דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

בס"ד
2.jpg
2.jpg (88.85 KiB) געזען 4011 מאל
די לבנון בארג

אידישקייט אין לבנון- דורכאויס די יארן האבן זיך א שיין ביסל אידישע קהילות געפינען אין ביירוט, אנגעהויבן פון הייפעלעך אידן וואס זענען געווארן פארטריבן פון ארץ ישראל דורך די רומישע נאכן חורבן בית שני, און שפעטער די קלענערע קהילות אין בעלבכ, צידון און טריפולי, אזוי אויך האבן די ים ברעגעס פון לבנון געדינט אלס א הויפט דורכגאנג פאר אידן וואס זענען ארויף געפארן קיין ארץ ישראל פון אינסטאנבול אין לויף פון די יארן.

נאכן צווייטן וועלט קריג ווען די פראנצויזן האבן געוועלטיגט אויף סיריע און לבנון האט אין די אידישע קווארטל אין ביירוט פונקציאנירט א הערליכע אידישע קהילה, און אזוי אויך האבן אידן געוואוינט אין די שטעט פון צידון, און אין די שטעטלעך בעאליי, דיר אל קמר און בחמדון וואס געפינען זיך אין די "שוף" בערג צפון פון ביירוט, אויפשטעלנדיג שיינע קהילות און הערליכע בתי מדרשים. שפעטער ווען די ענגלענדער האבן פארשפארט די גרעניצן פון ארץ ישראל פאר אידן זענען די לעבאנעזער אידן געקומען צוהילף פאר טויזנטער אידן זיך צו אריבערשווערצן די גרעניץ פון לבנון קיין ארץ ישראל. נאכן צווייטן וועלט קריג האט זיך די אידישע באפעלקערונג אין לבנון געציילט צו העכער 10,000 אידן.

אידישע רצופות- אינעם דערפל כפר חצאביא וואס געפינט זיך ממש צופיסנס פונעם חרמון בארג איז געווען א אידישן ישוב וואס האט אנגעהאלטן פון נאכן חורבן בית שני (א שטייגער ווי פקיעין). און שו"ת מהרי"ט דערמאנט ער די אידן פון חצאביא באהויפטנדיג אז זיי היטן שמיטה. אנדערש ווי אין אנדערע מוסלמענע ערטער זענען די אידן פון חצאביא און פון דיר אל קמר (א שטעטל מיט 450 יאר אידישע אנוועזנהייט) געווען ערלויבט צו פארמאגן געווער, און אין יאר תקצ"א האבן זיי געקעמפט אינאיינעם מיט די מיליטערלייט פונעם אטאמאנישער מושל עבדאללה פאשא איינצונעמען די סאנור פעסטונג וואס געפינט זיך אין צפון שומרון, נאך דעם וואס די ארטיגע בירגער האבן געמאכט אן אויפשטאנד צו די טערקישע אימפעריע. א חלק פון די חצביא איינוואוינער זענען אריבער וואוינען אינעם שטעטל ראש פינה ווען די שר משה מאנטיפיורי האט דאס אויפגעשטעלט.

די סייקס פיקו פאקט- דאס איז געווען אן הסכם צווישן גרויס-בריטאניע און פראנקרייך ביים ערשטן וועלט קריג. נאך וואס די צוויי לענדער האבן איינגענומען גרויסע חלקים פונעם מיטל מזרח פון די אטאמאנישע אימפעריע האבן זיי זיך צוטיילט מיט די שטחים מאכנדיג די גרעניץ צווישן לבנון אין ארץ ישראל אויף א גראדע ליניע פון ראש הנקרא ביז עמק החולה, אויסלאזנדיג די אידישע שטעטלעך פון מטולה, כפר גלעדי, און תל חי אויף די פראנצוזישע\צפון זייט.

די תל חי שחיטה- אין יאר תר"פ זענען פארגעקומען שווערע מהומות דורך צעיושעטע אראבער אין א שיינע פאר געגנטער אין צפון ארץ ישראל, צווישן זיי א פאגראם אויף די אידן פונעם דערפל תל חי דורך הונדערטער אראבער פונעם דערנעבדיגן דערפל רמת תבנין. 6 אידן זענען ליידער גע'הרג'ט געווארן, אין די אידן פון תל חי געדארפט אנטלויפן פון זייערע הייזער ארומוואנדערנדיג פאר א שיינע פאר חדשים ביז די ענגלענדער האבן איבערגעמאכט די סייקס פיקו גרעניץ הסכם מיט די פראנצויזן און אריינגערעכנט די אויסגעלאזטע אידישע צפון געגנטער אין די שטח פון די ענגלענדער, די חלק וואס די ענגלענדער האבן דעמאלטס באקומען ווערט היינט אנגערופן די אצבע הגליל.

