענגער, און זיין פרצוף וואלט געמעגט רעדן קלארערע ווערטער. זיין קאסטיום איז געווען די זעלבע (אדער ענליך) צו ש'מיילעכ'ס און וואס איך האב צו זאגן דערויף האב איך שוין געזאגט. אוועראלל האט ער אויסגעזען היפש דיפרענט און פאני.

העקטער (יואל הערש פוקס)- איבער העקטער'ס אויסזען קען מען זרייבן אן ארטיקל פאר זיך… עפעס זייער זייער אויסערגעווענליך און אנדערש, אבער פארט אויסנאמליך שיין און אוועקגעשטעלט. די מעיק-אפ האט אויסגעזאגט אז אלט איז ער נישט, און א וואוילער אויך נישט… די בארד, די שייטל, די הוט, די קלייד, אלעס האט אזוי גוט געשטימט און געקלאפט אויף אים. זיין טונקל שווארצע האר און רויטע קלייד האבן געשריגן רשעות און אכזריות, מ'האט אים געזען און גלייך געוואוסט מיט וועמען מ'האנדלט דא. לכאורה פון די בעסטע, אדער די בעסטע אויסזעענדע אקטיאר אויפן שפיל.

ברונאו (אהרן אלי' פרידמאן)- זיין האר און קאסטיום האט נישט גלייך געוויזן רשעות, כאטש וואס ער איז געווען א טייל פון די רשעים באנדע. און מעגליך איז דאס געווען א שטיקל כוונה דא, אז העקטער זאל אינגאנצן אויסזען ווי א רשע מרושע און ברונאו זאל נישט אויסזען אזוי שלעכט, ארויסצוברענגען אז בעצם איז העקטער די רשע, נאר ברונאו ארבעט פאר אים און העלפט אים נאר צו. זיין בלאנדע האר האט זייער איידל געשטימט מיט זיין קאסטיום, ברייט באוואקסן, א שטרענגער. פערפעקט.

קלמיש (וועלווי פעלדמאן)- קלמיש איז אן איידל אידל, אלעס ארום און אויף אים האט דאס געשריגן און געוויזן מיט אלע קאלירן. ער גייט אויך אנגעטון בערך ווי אלע דארטיגע אידן, אבער אביסל אנדערש, מ'זעט אז ער איז דיפרענט, זיין כאלאט פארמאגט אנדערע קאלירן, אזא מין מענטש איז ער. זיין בארד און פנים האבן מער ווייניגער פארציילט די זעלבע געשיכטע, אן אויסגעקראכענעם בערדל, א שיין בייכל, אזא ראולי פאולי וואס דרייט זיך איבעראל און שטעקט אריין די נאז אין יעדן לאך. זייער שיין צוגעפאסט און גוט ארויסגעברענגט זיין כאראקטער.

גונטער (לייבי ווידער)- גונטער האבן זיי נישט געהאט צופיל וועגן צו באקליידן, ס'איז גאנץ פשוט. ער דארף אויסזען ווי א גוי, פלעין, א גוי. א רויטע שווארצע קאסטיום - גראדע גאנץ עלעגאנט, לאנגע שווארצע האר - גראדע גוט צוגעפאסט, זיין האר האט געמעטשט מיט זיין קאסטיום, זיין פנים האט געוויזן ווייטאג איינמאל מ'האט געוואוסט אז ער האט. אלעס האט געשטימט, אלעס האט געקלאפט, און דאס איז די סיבה פארוואס מ'האט נישט גלייך געקענט אנצייגן וואספארא כאראקטער ער איז, ער האט אויסגעזען און געגעבן דעם איינדרוק פון א פלעינע פשוט'ע פאלנע גוי. זייער גוט דעליווערט.

מאניש (פיני מסרנו)- אויף זיין געזיכט האט זיך (כמעט) גארנישט אנגעזען אנדערש ווי א געווענליכן טאג אין ידידים קווייער… פאות האט ער געהאט, און קיינע גרויסע שינויים איז זיכער נישט געווען. זיין קאסטיום איז געווען גאנץ פיין, נארמאל, נישט עפעס מורא'דיג אבער אויך נישט אוועקצומאכן. שיין און בא'טעמ'ט, צום זאך.

שוחט (משה אליעזר פרענקל)- האט אויסגעזען ווי א טיפישער שוחט… נישטא קיין סאך וואס צוצולייגן אדער אראפצונעמען. זיין געזיכט, זיינע קליידער, ס'האט זייער שיין גערעדט און אויסגעזאגט וואספארא מענטש ער איז און וואספארא פאזיציע ער האט. פשוט און גראד, מ'האט אים גוט פארשטעלט לויט זיין כאראקטער.

דיטריך (אבא ווינקלער)- אין טורמע האט ער אויסגעזען גוט ווי אן ארעסטאנט, און שפעטער האט זיך עס זייער גוט געטוישט, ווי ער האט אויסגעזען די זעלבע, נאר ווי א באפרייטער. שענערע קליידער, מער צוזאמגענומען, און בכלל איז זיין עקט געווען דאן א מענטש וואס איז מער ביי זיך.

נטע (חיים הערש גלאנצער)
- דעי שטיקל קען אפשר באלאנגען ביי קאמעדי, אבער זאל זיין דא. די בארד/מעיק-אפ איז נישט שלעכט געווען, ס'האט דעפיניטלי געשמעקט קאמידיעניש און מ'האט גלייך געזען אז ער איז א גולגול (אדער כאטש א קאזין) פון לאצי. אבער מיט די קאסטיום האב איך א פראבלעם. ממה נפשך (נדנ), אויב איז אין פלאן אז ער זאל ווייטער שפילן קאמעדי ביי קומענדיגע שפילן, איז די קאסטיום נישט גוט געווען, ווייל ס'האט געמעטשט מיט די קליידער פון אלע דארטיגע אידן און מ'וואלט צו אים געברויכט צוקלעבן א קאסטיום וואס זאל אים ווייטער באגלייטן אויך אויף די אנדערע שפילן. און אויב איז נישט אין פלאן ער זאל ווייטער שפילן קאמעדי, האב איך סתם אזוי א פראבלעם אז ער האט אויסגעזען צי נארמאל (חוץ זיין פנים), זיין קאסטיום איז בכלל נישט געווען ניטאמאל א משהו אינטערעסאנטליך. נו שוין.

מרדכי הערש הערשקאוויטש- איי מרדכי הערש, יעדע מאל כ'זע דיין נאמען ווער איך ווידער ווילד פאר דיר… זיין בארד איז געווען שרעקליך, ס'האט זייער נישט גוט אויסגעזען, ס'האט אויסגעזען ווי צעטיילט אינמיטן און דארט האט זיך עס געטוישט קאלירן, לא טוב. זיין קאסטיום איז יא געווען שיין, די זעלבע איידיע ווי אלע אידן, אבער אנדערש, ארויסצואווייזן אז מרדכי הערש איז נישט אבי איינער… דער שמש ר' מרדכי הערש הערשקאוויטש!

שמעו'לע (נאו איידיע)- כ'ווייס נישט ווער דער אינגל איז געווען און ס'נישט נוגע דא אהער אויך נישט. אויף זיין פנים האב איך גארנישט געזען אויסער פאות, פונקט ווי ביי זיין ברודער, און זיין קאסטיום איז געווען ענליך צו די אידישע קאסטיומס אויפן שפיל. די קליינע הוט, לאנגע קליידער, פיין און וואויל.

זלמן לייב אייזענבערגער (עדגאר)- האט אויסגעזען ווי אן ארעסטאנט. גארנישט אנדערש אדער אויפפאלנד. א לאנגע קלייד, וועלכע סימבאליזירט געווענליך אדער א שולע אדער א טורמע… לאנגע האר, וועלכע ווייזט אז פאר א געוויסע סיבה האט ער זיך נישט געשוירן, דאס מאל צוליב וואס ער זיצט אין טורמע. כאטש וואס אנהייב סצענע האט נישט גלייך אויסגעזען ווי מיר זענען אין טורמע, צוליב וואס ש'מיילעך האט נישט אויסגעזען טורמעזירט, אבער עווענטועל איז אלעס געפאלן אין פלאץ.

ארעסטאנטן- נישטא קיין סאך וואס צו שרייבן, פאר צוויי סיבות. איינס, זיי האבן אנגעהאט פלעינע שווארצע לאנגע קליידער מיט מאדנע שייטלעך וכדומה, צוויי, ווייל ס'געווען היפש טונקל ווען מ'האט זיי געזען. אבער אזויפיל יא, ס'האט אויסגעזען ווי מ'האט דא צו טון מיט שעדליכע פארברעכער.

אידן- קיין סאך מעיק-אפ אויפן פנים וכו' איז נישט געווען וואס צו באטראכטן, און די קאסטיומס זענען געווען מער ווייניגער ענליך צו ש'מיילעכ'ס און משולם איסר'ס. איז אויב איז מען דאן געגאנגען אזוי אנגעטון, האבן זיי זייער גוט אריינגעפאסט אין די סצענעס און סיטואציעס. זייערע קליידער זענען נישט געווען אזוי אהערגעשטעלט ווי די הויפט אידן אקטיארן, אבער גענוג גוט און פשוט אז ס'זאל אריינבלענדן אין די מצב.

פאליציי אפיצירן- איבער זייער סייז האב איך שוין געשריבן ביי די סצענעס, אבער זייער האר און קאסטיומס זענען געווען זייער שיין און גוט צוגעפאסט. זיי האבן געגעבן דעם איינדרוק ווי אמאליגע רעספעקטירטע פאליציי-לייט, וועלכע זענען דא פאר די איינע סיבה, אינפארסירן געזעץ.

-

א דאנק פארן אנקומען ביז דא... האסט געהאט די זכי' צו ליינען מיינע בויך שמערצן ארויסגעברענגט אויף פאפיר... אבער אויב האסטע בטעות יא הנאה געהאט, דראפ א לייק און שרייב עפעס צו. שכח!
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

וואף!
דא ליגט כוחות!!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אנגעפאשעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 26, 2022 1:59 am

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעפאשעט »

זייער שיין
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3637
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

אט אויף דאס האבן מיר געווארט!!!

סאליד סאליד סאליד!!!
אוועטאר
גרויסע בחור
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 9:40 pm

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע בחור »

דעפענעטלי געלוינט צו ווארטן, זייער קלאר מיט א רייכע שפראך וואס נאר @שוואכער קען!
די האסט אויפגעפאסט אינטערעסאנטע אנעקדאטן ביים שפיל.
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

יוש!
אסאך דעטאלן, (אויך אסאך דעטאלן נישט...) און מאסיווע ארבעט!

