מיין דורכגעפאלענער באזוך אין קאלאראדא שפיטאל
מיט׳ן גאנצן תמימות האט ער מיר איבערגעלאזט א זייער הארציגן און ווייטאגליכן מעסעדזש, וואס האט מיך ערנסט צעשאקלט.
לאמיר אנצינדן דעם מעסעדזש-מאשין און זיך צוהערן צו מענדעלע'ס ווערטער:
א גוטן. כ׳וויל זיך באדאנקען פאר׳ן שטענדערל, און בפרט פאר אייער קאלום ״יוצאים מן הלב״. איך שעפּ פון דעם ארויס זייער א שטארקער חיזוק, ספּעציעל פון די ענטפערס וואס וואלווי און יחזקאל'ע האבן באקומען. יעצט שפּיר איך אז איך וויל אליין עפּעס פרעגן, א זאך וואס באדערט מיך זייער שטארק.
איך וויל שטייגן. איך נעם זיך כסדר אונטער קבלות. איך האב זיך שוין אזויפיל מאל פארגענומען פארשידענע זאכן צו ווערן בעסער אין עבודת ה', און ביים דאווענען, אבער אייביג זע איך אז ׳פונקט׳ ווען איך נעם זיך עפעס אונטער, דעמאלט קומען אונטער שוועריגקייטן וואס לאזן מיך נישט דאס אויספירן!
למשל: איך נעם זיך פאר נישט צו רעדן ביים דאווענען און פונקט דעמאלט קומט אונטער א געשמאקער שמועס און איך קען מיך נישט איינהאלטן און איך נעם זיך שמועסן…
איך נעם זיך אונטער אז איך גיי אינזין האבן ביי שמונה עשרה, אבער פונקט יענעם טאג ווער איך אינגאנצן פארטראכט און פאר'חלומ'ט און איך האב נישט אינזין קיין איין ווארט…
איך וויל גאר שטארק חזר׳ן און קענען די גמרא אדורך און אדורך, אבער פּונקט א נאכט פאר דעם בין איך געגאנגען שלאפן שפּעט, און היינט בין איך אזוי שלעפעריג, אז איך קען מיך נישט קאנצענטרירן…
און אזוי ווייטער און ווייטער. איך קען אויסרעכענען אזויפיל משלים.
אבער מיין הארץ טוט מיר פּשוט אזוי וויי!!!
איך וויל דאך טון גוטע זאכן און זיך פארנעמען צו זיין גוט, איז פארוואס העלפט מען מיר נישט פון הימל? ס׳קוקט מיר אויס אפילו פארקערט; כ׳ווער ממש געשטערט. כ׳האלט עס נישט אויס!
ביטע ענטפערט מיר.
יישר כח,
מענדעלע ש. פון סטעטן איילענד
איר הערט א פראגע, עובדים?!
מענדעלע וויל זיך הייבן, אבער ער שפירט ווי כאילו מ'וויל נישט פון הימל ער זאל שטייגן ח״ו! ער שרייט: איך וויל. איך פּרוביר. אבער איך כאפּ שלעק! איך שטויס מיך אן אין א וואנט. איך פיל ווי איך ווער צוריקגעהאלטן פון אויספירן מיינע קבלות!
פארוואס כאפט מען פעטש פון הימל
מענדעלע האט געלאזט דעם מעסעדזש נאך פאר ראש השנה, און ווי פאסיג איז עס ארויפצוברענגען יעצט ביים אנהייב זמן.
יעדער איז ארויף א כתה, א שטאפּל העכער, און דעם ערשטן טאג קומט יעדער מיט אזויפיל פרישקייט, מיט אזויפיל שאיפות, און אזויפיל פּלענער וואס מ׳האט געמאכט במשך די הייליגע טעג, אבער ווי ס׳גייט אדורך א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, הייבט דאס התחדשות אן אויסוועפּן, דער ברען הייבט אן נאכלאזן, און די אלטע פּראבלעמען מיט וואס מ׳האט זיך געמוטשעט פאראיאר הייבן אן זיך צו לאזן הערן. דא ווערט מען אביסעלע שלעפעריג… דא האט א ׳חבר׳ געגעבן א שטעכעלע… דא האט מען עפּעס נישט קיין כח צו חזר׳ן אזויפיל...
״אין חסידות כבתחילתה״ איז פארהאן א טייטש, אז ״ס'איז נישטא אזא שטארקייט ווי ביים אנהויב״. א נייע זאך קומט מיט א מורא׳דיגן ברען. אבער ווי א טאג שפּעטער לאזט עס נאך, און דאן הייבט מען אן צווייפלען צי מען פארמאגט טאקע די כוחות צו מצליח זיין.
און אזוי קען מען זיך טרעפן א צוויי וואכן אריין אינעם נייעם זמן, אינגאנצן פארלאשן. כ׳האב דאך אזוי געווארט אויפ׳ן ״התחדשות״, און דא — קוים אנגעהויבן… און כ'האלט דארט ווי נעכטן!… וואס טו איך דא?! וועט שוין גאנץ תשפ״ה טאקע גיין אזוי ווי תשפ״ד?
דאס איז בעצם מענדעלע׳ס פראגע! ער וויל זיין גוט, אבער אלץ קומען אונטער פרישע מניעות און האלטן אים אפ. פארוואס?!
״כ׳האלט עס נישט אויס״, זאגט מענדעלע איבער זיין שווערן פלאנטער.
און איך האלט אויך נישט אויס אז א יונג קינד דרייט זיך ארום מיט אזא ווייטאג אין זיין הערצעלע.
זאלסט וויסן, מענדי, אז במשך דעם פארלאפענעם חודש תשרי ביסטו מיר אסאך מאל ארויפגעקומען אויף דער מחשבה… במשך די הייליגע טעג און דעם זמן שמחתינו, וואו מ׳רעדט פון אונזערע שאיפות צו דינען דעם רבוש״ע בלב שלם, האב איך זיך עטליכע מאל דערמאנט פון דיר און דיין הארצרייסנדער פראגע.