די פרייהייט מיליטער פון קאוקגי- דאס איז געווען א מיליטער צוזאם געשטעלט פון מוסלמענע וואלונטירן פון אפאר ארומיגע אראבישע לענדער, אויפגעשטעלט מיטן ציל אפצוהאלטן דאס צוטיילונג פון פאלעסטינע און שאפונג פון מדינת ישראל, די מיליטער איז געפירט געווארן דורך די סירישער גענעראל פאוזי קאוקג'י, זיין מיליטער האט זיך אויפגעהאלטן אינעם תרשיחא געגנט אין גליל העליון, נאך די מבצע חירם פון די נייע מ"י מיליטער איז ער צוריק געלאפן אריין קיין לבנון צוזאמען מיט זיין גאנצע מיליטער.

מבצע חירם
- דאס איז געווען איינע פון די גרעסטע אקציעס פון די מדינת ישראל מיליטער און די מלחמה פון תש"ח, עס איז שוין געווען סוף פון די מלחמה (תשרי תש"ט) אין די מ"י מיליטער האט זיך געשלאגן אויף די צפון געגנטער וואס זענען געווען אין די אראבישע חלק פון די UN צעטיילונג פלאן, און יענע אקציעס וואס האבן אנגעהאלטן 60 שעה האט די מיליטער איינגענומען חלקים פון דרום לבנון.

די חירם מיסיע האט זיך אנגעהויבן נאך וואס די "קאוקגי פרייהייט מיליטער" האט דורך געפירט אטאקעס אויף מדינת ישראל מיליטער פאזיציעס אויף די הר שנען ווי אויך שיסערייען אויף די שטרויז וואס פירט צווישן ראש פינה - מטולה. אין די חירם אפעראציע האט די מ"י מיליטער איינגענומען די גאנצע גליל העליון און רוב אראבערס פון די גליל זענען דעמאלטס אנטלאפן טיפער אריין אין לבנון, ביי די שלאכטן האבן זיי אויך איינגענומען 14 שטעטלעך אין דרום לבנון אנקומענדיג ביזן ליטאני טייך.

די 7 דערפלעך– עס זענען פארהאן זיבן דערפער ביים גרעניץ צווישן מדינת ישראל און לבנון וואס זענען פארלאזט געווארן פון זייערע אריגינעלע אראבישע איינוואוינער ביי די מלחמה פון תש"ח, אין חיזבאללה ניצט די שטעט ביזן היינטיגן טאג אלץ א תירוץ אנצוהאלטן זייער קאמף אנטקעגן מדנ"י.

די דערפלעך זענען 1- אבל אל קמח (היינט קרית יובל, איז צווישן מטולה און קרית שמונה) 2 – הונין (דאס געפינט זיך אויף די רכס רמים) נעבן די מושב מרגליות 3 – נבי יושע (היינט רמות נפתלי) 4 – מאלכיה (פלאץ ווי די משמרת\משפחת מלכיה פון כהנים האבן געוואינט, היינט קיבוץ מלכיה) 5 – קדס (נעבן תל קדש, נישט ווייט פון מלכיה) 6 – צאלחה (היינט קיבוץ יראון) 7 – תרביחה (נעבן די היינטיגע שומרה).

לבנון נאכן גרינדונג פון מדינת ישראל
– לבנון האט נישט אנטיייל גענומען און די 6 טעג מלחמה ווי אויך אין די יום כיפור מלחמה, די גרעניץ מיט לבנון איז און יענע תקופה פאררעכנט געווארן אלס פארזיכערט, נאכן 6 טעג מלחמה און בעיקר נאך די "שווארצע סעפטעמבער" ווען די אש"ף טעראר גרופע איז געווארן פארטריבן פון ירדן, האט זיך די טעראר גרופע צוריק אוועק געשטעלט אין לבנון דורך די ארכי טעראריסט יאסר אראפאט, די אנטוויקלונג האט למעשה איבער געדרייעט דרום לבנון אלץ א לענדל פאר זיך.

אין יאר 1975 האט אויסגעבראכן א בירגער קריג אין לבנון ווי א געשאצטע 150 טויזנט לעבאנעזער בירגער זענען גע'הרג'עט געווארן, סיריע האט דעמאלטס אויסגענוצט די מצב אין זיך אויך אריין געריקט מיט איר מיליטער קיין לבנון נעמענדיג קאנטראל אויף רוב פון דאס לענדל, מדנ"י האט אין יענע יארן געשטיצט א ציווילע מיליטערישע קריסטליכע גרופע באקאנט אלס צד"ל (צבא דרום לבנון) וואס איז דאן געווען אקטיוו אין לבנון.