#נישטא_קיין_ווערטער!
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
נאכטאיש
שר האלף
תגובות: 1525
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:59 pm
לאקאציע:אונטער די גרינינקע בוימעלעך

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכטאיש »

@שוואכער
דו האסט עפעס אן אנדערן סארט ברילן ווי סתם עמך מענטשן ווי קויפט מען דאס...?
מ'טראכט ביינאכט וואס מ'חלומט בייטאג.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

Wow!
דאס איז א עקסטערע כח און טאלאנט צו אבזערווירן אזוי שיין און זאפטיג,
אבער מער פונדעם איז די נערווען פון שרייבן אזוי לאנג...
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3461
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

זייער גוט, איין זאך לייבי'ס מעיקאפ איז נישט געווען קיין פאלענער גוי אויסקוק, ס'האט געשריגן אביסל
כ'בין שטאלץ צו זיין א אמעריקאנער בירגער 🇺🇲🇺🇲
בנימין כהן
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 28, 2024 3:20 pm

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין כהן »

איך מיין אז זיי דארפן דיר הייערן די נעקסטע פלעי צו שרייבן זייער ביכל, ניטאמאל איז עס איבערגעקוקט און נישט נאר טעותים איז נישטא נאר עס גיסט זיך לשונות אויסדריקען אז יעדע ווארט איז צוקישען. @לעזער נייהויז @שלומי שטיינמץ @לייבי ווידער
אוועטאר
שווארצע פעפער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 28, 2020 2:18 pm

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארצע פעפער »

לוינט זיך צו לייינען יעצט, אדער ענדערשט ווארטן פאר נאך די די ווי די קומט ארויס?
אויב איינער זאגט דיר גיי ווי די שווארצע פעפער וואקסט, מיינט ער מיך.
אוועטאר
אזא זאך
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 28, 2024 1:17 pm

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזא זאך »

@שוואכער דו ביסט ריזיג.
אוועטאר
מקווה איד
שר שמונת אלפים
תגובות: 8522
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

שוואכער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 12:07 am

מרדכי הערש הערשקאוויטש איז אריינגעקומען מיט זייער א קליינע פארט, אבער אוי האט ער געמאכט א שמחת יו"ט פאר יעדן איינעם… מרדכי הערש איז איינעם וועם ס'איז אוממעגליך צו ריפלעיסן מיט א צווייטן, אזוי ארגינעל און געשמאק. אין זיין קורצע טייל אינעם שפיל האט ער אריינגעווארן אזויפיל גוטע ליינס, אז יש מקום לומר אז ס'האט זיך געלוינט די גאנצע שפיל נאר פאר דעם. מרדכי הערש איז די זאך, מיר ווילן דיר זען פסח מיט א גרויסן פארט!

רעדנדיג פון קאמעדי מוז מען אריינווארפן מרדכי הערש. ער האט טאקע געהאט א פיצי חלק אינעם שפיל - אלץ פירער (אזוי האט אויסגעזען עכ"פ) פון די אידישע געמיינדע אינעם נייעם שטעטל וואו ש'מיילעך האט זיך באזעצט, אבער ווי געזאגט פריער, אין דעי פיצי פארט האט ער מצליח געווען אריינצושטופן עטליכע גאר גוטע ליינס. האפנטליך וועלן מיר זען אסאך מער פון אים אין די צוקונפטיגע שפילן. נאך א אינטערעסאנטע זאך, ווידער מיט ביכל, מרדכי הערש'ס נאמען ווערט נישט דערמאנט צווישן די שפילער אינעם שפיל ביכל. בין איך נייגעריג צו דאס איז געווען א טעות, אדער איז זיין פארט צוגעקומען די לעצטע מינוט ווען די ביכל איז שוין געווען אויסגעשטעלט, אדער גאר האבן זיי נישט געהאט וואס א נאמען צו געבן זיין פארט אינעם שפיל און דערפאר אויסגעלאזט זיין נאמען. וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן.

מרדכי הערש הערשקאוויטש- איי מרדכי הערש, יעדע מאל כ'זע דיין נאמען ווער איך ווידער ווילד פאר דיר… זיין בארד איז געווען שרעקליך, ס'האט זייער נישט גוט אויסגעזען, ס'האט אויסגעזען ווי צעטיילט אינמיטן און דארט האט זיך עס געטוישט קאלירן, לא טוב. זיין קאסטיום איז יא געווען שיין, די זעלבע איידיע ווי אלע אידן, אבער אנדערש, ארויסצואווייזן אז מרדכי הערש איז נישט אבי איינער… דער שמש ר' מרדכי הערש הערשקאוויטש!

א דאנק פארן אנקומען ביז דא... האסט געהאט די זכי' צו ליינען מיינע בויך שמערצן ארויסגעברענגט אויף פאפיר... אבער אויב האסטע בטעות יא הנאה געהאט, דראפ א לייק און שרייב עפעס צו. שכח!

א ריזיגע שכח פאר די גאנצע, אבער אויף מרדכי הערש איז דעיס ממש וואס איך האב געפילט, ער נעמט מיך איבער בלויז פון אים זעהן, פארט וויל איך אים זעהן אסאך אסאך מער.

שכח @שוואכער קיפ איט אפ.
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8615
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

שווארצע פעפער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 3:00 am
לוינט זיך צו לייינען יעצט, אדער ענדערשט ווארטן פאר נאך די די ווי די קומט ארויס?
אויב ביסטו נישט דארט געווען, דאן האלט איך אז דו זאלסט ווארטן אויפן די-ווי-די.

איין גאר וויכטיגע אנעקדאט האב איך גענצליך פארגעסן צוצולייגן... געווען איז עס קלאצנדיג אינדרויסן ביי אינטערמישן מיטן ציגארעטל אין די האנט, ווען נעבן מיר האט אריבערשפאצירט הרב @באשיינפערליך ... פרעג מיר נישט פארוואס (ווייל כ'קען דיר נישט ענטפערן), אבער צוגעגאנגען צו אים בין איך נישט, נאר איך בין ענדערש שטיין געבליבן אויף מיין ארט און אים באטראכט פון קאפ ביז פיס ביז ער איז אריבער... פארשטייט זיך אז דערנאך האב איך אים מודיע געווען אז געזען האב איך אים, און ער - פונקט ווי דיר - האט זיך געווינדערט פארוואס כ'בין נישט צוגעקומען זאגן העלא... עניוועי... איינס פון צענדליגע באקאנטע וועם כ'האב באמערקט דורכאויסן שפיל.
אוועטאר
למשל
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 25, 2023 1:19 pm
לאקאציע:אין מיינע חלומות

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למשל »

זייער גוט און דעטאלירט אראפגעלייגט!

ש'כח!
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!

פאר אלע נייע מוזיק דרוקט דא

מיינע קאלעקציעס:
עזרא באדאנסקי שמילי-קעסט לעיטעסט טאלקס What A Day
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6259
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

זייער גוט
געהיימער
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:48 pm

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געהיימער »

וואאאף! וועל מיר מוזן ליינען... אבער הערשט נאכן זען דעם די ווי די. זייזשע ביטע אזוי גוט הרב @שוואכער , און ברענגט ווידעראמאל ארויף דעם ארטיקל נאך די די ווי די קומט ארויס.
קאפעלנער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 10, 2024 2:44 am

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלנער »

מורא'דיג מורא'דיג
WOW WOW WOW
זייער גוט געשריבן כ'האב געוואלט נאך פארן ליינען שרייבן גלייך ווען כ'האב געזעהן אז ס'איז ארויס אבער כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן און געמיזט קודם ליינען
ש'כח
כה לחי
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6411
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

כ׳האב ב״ה נישט די שעה עס צו ליינען, אבער חזקה אז @שוואכער שטעלט צו שטארקע ארטיקלען…

פארן מיר נישט גריסן העמיר זיך אפרעכענען א צווייטע מאל…
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
שווארצע פעפער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 28, 2020 2:18 pm

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארצע פעפער »

שוואכער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 11:40 am
שווארצע פעפער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 3:00 am
לוינט זיך צו לייינען יעצט, אדער ענדערשט ווארטן פאר נאך די די ווי די קומט ארויס?
אויב ביסטו נישט דארט געווען, דאן האלט איך אז דו זאלסט ווארטן אויפן די-ווי-די.
העמער ווארטן בס"ד, געמיר פשוט א דערמאן דאס דורך צו ליינען איינמאל די די ווי די קומט ארויס.
אויב איינער זאגט דיר גיי ווי די שווארצע פעפער וואקסט, מיינט ער מיך.
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8615
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

שווארצע פעפער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 1:05 am
שוואכער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 11:40 am
שווארצע פעפער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 3:00 am
לוינט זיך צו לייינען יעצט, אדער ענדערשט ווארטן פאר נאך די די ווי די קומט ארויס?
אויב ביסטו נישט דארט געווען, דאן האלט איך אז דו זאלסט ווארטן אויפן די-ווי-די.
העמער ווארטן בס"ד, געמיר פשוט א דערמאן דאס דורך צו ליינען איינמאל די די ווי די קומט ארויס.
אי"ה.
אוועטאר
שווארצע פעפער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 28, 2020 2:18 pm

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארצע פעפער »

שוואכער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 1:05 am
שווארצע פעפער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 1:05 am
שוואכער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 11:40 am
שווארצע פעפער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 3:00 am
לוינט זיך צו לייינען יעצט, אדער ענדערשט ווארטן פאר נאך די די ווי די קומט ארויס?
אויב ביסטו נישט דארט געווען, דאן האלט איך אז דו זאלסט ווארטן אויפן די-ווי-די.
העמער ווארטן בס"ד, געמיר פשוט א דערמאן דאס דורך צו ליינען איינמאל די די ווי די קומט ארויס.
אי"ה.
יישר כח!
אויב איינער זאגט דיר גיי ווי די שווארצע פעפער וואקסט, מיינט ער מיך.
אוועטאר
געגאנגען
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

צי לאנג פאר מיר צו ליינען...

אבער איך פארלאז מיך אויף דיר אז ס'איז א גוטע ארטיקל!
זאבי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 7:40 pm
ווער ס’וויל קען דעיס נעמען פאר זיין אונטערשריפט..
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5425
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: מיין ארטיקל איבערן איבערן - איבערן שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

שוואכער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 12:07 am
אנהייבן מוז איך מיטן זאגן אז קיינע גרויסע חידושים וועלן ענק נישט טרעפן דא... נאר ענדערש אסאך בויך וויי און פינגער קלאפעריי אין די וועלט אריין... ס'האט גענומען גאנץ לאנג צו שרייבן, אבער דא איז עס - נישט בשלימות. וואס הייסט נישט בשלימות? איז אזוי, נאכן איינזען ווי גרויס דער ארטיקל וועט צום סוף זיין, האב איך אפגעמאכט אז היות ס'איז שוין סיי ווי אזוי לאנג, זאל שוין אלעס זיין געקאווערט, אבער ווען די שרייבן פלוס האט זיך פאר סאם ריזן אפגעשטעלט און כ'האב נישט געהאט קיין סאך נערוון ווייטער צו שרייבן און ענדיגן, האב איך אפגעמאכט אז לאמיך כאטש ענדיגן ס'זאל קענען ארויסגיין, און שוין. ממילא וויל איך ענק זאגן אז דריי עיקר זאכן וואס כ'האב געוואלט באשרייבן האב איך אויסגעלאזט, פראפס, ניגונים און סאונד. יא, ס'איז א שאד, אבער זאל כאטש זיין וואס ס'איז יא דא.

אה, נאך איין זאך בעפאר איך פארגעס... אין רעזולטאט פון די נערוון מאנגל ביי מיר, האב איך נישט איבערגעקוקט די ארטיקל פארן שיקן, פאר טעותים וכדומה, סאו ווער נישט אנגעצויגן ווען דו טרעפסט א ים מיט טעותים. הצלחה אויף דער רייזע...