דו ביסט אזא וואויל קינד, דו פארמאגסט אזא ריינעם רצון, אבער געוואלד, דו שפּירסט ווי דו כאפסט זעצעס און פעטש פון אלע זייטן, עד כדי כך אז דו פרעגסט אפשר פון הימל וויל מען נישט דאס פון מיר, מען דארף נישט איך זאל ווערן בעסער?!
אבער דאס קען דאך נישט זיין! מיר גלייבן באמונה שלימה אז דער הייליגער באשעפער ווארט אויף ״יעדע״ תפילה, אויף ״יעדע״ דבר טוב פון ״יעדן״ אידיש קינד אויף דער גאנצער וועלט! אוודאי וויל דער רבוש״ע דו זאלסט שטייגן, שיינען און לייכטן!
פרעגסטו דאך אבער מורא׳דיג מורא׳דיג: ״וויאזוי - קען - דאס - זיין?״
אויב בין איך אזוי חשוב אין הימל און מ׳וויל דארט מיין עליה, פארוואס שפּיר איך אסאך מאל אז ס׳איז אזוי שווער דאס דורכצופירן?!
מוצאי יום כיפּור אויפ׳ן וועג קיין קאלאראדא
לאמיך דיר פארציילן, מענדעלע טייערער, א פּערזענליכע מעשה וואס איך האב געהאט דעם פארלאפענעם חודש תשרי.
ס'איז געווען מוצאי יום כיפּור, נאכ׳ן אויספאסטן, נאך זייענדיג איינגעהילט אינעם ווייסן קיטל, ווען צו מיינע אויערן איז אנגעקומען א ווייטאגליכע שמועה, אז אין א בארימטן קינדער שפיטאל אין קאלאראדא געפינט זיך יעצט א קליין לעכטיג יונגעלע, וואס פּלאגט זיך מיט א געפערליכע מחלה ה"י.
דאס קינד איז א זון פון א חשוב׳ן איד פון ענגלאנד, א גרויסער בעל חסד וועלכער איז עוסק אין ביקור חולים אויף א הפלא'דיגן פארנעם, אבער יעצט איז ער אליין נעבעך פארווארפן אין דער פרעמד מיט זיין קראנקן קינד.
דער איד — פארציילט מען מיר — איז שוין פארוואגלט אין דער פרעמד איבער זעקס וואכן, ער איז מורא׳דיג צעבראכן, און ער גייט דארפן פראווען דעם יום טוב סוכות זייענדיג טויזנטער מיילן אוועק פונדערהיים.
דאס הארץ איז מיר אויסגעגאנגען פאר דעם איד, און נאך מער פאר דעם קינד. כ׳האב געטראכט צו מיר, אז אויסער די מחלה אליין, דער אויבערשטער זאל אפּהיטן, איז דאך אבער די איינזאמקייט אזוי גרויס!
ווען איינער געפינט זיך, ח״ו, אין א שפּיטאל אין מאנהעטן, איז גענוג ביטער, אבער כאטש פארמאגט מען ארום זיך אזויפיל אידישע קינדער, משפחה, בעלי חסד, פרייליך-מאכער וואס קומען אראפּ, ביקור חולים צימערן און עסקנים. אבער אין דעם פארווארפענעם סטעיט קאלאראדא האט מען דאך נישט קיינעם! מ'איז אליין, לאנגע טעג, נאך לענגערע נעכט, איינזאם און אפּגעריסן פון דער וועלט. ווי ווייטאגליך!
איך האב תיכף באשלאסן אז מ׳מוז דא עפּעס טון. מיר גייען אריבערפליען קיין קאלאראדא מיט א גרופע פרייליכע אידן, אריינגערעכנט א זינגער און א שפילער, און מיר גייען משמח זיין דעם קראנקן קינד מיט זיין טאטן!
מיר האבן ספּעציעל זיכער געמאכט אז מיר זענען 9 מענטשן, אזוי אז צוזאמען מיט'ן טאטן פונעם קינד זאל זיין א מנין און מ'זאל קענען דאווענען דארט מנחה-מעריב בציבור, נאכדעם וואס שוין באלד צוויי חדשים האט דער איד נישט געהאט קיין מנין!
ס׳איז געווען צווישן יום כיפּור און סוכות, די פארנומענסטע צייט פון יאר. די הויט ברענט אויף יעדן איינעם. אבער די אלע טייערע אידן האבן נישט געקוקט אויף גארנישט, מ׳האט איינגעשפּאנט דעם פליגער, און מ׳האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן ווייטן וועג צו א סטעיט וואו קיינער פון די רייזנדע איז נאך קיינמאל נישט געווען ביז היינט: קאלאראדא.
ביז׳ן אנקומען אויפ׳ן פליגער איז יעדער געווען אנגעצויגן. מ׳איז געלאפן פון די סוכה ווענט צום אתרוג-סוחר און צוריק. אבער איינמאל מ׳האט זיך געהויבן, האט זיך מיטגעהויבן די אטמאספערע.
א פרייליכע שטימונג האט יעדן ארומגענומען; מיר האבן די זכיה אריינצוכאפּן אזא געוואלדיגע מצוה פון ביקור חולים אין אזעלכע לעכטיגע טעג, א מצוה וואס מיר רעכענען אויס יעדן טאג אינדערפרי צווישן די מצוות אויף וואס מ׳באקומט שכר סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט, “אוכל פירותיהם בעולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא".
אנטשולדיגט, איר קענט נישט אריינגיין…
מער ווי פיר שעה האט גענומען די רייזע ביז ווען מיר זענען ענדליך אנגעקומען צום שפּיטאל. ס'איז נישט בלויז איין געביידע, נאר א ריזן קאמפּלעקס, וועלכע שפרייט זיך אויס איבער עטליכע גאסן, און עס באשטייט פון צענדליגער ריזיגע בנינים. מען קומט אהער דא פון אלע עקן וועלט כדי צו היילן די יונגע קינדערלעך וואס ליידן פון די שווערסטע מחלות.