מבצע ליטני– אין יאר 1978 נאך די שווערע טעראר אטאקע אויפן כביש החוף אין ארץ ישראל ווי 35 מענטשן זענען ליידער גע'הרג'עט געווארן אין נאך איבער 70 זענען פארוואונדעט געווארן האט מדינת ישראל אנגעהויבן א מיליטערישע אפעראציע איינצונעמען דרום לבנון ביזן ליטאני טייך (חוץ דאס שטאט צור) צוליב די אקציע האט די אש"ף טעראר גרופע געמאכט אן הסכם מיט מדינת ישראל ווי זיי האבן זיך אינטער גענומען זיך צוריק צו ציען צפון זייט פון דעם ליטאני טייך. ווי פארשטענדליך האט די הסכם אנגעהאלטן בלויז פאר גאר א קורצע צייט, נאך די שלום אפמאך איז די דרום געגנט פארכאפט געווארן דורך די קריסטליכע "פרייע ארמיי פון לבנון" וואס מדנ"י האט געשטיצט, דעמאלץ האט די UN אויפגעשטעלט די יוניפיל ארגינעזאציע (טעראר גרופע).

3.jpg
3.jpg (73.61 KiB) געזען 4011 מאל
א חייל קוקט אראפ אויפן ליטאני טייך


מבצע שלום הגליל– נאך וואס די אש"ף האט זיך צוריק געצויגן צו צפון פון די ליטאני טייך האט זיך אנגעהויבן די ראקעט אין קאטיושע שיסערייען קיין מדינת ישראל אפילו פון יענע זייט טייך, נאך אפאר רונדעס פון פראבעס וואס די מיליטער פון מדינת ישראל האט פרובירט צו אנולירן די געפארן דורך די לופט אדער ספעציעלע אפעראציעס (באקאנט?) האט זיך אנגעהויבן אן אקציע מיטן נאמען "שלום הגליל" וואס האט ענהאלטן אן איינגעהאלטענע פלאן אויס צו ברייטערן די סעקיוריטי זאנע ביזן האוואלי טייך (בייגעלייגט מאפע), אין א קורצע מלחמה מיט די אש"ף טעראר גרופע צו אפשטעלן זייער ראקעט שיסעריי מעגליכקייטן, אין ווי אויך א גרעסערע פלאן וואס האט ענהאלטן פלענער צו טוישן די ציווילע פירערשאפט אין גאנץ לבנון ארויס שטויסן פון לבנון די סירישע ארמיי אין דורך דעם קענען קאנטראלירן אלס וואס גייט פאר דארט. נאך צוויי וואכן האט די מדינת ישראל מיליטער אנגעהויבן א שווערע באלאגערונג אויפן הויפט שטאט ביירוט.

סברה און שתילה– נאך א 6 וואכן באלאגערונג אויף ביירוט האט די אש"ף מסכים געווען ארויס צו ציען אלע אירע מענטשן פון ביירוט, רוב טעראריסטן האבן טאקע פארלאזט דעם שטאט אין בלויז 2000 זענען יא געבליבן, אין יענע טעג האבן די פרא טעראר איינוואוינער גע'הרג'עט די פרעימער מיניסטער פון לבנון "בשיר ג'ומאיל" צוליב וואס ער האט אויסגעהאמערט די אפמאך מיט מדנ"י, די מיליטער האט זיך אנגעהויבן גרייטן אויף א אינוואזיע אויף מערב ביירוט אויס צו רייניגן די איבריגע טעראריסטן וואס זענען דארט געבליבן, און אויסער פון די מדינת ישראל מיליטער זענען אריין די קריסטליכע מיליטערישע גרופעס אין די שטעטלעך סברה און שתילה און דורך געפירט א שחיטה פון נקמה אויף שטיצער פון די אש"ף, די שחיטה האט געפירט צו שווערע אינטערנאציאלע אין אינערליכע פרעשור וואס האט צוגעברענגט די סוף פון די מלחמה, די מיליטער האט זיך ארויס געצויגן פון ביירוט, און די פירער שאפט פון די אש"ף גרופע איז אנטלאפן קיין טוניזיע.

