ערשטמאליגן אינטערוויו מיט @אבימלך:
ברוך השם, נאך איבערמידליכע כוחות און שווערע ארבעט, האבן מיר געהאט דעם זכיה צו אפהאלטן א ערשטמאליגן אינטערוויא מיט דעם אלעמען באקאנטן אבימלך.
קודם כל שלום עליכם, עס איז מיר א גרויסע זכיה צו קענען אפהאלטן דעם אינטערוויא, און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן:
יא... איך האף אויך אזוי... מיטן באשעפערס הילף.
אזויווי אונז אלע ווייסן, ביזטו גאר א פארנומענער מענטש, אויב אזוי וועלן מיר זיך האלטן צו די קורצערע זייט:
נעע... איך בין דא פאר אייך... טונעד אין.
אקעי, צום ערשטן, אוודאי וויל יעדער וויסן וואס איז פשט אין דיין נאמען אבימלך?
וואס הייסט?! איך בין דאך "דע קינג"...
אקעי... וואס קענסטו זאגן איבער דער מענטש המכונה אבימלך, אין א נא"ט שע"ל:
איך אבימלך בין שוין פון די יונגע יארן פארנומען מיט עניני הכלל, שוין ביי מיין טאטע האב איך געקריגן אזא חינוך, זיך אוועקצוגעבן פארן כלל, און מיט דעם זענען מיר ממשיך...
נא, איך רעד פון פערזענליכע זאכן, וואס קיינער ווייסט (נאך)נישט:
אז איך בין באמת א גרויסן עושר... יא, איך האב זאגאר עטליכע קנעכט ביי מיר אין באזיץ... אבער מיט דעם אלעם פרוביר איך, נישט צו אריינפאלן אינעם גרוב פון גאווה.
וואו סאונט איבערמעכטיג!! גיב מיר אביסל א ראן דאון אויף דיין טעגליכן סדר היום:
איך שטיי אויף פרי, געווענטליך גאר פרי, איך לאז זיך ארויס אויפכאפן די פרישע נייעס, צומאל קען איך גאר אריינבליקן הונטער פארמאכטע לאדנס, צו ארויסשנאפן אביסל הייסע ווארע... דערנאך נעמט מען אביסל קעיר פון די נכסים קע"ה... דארנאך לייגט מען זיך צוריק אריין אין די פאליטישע ענינים, אזוי לויפט דורך דעם טאג... ביז ביינאכט ווען איך פאל אריין אין בעט טיף פארמאטערט, און דא הייבט זיך אן די פרשה פון די חלומות
אהה... דאס מוז איך הערן, ס'סאונד דראמאטיש:
עס איז געווען איין נאכט, איך בין געווען אריינגעמישט אין עפעס א פאליטישער קידנעפינג... איך בין געווען אונטער זייער שטארקע פרעשור... און שפעט ביינאכט חלום איך זיך ווי דער באשעפער קומט צו מיר בכבודו ובעצמו, און ווארענט מיר אן צו שטיין ווייט פון די קעיס... איך בין אויפגעשטאנען טרעפענדיג פון שווייס... יויש איז עס געווען שרעקעדיג!!
למעשה האב איך זיך טאקע ארויסגעצויגן פון יענע פרשה, און זייט דאן שלאף איך רואיג ביינאכט.
אפשר קענסטו מיטטיילן די ליינער וואו די וואוינסט?
אאממ... אין עפעס א געגנט וואס הייבט זיך אן מיט א ג'.
יעצט לאמיר שיפ"טן אביסל צו פאליטיק, וואס זענען דיינע וויזשאנס בנוגע פרעמדע אימיגראנטן וואס קומען אן אין מאכן זיך היימיש?
איך האלט קלאר - אז מ'טאר זיי נישט לאזן ווערן צו באקוועם, און אויב הייבן זיי אן בונטעווען און זיך היימיש מאכן צו שטארק, דאן דארף מען חרוב מאכן זייער אינפעסטרוקטור אד"ג, אבער אין די זעלבע צייט אויך זיך צוזאמזעצן מיט זיי און פירן רעספעקטפולע געשפרעכן מיט זיי... און פראבירן צו מאכן א שלום דיעל מיט זיי.
יעצט בנוגע גאווערמענט פראגראמען, וואס האלטסטו איז די ריכטיגע באלאנס?
איך בין זייער פראו פראגרעמ'ס, איך זעלבסט האב אפילו פארטיילט גרויסע סובסידי"ס פון גאז-לאזע קארס און מאטאר-לאזע ראבאט'ס, פאר מענטשן אין מיין לאנד.
יעצט א שאלה אין פארעי"ן פאלעס"י, וואס איז דיין בליק אויף די מיטל מזרח - אידן/פאלעסטינער געראנגעל?
לאמיך זאגן קלאר און דייטליך! דא איז קיינמאל אין היסטאריע קיין אידיש לאנד געווען, און איך וועל נישט צולאזן די אידעלעך זאלן איבערנעמען דאס ארט!
איך וועל זיי שטעלן פיסלעך פון אלע זייטן! הו הו וועלן זיי חרטה האבן!
וואס וועט זיין מיט די אידישע משכונות, פארכאפט אין עזה?
מען האט זיי שוין אלע באפרייט, אומבארירט! האסט נישט געהערט?!
יעצט א פערזענליכע שאלה, אונז אלע האלטן מיט, ווי פון צייט צו צייט ווערסטו נעלם, וואס איז פשט דערפון?
עס האט אלץ צוטון מיט מיין פערזענליכע סקעדועל... אין פון צייט צו צייט מאכט זיך אונסים... אמאל איז עס אפילו ליידער געווען א מאדנע מחלה.
דהיינו?
איך קען נישט צופיל מאריך זיין, אבער א מיסטעריעזן קרענק האט באפאלן מיר און מיין פאמיליע... ממש א פארשטאפעניש... וד"ל... צום סוף האבן זאכן געפאלן אין פלאץ.
צום לעצט, דערצייל עפעס א קאמישן זאך איבער דיר:
עס איז דאך דא די באוויסטן דזשאוק וואס די ליצני הדור זאגן אלץ נאך, "מאבימלך נתעברה שרה"...
הא הא הא... טאקע פאני, אקעי א גרויסן יישר כח פאר דיין טייערע צייט, הצלחה רבה:
הצלחה רבה צו אייך אלע חשוב'ע שרייבער און ליינער פון דעם "אידישן וועלטל".
אזויווי דער אינטערוויו איז אפגעהאלטן געווארן אויף שבת, קען זיין אז געוויסע פרטים זענען נישט 100 פראצענט פונקטליך... ואיתכם הסליחה.