איבערן שטעטל

סתם אנצוהייבן מיט עפעס וואס האט צו טון מיטן נאמען "איבערן שטעטל", איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז קעגן אנדערע שפילן האט דא די נאמען גאר ווינציג טאקע געהאט צו טון מיט די מעשה. די איינציגסטע חלק וואס האט אפשר געהאט צו טון דערמיט, איז די טריפה סקאנדאל אויף ש'מיילעך, וואס די פראבלעם האט געהערשט 'איבערן שטעטל', אבער חוץ פון דעם איז די נאמען מער ווייניגער סתם געווען געווארפן אין די וועלט אריין.

וואס-א-חילוק, לאמיר נישט אויפהאלטן מיט שטותים, סיי ווי איז נישט דאס וואס מאכט די שפיל יא אדער נישט גוט.

גייסט צום 'איבערן'?

פון ווען טיקעטס האבן זיך אנגעהויבן פארקויפן האב איך געטראכט. יא גיין, נישט גיין, אהין און צוריק. איך בין א מענטש וואס גלייכט שפילן וכדומה, אבער כ'בין נישט געווען זיכער אז כ'בין אינטערעסירט צו זיצן עטליכע שעה ביי אן 'איבערן' שפיל… אונטערן איז איין זאך, עקיבא איז פיין געווען, עפיק מאכט אויך פיינע שפילן, אבער די איבערן ברענד האט זיך איינגעקויפט א נאמען אלס שוואכע סחורה. ס'נישט קיין סוד, ס'איז די מציאות. און דאס איז געווען די סיבה פארוואס די אונטערן טיעם האט גאר שווער געארבעט אין די וואכן בעפארן שפיל, זיכער צו מאכן אז זייער מעסעדזש קומט אן צו יעדן איינעם: איבערן שטעטל גייט זיין בעסער ווי די פאריגע איבערן שפילן. ניין, די פונקטליכע ווערטער האבן זיי פארשטייט זיך נישט גענוצט, אבער יעדער האט פארשטאנען וואס זיי ווילן ארויסברענגען. און טאקע דערפאר האב איך זיך גע'ישוב'ט אהין און צוריק אן אויפהער, נישט קענענדיג מחליט זיין אויב ס'איז ווערד די צייט.

משפחה און חברים זענען אויך נייגעריג געווען און האבן כסדר געפרעגט "גייסט צום 'איבערן'?", דרוקנדיג דוקא אויפן ווארט 'איבערן', ווילדיג הערן מיין החלטה איבערן אפצווייג פונעם אונטערן חבריא. אין אנהייב האב איך געמאכט א חשבון אז אויב וועט די שפיל זיין עוועילעבל צו סטריעמען אינדערהיים, וועל איך אזוי טון, און אויב נישט וועל איך בלייבן אינדערהיים און פארטיג, אבער ווען יו"ט איז געקומען נענטער און נענטער, איז עפעס פלוצלינג אריין אין מיר און איך האב אפגעמאכט אז כ'גיי.

מארקעטינג ארבעט. זייער מאכטפולע מעסעדזש איז אנגעקומען וואו זיי האבן געוואלט. ס'האט דערגרייכט ביז צו מיר אין מח. כ'האב אפגעמאכט אז ס'וועט ווארשיינליך טאקע זיין בעסער ווי אבי א איבערן, זיי וואלטן דאך נישט אזוי געפאמפט דעם שפיל געבויט אויף הוילע שקרים, ממילא ציפ איך אראפ פון מיין צייט און כ'גיי. כ'האב יא פארשטאנען אז קיין אונטערן קוואליטעט וועט דארט נישט זיין צום געפינען, דאך האב איך געמאכט א החלטה און פארשאפט א טיקעט.

איבערן, מיר זענען דא!

ס'איז חול המועד, מ'לאזט זיך ארויס אין וועג פון שטאט צום נוארק סימפאני זאל אין נוארק, ניו דזשערזי, מיטצוהאלטן איבערן שטעטל.

אנקומענדיג אין געגנט פונעם זאל האט זיך גלייך דערקענט אז מיר געפינען זיך אין א עקלדיגע נידריגע גענגט פול מיט צעווילדעוועטע היימלאזע פארוואגלטע פארשוינען, בעיקר פון איין קאליר… די חברה זענען געלעגן אין די גאסן, בקיצור, פוי. אבער אנקומענדיג נענטער און נענטער האט זיך אנגעהויבן אנזען דא א איד, דארט א איד, דא א טלית קטן, דארט א בעקיטשע. א היימישע מצב.

אריין אין זאל בין איך פונקטליך זיבן אזייגער, און קיין לאנגע רייעס איז נישט געווען. מ'האט געסקענט מיין בילעט, און כ'האב פאר סאם ריזען זוכה געווען צו באקומען א ברעיסלעט, וועלכע זיי האבן ניטאמאל געהאט צייט ארויפצולייגן אויף די האנט, געגעבן און געגאנגען. כ'האב דעם ברעיסלעט נישט גענוצט קיין איין מאל. ס'ליגט נאך לכאורה אין מיין טיש בעקיטשע.

אויפן וועג אריין אין זאל האב איך באמערקט די אונטערן פלאקאטן אויף די ווענט, און פאר ווער ס'נייגעריג, אונטערן זוכט נישט סתם אנצוהענגען די ווענט. צען פוינטס פאר די אונטערן חבריא פארן נעמען די צייט צו באדעקן די עדווערטייזמענטס וועלכע זענען לכאורה געהאנגען דארט. זייער א חשוב'ע ארויפגעקוקטע זאך.

כ'האב זיך באקוועם געמאכט אויפן זיץ ממש ווען די סצענע האט זיך געעפנט, אבער די זאל איז נאכנישט געווען מסודר, צוליב וואס טייל באסעס זענען אנגעקומען ממש צום שפיל [כ'האב געזען ווי מאסן אידן שטראמען אראפ פון די באסעס אריין אינעם זאל די זעלבע צייט וואס איך בין אנגעקומען] און א גרויסע עולם האט זיך נאך געהאלטן אינמיטן מסדר זיין מיטן טרעפן די זיצן און זיך מסדר זיין. אבער היות ביי די אונטערן חבריא איז נישטא אזא זאך ווי פעניען אפילו א איבריגע רגע, האט מען זיבענע אויפן האר אנגעהויבן די אינטראדאקשן (וועלכע איך האב מער ווייניגער פארפאסט).

די שפיל ביכל איז נישט געלייגט געווארן אויף יעדע פלאץ, חוץ אויב איינער האט וויכטיג געדארפט נאך אפאר און אפגע'גנב'עט פון מיין גאנצע שורה און פון די שורה פארדעם און נאכדעם. בלית ברירה בין איך געגאנגען גלות ליידן ביז איך האב אפגעפינען א גאנצן ביכל ערגעצוואו אויף די ערד, עלנד. איי ווילסטו וויסן וויאזוי איך האב בכלל געוואוסט אז ס'דא א ביכל?... פשוט, כ'האב געזען מענטשן אריינקוקן דערין און ס'האט זיך מיר פארשמעקט אויך א בליק צו כאפן און זען וואספארא גליקן מ'פארקויפט דארט.

קריטיק אויפן ביכל האב איך גענוג, אבער כ'וועל זיך צוריקהאלטן ווייל איך ווייס אז ביי יעדע שפיל האט די ביכל א ים מיט טעותים און דורכפעלער, צוליב וואס דאס גייט צום דרוק זייער נאנט צום שפיל און ס'ממש נישטא קיין צייט זיך געהעריג אפצוגעבן דערמיט, און א חלק פון די בילדער אינעם ביכל זאגן עדות דערויף - בילדער וועלכע זענען ווארשיינליך געכאפט געווארן די וואך פון יום טוב. פארוואס טאקע? גוטע קשיא… שוין צייט צו טוישן און פארטיילן א געהעריגן ביכל מיט 'אלע' ניגונים, זערא טעותים, וכו'.

עניוועי, צום שפיל.

ערשטע סצענע - אין טורמע

אנהייב סצענע איז מיר נישט בייגעפאלן אז מ'רעדט דא פון א טורמע, ס'געווען א טיש דארט, צוויי מענטשן זיצן, נארמאל. ס'האט טאקע נישט געמאכט קיין סענס אז זיי טראגן מאדנע קליידער און אז ס'דא א וואך-טורעם אינמיטן, אבער קיין צוים, קיין ארומשפאצירנדע וועכטער, ס'האט אויסגעזען אנהייב אביסל מאדנע. נאך עטליכע מינוט איז קלאר געווארן אז מיר זענען דא אין טורמע און צעביסלעך האבן זאכן אנגעהויבן מאכן סענס.

פארוואס ש'מיילעך איז געווען אין טורמע האט קיינער נישט פארשטאנען, און זיכער נישט פארוואס ער האט נישט וואו אהיימצוגיין. אזויפיל האבן מיר פארשטאנען, אז מ'האט אנגעהויבן טיף אינמיטן א מעשה. די בערג פון קשיות האבן זיך געהאלטן אין איין פארמערן, זיינע רפואות, זיין העפט און נאכמער פארוואס מ'באפרייט אים פון איין מינוט צום צווייטן ווען ער איז געווען אזוי זיכער א מינוט פריער אז ער גייט נישט אין ערגעץ.

יעקב יוסף לאנגסאם האט געעקט עפעס נישט נארמאל מאסיוו, גוט אריינגעשטומט אינעם כאראקטער, גאר גוט געשפילט א פארוואגלע רחמנות וועלכע האט נישט אינערגעץ אין די וועלט וואו צו ווענדן זיינע טריט. יואל הערש פוקס האט אויך געעקט גאר גאר גוט - ווי ערווארטעט פון יואל הערש, מיט זיין צינישע סארקאזם, רשעות'דיגע לצנות, אראפגעלייגט א עכט גוטע ארבעט. אהרם אלי' פריעדמאן איז אויך זייער גוט געווען, כאטש ער וואלט רואיגערהייט געקענט באזיצן א היפש גרעסערן פארט אינעם שפיל. אבא ווינקלער האט געווינקלערט ווי ס'ברויך צו זיין, אויך זייער א קליינע פארט געהאט, אבער גוט אראפגעלייגט וואס ער האט געדארפט אראפלייגן. זלמן לייב אייזנבערגער און משה מאלח האבן אויך גוט געשפילט זייער טייל אין תפיסה.

צווייטע סצענע - אין אידישן קווארטל

די ערשטע בליק אויפן סצענע האט ארויסגעגעבן אז מיר געפינען זיך אין א רואיגע אידישע געגנט ערגעצוואו, קינדער שפילן רואיג, די צוויי הייזער ביי די צוויי זייטן, אלעס קלאפט פיין. אלע אנוועזנדע הערצער האבן מיטגעבאכעט מיט ש'מיילעך ווען ער איז אנגעקומען אהין און אנגעהויבן באטראכטן זיין הויז, די באכערייען זענען נאר שטערקער געווארן מיט יעדע טריט ווייטער ארויף די טרעפ צו זיין הויז... ער קושט די מזוזה... און... גייט צוריק אראפ די טרעפ...