מען זאגט אונז פּינקטליך אין וועלכן בילדינג מיר דארפן אריינגיין. מיר קומען אריין אין לאבי און מיר שטעלן זיך אין דער רייע ביי די ״סעקיוריטי״ אויפ'ן וועג אריינצוגיין.
אבער, דא שטויסן מיר זיך אן אין א פּראבלעם… א הילכיגער פראסק לאנדעט אויף אונזער געזיכט!
וואס איז געשען? דער איינגעשטעלטער דארט מאכט אונז קלאר, אז זיי לאזן נישט אריין מער ווי 3 מענטשן אינעם צימער אויפאמאל! ״איר זענט א גרופּע פון 9 פּערזאנען; איר קענט נישט אריינגיין אזוי. דאס איז קעגן דעם פּראטאקאל פון אונזער שפּיטאל״, זאגט ער אונז מיט א הארטער שטימע.
מיר האבן זיך גענומען בעטן: ״ביטע פארשטייט אונז, מיר זענען געקומען צו פליען פון ניו יארק, נאר בלויז ווייל מיר ווילן דערפרייען א יונגן פּאציענט, אים פרייליך מאכן, אז ער זאל זיך קענען בעסער היילן! אפשר דאך קען מען אונז מאכן אן אויסנאם! מיר וועלן אים זינגען עטליכע לידער, און מיר וועלן תיכף ארויסגיין!"
אבער, זיי בלייבן הארט ווי א שטיין. ״נאר דריי מענטשן!״ און נאך מער: דער טאטע געפינט זיך דאך אויבן אינעם צימער. דאס מיינט אז נאר צוויי פון אונז קענען ארויפגיין!!!
פיין, אקעי, אפשר זאל מען זיך איינטיילן אין קליינע גרופּעס. קודם איין גרופּע, און נאכדעם נאך איינס, אזוי אז יעדער זאל באקומען א שאנס צו באזוכן.
״ניין, דאס איז אויך נישט מעגליך״, ווארפט ער דאס באלד אפּ. פארוואס? וויבאלד ס'איז שוין געווען נאנט צו זיבן אזייגער ביינאכט, און נאך 8 אזייגער לאזט מען שוין ׳בכלל׳ נישט אריין ׳קיינעם׳ צו די פּאציענטן, אחוץ די אייגענע עלטערן! אבער באזוכער זענען שוין מער נישט ערלויבט.
אזא פּאטש!!
געקומען זענען 9 אידן צו פארן. אנטלאפן פון דער משפּחה, זיך אפּגעריסן פון די צוגרייטונגען צו סוכות. קיינער וויל נישט שפּירן ער איז געפארן אומזיסט… און דא קענען נישט אריינגיין מער ווי צוויי אידן. וואס טוט מען?
מיר האבן געמאכט א שנעלע החלטה, אז די וויכטיגסטע איז דער זינגער מיט'ן שפילער, וואס קענען זינגען און פרייליך מאכן דאס קינד!
און אלע איבריגע 7 אידן, וועלכע האבן גערייזט די גאנצע ווייטע נסיעה, וועלן מוזן בלייבן ווארטן אונטן אין ׳לאבי׳, און העכסטנס זאגן תהלים אז דאס קינד זאל שוין אויפגעראכטן ווערן מיט א גאנצער ישועה.
אזוי, אינמיטן א גרינעם זונטאג, ממחרת יום הקדוש, פּראלט זיך אויף די טיר פון א שפּיטאל צימער אין קאלאראדא, און א בארימטער זינגער מיט א שפּילער שפּאנען אריין… דאס קינד מיט זיין טאטע האבן פּשוט געוויינט פאר התרגשות!
דער טאטע, הערנדיג פון די צוויי געסט וואס דא טוט זיך, האט ער מיך תיכף אריינגעקלונגען אויפ׳ן טעלעפאן און געבעטן אז איך זאל ארויפקומען אויבן, כדי איך זאל קענען מיטהאלטן ווי מ׳טוט דערפרייען דאס יונגעלע, און ער וועט אראפּקומען אנשטאט מיר אין לאַבי. כ'האב אבער תיכף אפגעווארפן דעם פארשלאג, וויסנדיג אז ס'קומט נישט אין באטראכט אז דער טאטע זאל נישט דארט זיין בשעת ער גייט ענדליך זען זיין יונגעלע מיט א שמייכל אויפ'ן פנימ'ל.
וכך הוה. איך בין געבליבן אונטן, אינאיינעם מיט אלע אנדערע זיבן אידן, און מיר האבן געווארט און געווארט…
אזוי ווארטנדיג אונטן זענען די מחשבות געלאפן. ״פארוואס האב איך געדארפט קומען?!" אפשר ווייזט מען מיר פון הימל, אז מיין מצוה איז נישט אזוי מרוצה… אפשר האב איך געדארפט בלייבן אינדערהיים מיט די הכנות צו יו"ט און נישט פּרובירן זיך אונטערצונעמען קיין נייע מצוות…
און דאן… ביסטו, מענדי, מיר אריינגעקומען אין קאפּ!
דאס איז דאך אקוראט מענדעלע׳ס מעשה! מען נעמט זיך פאר, מען פרובירט, מען וויל טון גוט, מען שטרענגט זיך אן, איינמאל און נאכאמאל, און אנשטאט שפירן ווי מ'העלפט פון הימל אז אלעס זאל קלאפן און גיין געשמירט, שטרויכלט מען זיך אן אין אזעלכע שוועריגקייטן???
ווער איז דער חולה און ווער איז דער מבקר???
אזוי שפאצירנדיג אינעם שפיטאל לאבי ארויף און אראפ, ניטאמאל אראפּהערנדיג די מוזיק וואס שפּילט אין איינעם פון די הויכע שטאקן דארט אויבן, האב איך זיך גענומען אריינקלערן טיפער דערינען, און דאן איז מיר אן אויפריכטיגע מחשבה אריינגעקומען אין קאפּ.