רוקצוג פון די שוף בערג
– נאך א האלבע יאר (1983) האט זיך די מיליטער אויך ארויס געצויגן פון די "שוף" בערג וואס געפינט זיך דרום פון ביירוט, אין זיי האבן זיך באפעסטיגט אויף נייע פאזיציעס, די שורה איז געווען די נאוואלי געגנט אין מערב לבנון אין די חצאביא געגנט אין מזרח לבנון, תיכף נאך די מדינת ישראל מיליטער איז ארויס פון יענע געגנטער האט זיך אנגעהויבן שווערע מהומות אין מלחמות צווישן די קריסטליכע (מדנ"י געשטיצט) גרופעס מיט די דרוזישע גרופעס אין די געגנט, צום סוף האבן די דרוזן איינגענומען די גאנצע שוף בערג געגנט.

סעקיוריטי זאנע
– אנהייב 1985 האט די איזרעילי רעגירונג באשטעטיגט די געדאנק פון די דעמאלטסדיגער שר הבטחון יצחק רבין צו מאכן א פרישע איבערזיכט אויף די סעקיוריטי זאנע אין לבנון ווי די מדינת ישראל מיליטער און די צד"ל (צבא דרום לבנון – די קריסטן) האבן אפערירט ביזן ארויס ציען אין יאר תש"ס, די זאנע האט אריינגערעכנט 10 פראצענט פונעם שטח פון לבנון דאס האט אריינגערעכנט 67 דערפער מיט 150,000 איינוואוינער, די זאנע איז נישט געווען איינגעטיילט לויט די נאטירליכע געגנטער נאר לויט געגנטער וואס די מדינת ישראל מיליטער מיט די צד"ל האבן איינגענומען, אין עס האט אריינגערעכנט די גזין געגנט וואס די צד"ל האט געפאדערט עס זאל זיין אינעם זיכערהייט זאנע, למעשה האט מדנ"י מוותר געווען צו האבן א השפעה אויף די ציווילע פירערשאפט אין לבנון אליינס אין האבן ס"ה געוואלט האלטן די זיכערהייט זאנע צו האלטן רואיגקייט פאר די גליל איינוואוינער, די ערשטע יארן זענען זאכן געווען גאנץ רואיג אינעם גאנצן געגנט אבער שפעטער ווען די נייע טעראר גרופע "כיזבאללע" האט זיך אנגעהויבן הייבן די קעפ האט זיך אנגעהויבן שווערע פארלוסטן אין דעם איינגענומענעם שטח, ביז עס איז געקומען א מצב אז די מדינת ישראל מיליטער האט אפגעפוצט פון שטח אן קיין שום תנאים, אין געפירט צו די צוזאמפאל פון די צד"ל, איבערלאזנדיג גאר אסאך געווער פאר כיזבאללע.

סיריע אין לבנון
– בשעת די בירגער קריג אין לבנון זענען די סירישע אריין אין לבנון מ'כלומר'שט צו זיין די "שלום היטערס" ערב די מבצע ליטאני (ווי דערמאנט פריער) האבן די סירישע אנגעהויבן שטיצן די אש"ף, למעשה האבן זיי געפירט רוב פון לבנון פאר 15 יאר, רוב פון די צייט וואנט ביי וואנט מיט די מדנ"י זיכערהייט זאנע אין דרום לבנון, ביז יאר תשס"ה נאכן אטענטאט אויפן לעבאנעזער פרעזידענט רפיק אלחרירי דורך כיזבאללע ווען עס האט אויסגעבראכן א גרויסן ווידערשטאנד קעגן די סיריע געפירטע רעזשים, האבן די סירישע זיך ארויס געצויגן פון לבנון.

אמ"ל– דאס איז געווען א צוזאמען ארבעט פון די ווידערשטאנד גרופעס אין לבנון, דאס זענען געווען שאיאיטישע גרופעס וואס האבן בעיקר געארבעט פאר די סירישע אינטערעסן און לבנון, ביי די בירגער קריג אין לבנון האבן זיי מלחמה געהאלטן מיט די אש"ף, שפעטער אין אנהייב פון די מלחמת "שלום הגליל" האבן זיי אפילו נישט מלחמה געהאלטן אנקעגן מדנ"י, שפעטער אבער ווען די מלחמה האט זיך פארברייטערט האבן זיי אנגעהויבן טון אקציעס אנטקעגן די מדינת ישראל מיליטער ווען אין די יארן פון תשמ"ד-מ"ה האבן זיי זיך ארויפגעשרויפט מיט שווערע סאבאטאזש אקציעס אנטקעגן די מדינת ישראל מיליטער. אין יאר תשמ"ח-מ"ט האבן זיי זיך עקסטער געקריגט מיט כיזבאללע אויף אינערליכע איינלעגנהייטן וואו זיי האבן למעשה פארלוירן. למעשה זינט אנהייב די צווייטע לבנון מלחמה ארבעטן זיי האנט ביי האנט מיט כיזבאללע און דער אמ"ל הויפט "נביה בארי" איז שפעטער אויסגעוועלט געווארן אלס דער הויפט פונעם לעבאנעזישער פארלעמענט.