ביים זען זיינע קינדער אנטלויפן פון אים איז געווען עקסטער שווער אראפצושלינגען, קיינער האט נאכאלץ נישט פארשטאנען פארוואס קיינער וויל נישט שטיין נעבן ש'מיילעך, אבער אזויפיל ווייסן מיר שוין, אז אפילו זיינע קינדער שטייען ווייט פון אים. די נייגער איז געשטיגן נאכדעם וואס משולם איסר האט ארויסגעטראסקעט ש'מיילעך פונעם געגנט מיט קללות נמרצות, און דערנאך נאכמער ווען ער האט אנגעסטראשעט ש'מיילעכ'ס קינדער מיטן ערגסטן און אויפגעהאנגען א גרויסע פלאקאט אויף זייער היים...

פיני מסרנו האט אראפגעשפילט גאנץ א פיינע עקט, זיכער בעסער ווי ביי אונטערן קריג, האפנטליך ביים קומענגידן שפיל וועט ער זיין נאך בעסער. די אינגל האט אויך גאנץ גוט געשפילט, נישט עפעס אויסערגעווענליך, אבער אויך נישט אוועקצומאכן. יוסף שמואל פרענקל, כ'האב פאר דיר נישט קיין ווערטער. עפעס אזא מין שלעכטע געמיינע אנגעצויגענע זיידע, מאמאמיא. כ'האב נאך קיינמאל אזא פארט אין א פלעי נישט געזען - איינער זאל שפילן אז רשע אבער אן ארויפגעקוקטן איד, שרעקעדיגע רשעות געווען. חיים הערש גלאנצער האט זיך אנגערוקט, אקעי.

לייבי צווישן די סצענעס

אפשר איז דא די גוטע פלאץ צו רעדן דערפון... ממש א שאד אז כ'האב געליינט דא אויף אייוועלט בערך די פונדאמענטן פון די מעשה, ממילא האב איך פארשטאנען וואס און פארוואס מ'זעט לייבי ווילדעווען צווישן יעדע סצענע אונעם נעקסטן, אבער פאר די פולע אודיענץ איז עס געווען עפעס געוואלדיג... רוקן די קאפ פון איין זייט זאל צום צווייטן און דערנאך צום סטעידזש, אזוי עטליכע מאל דורכאויסן שפיל, די עולם האט נישט געוואוסט וואס ס'גייט פאר, פארוואס מ'זעט קוים לייבי אויפן עקטן אנהייב שפיל, די גאנצע זאך איז געווען א מאדנע מיסטעריע.

לייבי האט געעקט ווי נאר לייבי קען, ווי איינער וואס עקט יעדן טאג פון זיין לעבן (אפשר טאקע...), ער האט ממש אריינגעשלעפט די צוקוקער אויף א נישט נארמאלע פארנעם. אויך שפעטער אינעם שפיל ווען ער האט יא געהעריג געעקט, אראפגעלייגט אן עקט וואס מ'האט שוין לאנג נישט געזען. די רשעות און אכזריות קאמבינירט מיט די הארציגע וויינעדיגע געפילן, עפעס וואס קיינער וועלט נישט געקענט אראפלייגן אזויווי לייבי האט.

דריטע סצענע - אין יאטקע

דער רחמנות וואנדערט ווייטער, און מיר ווייסן נאכאלץ נישט וואס אזאנס דא קומט פאר. א פיצי דראמאטיש ווען ער האט זיך אריינגעבראכן אין זיין אייגן געשעפט אינמיטן נאכט און זיך געלייגט שלאפן אויף די ערד. מ'זוכט אים, וועלווי באהאלט אים, כ'בין קלאר געווען נערוועז אז מ'גייט אים טרעפן... ענדליך פאריבער, אבער פון דארט אויך פארטריבן. אבער ענדליך גייט מען דא צוריקדרייען די זייער מיט זעקס יאר און פארציילן פאר די צוקוקער (און פאר וועלווי) וואס ס'האט מיט ש'מיילעך פאסירט.

כ'האב הנאה געהאט פון די דיטעילס אין דעם סצענע, ווי דאס צודעקן ש'מיילעכ'ס נאמען ביים נאמען פון געשעפט, די וואגן, די פליישן, די מעדעצינען, פלאקאטן, אלע איינצלהייטן האבן זייער גוט געשטימט.

משה אליעזר פרענקל האט זייער גוט אראפגעלייגט זיין פארט, גאר גוט, זייער גוט צוגעפאסט דער אקטיאר מיטן כאראקטער. וועלווי פעלדמאן האט אויך מאסיוו געעקט, פונקט ווי לאנגסאם איז עס די ערשטע מאל וואס ער האט א נארמאלן עקט אויף א שפיל, אבער צו קיינעמ'ס וואונדער האט ער דעליווערט א עכטע גוטע ארבעט, ממש ארויס פון דער וועלט. די מיטגעפיל, די אויבער-חכם'שאפט, די שלימזלנות, אלעס. געוואלדיג.

פערטע סצענע - אלטע יאטקע

גאנץ אינטערעסאנט צו זען יענקי לאנדא אויפן סטעידזש, נישט קיין אפטע ערשיינונג לעצטנס. וועגן קאמעדי וועט מען עקסטער אויסשמועסן. ש'מיילעך פירט זיך זיין יאטקע מיט א געניטקייט און א פרייליכקייט, און דא דארטן שטעלט ער צוזאם רפואות פאר מענטשן וואס קומען אריין און בעטן. די עולם ווייסט נאכאלץ נישט וואס ס'האט עווענטועל פאסירט מיט ש'מיילעך, אבער אזויפיל ווייסט מען, אז מ'גייט אט אט אויסגעפינען...

יואל הערש קומט אריין און שטעלט פארזיכטיגערהייט אונטער וואס ער דארף אונטערשטעלן, די פלייש, די מעדעצין פארן אדלמאנ'ס קראנקע זון, פיין, מסודר. וועלווי ביי די זייט האלט זיך איין מיט אייזערנע כוחות פון אריינשטורעמען אין די מעשה וואס מ'דערציילט אים יעצט און ווארענען ש'מיילעך איבער וואס ס'קומט…

ענדליך הייבט די עולם אן עטוואס צו פארשטיין וויאזוי ש'מיילעך איז אין אזאנע צרות אריינגעפאלן, זאכן הייבן ענדליך אן זיך צוזאמצוקלעבן מיט די פאריגע סצענעס. נאכנישט אינגאנצן, אבער ערגעץ האלט מען שוין.

איך וויל פארשטיין פארוואס ביי יעדע שפיל זענען די סאלדאטן/פאליציאנטן קליינטשיגע אויסגעדארטע חברה, וואס זעען אויס ווי מיט א בלאז זענען זיי ביים אנדערן זייט סטעידזש. נעם פארדעם גרויסע גראבע געבויטע חברה, פון וועם מ'קען זיך נישט ארויסרייסן. וואטעווער.

פינפטע סצענע - שלאָס

דער אדלמאן איז נישט משוגע און וויל זיך מער נישט לאזן פון העקטער'ן… העקטער איז סטאק… אבער ער גייט זיך נישט לאזן פאלן, נאר ענדערש מסדר זיין ש'מיילעך און שוין… פארטוישט מעדעצינען אויף סם, רייסט ארויס ביכער און העפטן פון היילונגען, דאס קינד איז שיעור נישט געשטארבן… ש'מיילעך זאגט צו צו טרעפן די אינעווייניג פונעם העפט און זיין צוריק ביז צוויי שעה צו היילן דאס קינד אינגאנצן…

אהרן מינץ פאסט אריין אין זיין פארט ווי א גראבע האנט אין א גראבע הענטשקע… דעי פארט איז געבוירן פאר אים. אזוי געניט און בא'טעמ'ט אראפגעלייגט, ממש געוואלדיג. א נערוועזע הערשער מיט מער באדינער ווי שכל. א צעבראכענע טאטע וואס פראבירט צו טון פאר זיין קינד אלעס אין די וועלט און ס'גייט אים נישט. דזשאב וועל דאן.

זעקסטע סצענע - פריוואטע צימער אין שלאָס

זייער א קורצע ליידיגע סצענע, אן קיין שום פראפס. די צוויי באנדיטן רעדן איבער זייער בעה"ב זיי צו געבן ערלויבעניש צו ארעסטירן ש'מיילעך און חרוב מאכן זיין לעבן. נאכן צוזאגן אז זיי וועלן זיכער מאכן אז די אידן גייען נישט משוגע מאכן פאר זיין באפרייאונג, געבט ער נישט נאר ערלויבעניש אים צו ארעסטירן, נאר ער פילט שוין אויך ביי זיך אליינס אז דאס איז יעצט די ריכטיגע זאך צו טון, זיין קינד דארף דאך אויסגעהיילט ווערן.

זיבעטע סצענע - אויפן בריק

עפענעדיג די סצענע האט זיך גלייך געשפירט וויי ביים וואסער, יעדער האט גראד געוואוסט וואו מ'איז. די בריק, די וואסערפאלן, די גאנצע צוזאמשטעל האט געגעבן א קילן ווינטל געפיל פארן אודיענץ. כ'האב עקסטער הנאה געהאט פון די פיצי לעמפלעך אויפן בריק, כ'ווייס נישט פארוואס זיי האבן עס צוגעלייגט, אבער ס'האט צוגעגעבן א געוויסן טאטש…

א שרעקליכע ווייטאגליכע סצענע פון אלע זייטן… די טונקלסטע טאג אין ש'מיילעכ'ס לעבן. כ'האב זייער הנאה געהאט פון די טריפעראציע אין אנהייב צווישן משולם איסר און ש'מיילעך, ווען משולם איסר רעדט פון די טריפה און ש'מיילעך מיינט אז מ'רעדט פון דער אדלמאנ'ס זון, און ווי ש'מיילעך ווערט דאפלט אנגעצויגן ווען ער ווערט געוואויר אז ער האט יעצט נאך א ביטערע פרשה הויערן אויף זיין אומשולדיגע קאפ.

אזוי צו כאפן געזונטע זעצעס פון צוויי (אומ)מענטשן בלויז א האלבע מינוט אפגערוקט איינס פון צווייטן איז ביטער פיינפול, און די פיין האבן די צוקוקער זייער שטארק געשפירט, יעקב יוסף האט גאר גוט אראפגעלייגט די אויסטערלישע פארלוירנקייט און צעמישטקייט. געוויינט און ארעסטירט, און שוין.

אכטע סצענע - ל"ג בעומר

די סצענע עפנט זיך, קיינער ווייסט נאכנישט פונקטלין וואס דא קומט פאר, אבער נאך עטליכע סקונדעס הייבט מען אן כאפן. פשוט, ס'איז ל"ג בעומר… מ'זעט דעם קלארינעט, די הדלקה, מ'גיסט שמן, געהעריג ל"ג בעומר אי(בער)ן שטעטל.

בכלל די געדאנק פון מאכן א ל"ג בעומר הדלקה אלץ א סצענע ביי א שפיל איז עפעס וואס איז פאר מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן… עקסטערע קריעיטיוועטי ליגט אין דעם. די דעטאלן האבן אויך א געוואלד צוגעגעבן, ווי די טאמבלסאוסעס, די ל"ג בעומר סטייל מוזיק, נישט לאזן די קינדער גיסן אויל (ס'נאר פאר ווער ס'האט געפאסט…), וכו'.

