די סוד קעגן די קעלט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ישי כץ
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

די סוד קעגן די קעלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

די סצענע אין די גאסן הייבט זיך אן. דער הימל ווערט גרויער, די ווינטן ווערן שווערער, און די טעמפעראטור פאלט, אזוי ווי די מוט פון די וואס וועלן נישט אויסהאלטן אז ס'איז קאלט. מ'דארף נישט קיין הסברים, יעדער שפירט עס אז ס׳איז שוין קאלט. אבער א מין פאליטישע מחלוקה האט זיך דא אראפגעלאזט איבער אן ערנסטע און שטאלצע שאלה, זאל מען זיך טאקע אנטון א קאוט?

מ'גייט אזוי ארום אין די גאסן און מ'זעט דעם עולם מיט צוזאמגעצויגענע פלייצעס און רויטע אויערן און רינעדיגע נעזער. איינער האלט די הענט אריין געשטעקט אין דעם אנדערן ארבל, דער צווייטער האט צופעליג צוריק אנגעטוען א וועסטל, אבער דאס ווארט קאוט, זיי באטראכטן דאס ווי א שעדליכע זאך. מ'הערט זאגן, קאלט? נו, ס׳איז נאך נישט אויס וועלט! אדער, וואס ווינטער? ס'איז נאך הערבסט!.

יעדער פארשטייט אז די קלימאטן זענען שוין נישט וואס זיי זענען געווען, א פרישע קעלט שפירט זיך אין די לופט, לאגיק זאגט אז א קאוט וואלט גראדע נישט געשאדט יעצט, אבער מען זעט דאס אין די גאסן ווי א פארברעכן קעגן דער מענטשלעכער שטאלץ.

עס איז דא דער טייל וואס איז שוין עפעס אביסל מודה אז אפשר איז קאלט, די מער בראווע, וואס נעמען זיך ארום מיט א שאל ארום די פלייצעס, קוקן אויס אלס די מער רעוואלוציאנערן, נישט אינגאנצן אנצוטוען א קאוט, אבער א קלייניקייט זיך צו באהאלטן פון די קאלטע ווינטן איז נאך ערלויבט. אה, קיינער וועט נישט מיינען איך בין שוין אריין אין ווינטער, איך בין נאך ביי הערבסט, זאגן זיי צו זיך מיט'ן שאל.

דערנאך איז דא געוויסע וואס זענען עכט זייער קאלט, אויף אזוי ווייט אז זיי קענען זיך שוין נישט פאפן, קומען זיי אויף מיט א המצעה זיי באהאלטן א סוועטער אונטערן רעקל. אבער וואס איז וויכטיג, קיינער זאל חלילה נישט באמערקן אז זיי האבן עפעס אונטערן רעקל, די שווערסטע טייל דערפון איז צו מאכן זיכער אז די רעקל בלייבט גלאט, מ'קען זיך נישט ערלויבן אז עמיצער זאל באמערקן דעם סוועטער. קיינער טאר נישט וויסן, ווייל קעלט באשטייט נאר ווען אנדערע ווייסן דערפון, אז קיינער ווייסט נישט אז מ'טראגט א סוועטער איז מען נישט אונטערטעניגט צום וועטער.

אלזא טייערע אידן, איך פארשטיי אז איר זענט נישט משועבד פארן וועטער, און ער וועט אייך נישט איינטיילן ווען אנצוטון דעם קאוט און ווען עס אויסצוטון, ווי אויך וועט איר נישט זיין דער ערשטער אין שטאט צו גיין דערמיט, יעצט גייען נאר די סענדס סטריט אידן און קאטשעלאבעס מיט קאוטס, ס'קען נאך ח"ו שאטן פאר שידוכים אז מ'טוט יעצט אן א קאוט, ווען "יעדער" וועט שוין גיין מיט א קאוט העמיר דעמאלטס גיין,
אבער אויב זענט איר פארט קאלט און איר ווילט זיך נישט פארקילן האב איך אן עצה פאר אייך, האנדלט אייך איין א ווארעמע סוועטער, פארשטעקט עס גוט אונטערן רעקל, מאכט זיכער אז מ'זעט עס נישט ארויס, און אז אייער רעקל בלייבט גלאט. דערנאך קענט איר רואיג שפאצירן אין די גאסן ווארעמערהייט. און דער עיקר קיינער וועט נישט וויסן אייער פארבארגענעם סוד.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: די סוד קעגן די קעלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

👍
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3572
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: די סוד קעגן די קעלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: די סוד קעגן די קעלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

די עכטע סוד קעגן די קעלט איז צי דרייון גאז געטריבענע קארס אין נישט ריסייקלען פלאסטיק
איך סופארט דעם כולל אינגערמאן
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4529
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: די סוד קעגן די קעלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

גיט גיט ישי
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5215
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: די סוד קעגן די קעלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

זייער גוט געשריבען.

איך גיי שוין מיט אויער שיצערס אויך.
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע:בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: די סוד קעגן די קעלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

ידוע עובדא דהגרי"א עם הגלח ע"ד הגמ' חמרא אפי' בתקופת תמוז קרירא ליה.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4529
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: די סוד קעגן די קעלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

פאר די וואס קענען נאכנישט פויעלן ביי זיך אנצוטוען די קויט
קענען זיך מחזק זיין אז אין 2 טאג ארום ווערט נאכאמאל ווארעם
#שוויץ עס אויס
אור ישר
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 2:37 pm

Re: די סוד קעגן די קעלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור ישר »

הכל בידי שמים חוץ מצינים ופחים
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”