כיזבאללא– דער טעראר גרופע איז געווארן אויפגעשטעלט אלץ א מיליציע דורך איראן מיטן ציל צו איבער דרייען לבנון צו א שאיאיטישער מוסלמענער לאנד. עס איז געגרינדעט געווארן דורך סייד פדאלללה אינעם שטאט בעלבכ, אין יאר תשנ"א, איז עבעס מוסאווי געווארן די פירער פון די גרופע. בלויז א יאר נאכן גרינדונג איז ער עלימינירט געווארן דורך מדינת ישראל, און אויף זיין פלאץ האבן זיי געשטעלט חאסן נאסראללא אלץ די פירער פון די גרופע, פון יאר תש"נ (ווען די בירגער קריג האט זיך געענדיגט) האט כיזבאללע אויפגעשטעלט א געהעריגע אקטיווע מיליטער. נאכן אנטלויף פון די מדינת ישראל מיליטער פון דרום לבנון האבן זיי מיט די הילף פון איראן גאר שטארק אויסגעברייטערט זייערע מלחמה מעגליכקייטן מיטן ציל אנצוזייען פחד אין טעראר אויף מדינת ישראל. אזוי אויך האבן זיי באקומען א פאליטישע כח אין די לעבענעזע פארלעמענט ווי זיי האבן אזא שטיקל עקסטערע 'מדינה בתוך מדינה' אין לבנון.

מבצע דין וחשבון
– דאס איז געווען א רונדע פון שלאכטן אין יאר תשנ"ד ווען יצחק רבין איז געווען ראש ממשלה, דאס איז געקומען צוליב די טעראר וואס כיזבאללע האט אנגעדרייעט אויף די סאלדאטן אין די סעקיורעטי זאנע, און צוליב די ראקעטן וואס זיי האבן געשאסן אויף די צפון געגנטער בכדי צו דערשרעקן די מדינת ישראל מיליטער אקטיוויטעטן אנטקעגן כיזבאללע. די מדינת ישראל מיליטער האט מודיע געווען פאר די ציווילע איינוואוינער פון אלע געגנטער פון ווי די כיזבאללע אקטיוויטעטן זענען פארגעקומען צו אנטלויפן, אין דערנאך האבן זיי אנגעהויבן שווערליך באמבאדירן די גאנצע געגנט. 300 טויזנט שאיאיטישע מוסלמענער כיזבאללע שטיצער זענען דעמאלטס אנטלאפן פון זייער הייזער. די מבצע האט זיך געענדיגט מיט א פייער אפשטעל וואס סיריע און לבנון האבן זיך צוזאמען אונטערגענומען צו אפהאלטן די ראקעטן פון כיזבאללע אויף מדינת ישראל, מדינת ישראל פון איר זייט האט זיך אינטערגענומען נישט צו צורירן קיין ציווילע לבנון בירגער און אז זיי וועלן נישט אפערירן אין די געגנטער אינדרויסן פון די סעקיורעטי זאנע. די רואיגקייט האט אנגעהאלטן פאר פונקטליך א חודש ווען כיזבאללע האט צוריק אנגעהויבן באמבאדירן די מדינת ישראל מיליטער מיט די צד"ל פאזיציעס, אין דאס מאל זענען זיי למעשה ארויס שטערקער צוליב וואס זיי האבן געקענט שיסן פון נענטערע דערפער, זיך אנפייפענדיג אויפ'ן דיעל, און די מדינת ישראל מיליטער, וואס האט יא איינגעהאלטן איר חלק אינעם דיעל, האט נישט געהאט די רשות אין מעגליכקייט צוריק צו שיסן.