וואס באדערט מיך דא? וואס שטערט מיך באמת?
אז איך האב נישט געקענט מקיים זיין די מצוה פון ביקור חולים בפּועל? יא, אוודאי. אבער, טיפער געטראכט, באדערט מיך נאך עפּעס אינערליך.
מיך שטערט אז איך האב נישט געקענט ארויפגיין צו זען ווי דאס אומשולדיג יונגעלע און זיין געטרייער טאטע ווערן אויפגעלעבט!
יא, איך האב געוואוסט אז דער טאלאנטפולער זינגער ר' הערשל וויינבערגער מיט'ן געניטן מוזיקאנט זענען אויבן אין צימער, און דארט איז יעצט זיכער לוסטיג און לעבעדיג, ווי זיי זינגען "הייליגער באשעפער, דו האסט געבעטן דאווענען פאר דיר…”
עקסטער האבן זיי זיך אינמיטן געטוישט משמורות, און ס'איז ארויפגעגאנגען א קינצלער וועלכער איז מיטגעקומען מיט אונז און האט מיטגעברענגט זיינע שטיק צו ווייזן פארשידענע אינטערעסאנטע קונצן, און דאס קינד איז מסתמא פארגאפט און באצויבערט, פארגעסנדיג אין וועלכן מצב ער איז.
אבער איך האב געשפירט אומעטיג אין הארץ. פארוואס? ווייל איך האב געוואלט דארט זיין. איך האב געוואלט מיטהאלטן ווי א חיות און א שמייכל באווייזט זיך אויף די פּנימ׳ער פונעם קינד און זיין טאטן.
אבער איין רגע! בין איך געפארן משמח זיין דעם חולה, אדער בין איך געפארן משמח זיין זיך אליין???
די פראגע האט אויפגעבליצט אין מיין קאפ, און כ'האב עס פרובירט אוועקצושטופן. אבער וויפיל כ'האב עס פארטריבן פון מיינע געדאנקען איז עס אלץ צוריקגעקומען מיט א שטארקייט.
יא, יא! איך האב געוואלט שפּירן דעם גוטן געפיל אז ׳איך׳ האב יענעם אויפגעלעבט; איך האב געוואלט זען וויאזוי מיין פּעולה און די הוצאות צו ברענגען כמעט א מנין טאלאנטפולע מענטשן קיין קאלאראדא האט אזוי פרייליך געמאכט א קינד וואס ליגט אין שפּיטאל מיט זיין טאטן; איך האב געוואלט זען ׳זייער׳ שמייכל און נאכדעם שפּירן גוט מיט דעם וואס ׳איך׳ האב געטון!
איז דאס דער ציל דא? ניין! דער ציל איז: דער 'חולה'! נישט דער 'מבקר' (באזוכער)!
גוט, איז לאמיר זען: האט דער חולה הנאה געהאט? יא, ברוך ה׳, אויסטערליש! איך האב צוריקגעהערט פונעם טאטן, ווי זיין יונגל איז פּשוט נישט צום דערקענען ב״ה! ער לעבט אריין, ער איז פרייליך, ער האט ווי באקומען פרישע כוחות צו באקעמפן זיין שוואכקייט, און מ׳האפט שטארק אז ער וועט אי״ה נאך זיין געזונט און שטארק און אלעס דערציילן אין פריידן!
(אגב, אידישע תפילות האבן געהאלפן, דאס קינד איז שוין ב״ה אין א פיל בעסערן מצב, און נאך אביסל וועט ער שוין קענען בעזר ה׳ צוריק אהיימגיין. דער אויבערשטער זאל העלפן ער זאל האבן א גענצליכע רפואה און זיינע חשוב׳ע עלטערן זאלן זען פון אים אסאך נחת אגאנץ לעבן.)
יא יא, רוב פון אונז זענען טאקע געבליבן ׳אונטן׳, אבער אונזערע רצונות זענען ארויף ׳אויבן׳… אסאך העכער פון די שפּיטאל שטאקן… ביז צום כסא הכבוד!
מיר האבן נישט געהערט די מוזיק אונטן, אבער אויבן אין הימל האט עס אפּגעקלונגען און בעזר ה׳ אויפגעטון וואס מ'האט געדארפט אויפטון.
אויפ׳ן וועג אהיים...
די נאכט איז צוגעפאלן, און די שטרענגע וועכטער זענען געקומען קלאפּן אויפ׳ן שפּיטאל-צימער. ״ס׳איז 8:00 אזייגער. איר דארפט גיין פון דאנעט!"
דער טאטע איז אראפּגעקומען. מיר האבן געדאוונט א מנחה מעריב. אוי האט געפלאקערט א שמונה עשרה, א ״רפאנו ה׳ ונרפא״, ווען דער טאטע האט זוכה געווען צו דאווענען מיט מנין, נאכ׳ן פארברענגען די הייליגע ימים נוראים איינער אליין.
און דאן זענען מיר צוריק אויפגעשטיגן אויפ׳ן פליגער.
מיר האבן נישט געזען דאס יונגעלע, נישט מיטגעהאלטן די מוזיק, אבער זיך געלערנט אליין א טיפע לעקציע. איך האב געכאפּט דעם רמז וואס מ׳שיקט מיר פון הימל, און איבער אלעם… געטראפן די ריכטיגע ווערטער פאר אונזער טייערן מענדעלען!
מענדי, מענדי, דער הייליגער באשעפער וויל איין זאך: טו מיין רצון! שטרענג דיך אן צו טון מיין ווילן! לייג צו קאפּ, לייג צו הארץ! לעבדו בלב שלם!
דו שטרענגסט זיך אן? דאס איז דעם הייליגן באשעפער׳ס ווילן!
דו פּרובירסט זייער שטארק? דאס איז דער רצון השם!
דו ווילסט אוודאי אויך צום סוף מצליח זיין. דו ווילסט זיכער זען די פּירות! דו ווילסט געוויס זען דעם מצוין+ אויף דיין בחינה!