כ'האב קודם נישט געכאפט וואס ס'גייט פאר, מ'האט דאך ארעסטירט ש'מיילעך דריי מינוט צוריק. אבער ווען די שמועס האט אנגעהויבן פארן אהין און צוריק צווישן ש'מיילעך און די אידן דארט, האב איך פארשטאנען אז מ'איז שוין צוריקגעפארן ווי די מעשה האט פריער געהאלטן און ש'מיילעך האט זיך אריבערגעצויגן צו א נייעם שטעטל אנצוהייבן דאס לעבן פון דאסניי, נאכדעם וואס מ'האט אים פון זיין שטעטל פארווארפן.

די גאנצע סצענע איז געווען גאר חידוש'פול, די געדאנק אז מ'בעט ש'מיילעך אויפצוטרעטן, אויך די פאקט אז דארט רופט ער זיך הערש און אלע אידן רופן אים רעב הערש… א מענטש אנגעטון אין שווארץ רוקט זיך אריין, און דאן בום… משולם איסר האט דא איבערגעצויגן אלע שטריקלעך און גרעניצן אזש כ'האב מיך פשוט געוואלט אויפשטעלן און מיך נעמען שעלטן… א מין רשע דער. אבער דער שפיץ, ווען ש'מיילעכ'ס צוויי קינדער קומען אריין און זעען די מצב… א שטיין האט געקענט צעגיין. ש'מיילעך געבט איבער פאר זיין זון עפעס א מיסטעריעזע זייגער, איי געס מ'וועט באלד אויסגעפינען וואס און פארוואס, און ער זאגט זיי צו אז ער וועט זיין צוריק, בשעת העקטער זאגט צו אז נישט... ארעסטירט דעם טאטן, די קינדער וויינען צו די דארטיגע אידן זיי צו העלפן און כאטש עפעס טון צו ראטעווען זייער טאטע. נאך אלעם איז קלמיש דער וואס פארשטייט זיי די מערסטע.

צוויי אינטערעסאנטע איינצלהייטן אינעם עקט פון וואס די עולם האט זייער הנאה געהאט. איינס, ווען משולם איסר איז צוריקגעקומען מיט העקטער און פאליציי, האט נאך די מוזיק געשפילט, און ער האט אזוי אריינגעטאנצן אויפן סטעידזש… אזוי מיטגעטאנצן מיטן ביט. צוויי, נאך די ווערטער אויסטויש צווישן משולם איסר און די שטאטסלייט, ווען אלע האבן אים צוזאמען פארטריבן פון ארט (אין שפיץ פון קלמיש…), אז זיי האבן גענוצט דעם זעלבן נוסח "גיי… גיי… גיי…" וואס משולם איסר האט גענוצט ביים ארויסשטויסן ש'מיילעך פון שטאט. די עולם האט מיטגעשריגן און מיטגעפאטשט, די עולם האט מיטגעלעבט די סיטואציע, ממש א מחי'.

מרדכי הערש הערשקאוויטש איז אריינגעקומען מיט זייער א קליינע פארט, אבער אוי האט ער געמאכט א שמחת יו"ט פאר יעדן איינעם… מרדכי הערש איז איינעם וועם ס'איז אוממעגליך צו ריפלעיסן מיט א צווייטן, אזוי ארגינעל און געשמאק. אין זיין קורצע טייל אינעם שפיל האט ער אריינגעווארן אזויפיל גוטע ליינס, אז יש מקום לומר אז ס'האט זיך געלוינט די גאנצע שפיל נאר פאר דעם. מרדכי הערש איז די זאך, מיר ווילן דיר זען פסח מיט א גרויסן פארט!

ניינטע סצענע - איבערן שטעטל (קעלער)

א גאר קליינע סצענע - אויך ליידיג פון פראפס, פיני (מאניש אויפן שפיל) האט אראפגעלייגט גאנץ א גוטע דזשאב, ציטערנדיג סיי פונעם קעלער און סיי פאר קעלט. דא ווערן מיט געוואויר וואס די מיסטעריע מיט די טאשן זייגער איז געווען, ס'ווארשיינליך געשטאנען דארט דיטריכ'ס אדרעס. אבא ווינקלער (דיטריך אויפן שפיל) האט אויך גאר גוט אראפגעלייגט די צווייטע טייל פון זיין פארט, צייגנדיג פאר מאניש די מאפע פון די טורמע וואו ש'מיילעך געפינט זיך, זייענדיג מסביר אז ער קען דאס אויסערווייניג האבנדיג געארבעט דארט פאר העקטער. די סצענע פארמאכט זיך אונז איבערלאזנדיג ווארטן מיט אפענע מיילער פארן רעטונג אקציע…

צענטע סצענע - אין טורמע צעל

ענדליך איז לייבי (גונטער אויפן שפיל) דא, ער זוכט ארבעט… אבער כאטש איז ער דא. מיר ווייסן שוין יעצט אז עפעס האט ש'מיילעך מיט גונטער, נאך די צוויי אינצידענטן, איינס ווי ש'מיילעך האט בטעות אריינגעזעצט אין אים און גונטער האט אים דערקענט און אים אנגעהויבן נאכלויפן, און די צווייטע ל"ג בעומר, ווען הארט איידער מ'האט ארעסטירט ש'מיילעך האט גונטער אריינגעשטורעמט און די גאנצע סטעידזש האט געפרירט פאר אפאר סקונדעס (אגב, ס'זייער גוט געווען!), און דערנאך האט מען ארויסגעפירט ש'מיילעך און אויך גונטער איז ארויס.

כ'הייב אן ציטערן פון דעם מיסטעריעזן גונטער, שטעלט זיך ארויס אז ער האט יארן ערפארונג אינעם מיליטער. איך שטיי ווייט… און העקטער, טאקע נאכן הערן אז ער האט מיליטערישע ערפארונג האט ער אים גלייך אנגענומען אלץ ארבעטער אין טורמע. ניטאמאל האט ער געוואוסט וואספארא ארבעט ער האט פאר אים צו טון, אבער פון זיינע שורות האט מען פארשטאנען אז אזא איינער טאר מען נישט ארויסלאזן פון די הענט, און נאכדערצו צו באוואכן די טורמע וועלכע אנהאלט אין זיך די ערגסטע פארברעכער פון שטאט.

העקטערס מיטארבעטער - ברונאו - האט אנגעהויבן ארומווייזן די טורמע פאר גונטער, דאן זענען זיי אריבער אין קיך און ארויסגעברענגט עסן צו טיילן פאר די ארעסטאנטן. ברונאו האט אנגעוויזן פאר גונטער פונקטליך וויאזוי צו טיילן די עסן און אנגעווארנט צו שטיין די ווייטסטע מעגליך, ווייל די ארעסטאנטן זענען זייער שעדליך. זייענדיג מסביר וויאזוי די טואמע איז אויסגעשטעלט האט זיך ארויסגעכאפט אז דא זיצט אויך ש'מיילעך… גונטער איז בייז… ער פראבירט אנצוכאפן ש'מיילעך ביים אים געבן זיין עסן, ברונאו באמערקט און פרעגט אים דערוועגן, ער דרייט זיך גרינג ארויס… ענדליך איז ער דארט אליינס, ער וויל אנהייבן שרייען אויף ש'מיילעך, און העקטער שפאצירט אריין… העקטער וויל פארשטיין, אבער גונטער דרייט זיך ווידער ארויס מיט תירוצים.

מ'הערט זעצעס, איך האב קודם געמיינט אז ס'איז פון איינע פון די צעלן וואס די אודיענץ האט געקענט זען, אבער נאך וואס ברונאו האט געפרעגט העקטער דערוועגן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט דא, נאר אן אנדערן ארעסטאנט - וועמען מ'האלט אין אן אנדערן אפטיילונג - האקט אוועק אז מ'הערט עס ביז דא. כ'האב הנאה געהאט ווי ברונאו פרעגט פארוואס ער האקט און העקטער ענטפערט מיט א גראדן פנים "ווייל ער וויל ארויסגיין"... העקטער הייסט אים אריינברענגען, און נישט מער און נישט ווייניגער, קלמיש איז דא! אויף די פראגע וואס ער זוכט דא האט העקטער מסביר געווען אז ער האט זיך געפערליך גערייצט און אים אריינגעשפיגן אין פרצוף אריין… די עולם האט זיך פיין צושמייכלט. נאכן זיך איינבעטן און אים אנסטראשענען מיטן לעבן האט מען אים אריינגעשליידערט אינעם זעלבן צעל ווי ש'מיילעך, ש'מיילעך איז גענצליך שאקירט און איבערראשט צו זען קלמיש אין טורמע.

לאנגסאם און פעלדמאן צוזאמען אין טורמע אלץ ערנסטע אקטיארן… ווער וואלט זיך אמאל גע'חלומ'ט אז דאס קען בכלל אמאל געשען… און דא שטיי מיר.

גאר רירנד און הארציג איז געווען די חלק ווען זיי זענען ארויסגעקומען פונעם צעל און צוזאמען זיך מחזק געווען און געזונגען. די איכה תנועה וואס ש'מייעלך האט געזונגען האט צעלאזט מיין הארץ, און כ'בין זיכער אז כ'בין נישט די איינציגסטע. כ'האב אויך קודם געטראכט וויאזוי זיי קענען ארויסקומען פון זייער צעל, זיי זענען דאך גאר שטרענג פארשפארט, אבער כ'האב שנעל מחליט געווען נישט צו פרעגן קיינע פראגעס, פשוט, ס'איז א גכוואלדיגע פארט אריינצולייגן א שטיקל ניגון, די טיר פון די צעל האט נישט קיין פענסטער - צוליב די מאס פארשפארטקייט, זענען זיי ארויס זינגען גלייך אינדרויסן פונעם צעל, ס'גארנישט. כ'האב סיי ווי נישט געהאט צופיל צייט צו טראכטן, די זינגען האט נישט לאנג אנגעהאלטן, נאך עטליכע מינוט זענען זיי צוריק אריין אין זייער צעל און די סצענע רוקט זיך ווייטער…

באמערקנדיג מאניש קריכן אויפן דאך פונעם טורמע האט געלאזט א טרייסל אין אלע ביינער, כ'האב געוואוסט וואס דאס מיינט, מיר גייען יעצט מיטהאלטן עטליכע לאנגע מינוטן פון דראמא און אנגעצויגנקייט, אן קיין מעגליכקייט צו וויסן וואס עס וועט זיך אין די ענדע אויסלאזן מיט די רעטונג וואס דארף דא פארקומען. יעדע טריט וואס ער קריכט באכעט מיין הארץ שטערקער און שטערקער, ער קומט נענטער און נענטער און מיינע אויגן גייען אים נאך. צוצולייגן צום דראמא האבן זיי אויפגעשפילט ווי דיטריך רעדט צו מאניש אינעם פאריגן סצענע, ווי ער זאגט אים וואו יא צו גיין און וואו נישט. מאניש ווערט צעמישט און ווייסט נישט וואו צו גיין און מיין הארץ גייט אויס פאר פחד.