מבצע ענבי זעם
– אין יאר תשנ"ו איז די מדינת ישראל מיליטער ארויס אויף נאך א מבצע אין לבנון, דאס איז געווען נאך א לאנגע תקופה וואס די מצב מיט לבנון איז געווען אנגעצויגן, צענדליגע ראקעטן זענען געפלויגן און זאכן זענען שוין לאנג געווען ארויס פון קאנטראל, אין עס האט זיך נישט אנגעזען קיין געהעריגע פלאן ווי אזוי דאס צו בארואיגן, האט זיי זיך ארויסגעלאזט אויף די מבצע ענבי זעם וואס האט זיך אויך געענדיגט אן ריכטיג צושטויסן כיזבאללע מאכנדיג נאך עפעס א לעכערליכער דיעל מיט סיריע. מדינת ישראל מיליטער האט באמבאדירט פון די לופטן אין אלע געגנטער אין לבנון אין דורך געפירט גרויסע אקציעס דורך די ספעציעלע קרעפטן, אבער דער דעמאלטסדיגער רמטכ"ל ליפקין האט שטארק פארפירט אנטקעגן אן ערד אינוואזיע טענה'נדיג אז מען קען זיי סיי ווי נישט חרוב מאכן כיזבאללע'ס מעגליכקייטן.

די מבצע האט זיך גענדיגט מיט שווערע דרוק פון די UN נאך וואס די שלאכטן צווישן די צוויי זייטן אין כפר קאנא (נישט אויס מישן מיט כפר כנא אין צפון ארץ ישראל) האבן אומגעברענגט צענדליגע ציווילע.

מען אנטלויפט– נאך יארן פון שווערע קאמפן אין אומצאליגע דורכגעפאלענע אקציעס וואס האט נאכאלץ נישט אפגעשטעלט די מבול פון ראקעטן און באמבעס אויף די צפון געגנטער פון ארץ ישראל, און עקסטער צוליב די שווערע אינצידענטן (די פייער אין וואדי סלוקי, די העליקאפטער טראגעדיע, די שיפן טראגעדיע אין נאך) האט זיך אין מדינת ישראל אנגעהויבן שווערע דרוק פון די לינקע ארגענעזאציעס בראשם פון די "4 מאמעס" ארגאניזאציע, זיך ארויס צו ציען פון לבנון, א חלק פון זייער טענה איז געווען אז כיזבאללע וויל סך הכל פרייהייט אין דרום לבנון אין צוליב דעם שיסן זיי אויף מדינת ישראל אין איינמאל מען וועט פארלאזן די פלאץ וועט אלס ווערן רואיג.

1.jpg
1.jpg (50.65 KiB) געזען 4011 מאל
מדנ"י סאלדאטן פארשפארן די טויער קיין לבנון ביים אנטלויף אקציע


די מדינת ישראל מיליטער האט אנגעהויבן מינימיזירן זייערע אנוועזהייט אין די גאנצע סעקיורעטי זאנע נאך איידערן זיך ארויס ציען פון דארט. אהוד ברק וואס האט דעמאלטס געזיגט די וואלן אין מדינת ישראל האט קאמפיינט אז ער גייט זיך ארויס ציען פון לבנון. צוליב די אלע אנטוויקלונגען אין די שוואכערע שטיצע וואס מדינת ישראל האט געגעבן פאר די צד"ל גרופע האט די גרופע אנגעהויבן צאמפאלן אין די שלום געשפרעכן מיט סיריע איז אויך צאמגעפאלן, ביז איין טאג האט ברק אויס געריפן אן איין זייטיגע ארויסצוען פון לבנון וואס איז גאר שנעל פארוואנדלט געווארן צו אן אנטלויף אקציע ווען די מדינת ישראל מיליטער לאזט איבער אינטער זיך די גאנצע צד"ל מיליטער מיט צענדליגע טאנקן, טראקס, ארטילעריע, געווער, גאז, אין מיליטערישע איינריכטונגען וואס איז אריינגעפאלן אין כיזבאללאס האנט ווי רייפע פרוכט.

די שפין געוועב דרשה– א טאג נאך וואס מדינת ישראל איז אנטלאפן פון דרום לבנון איז דער כיזבאללע פירער חסאן נאסראלא אנגעקומען קיין בינת ג'בל אין אפגעהאלטן זיין באוויסטע "שפין געוועב" דרשה ווי ער האט חוזק געמאכט אז מדינת ישראל האט די בעסטע וואפנס אריין גערעכנט נוקלאערע וואפנס אבער למעשה זענען זיי שוואכער ווי שפין געוועב. די אנטלויפן האט געהויבן די פלייצעס פון אלע טעראר גרופעס אינעם גאנצן אומגעגנט, אין עס איז אויך געווען די ערשטע אין גרעסטע באשטאנדטייל אינעם רעצעפט פארן צווייטן אינטיפאדא.

