היינטיגע נייעס - מאנטאג וירא פ"ה
@אבימלך
לאזט אונז ליידער איבער
אבער האפנטליך נישט אויף צו לאנג
טיפע בענקענישן גאנצעטע גריבער
עס טוט אונז אלע גאר שטארק באנג
-
טראמפ הייבט אן אויפנעמען איצט
באאמטע אין זיין אדמיניסטראציע
צום ערשט, המן וועט שטיין אין שפיץ
פון די אימיגראנטן דעפארטאציע
סטעפאנעק, ניו יארקע קאנגרעספרוי
אמבאסאדארשע צו די יו-ען, גענוי
אונזער לי זעלדין וועט דינען קלאר
אינווייראמענטל פראטעקשן אגענטור
-
טראמפ האט מיט פוטין גערעדט?
די מידיא טענה'ט אז אזוי איז געווען
פעסקאוו פון דעם פאון רוף אפשפעט
און זאגט אז ס'קיינמאל נישט געשען
-
חיזבאלא לייקנט שארף שטיין און ביין
זיי זאגן אז קיינער אנגעטראגן האט
פאר די בלוטיגע טעראר גרופע, קיין
אפיציעלע פייער-אפשטעל אנבאט
ער לייגט אויך צו - דער סמארקאטש
ווערטער וועלכע ווארפן א שרעק
ער טענה'ט "פון חיזבאלא וואטש
אונזער ארסענעל איז אן קיין עק"
-
ביטקוין שטייגט גאר גאר הויך
העכער 85 טויזנט היינט אליין
צו קוקן די נומערן דארף מען כח
כ'טראכט צוריק און איך וויין...
-
וואלד פייערן! ווי קעמען דערפון פארגעסן
ס'בוזשעוועט פעסט אינעם טריי-סטעיט
טויזנטער אקער-לאנד שוין אויפגעגעסן
פארלעש עס ביטע, איידער ס'צו שפעט...
ענדיגן מיט א תפילה הייליג און טייער
טאטע, מאך פונעם גלות אויס, און שיק
דעם ביהמ"ק השלישי געמאכט פון פייער
און נעם אונז ארויף קיין ירושלים צוריק!
אבער האפנטליך נישט אויף צו לאנג
טיפע בענקענישן גאנצעטע גריבער
עס טוט אונז אלע גאר שטארק באנג
-
טראמפ הייבט אן אויפנעמען איצט
באאמטע אין זיין אדמיניסטראציע
צום ערשט, המן וועט שטיין אין שפיץ
פון די אימיגראנטן דעפארטאציע
סטעפאנעק, ניו יארקע קאנגרעספרוי
אמבאסאדארשע צו די יו-ען, גענוי
אונזער לי זעלדין וועט דינען קלאר
אינווייראמענטל פראטעקשן אגענטור
-
טראמפ האט מיט פוטין גערעדט?
די מידיא טענה'ט אז אזוי איז געווען
פעסקאוו פון דעם פאון רוף אפשפעט
און זאגט אז ס'קיינמאל נישט געשען
-
חיזבאלא לייקנט שארף שטיין און ביין
זיי זאגן אז קיינער אנגעטראגן האט
פאר די בלוטיגע טעראר גרופע, קיין
אפיציעלע פייער-אפשטעל אנבאט
ער לייגט אויך צו - דער סמארקאטש
ווערטער וועלכע ווארפן א שרעק
ער טענה'ט "פון חיזבאלא וואטש
אונזער ארסענעל איז אן קיין עק"
-
ביטקוין שטייגט גאר גאר הויך
העכער 85 טויזנט היינט אליין
צו קוקן די נומערן דארף מען כח
כ'טראכט צוריק און איך וויין...
-
וואלד פייערן! ווי קעמען דערפון פארגעסן
ס'בוזשעוועט פעסט אינעם טריי-סטעיט
טויזנטער אקער-לאנד שוין אויפגעגעסן
פארלעש עס ביטע, איידער ס'צו שפעט...
ענדיגן מיט א תפילה הייליג און טייער
טאטע, מאך פונעם גלות אויס, און שיק
דעם ביהמ"ק השלישי געמאכט פון פייער
און נעם אונז ארויף קיין ירושלים צוריק!