אבער, דאס איז שוין דיין פערזענליכע אייגענע הנאה!
ווען דו טוסט דיינס, ווען דו טוסט וואס דער הייליגער באשעפער וויל, ווען דו לייגסט אריין מחשבה, ריינע ערליכע מחשבה, אז דו ווילסט דינען דעם רבונו של עולם, און דו טוסט די ריכטיגע שריט דערצו, ״דאס״ איז אלעס וואס דו דארפסט.
ווי די הייליגע משנה זאגט אונז ״לא עליך המלאכה לגמור״; דו ביסט נישט דער וואס דארף עס ענדיגן. דו ביסט נישט דער וואס דארף שניידן די פּירות. דאס באלאנגט צום רבונו של עולם!
דאס מיינט אוודאי נישט אז פאר דעם דארפסטו גארנישט טון און לאזן אלעס לויפן… ניין ניין; ״ואי אתה בן חורין להפּטר ממנה״. אוודאי מוזטו טון דיינס. לערן פלייסיג. דאוון ערליך. נעם דיך אונטער צו שטייגן. איינמאל און נאכאמאל. אבער, צי דו וועסט מצליח זיין? נישט דיין געשעפט!
ווען דו הערסט אז א קראנק קינד וואלגערט זיך פאר יסורים אין קאלאראדא, כאפּ דיך ארויף אויפ׳ן פליגער און פאָר אהין אים משמח זיין! אבער צי דו מוזט אליין פילן די גוטע הרגשה? ניין!
ווען דו הייבסט אן א נייע יאר, דארפסטו מאכן שיינע און טייערע קבלות צו שטייגן נאך מער און שענער, און דו דארפסט אויך פּרובירן מיט אלע כוחות צו אויספירן אלעס וואס דו האסט זיך אונטערגענומען.
וועט דיר געלונגען למעשה אלעס דורכצופירן? מוז נישט זיין! אבער דאס מיינט נישט זאלסט נישט פּרובירן נאכאמאל! און דאס מיינט אוודאי נישט אז מ׳וויל נישט פון הימל דיינע מעשים טובים!
וויאזוי זינגען מיר ביי יעדן סיום? ״אשרי מי שעמלו בתורה, ועושה נחת רוח ליוצרו״. מיר זאגן נישט ״שהצלחתו בתורה, ועושה נחת רוח לעצמו״…
ניין, דו פּלאג דיך, מאטער דיך, און טאקע אט דאס איז דער נחת רוח ביים הייליגן באשעפער! דיין עמל, דיין יגיעה, דיין לערנען אפילו ווען דו ווייסט קלאר אז ס'קען זיין צום סוף וועסטו נאר באקומען אן 80 אויפ׳ן פארהער…
אבער אַהההה, "ועושה נחת רוח ליוצרו"! דארט אויבן אין הימל שעפּט דער יוצר כל היצורים הויפנס נחת פון דיר!
יא, יא, פונעם פארהער וואס האט באקומען דעם שוואכסטן צייכן אין חדר!
פאר וועמען דאוונסטו?
מענדי טייערער, דאס אליין, אז דו ווילסט זיך פארבעסערן אין עבודת התפילה, האט א מורא׳דיגע חשיבות אויבן אין הימל. יעדעס מאל וואס דו נעמסט זיך עפעס פאר אין דאווענען, האט עס אזא געוואלדיגן כח אז ס'איז נישט מעגליך צו שילדערן!
אבער אין דער זעלבער צייט, געדענק! פאר וועמען דאוונסטו?
פאר מענדי – אדער פאר'ן אויבערשטן???
אויב דו דאוונסט ווייל דו ווילסט זיך שפירן גוט אז "איך האב אראפגעלייגט א דאווענען ווי ס'דארף צו זיין", דעמאלט קענסטו טאקע ווערן צעבראכן ווען עס ארבעט זיך נישט אויס…
אבער אויב דו דאוונסט ווייל דו ווילסט טון דעם רצון ה׳, אויב דו ווילסט אראפלייגן א דאווענען ווי ס'דארף צו זיין ווייל דו ווילסט מאכן א נחת רוח פאר'ן רבונו של עולם, וואס איז דיר א חילוק וואס האט צום סוף פאסירט? דער עיקר איז דיין ״עבודה שבלב״, און דער אויבערשטער קוקט אריין אין דיין הארץ, ער ווייסט אז דו ווילסט עס אמת׳דיג!
יא, יא, מענדעלע לעכטיגער, מנחם משיב נפשי! דער הייליגער באשעפער, אונזער גרויסער טאטע אין הימל וויל, אז איך און דו און יעדער איד זאל זיך פלאגן איינמאל און נאכאמאל, און טאקע נישט אלעמאל זאלן מיר זען די הצלחה אויף דער מינוט; ער וויל זען אויב דו ביסט געטריי צו אים, און דו גייסט זיך שטארקן איינמאל און נאכאמאל און ווידעראמאל, אפילו א מיליאן מאל, ביז דיין דאווענען וועט אויסזען ווי א הערליכער דיאמאנט.
ווידער אויב דו דאוונסט פאר דיר אליין, דאן וועסטו ווערן זייער שנעל מיואש, ווייל אז דו דאוונסט כדי אז 'דו' זאלסט שפירן גוט, וועסטו זיך פילן ווי א דורכפאל ווייל ס'גייט נישט געלונגען מיט איין מאל.
דו ווייסט וואס טייטש אן ״עובד״? אן ארבעטער! הארעווען אין דעם "עבודה קשה שבמקדש".
ארבעטן שווער. אריינלייגן אן עבודה. אקערן מיט אלע כוחות. פּרובירן איינמאל און נאכאמאל. דאס איז א געטרייער "עובד"/ארבעטער.
מענדל, נעם דיך גיין!