מאניש מאכט א חשבון אז ער האט נישט וואס צו פארלירן, ווייל ער ווייסט סיי ווי נישט וואו ער איז און וואו ער גייט, און ער לאזט אראפ זיין שטריק אריין אין טורמע, העכער העקטערס קאפ… כ'האב זייער הנאה געהאט פונעם טייל ווי העקטער כאפט א קיצל פון די שטריק און אן קיין ווערטער פארשטייען מיר אז ער מאכט עס אוועק טראכטנדיג אז ס'גארנישט, די קלייניקייט האט גאר אסאך צוגעלייגט צום אנגעצויגנקייט וואס האט געהערשט אין די מינוטן. מאניש גייט צוריק צו וואו ער איז פריער געווען און באשליסט נאכאמאל צו פראבירן מיטן שטריק, אבער דאס מאל האט העקטער געכאפט באצייטנס און אנגעהויבן מאכן מערדערליכע קולות, רופנדיג ברונאו. ברונאו טענה'ט אז העקטער חלומ'ט און פיצט אפ. העקטער שפאצירט ארום נערוועזערהייט, ער הערט פיסטריט און אויפן ארט סטראשעט ער מיט הייס געווער אויב יענער אויפן דאך קומט נישט אראפ דעי רגע… מאניש האט נישט קיין צוויי ברירות און טאנצט אראפ, אריין אין העקטערס צימער.

העקטער מאכט געבראטענע יללות בשעת'ן צובינדן מאניש'ן צום בענקל [אינטערעסאנט איז געווען אנצומערקן, אז העקטער האט נאך יעצט נישט געוואוסט ווער מאניש איז]. נאכן צובינדן לויפט ער ארויס צוריקברענגען ברונאו, אבער אין די זעלבע צייט בינדט זיך מאניש אויף און זוכט אויף די שליסל צו עפנען די צעלן. אין א מאדנע שריט איז ער מחליח צו עפנען דוקא אלע צעלן און ס'ווערט הויך יו"ט אין טורמע…

דא האבן די פראדוסערס מחליט געווען אריינצופאקן עטוואס דראמא, ווייל קיין עכטע דראמא איז נישט געזען געווארן דורכאויסן שפיל. אלע טורמע טירן האבן זיך געעפנט און די פארברעכער האבן זיך אנגעהויבן שלאגן צווישן זיך, ביז זיי האבן געמיינזאם מחליט געווען אז אנשטאט זיך שלאגן וועלן זיי גיין צום קיך… ביים שפיל ווי איך בין געווען האב איך באמערקט א שטיקל דורכפאל, איינע פון די ארעסטאנטן האט געווארפן א גלאזערנע פלאש בשעת'ן זיך שלאגן און די פלאש האט זיך עס צעבראכן ביי אים אין די האנט, נאך איידערן גרייכן דער נענטסטער ארעסטאנט.

העקטער און ברונאו כאפן וואס דא האט פאסירט, זיי קומען אריינצולויפן אין באגלייטונג פון פאליציי און גונטער, און מיט אויסגעשטרעקטע געווער באפעלן זיי פאר די פארברעכער צוריק אריינצוגיין אין זייערע צעלן. אינטערעסאנט אנצומערקן איז, אז די איינציגסטע רמז אין וועלכע תקופה די שפיל קען זיך רעדן (כאטש ס'קלעבט נישט מיט קיין איין תקופה), איז דאס אז ביקסן זענען שוין געווען אין באנוץ דאן.

דערווייל זענען ש'מיילעך און קלמיש ארויס פון זייער צעל און זיך באהאלטן אין א זייט, און ווען מ'האט געהאלטן אינמיטן צוריקלייגן די ארעסטאנטן אין זייערע צעלן האבן זיי אנגעהויבן אנטלויפן. ש'מיילעך מיט זיין זון מאניש האבן באוויזן צו אנטלויפן, אבער קלמיש האט זיך געמוזט אויסגליטשן און אראפטראסקענען אויפן וועג… גונטער האט באמערקט קלמיש און אים אראפגעהאלטן.

נאכן פייניגן קלמיש ער זאל אויסזאגן וואו זיינע קאלעגן זענען, און נאכדעם וואס קלמיש האט געשוואוירן ביי אלעם הייליגן אז ער ווייסט נישט, און נאכן אריינגעבן פאר קלמיש עטליכע גוטע מכות און אים צוריק איינשפארן, האט העקטער זיך אויסגעדרייט צו גונטער און אים באפוילן אז ער מוז טרעפן ש'מיילעך פאר אלע געלט אין די וועלט, ווייל ער האט געכאפט דעם נישט ריכטיגן פארשוין. ער דארף ש'מיילעך, לעבעדיג אדער טויט. גונטער האט צוגעזאגט פאר העקטער אז ער וועט אויסנוצן זיין מיליטערישע ערפארונג נאכצוגיין און כאפן ש'מיילעך און ער וועט אים צוריקברענגען א לעבעדיגער אדער נישט. גונטער האט נאך צוגעלייגט אז עס וועט אים זיין א פערזענליכע הנאה דאס צו טון.

פראנט סצענע

מאניש און ש'מיילעך כאפן זיך אוועקלויפנדיג פון טורמע אז קלמיש איז נישטא, אבער זיי זענען מחליט ווייטער צו לויפן, מאניש איין וועג און ש'מיילעך די צווייטע. נאך וואס מאניש טראגט אפ פראבירט זיך ש'מיילעך עטוואס צו בארואיגן פונעם געלויף. ער שפירט נישט רואיג, ער שפירט ווי איינער לאקערט אויף אים. פלוצליגט ווערט געהערט א מאכטפולע שאס פון א ביקס, שטעלט זיך ארויס אז גונטער איז צוריק אויפן באלקאן און יאגט נאך ש'מיילעך. ש'מיילעך הייבט אן לויפן איין וועג, אבער א סקונדע דערויף הערט זיך ווידער א שאס, דאס מאל פונעם אנדערן באלקאן ווי גונטער שטייט. ש'מיילעך ווייסט נישט וואו צו לויפן, ווען גונטער איז פלוצלינג אויפן סטעידזש און לויפט ש'מיילעכ'ן אקעגן. ש'מיילעך, נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה, נעמט זיך לויפן אראפ פונעם סטעידזש צווישן די צוקוקער… די עולם איז פארשטייט זיך ווילד געווארן, אבער ס'האט נישט לאנג אנגעהאלטן, ביים ערשטן עקזיט טיר איז ער נעלם געווארן, און א האלבע מינוט דערויף איז ער ווידער געזען געווארן אויפן סטעידזש ווען די פארהאנגען האבן זיך געעפנט.

עלפטע סצענע - גרעניץ

אנגעהויבן האט זיך די סצענע מיט היפשע דראמא, ווען ש'מיילעך האט געמיינט אז ער איז ענדליך אנטלאפן פון גונטער, אבער די צוקוקער האבן יא געזען גונטער זיך דרייען אונטער זיין רוקן און לאקערן אויף אים… ענדליך נאך פילע הארץ-קלאפענישן האבן זיי זיך געטראפן און גונטער סטראשעט ש'מייעלך מיט טויט. ש'מיילעך בעט זיך ביי אים ער זאל נעמען זיין הוט, אריינשיסן עטליכע קוילן, עס ווייזן פאר העקטער און אים לאזן גיין… אבער דאן הייבט זיך גונטער אן צו עפענען און דערציילן אז נישט פאר העקטער איז ער דא, נאר ליבערשט פאר זיין אייגענע נקמה… גונטער פארציילט, ש'מיילעך איז שאקירט… ער בעט זיך פאר מחילה, אבער גוטנער איז בייז און שטיקט פון טרערן דערציילנדיג וואס ער מאכט אלץ מיט אין רעזולטאט פון יענעם פארשעמענדן אינצידענט. גאר דראמאטיש איז געווען ווען ש'מיילעך האט געגעבן אן עפן אויף זיין רעקל און געזאגט פאר גונטער אז ער קען אים שיסן ווייל ער האט סיי ווי גארנישט אין זיין לעבן.

דאן איז גונטער ארויס צום פראנט פונעם סטעידזש און א שווארצע פארהאנג האט אראפגענידערט. די ניגון איז א קאפיטל פאר זיך, אבער כ'האב שוין נישט קיין נערוון… זייטס מיר מוחל…

ווען גונטער האט זיך דערנענטערט צו ש'מיילעך מיטן אויסגעשטרעקטן ביקס נאכן זונגען האט יעדער געמיינט אז דאס איז עס… אבער נאך די ווערטער "איך בין דיך מוחל" האט ידעדער זיך גענומען קלאטשן מיט אויסטערלישע פרייד און עקסטאז.

צוועלפטע סצענע - אין אידישן קווארטל

א האלבע אידישע קווארטל איז פארשוואונדן… מ'טרעפט זיך צוריק נאר ביי משולם איסר'ס הויז. דא ווערן מיר געוואויר אז גונטער (גבריאל דוד) איז גאר משולם איסר'ס זון… ער פארציילט פארן טאטן אז ער האט מוחל געווען ש'מיילעך און אז ער וויל אים העלפן… משולם איסר קען נישט גלייבן. זיי מאכן צוזאמען א פלאן וויאזוי ארויסצוזען ש'מיילעך פון זיינע פילע צרות.

פראנט סצענע

גונטער ווייזט דעם צעלעכערטן היטל פאר העקטער, העקטער איז העכסט צופרידן דערמיט. דאן געבט גונטער 'אנווייזונגען' פאר העקטער וויאזוי צו ליינען די רפואות בוך וואס ער האט צוגע'גנב'עט פון ש'מיילעך.

דרייצנטע סצענע - פארשפארט

אינעם אדלמאנס היים, גונטער ערקלערט פארן אדלמאן פונקטליך וואס דא גייט פאר און זיי שמועסן אפ א פלאן… העקטער קומט אן, דער אדלמאן איז באהאלטן, גונטער כאפט א שמועס מיט העקטער און באווייזט ארויסצובאקומען פון אין ער זאל זאגן הויעך - גענוג הויעך דער אדלמאן זאל הערן - אז ער האט גע'גנב'עט די בוך פון ש'מיילעך. דער אדלמאן האט שוין גענוג געהערט, ער קומט ארויס פון זיין באהעלטעניש און נעמט זיך באשייגעצן העקטער אווי נאר אהרן מינץ קען… העקטער בלייבט אוודאי מיטן צונג אינדרויסן און ער ווערט אוועקגעפירט. ש'מיילעך ווערט צוריק אריינגעברענגט דורך גונטער און דער אדלמאן פריידט זיך צו זען אז ש'מיילעך לעבט למעשה יא…

אינעם נעקסטן פיצי סצענע זעט מען העקטער זיצן אין טורמע, משולם איסר קומט אים באזוכן, און נאך א שטיקל שמועס פרעגט אים העקטער צי ער מיינט אז ער האט נאך א וועג צוריק צו אידישקייט… אוי האט די ציבור געפאטשט… כ'בין שיעור נישט טויב געווארן…

פערצנטע סצענע - אויפן בריק

ש'מיילעך קומט ארויף פון איין זייט און משולם איסר קומט פון די אנדערע זייט, משולם איסר ווייסט נישט וויאזוי איבערצובעטן ש'מיילעך, אבער ש'מיילעך לאזט אים נישט לאנג ווארטן און איז אים מודיע אז ער איז אים מוחל מיט די גאנצע הארץ אויף אלעס וואס ער האט אים אלץ אפגעטון.

