אפענע בריוו צו דזשעי די ווענס
היי...
זיכער קענסטו מיך...
פאריגע וואך אזא צייט האב איך אריינגעפילט אינעם בעלאט דיין נאמען מיט דיין באלעבאס’עס נאמען...
ערנסט גערעדט. לויט דיין אינפארמאציע ווייסטו אז די קומענדיגע 4 יאר גייסטו האבן זייער א שווערע דזשאב. דו גייסט דארפן זיין ביזי צו טון די דזשאב צוזאמען מיט די מערסט-ביזי’סטע מענטש פון די וועלט.
דו גייסט נישט האבן קיין סאך איבריגע צייט אויפן זייגער צו קענען פשוט רילעקסן מיט זיך אליינס און טראכטן פון די עתיד.
אבער, אויב האסטו יא דעי פאר מינוט. געב א בליק אריין אין מיין געבעט: איך גיי עס זאגן גענוג קלאר און קורץ אז דו זאלסט עס פארשטיין און נישט דארפן אפלערנען מיט מפרשים...
דו ביסט שוין א בן ארבעים לבינה.. און דו פארשטייסט זיכער אז ווינטער 2027 מוזטו שוין האבן אפגעמאכט צי דו לויפסט אלץ 48’סטע פרעזידענט, און אויב יא, וויאזוי, וואס זענען די פלענער צו ברענגען דעם פאלק דיך אויסצווועלן. סאו, אונז ווייסן אז פון די גרעסטע טעותים פון דיין פריינט קאמאלע איז געווען אז זי האט זיך נישט געלאזט הערן צום פאלק במשך אירע יארן אלץ וויצע פרעזידענט און אפילו נישט ווען זי איז געלאפן אלץ פרעזידענט האט זי דעמאלטס אויך זיך היבש באהאלטן פונעם בילדער מאכער און ריקארדער.
דיין מעלה איז אז דו האסט נישט מורא פון די אלגעמיינע מידיע און פעקט טשעקערס פון אלע פלאטפארמעס פונעם לינקן זאק.
האסט זיך שוין געלאזט אינטערוויוען ביי אלע לינקע נייעס אגענטורן, און אפילו אריינגעפליקט ווען עס איז געווען א צורך...
ממילא. די קומענדיגע פיר יאר, מאך זיכער אז יעדן טאג זאל מען הערן פון דיר, בוי אויף דיין רעפוטאציע ביים פשוט’ן בירגער, ביי די פראסטע פויער פון א דערפל אין א פארווארפענע געגנט איבערן לאנד. דיין נאמען דארף ערשיינען ווי מער אויפן ארענע אויף יעדע סארט וועג.
און פארשטייט זיך אז דו זאלסט האבן אייביג טראמפ אויף דיין זייט. למעשה האט ער דיך געהייערט, און דו דארפסט זיין ווארעמע שטיצע ווען דו לויפסט פאר פרעזידענט.
דו דארפסט אנקומען מיט אזא בארג פון מעשים טובים אויף דיין נאמען אז יעדע קאנדידאט פון די דעמאקראטישע זייט אום פארשטייט זיך פון די רעפאבליקאנע זייט זאל פאלן ווי א פליג פאר דיר.
דיין עתיד איז ריזיג גרויס! פארפאטשקע עס נישט!
מעיק אמעריקא רעפאבליקען עיגען!

נאך 1 טאג צום אונטערגאנג פון עלאן ליכטמאן! צוזאמען מיט זיינע 13 קיעלעך...