שטעל דיך פאר אזא סצענע:
דער הייליגער באשעפער קומט צו דיר איין טאג און זאגט דיר קלארע ווערטער: "טייערער מענדל, הייב דיך אויף און גיי אוועק פון דיין שטאט און פון דיין לאנד. לאז איבער דיין טאטע, דיין מאמע, דיין משפחה, דיין חדר, אלע דיינע חברים און קרובים, און לאז דיך ארויס אין וועג"…
"וואו גייט מען?" ווילסטו וויסן.
"מ׳זאגט נאכנישט. דו וועסט אויסגעפינען אויפ'ן וועג"…
"אבער פארוואס דארף איך אוועקגיין פון מיין שטאט?" וואונדערסטו זיך.
"ווייל דאס איז די בעסטע זאך פאר דיר! דאס איז פאר דיין טובה. דו וועסט גיין אין א נייע לאנד און דארט וועסטו באקומען פונעם בעסטן און שענסטן, דו וועסט ווערן גרויס און רייך און וועלט בארימט. יעדער וועט דיך בענטשן, און דו וועסט געניסן פון דעם גרעסטן כבוד".
וואלסטו דען נישט געגאנגען? אוודאי יא!
שטעלט זיך א פראגע: מיר ווייסן אז די ערשטע פון די צען נסיונות וואס דער אויבערשטער האט געשיקט פאר אברהם אבינו, איז געווען דער נסיון וואס הייבט אן אונזער פרשה: ״לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך״. לאז איבער אלעס, און גיי צו א נייעם פלאץ! פארוואס? ״לטובתך ולהנאתך״. "ואגדלה שמך, והיה ברכה". דו גייסט געניסן פון אלעם אויף דער וועלט.
אויב אזוי, שטעלט זיך די פראגע, וואס איז דען דער נסיון? אז דו ווייסט מיט א זיכערקייט אז עס ווארט דיך אפ די גרעסטע כבוד און עשירות, דו וועסט ווערן געבענטשט מיט דורות און יעדער וועט דיר אפגעבן דעם גרעסטן כבוד, וואלט דאך יעדער יונגל געטון די זעלבע זאך???
אה, דו פרעגסט זייער גוט.
אבער געב א קוק. אברהם אבינו נעמט זיך גיין. און די שוועריגקייטן הייבן אים אן פּאַטשן אין פּנים אויף יעדן טריט און שריט. בעסער געזאגט: ער קען קוים מאכן א טריט!… אין דעם הייסן טרוקענעם מדבר. ביטערע זומפּן. אזוי שלעפּט זיך דער הייליגער צדיק אין טיפן עלטער פון 75 יאר איבער דעם ריזיגן ענדלאזן מדבר.
ענדליך קומט ער אן קיין לאנד כנען, און פּונקט יעצט ווערט דא א ביטערער הונגער יאר. ס׳רעגנט נישט, ס׳וואקסט נישט. מ׳לעכצט נאך א טראפּן וואסער. נאך א שטיקעלע ברויט.
מענדעלע, טראכט אריין צי דו וואלסט נישט דא אפשר אויפגעשפּרונגען און געפרעגט מיט ווייטאג: געוואלד, פארוואס כאפּ איך פּעטש?! איך האב געפאלגט דיין באפעל! איך בין געגאנגען! אלעס איבערגעלאזט! געמאכט א הייסע קבלה אז כ׳טו בלויז דיין רצון! אבער, וואס באקום איך פאר דעם? פראסקעס! איינס נאכ׳ן צווייטן! וועלכע ברכה איז דאס? ואברכה? ואגדלה שמך? אדער גאר דאס פארקערטע פון והיה ברכה?!..
אבער… אברהם אבינו ווייסט דעם סוד! ער איז נישט דא פאר זיך. ער איז דא פאר רצון ה׳!
נישטא קיין ברויט אין כנען? נו, גייט מען קיין מצרים!
און וואס האט נעבעך פּאסירט אין מצרים? אוי, מ׳רויבט אים אוועק זיין געטרייע אשת חיל, שרה אמנו, אויפ׳ן פרעכסטן אופן.
וואס גייט דא פאר?! ווילסטו דען נישט, רבונו של עולם, איך זאל קומען אהער? איז פארוואס שלאגסטו מיך?! עס טוט דאך אזוי וויי! נאך א שרעקליכער נסיון!
אבער אברהם פרעגט נישט קיין שאלות, ער כאפּט נישט קיין רמזים און רעדט זיך בכלל נישט אפ... ער ווייסט ער איז דא אויף א מיסיע: טון דעם רצון פון הייליגן באשעפער!
און צום סוף, אויפ׳ן וועג אהיים?… איז ער שוין גארנישט קיין רחמנות! גאנצעטע קעמלען אנגעפילט מיט אלעס גוטס, גאלד און זילבער, בהמות און פארמעגנס. ממש א נחת, ברוחניות ובגשמיות!
ביסטו באמת דערביי?!
מענדעלע טייערער, דו ווייסט וואס מיינט א "נסיון"? אין אידיש-טייטש איז דאס נישט א ׳שוועריגקייט׳, נאר עס איז טייטש א 'פּראבע'!
דער רבוש״ע כביכול וויל זען: לאמיר מאכן א פראבע צו זען אויב דו ביסט טאקע ערנסט דערביי! דו מיינסט דא 'מיין רצון' אדער 'דיין געווינס'? דו ווילסט דא 'מיך' דינען אדער 'דו' ווילסט שפירן גוט? דו ווילסט דאווענען און לערנען פאר מיינעט וועגן אדער ווילסט הייסן א גוטער בחור א מצוין?
אברהם אבינו האט נישט געהאט איין נסיון; ער האט געהאט 10 נסיונות! צען מאל, איינס נאכ'ן צווייטן, האט ער געכאפט הייסע געבראטענע קלעפ פון אלע זייטן, און יעדעס מאל האט ער זיך אויפגעהויבן דעם קאפ און ווייטער געגלייבט מיט אמונה שלימה.