אפילו נאכן צוזאג פון פריים מיניסטער ברק אז אויב אפילו איין ראקעט וועט פליען פון צפון גייט קורצליך דערנאך גאנץ לבנון ברענען, האט דאס קיינמאל נישט פאסירט. מדינת ישראל האט זיך אויף געפירט ווי לעמעלעך, און אפילו נאך דעם וואס 3 סאלדאטן זענען פארכאפט געווארן בלויז 3 חדשים נאכן אנטלויפן און נאך צענדליגע פראבעס צו פארכאפן חיילים, שיסערייען אויף מדינת ישראל מיליטער פאזיציעס אריבער די גרעניץ אין מדינת ישראל און נאך שוועריגקייטן וואס כיזבאללע האט אנגעמאכט, האט מדינת ישראל נישט אונטערגענומען קיין שום פאקטישע שריט קעגן כיזבאללע. כיזבאללע איז בלויז געווארן שטערקער און שטערקער אין מדינת ישראל האט זיך פארמאכט די אויגן אין גארנישט געטון.


די צווייטע לבנון מלחמה
– די טויט אין פארכאפונג פון די קערפער פון די צוויי חיילים אלדד רגב אין אודי גאלדוואסער האט צוגעברענגט צום צווייטן לבנון מלחמה, וואס האט אנגעהאלטן פאר פינעף וואכן אינעם זומער תשס"ו, ביי די מלחמה האבן זיך די מדינת ישראל מיליטער אנגעשטויסן אין די אינטערערדישע "פארקס" פון חיזבאלא וואס זיי האבן אויף געשטעלט אויף גאנצן גרעניץ מיט מדינת ישראל, די מלחמה האט זיך געענדיגט נאך רעזעלוציע 1701 פון די UN וואס האט גערופן אויף די אויסליידיגונג פון דרום לבנון אין די צוזאמלייג פון כיזבאללע,= וואס כיזבאללע האט פארשטייט זיך גאר שנעל אנגעפיפן.די גאנצע צווייטע לבנון מלחמה איז געפירט געווארן דורך א דורך געפאלענע מיליטער וואס בלויז א יאר פארדעם זענען זיי געווען פארנומען ארויס צו ווארפן טויזנטער אידן פון זייערע הייזער אין גוש קטיף אין דאס איז געווען די גאנצע מיליטערישע פעאיגקייטן וואס זיי האבן פארמאגט.

רעזעלוציע 1701– די מלחמה האט זיך געענדיגט אן באמת אונטערברענגען כיזבאללע, אין אן צוריק ברענגען די פארכאפטע וואס זענען צום סוף באפרייט געווארן צוויי יאר שפעטער אין א ספעציעלע דיעל. די מלחמה האט זיך געענדיג מיט די דיעל וואס האט געריפן אז כיזבאללע דארף זיך צוריקציען ביז נאך די ליטאני טייך אין אן עקסטערע פארבאט אריינצוברענגען געווער קיין לבנון. כיזבאללע האט קיינמאל נישט אנגענומען אפילו א טייל פון די דיעל אין אינטערן טיש האבן זיי דאס אנגעפיפן פון די ערשטע רגע.

כיזבאללע פארשטערקערט זיך– א יאר א האלב נאך די צווייטע לבנון מלחמה האט זיך גענדיגט האבן אפאר כיזבאללע וואפן סטארעדשעס אויפגעריסן, די UN האט דעמאלטס "אנערקענט" אז חיזבאלא פייפט זיך אן אויף די גאנצע דיעל.
אפילו נאך די אטענטאטן אויף עמאד מורנייה (די נומבער 2 פון כיזבאללע) אין יאר תשס"ח אין ג'אהד מורנייה (די פירער פון די גולן געגנט פון כיזבאללע) אין יאר תשע"ה, אריין גערעכנט קליינע מדינת ישראל אקציעס צו צושטערן כיזבאללע פון באקומען געווער, האט זיך כיזבאללע אויפגעבויעט צו א פולשטענדיגע מיליטער מיט א ריזן זאפאס פון ראקעטן אין מיסל, מיט א מעכטיגע טונעלן נעץ, חוץ פון דעם וואס זיי האבן אויפעבויעט און אויסגעברייטערט זייער פאליטישע אין צוויליע מאכט, ביזן ווערן די דע פאקטאו דאמינירנדע ציווילע, פאליטישע אין מיליטערישע פירער פון לבנון.

די קומענדיגע טייל וועט בע"ה זיין א צענטראלע געאגראפישן אפהאנדלונג אויפן שטח פון דאס לענדל לבנון.