אינטערמישן

כ'האב נישט געוואוסט פונקטליך ווען ס'גייט קומען, אבער כ'האב זיך געקענט פארשטעלן אז סוף פון דעם סצענע… און, יא. אינטערמישן. רוב מענטשן שטייען שוין כאטש האלבוועגס פון זייערע זיצן, נאכן זיצן אויף איין פלאץ אזוי לאנג, און מ'הערט דעם רוף: "פופצן מינוט פונקטליך אינטערמישן". כ'שטעל זיך אויף מיטן חשבון פשוט ארויסצוגיין כאפן אביסל פרישע לופט, און נאך בעפארן זיך אויסדרייען ארויסצוגיין פון זאל, געב איך א בליק צום סטעידזש און כ'זע אויף די פארהאנגען 14:53… דעי חברה מיינען עס ערנסט זעט אויס, מ'דארף זיך אונטעריאגן…

כ'בין ארויס פון זאל, גענומען די סוכה אנווייזונגען פון די טונקעלע נשים און טאקע אנגעקומען צום גרויסן סוכה. כ'בין נישט געגאנגען צום סוכה צו עסן, ווייל כ'האב נישט געהאט וואס, כ'האב סתם געקענט באשטיין א בליק צו כאפן אויף די סיטואציע בצילא דמהימנותא. נאכן זיך ארומדרייען און טרעפן עטליכע באקאנטע, בין איך ארויס פון די צעשטופטע סוכה, געכאפט א ציגארעטל, און צוריק אריין אין זאל באטראכטנדיג די מאסן לאנגע ליניעס צו זאגן אשר יצר… אריינבליקנדיג אין זאל זע איז אז נישט מער און נישט ווייניגער, מ'האט שוין אנגעהויבן! אזוי שנעל איז די פופצן מינוט אריבער? זעט אויס… זעץ מיר זיך צוריק אוועק, מ'מאכט זיך צוריק באקוועם (ווי באקוועם מ'קען שוין זיין דארט…) און דא זענען מיר, צוריק אינעם מעשה.

קאמעדי

די קאמעדי ביים שפיל איז געווען צוטיילט אין עטליכע חלקים, וועל מיר עס איינטיילן לויטן סדר וויאזוי ס'געווען אויסגעשטעלט ביים שפיל.

די עולם האט געהאט געהערט בעפארן שפיל אז לאנגסאם גייט שפילן אן ערנסטן פארט, נישט קאמעדי, און איבער די נושא פון קאמעדי האט געהערשט א שטיקל צעמישעניש. טייל האבן געוואוסט צו זאגן אז חיים הערש גלאנצער וועט שפילן קאמעדי אנשטאט לאנגסאם, טייל האבן גע'טענה'ט אז פעלדמאן וועט נאך יא אנטייל נעמען דערין, בקיצור, קיין האט נישט געוואוסט פונקטליך.

ביים צווייטן סצענע - אינעם אידישן קווארטל, נאך וואס ס'איז פארגעקומען דארט, האט חיים הערש גלאנצער - נטע אויפן שפיל - ארויסגעשטורעמט פון משולם איסר'ס הויז און זיי האבן זיך גע'טענה'ט פאר צוויי דריי מינוט. דא האט דער עולם קודם באקומען דעם מעסעדזש אז חיים הערש איז דא און ער וועט שפילן קאמעדי דא. איך פערזענליך האב אויך פון דעם פארשטאנען אז ער וועט שפילן - כאטש רוב דערפון - איינער אליינס, צוליב וואס ביים ווייזן פאר די צוקוקער די קאמידיענס האט מען נאר געוויזן גלאנצער'ן.

די ערשטע מאל וואס ער איז געהעריג ארויף אויפן סטעידזש איז געווען אינעם פערטן סצענע, ווען ער איז אריינגעקומען אנהייב סצענע און אנגעהויבן דרייען א קאפ פארן ארבעטער דארט. די וויצלעך דארט זענען נישט געווען אוועקצומאכן, גאנץ גוט געווען, בעסערע און שוואכערע. אוועראלל, גאנץ גוט.

די נעקסטע מאל ס'איז געהערט געווארן וויצן איז געווען נישט לאנג שפעטער, אינעם זעלבן סצענע, וואו קלמיש און די שוחט זענען געשטאנען ביי די זייט. קלמיש האט אביסל גערעדט און דערנאך געזינגען א ניגון… וועלווי איז פיין, נישטא וואס צו מאכן… ס'גאר גוט געווען.

און דאן איז געווען די עיקר קאמעדי סצענע, גלייך נאך אינטערמישן, צווישן די זיבעטע און אכטע סצענעס (כ'ווייס נישט פארוואס, אבער די קאמעדי סצענע איז נישט אויסגערעכנט צווישן די סצענעס אינעם ביכל). ס'איז געווען זייער א קריעיטיווע געדאנק - א בעיביסיטער, און ס'איז גאנץ פיין געווען אויך. ווי געווענליך איז געווען עטליכע גאר שטארקע ליינס וועלכע די עולם וועט איבערהערן אין די קומענדיגע טעג פון דעם און יענעם… ס'איז געווען גאנץ כמעשה'דיג.

דער גלאנצער איז בעצם א געלונגענע קאמידיען, ער דעליווערט אויך גאנץ גוט, די פראבלעם איז אבער געווען צווי זאכן. איינס, דער עולם איז געפערליך געספוילט, צוגעוואוינט צו לאנגסאם מיט פעלדמאן. קען זיין אז גלאנצער וועט נאך איין טאג זיין ווי לאנגסאם, ס'וועט נאך אבער זיכער נעמען כאטש עטליכע שפילן. און וויבאלד ער איז דאך נישט געווען אויף די לעוול ווי לאנגסאם, קוקן עס טייל מענטשן אן ווי א דורכפאל, ס'איז אבער נישט געווען קיין דורכפאל, בכלל, אין מיין מיינונג. צוויי, ער האט געשפילט רוב צייט אליינס. דאס איז א גרויסע פראבלעם ווען ס'קומט צו דארפן אינטערטעינען א גרויסן עולם פאר גענוג לאנג. לאנגסאם און פעלדמאן זענען מרחם א גוטע מעטש און ס'קלאפט ווי א געלונגענע פויק, דארף מען נאר טרעפן דעם גוטן מעטש פאר גלאנצער - וועלכע קען שיינען סאך מער ווי יעצט, מיט א גוטע מיטארבעטער מיט וועמען צו דעליווערן א גוטן קאמעדי.

איך פערזענליך וויל צוריקזען לאנגסאם פעלדמאן, פשוט ווייל כ'האב נישט קיין נערוון אויסצואווארטן ביז גלאנצער שלייפט זיך אויס, אבער אזויפיל יא, אויב נעמען זיי נאכאמאל גלאנצער קומענדיגע מאל, זאלן זיי ביטע טרעפן איינער וואס זאל מיט איםן מיטשפילן אויפן סטעידזש, און אזוי האפנטליך דעליווערן א דבר השלם.

רעדנדיג פון קאמעדי מוז מען אריינווארפן מרדכי הערש. ער האט טאקע געהאט א פיצי חלק אינעם שפיל - אלץ פירער (אזוי האט אויסגעזען עכ"פ) פון די אידישע געמיינדע אינעם נייעם שטעטל וואו ש'מיילעך האט זיך באזעצט, אבער ווי געזאגט פריער, אין דעי פיצי פארט האט ער מצליח געווען אריינצושטופן עטליכע גאר גוטע ליינס. האפנטליך וועלן מיר זען אסאך מער פון אים אין די צוקונפטיגע שפילן. נאך א אינטערעסאנטע זאך, ווידער מיט ביכל, מרדכי הערש'ס נאמען ווערט נישט דערמאנט צווישן די שפילער אינעם שפיל ביכל. בין איך נייגעריג צו דאס איז געווען א טעות, אדער איז זיין פארט צוגעקומען די לעצטע מינוט ווען די ביכל איז שוין געווען אויסגעשטעלט, אדער גאר האבן זיי נישט געהאט וואס א נאמען צו געבן זיין פארט אינעם שפיל און דערפאר אויסגעלאזט זיין נאמען. וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן.

די זאל - נוארק סימפאני זאל

אנקומענדיג אין זאל אריין האט זיך גלייך אנגעזען די ווייניג פראפעשינאליזם וואס די ארבייטער פארמאגן, צוגלייכנדיג דעם זאל צו ען-דזשעי-פעק. זיי האבן געארבעט היפש שטייט, און וויכטיגער ווי מיך אריינזען אינעווייניג, איז געווען פאר זיי זיכער צו מאכן אז יעדער ווייסט אז מ'מעג נישט לויפן. אן איבערפלופס פון שווארצע נשים האבן זיך געפינען אויפן ארט, אבער כאטש אזויפיל האבן זיי יא געטון, ביים ארויסגיין פון זאל ביי אינטערמישן, זענען געשטאנען פינף-זעקס חברה אויסגע'שורה'ט אינדרויסן פון זאל און געוויזן מיט די האנט און געשריגן "די סיקא איז אווער דיער, די סיקא איז אווער דיער"... עפעס נצוצות האט מען געברויכט מתקן זיין מיטן אויסלערנען די ווארט סוכה פאר עטליכע טונקעלע פרויען…

אבער חוץ פון די שטייטקייט וואס האט געהערשט דארט, איז עס נישט געווען ערגער בכלל ווי ען-דזשעי-פעק, לויט מיין ארעמע מיינונג. צוגלייכן די ווייטע זיצן דא און אין ען-דזשעי-פעק קען איך נישט, צוליב וואס איך בין נישט דא און נישט דארט געזעצן ווייט פונעם סטעידזש, בין איך טאקע נייגעריג צו הערן פון איינער וואס איז יא געזעצן ווייט ביי ביידע, אין וועלכע זאל מ'קען בעסער זען און מיטהאלטן פון ווייטערע זיצן.

באלקאנען אין די זייטן פארמאגט די זאל פונקט ווי ען-דזשעי-פעק, און דאס איז זיי טאקע ווידער צונוץ געקומען אינמיטן די שפיל, ווי אויסגעשמועסט ביי די סצענעס.

דא איז לכאורה אויך דאס פלאץ זיך צו באדאנקען פאר די אונטערן חבריא פאר די גרויסע סוכה וואס איז צוגעשטעלט געווארן ביים שפיל. פארשטייט זיך אז א סוכה גענוג גרויס צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן עולם איז נישט מעגליך צו בויען (ניטאמאל אין סוכה פון רבינו שליט"א פיט אריין אזויפיל מענטשן…), אבער ס'איז ב"ה גענוג גרויס געווען פאר יעדער וואס האט גענוג וויכטיג געדארפט עסן אדער טרינקען עפעס. א דאנק נאכאמאל פארן אינזין האבן כלל ישראל אויך מיט דעם.

מעיק-אפ און קאסטיומס

איידערן שרייבן איבער קאסטיומס און מעיק-אפ, וויל איך באטאנען איין זאך. זיצנדיג ביים שפיל איז זייער שווער סיי בכלל צו זען יעדן דעטאל אויף די קליידער און אויף די פנימ'ער, און סיי צו באטראכטן יעדע קלייניקייט. אלזא, ווען די די-ווי-די וועט ערשיינען וועט מען די זאכן זען סאך קלארער, אבער אויף דערווייל שרייב איך אויף וויפיל איך געדענק פון זיצן ביים שפיל.

ש'מיילעך (יעקב יוסף לאנגסאם)- האט אויסגעזען גאנץ גוט. כ'ווייס נישט וויפיל לעיערס פון מלבושים ער האט אנגעהאט, אבער ער האט אויסגעזען זייער גראב. זיין בארד איז געווען גאנץ פיין געמאכט, עס האט אים קלאר פושט ולובש צורה געווען. פאר זיין קאסטיום בין איך נישט משוגע געווארן, א פלעינע פאני בעקיטשע… אבער זייער שלעכט איז עס נישט געווען, איך האב פשוט געדארפט פראצעסירן ביי מיר אין מח אז אין יענע צייטן (וועלכע?) איז מען אזוי געגאנגען.