גאנצע 25 יאר האט ער מתפלל געווען אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט א קינד. ער האט נישט געזאגט יעדן טאג נאך שחרית, "אוי וויי, דער אויבערשטער וויל נישט מיינע תפילות, איך האב נאכאלץ נישט קיין קינד… נישטא קיין ואגדלה שמך, נישט קיין דורות, נישטא קיין כלל ישראל… איך שפּיר עפּעס ווי מ'מאכט חוזק פון מיר…"
די הסתרת פנים איז געווען זייער גרויס. אלע שונאים האבן געלאכט פון אברהם אבינו, און די ״ליצני הדור״ האבן זיך אונטערגעהאלטן אויף זיין חשבון.
אבער אברהם איז ווייטער אנגעגאנגען מיט אן אייזערנע תמימות. וואס האט אים געגעבן די שטארקייט? ער האט געוואוסט אז דאס איז א נסיון. מ'פרובירט אים אויס! מ'וויל זען אויב זיין אמונה אין באשעפער וועט בלייבן פעלזן פעסט.
אברהם איז געווען גרייט צו טון סיי וואס אימער דער באשעפער האט אים באפוילן, און אפילו שעכטן זיין איין-איינציג קינד!!! אבער אין דער רגע ווען ער האט געהערט דעם "אל תשלח ידך אל הנער", האט ער זיך נישט אנגעהויבן באקלאגן ״וואס הייסט? כ׳האב דאך אזוי שטארק געוואלט יעצט מקיים זיין אזא מצוה, און פּלוצלינג נעמסטו פון מיר אוועק די מצוה און דעם גוטן געפיל פון מקיים זיין א מצוה מיט מסירות נפש!?״… נאר אברהם ווייסט איין זאך: איך בין דא פאר׳ן רצון ה׳! ווילסט איך זאל שעכטן? איך שעכט! זאגסט מיר שעכט נישט? איז עס ביי מיר הייליג און טייער! סיי וואס איז נוגע ׳מיר׳, מאכט נישט אויס. נאר דער רצון הבורא איז וואס איך וויל!
און דערפאר זאגט דער פסוק, "עתה ידעתי כי ירא אלוקים אתה". יעצט האסטו קלאר איבערגעוויזן אז דו טראכסט נישט פון דיר ביים טון דעם רצון ה', דו דינסט נישט דעם אויבערשטן כדי דו זאלסט שפּירן גוט, נאר דו ביסט אן אמת'ער ירא השם און דו ווילסט פשוט טון זיין הייליגן רצון.
דאס איז אברהם אבינו! אונזער טאטע, דער בויער פון גאנץ כלל ישראל, וועלכער האט אויסגערופן דעם שם ה׳ אויף דער גאנצער וועלט!
מענדי און אברהם אבינו
מענדעלע, זייער מעגליך אז דו טראכסט יעצט: יא, אוודאי, אברהם אבינו האט געקענט דורכמאכן אלע שווערע נסיונות. ער איז דאך דער גרויסער הייליגער צדיק אברהם עבד ה׳! אבער איך, א פשוט'ער מענדי, ווי קען איך מיך בכלל צוגלייכן צו אים? פארוואס האלט מען אין הימל אז איך קען באווייזן דאס וואס אברהם אבינו האט באוויזן?...
ניין! ניין! ניין! מענדעלע, דאס איז נישט ריכטיג!
מיין טאטע שליט״א קאכט זיך שטענדיג אין איינע פון די מורא'דיגע תורות פון הייליגן צדיק רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע אויף ראש השנה שנת תשי"ד. דער רבי פרעגט: וואס איז געווען דער נסיון פון דער עקידה? איז בכלל דען געווען א קלער אז אברהם אבינו זאל נישט אויספאלגן דעם באפעל פון הייליגן באשעפער?! אזא הויכער בעל מדריגה וואס קיינער קען נישט משיג זיין, אוודאי האט ער אויסגעפאלגט וואס השי"ת האט אים געהייסן!
זאגט דער הייליגער רבי זי"ע פחד'דיגע ווערטער, וואס ער ברענגט פון זיין גרויסן טאטן דער הייליגער קדושת יום טוב, אז בשעת אברהם אבינו איז דורכגעגאנגען זיינע נסיונות, האט ער געשפירט ווי מ'האט צוגענומען פון הימל אלע זיינע מדריגות! אברהם אבינו איז דאן געווען ווי א פשוט'ער מענטש, מיט די זעלבע שוועריגקייטן פון יואלי אין וויליאמסבורג און מענדי אין סטעטן איילענד.
אט אין יענע רגעים, ווען ער האט זיך געשפּירט בשפל המצב, ווי אן איש פּשוט, און איז פונדעסטוועגן בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות ווי א העלד, האט ער אריינגעגעבן דעם כח פאר אלע זיינע אייניקלעך און אור אייניקלעך, ביז'ן היינטיגן טאג, זיך צו קענען שטארקן איבער יעדן נסיון!
נישט קיין חילוק ׳ווער׳ ס׳באקומט דעם נסיון, נישט קיין חילוק ׳וואס׳ דער נסיון איז, ״יעדער״ קען עס ביישטיין! יעדער האט די כוחות!
דער העפטיגער געראנגל
מענדעלע, די זאך איז קלאר ווי דער טאג: אין הימל וויל מען דיינע תפילות! אין הימל לעכצט מען אויף דיינע קבלות!
נאך מער: מיר ווייסן פון די הייליגע ספרים, אז אויבן אין הימל שטייט מען און מ'ווארט און מ'לעכצט נאך די תפילות פון יעדן אידיש קינד.
אין די הויכע הימלען ווייסט מען אז ס'איז דא א לעכטיג יונגעלע אין סטעטן איילענד, ושמו מענדעלע, וואס וויל זייער שטארק זיין נאנט צום הייליגן באשעפער און ער חלש׳ט צו דאווענען צו אים יעדן טאג מיט כוונה און מיט אן ערנסטקייט. דארט ווייסט מען אויך פון אלע שוועריגקייטן וואס דו גייסט דורך ווייל דו ראנגלסט זיך צו קענען דאווענען ווי א איד.