אויב האסטו הנאה געהאט ביטע גיב א לייק - עס גיבט כח אויף ווייטער.
אויב האסטו אן אינטרעסאנטע הערה ביטע האלט זיך נישט צוריק פון קאמענטירן

אויף יעדעם שטיקל אין שורה פון דעם ארטיקל וואלט מען געקענט מאכן אן עקסטערע ארטיקל פאר זיך, אויב ווילסטו איך זאל אויסברייטערן א געוויסע פרט\מעשה\שטיקל ביטע לאז וויסן אין די קאמענטארן אדער אין אישי אין איך וועל בל"נ מאכן אן עקסטערע ארטיקל פאר די הוספות.

ביטע האלטן "אלע" קאמענטירן וואס האבן שייכות מיט השקפה אין די דעזיגנירטע אשכולות
דאס איז חלק 2\6

א גרויסן יישר כח פאר @חוט של חסד פאר די געטרייע הילף.

פאר די ערשטע טייל
"לבנון" - העכער און גרעסער פון טעראר
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

Arab_Liberation_Army_(original).svg.jpg
Arab_Liberation_Army_(original).svg.jpg (27.54 KiB) געזען 4009 מאל
די פרייהייט ארמיי פון קאגני
PLO-logo.jpg
PLO-logo.jpg (10.99 KiB) געזען 4009 מאל
די אש"ף גרופע - PLO
Awali_River_Route.jpg
Awali_River_Route.jpg (25.74 KiB) געזען 4009 מאל
די האוואלי טייך שורה
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

4.jpg
4.jpg (47.57 KiB) געזען 4007 מאל
א הויעך ראנגיגע באזוך אין די סעיף זאנע
5.jpg
5.jpg (79.3 KiB) געזען 4007 מאל
חיזבאלא פארשטערקערט זיך
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24293
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

הערליכע ארבעט!

מאסיווע שטיקער היסטאריע!

קיפ דעם קומינג!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5266
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

זייער שיין באשריבען!

ארזי הלבנוןאדרי התורה...
אוועטאר
ראטשילד
שר האלפיים
תגובות: 2294
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

זייער שיין.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]

ללא חשש גילוי.
אוועטאר
ואחד בלב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 09, 2024 11:13 pm

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואחד בלב »

און צום צווייטן מאל...

פשוט wow
ועוד יותר טוב
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8615
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

צום צווייטן מאל!
דער רעקרוטער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:46 pm

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רעקרוטער »

הערליך געשריבן. ווי ניד מאר
זוכט איר א גוטע ארבעטער אדער ארבעט?

שיק א אימעיל צו
[email protected]
אוועטאר
נ. באטשי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 07, 2024 8:40 pm

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ. באטשי »

הערליך שיין געשריבן
ביסט א ידען נפלא
Don't interrupt me while I'm interrupting
Winston Churchill
Fitcamx dashcam
https://fitcamx.com/?sca_ref=7367430.1xPf83JwMA
א שס איד
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:45 pm

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שס איד »

פי די עף?
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

דער רעקרוטער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 11:46 am
הערליך געשריבן. ווי ניד מאר
מען קען שוין פארהערן די ערשטע צוויי חלקים?
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלפיים
תגובות: 2064
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

א שס איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 6:17 pm
פי די עף?
גא"ם
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

פרישוואסער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 8:07 pm
א שס איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 6:17 pm
פי די עף?
גא"ם
ווער מאכט שיינע פי די עףס? איך וועל אים בעטן אין אישי.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

עידית שבעידית!!

דו דעליווערסט רייכע ווארע!!
For professional Web design & development, reach out to: [email protected]
זייטיגע נאטיץ
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? 📫 גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: דאס לאנד פון בלוט און טעראר - "לבנון" חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

קעפל: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י תשפ”ד
יידישע קהילות האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 9:38 pm
דערמער (נתניהו'ס יועץ) צו פ"ע טראמפ און חדב"נ קושנער:

מדנ"י גרייט זיך צו געבן א "מתנה" פאר טראמפ אום יאנואר. דענצמאל וועט ווי עס שיינט ווערן אויסגעפירט דער שלום פלאן צווישן מדנ"י - לבנון.

די פרטים זענען ווי שוין אויבן אויסגעמשמועסט.

חיזבאלא זאגט אז זיי זענען מער ווייניגער גרייט, בתנאי אז מדנ"י גייט נישט בלייבן אדער אנפירן אקציעס אויף לעבאנעזער באדן.
איך זעה אז זיי האבן זיך נאכנישט געלערנט פון זייערע אייגענע טעותים. איינער ברויך זיי גיבן צו ליינען דעם ארטיקל .
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”