וואן קאזימיר (אהרן מינץ)- האט אויסגעזען עפעס אויסטערליש הערליך, די צאמשטעל פון זיין צורה מיט זיין קאסטיום האט ארויסגעגעבן א פראכטפולן שלימות'דיגן אויסזען וואס פאדערט רעספעקט. זיין שייטל איז געווען זייער גוט צוגעפאסט, די ווייסע היילייטס האבן אסאך צוגעגעבן. זיין קאסטיום איז געווען הערליך שיין און גוט געפיט. די לאנגע גרינע קלייד מיט די הערנער (?) ביי די אקסלען, מיט די גרויסע גאלדענע גארטל… אויסערגעווענליך שיין.

משולם איסר (יוסף שמואל פרענקל)- האט אויסגעזען אביסל מאדנע און אינטערעסאנטליך. זיין בארד וואלט לעניית דעתי געמעגט זיין עטוואס לענגער, און זיין פרצוף וואלט געמעגט רעדן קלארערע ווערטער. זיין קאסטיום איז געווען די זעלבע (אדער ענליך) צו ש'מיילעכ'ס און וואס איך האב צו זאגן דערויף האב איך שוין געזאגט. אוועראלל האט ער אויסגעזען היפש דיפרענט און פאני.

העקטער (יואל הערש פוקס)- איבער העקטער'ס אויסזען קען מען זרייבן אן ארטיקל פאר זיך… עפעס זייער זייער אויסערגעווענליך און אנדערש, אבער פארט אויסנאמליך שיין און אוועקגעשטעלט. די מעיק-אפ האט אויסגעזאגט אז אלט איז ער נישט, און א וואוילער אויך נישט… די בארד, די שייטל, די הוט, די קלייד, אלעס האט אזוי גוט געשטימט און געקלאפט אויף אים. זיין טונקל שווארצע האר און רויטע קלייד האבן געשריגן רשעות און אכזריות, מ'האט אים געזען און גלייך געוואוסט מיט וועמען מ'האנדלט דא. לכאורה פון די בעסטע, אדער די בעסטע אויסזעענדע אקטיאר אויפן שפיל.

ברונאו (אהרן אלי' פרידמאן)- זיין האר און קאסטיום האט נישט גלייך געוויזן רשעות, כאטש וואס ער איז געווען א טייל פון די רשעים באנדע. און מעגליך איז דאס געווען א שטיקל כוונה דא, אז העקטער זאל אינגאנצן אויסזען ווי א רשע מרושע און ברונאו זאל נישט אויסזען אזוי שלעכט, ארויסצוברענגען אז בעצם איז העקטער די רשע, נאר ברונאו ארבעט פאר אים און העלפט אים נאר צו. זיין בלאנדע האר האט זייער איידל געשטימט מיט זיין קאסטיום, ברייט באוואקסן, א שטרענגער. פערפעקט.

קלמיש (וועלווי פעלדמאן)- קלמיש איז אן איידל אידל, אלעס ארום און אויף אים האט דאס געשריגן און געוויזן מיט אלע קאלירן. ער גייט אויך אנגעטון בערך ווי אלע דארטיגע אידן, אבער אביסל אנדערש, מ'זעט אז ער איז דיפרענט, זיין כאלאט פארמאגט אנדערע קאלירן, אזא מין מענטש איז ער. זיין בארד און פנים האבן מער ווייניגער פארציילט די זעלבע געשיכטע, אן אויסגעקראכענעם בערדל, א שיין בייכל, אזא ראולי פאולי וואס דרייט זיך איבעראל און שטעקט אריין די נאז אין יעדן לאך. זייער שיין צוגעפאסט און גוט ארויסגעברענגט זיין כאראקטער.

גונטער (לייבי ווידער)- גונטער האבן זיי נישט געהאט צופיל וועגן צו באקליידן, ס'איז גאנץ פשוט. ער דארף אויסזען ווי א גוי, פלעין, א גוי. א רויטע שווארצע קאסטיום - גראדע גאנץ עלעגאנט, לאנגע שווארצע האר - גראדע גוט צוגעפאסט, זיין האר האט געמעטשט מיט זיין קאסטיום, זיין פנים האט געוויזן ווייטאג איינמאל מ'האט געוואוסט אז ער האט. אלעס האט געשטימט, אלעס האט געקלאפט, און דאס איז די סיבה פארוואס מ'האט נישט גלייך געקענט אנצייגן וואספארא כאראקטער ער איז, ער האט אויסגעזען און געגעבן דעם איינדרוק פון א פלעינע פשוט'ע פאלנע גוי. זייער גוט דעליווערט.

מאניש (פיני מסרנו)- אויף זיין געזיכט האט זיך (כמעט) גארנישט אנגעזען אנדערש ווי א געווענליכן טאג אין ידידים קווייער… פאות האט ער געהאט, און קיינע גרויסע שינויים איז זיכער נישט געווען. זיין קאסטיום איז געווען גאנץ פיין, נארמאל, נישט עפעס מורא'דיג אבער אויך נישט אוועקצומאכן. שיין און בא'טעמ'ט, צום זאך.

שוחט (משה אליעזר פרענקל)- האט אויסגעזען ווי א טיפישער שוחט… נישטא קיין סאך וואס צוצולייגן אדער אראפצונעמען. זיין געזיכט, זיינע קליידער, ס'האט זייער שיין גערעדט און אויסגעזאגט וואספארא מענטש ער איז און וואספארא פאזיציע ער האט. פשוט און גראד, מ'האט אים גוט פארשטעלט לויט זיין כאראקטער.

דיטריך (אבא ווינקלער)- אין טורמע האט ער אויסגעזען גוט ווי אן ארעסטאנט, און שפעטער האט זיך עס זייער גוט געטוישט, ווי ער האט אויסגעזען די זעלבע, נאר ווי א באפרייטער. שענערע קליידער, מער צוזאמגענומען, און בכלל איז זיין עקט געווען דאן א מענטש וואס איז מער ביי זיך.

נטע (חיים הערש גלאנצער)
- דעי שטיקל קען אפשר באלאנגען ביי קאמעדי, אבער זאל זיין דא. די בארד/מעיק-אפ איז נישט שלעכט געווען, ס'האט דעפיניטלי געשמעקט קאמידיעניש און מ'האט גלייך געזען אז ער איז א גולגול (אדער כאטש א קאזין) פון לאצי. אבער מיט די קאסטיום האב איך א פראבלעם. ממה נפשך (נדנ), אויב איז אין פלאן אז ער זאל ווייטער שפילן קאמעדי ביי קומענדיגע שפילן, איז די קאסטיום נישט גוט געווען, ווייל ס'האט געמעטשט מיט די קליידער פון אלע דארטיגע אידן און מ'וואלט צו אים געברויכט צוקלעבן א קאסטיום וואס זאל אים ווייטער באגלייטן אויך אויף די אנדערע שפילן. און אויב איז נישט אין פלאן ער זאל ווייטער שפילן קאמעדי, האב איך סתם אזוי א פראבלעם אז ער האט אויסגעזען צי נארמאל (חוץ זיין פנים), זיין קאסטיום איז בכלל נישט געווען ניטאמאל א משהו אינטערעסאנטליך. נו שוין.

מרדכי הערש הערשקאוויטש- איי מרדכי הערש, יעדע מאל כ'זע דיין נאמען ווער איך ווידער ווילד פאר דיר… זיין בארד איז געווען שרעקליך, ס'האט זייער נישט גוט אויסגעזען, ס'האט אויסגעזען ווי צעטיילט אינמיטן און דארט האט זיך עס געטוישט קאלירן, לא טוב. זיין קאסטיום איז יא געווען שיין, די זעלבע איידיע ווי אלע אידן, אבער אנדערש, ארויסצואווייזן אז מרדכי הערש איז נישט אבי איינער… דער שמש ר' מרדכי הערש הערשקאוויטש!

שמעו'לע (נאו איידיע)- כ'ווייס נישט ווער דער אינגל איז געווען און ס'נישט נוגע דא אהער אויך נישט. אויף זיין פנים האב איך גארנישט געזען אויסער פאות, פונקט ווי ביי זיין ברודער, און זיין קאסטיום איז געווען ענליך צו די אידישע קאסטיומס אויפן שפיל. די קליינע הוט, לאנגע קליידער, פיין און וואויל.

זלמן לייב אייזענבערגער (עדגאר)- האט אויסגעזען ווי אן ארעסטאנט. גארנישט אנדערש אדער אויפפאלנד. א לאנגע קלייד, וועלכע סימבאליזירט געווענליך אדער א שולע אדער א טורמע… לאנגע האר, וועלכע ווייזט אז פאר א געוויסע סיבה האט ער זיך נישט געשוירן, דאס מאל צוליב וואס ער זיצט אין טורמע. כאטש וואס אנהייב סצענע האט נישט גלייך אויסגעזען ווי מיר זענען אין טורמע, צוליב וואס ש'מיילעך האט נישט אויסגעזען טורמעזירט, אבער עווענטועל איז אלעס געפאלן אין פלאץ.

ארעסטאנטן- נישטא קיין סאך וואס צו שרייבן, פאר צוויי סיבות. איינס, זיי האבן אנגעהאט פלעינע שווארצע לאנגע קליידער מיט מאדנע שייטלעך וכדומה, צוויי, ווייל ס'געווען היפש טונקל ווען מ'האט זיי געזען. אבער אזויפיל יא, ס'האט אויסגעזען ווי מ'האט דא צו טון מיט שעדליכע פארברעכער.

אידן- קיין סאך מעיק-אפ אויפן פנים וכו' איז נישט געווען וואס צו באטראכטן, און די קאסטיומס זענען געווען מער ווייניגער ענליך צו ש'מיילעכ'ס און משולם איסר'ס. איז אויב איז מען דאן געגאנגען אזוי אנגעטון, האבן זיי זייער גוט אריינגעפאסט אין די סצענעס און סיטואציעס. זייערע קליידער זענען נישט געווען אזוי אהערגעשטעלט ווי די הויפט אידן אקטיארן, אבער גענוג גוט און פשוט אז ס'זאל אריינבלענדן אין די מצב.

פאליציי אפיצירן- איבער זייער סייז האב איך שוין געשריבן ביי די סצענעס, אבער זייער האר און קאסטיומס זענען געווען זייער שיין און גוט צוגעפאסט. זיי האבן געגעבן דעם איינדרוק ווי אמאליגע רעספעקטירטע פאליציי-לייט, וועלכע זענען דא פאר די איינע סיבה, אינפארסירן געזעץ.

-

א דאנק פארן אנקומען ביז דא... האסט געהאט די זכי' צו ליינען מיינע בויך שמערצן ארויסגעברענגט אויף פאפיר... אבער אויב האסטע בטעות יא הנאה געהאט, דראפ א לייק און שרייב עפעס צו. שכח!
וואף!!!! האסטו א לאאאאאנגע אנאליז!
זיי אזוי גוט און דערמאן מיר דאס צו ליינען נאכ'ן זעהן דעם דיסק.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”