יעדן צופרי ווען דו שטעלסט זיך דאווענען, קוקט מען אראפ פון הימל: וואס גייט זיין היינט? גייט מענדי זיך שטארקן איינמאל און נאכאמאל, און נישט קיין חילוק וויפיל מאל ער פאלט דורך וועט ער נאכאמאל צוריקקומען צו די הייליגע ווערטער פונעם סידור'ל און זינגען שירה צום הייליגן באשעפער? אדער וועט ער אויפגעבן און זאגן, "אקעי, דאווענען איז נישט פאר מיר!"
כדי עס זאל זיין ״ואגדלה שמך״, כדי דו זאלסט אנקומען אין עבודת ה', דארף מען דורכגיין שווערע נסיונות. נישט איינס, נישט צוויי, נאר צען נסיונות, איינס נאכ'ן אנדערן. שווערע נסיונות וואס יעדע איינס זעט אויס ווי אוממעגליך דורכצומאכן.
אויב דו ווילסט בלייבן א צעבראכענער "מענדי פון סטעטן איילענד" וואס האט נישט קיין געדולד צום דאווענען, קענסטו שוין יעצט אויפגעבן. קענסט דערקלערן פאר'ן יצר הרע, "דו האסט געוואונען!"
אבער אויב דו ווילסט ס'זאל זיין ׳ואגדלה שמך׳, אויב ווילסטו אויפבויען כלל ישראל, האסטו נאך א לאאאאאנגע וועג צו גיין.
דערשרעק דיך נישט…
איי, וואס טוט זיך מיט דיין שטארקע פראגע: פארוואס ״העלפט מען מיך נישט״ אויספירן מיינע רצונות?
טייער קינד, די אלע שוועריגקייטן וואס דו האסט, דאס איז די בעסטע ראיה אז דו ביסט אויפ'ן ריכטיגן וועג!
אויב דו וואונדערסט זיך אויף מיינע ווערטער, זאלסטו וויסן אז נישט איך זאג עס. דער הייליגער בעל התניא (לקוטי אמרים פרק כח) זאגט דאס! ער טוט הערליך ערקלערן, אז ווען צוויי מענטשן ראנגלען זיך איינער מיט'ן צווייטן, איז דער סדר אז ווען איינער שטארקט זיך, וועט דער צווייטער פרובירן צוריקקעמפן און זיך שטארקן אויפ'ן ערשטן.
די זעלבע זאך, אויב מ'לאזט זיך ארויס אין א מלחמה מיט'ן יצר הרע, מ'וויל זיך פארבעסערן אין עבודת ה', דאן קומט דער יצר הרע און האלט צוריק מלחמה. ער קעמפט צוריק קעגן דיר!
מענדי, דער יצר הרע זעט אז אין סטעטן איילענד פארמאגט ער א שטארקן מעכטיגן קעמפער, מיט א געוואלדיגן כח אין הימל, און ער האלט עס נישט אויס! ווען ער זעט אז דו נעמסט זיך צום דאווענען, ווערט ער מלא כעס, ער טראגט עס נישט איבער. ער טוט אלעס אין דער וועלט דיך אפצושטעלן, ווייל ער ציטערט אז דו גייסט אים באזיגן!
טאקע ווייל עס גייט דיר שווער, דאס איז דער בעסטער סימן אז דו גייסט אויפ'ן גוטן וועג! און דו גייסט אי״ה זיגן!
לאמיר גיין ארבעטן, מענדי
יא, מ׳גיי מיר ארבעטן, מענדי. "לך לך". לאמיר זיך נעמען גיין!
דאס לעבן איז איין לאנגע, גרויסע עבודה. וואויל איז פאר דעם וואס האט די כוחות — און שכל — צו גיין ביז צום סוף און דערלעבן דעם נחת.
דיין עתיד איז בעז״ה ליכטיג און זיס! עס קומט א ״רבי מענדל״ איינס אין דער וועלט אי״ה!
אמאל דארף מען שפּאנען אין מדבר. אמאל הונגערט מען. אמאל איז טונקל.
אבער אויב ביסטו גרייט דורכצושוויצן די צען נסיונות וואס דער אויבערשטער שיקט דיר, זיי גרייט אז עס ווארט דיר אפ א הייליגע ליכטיגקייט. דו וועסט אי״ה באשיינען די וועלט מיט דיינע אויסטערלישע כוחות, וועלכע דו האסט אויסגעארבעט מיט גרויס מי און פלאג.
מענדי, מאך יעצט אפ:
איך גיי זיך מקבל זיין.
איך גיי ווייטער פּרובירן.
און איך גיי פּרובירן נאכאמאל.
איינמאל, און צוויי מאל, און דריי מאל, און נאכאמאל און נאכאמאל.
אראפּ ארויף, ארויף אראפ, און איך געב נישט אויף!
ווייל איך גיי אין די פוסטריט פון אברהם אבינו! און איך בין גרייט דורכצומאכן אלע צען נסיונות, און אפילו הונדערט נסיונות.
יעדע טרעפּל אראפּ, פירט מיך צוויי טרעפּ ארויף — אפילו ווען איך זע עס נישט אויף דער מינוט.
ווייל דער הייליגער באשעפער אויבן אין הימל וויל דאס, און שעפּט פון מיר נחת. און ׳דאס׳ איז אלעס וואס איך וויל. אוי "לעשות רצונך, רצונך אלקי, רצונך אלקי חפצתי"!
און אזוי ווי אברהם אבינו, גיי איך אי״ה בויען כלל ישראל.
איך וועל אי״ה באלייכטן כלל ישראל מיט מיין תורה, מיט מיינע מעשים טובים, און מיט מיינע חידושים פאר׳ן הייליגן באשעפער!
מענדעלע, לך לך! סוף כל סוף וועסטו אי״ה זען, און מיר אלע עובדים האפן אויך מיטצוהאלטן און זען ווי ס'ווערט מקוים ביי דיר:
ואברכה, ואגדלה שמך, והיה ברכה… ואעשך ל'מנחם מענדל גדול!