הרבנית הצ' מרת אלטא פיגא טייטלבוים מסאטמאר- י"א סיון תשס"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3296
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: הרבנית הצ' מרת אלטא פיגא טייטלבוים מסאטמאר- י"א סיון תשס"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

טשעירמאן האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 11:34 am
יוחנן כהן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 12:36 pm

זי האט דאן אויפגעשטעלט א הכנסת כלה פאנד, וואס האט פארטיילט א יאר שווערע צענדליגער טויזנטער פאר הכנסת כלה, עס איז נישט דא קיין משפחה אין סאטמאר וואס האט נישט הנאה געהאט פון איר הכנסת כלה פאנד. (וויקיפעדיע)
כבין נישט אוזי קאנווינסד אז ממש יעדע סאטמארע משפחה האט הנאה געהאט פון איר פאנד
עכ''פ
מען זאגט אונטער א יעדע מאן שטייט א ווייב (וואס ווארט שוין קוים אז ער זאל ארויסגיין פון שטוב..)
זאגן אסאך אז אן א רעבעצין איז א רבי נישט קיין רבי,
מען זעט אסאך הויפן ווי זיי האבן זיך פארמירט לויט ווי אקטיוו צו טויגליך די רעבעצין איז געווען..

אן אינטערסאנטע קרישקעלע איז געווען ווען דער רבי איז געפארן מיטן שיף קיין א''י (כהאב נישט געהערט וועלעכע יאר) איז דער רבי געווען אויפן דעק, און אינמיטן איז געקומען א ווינט און אריינגעבלאזן די רבי'ס היט אינעם וואסער.. מען האט געמיינט אז מען איז ממש אובד עצות, למעשה איז די רעבעצין ארויסגעקומען מיט א פרישע היט, דער עולם האט זיך געחודיש'ט פון ווי זי האט פארשאפט א פרישע, האט זי געזאגט אז זי האט געהאט אינזינען אויב עס וועט זיך מאכן עפעס מיטן היט זאל מען נישט זיין סטאק,
(די מעשה שטימט נאר אויב די רעבעצין איז מיטגעפארן..) זעט מען ווי זי האט זיך געפארעט מיט די ווירטשאפט
א ודאי איז זי מיטגעפארן
ס'יז דא א קארלירטע ווידאו קליפ דערפון

אגב, זי פלעגט אלס רופן בעלה הקדוש 'מיין רב'
געוועזענע 'יהיה כן' ניק
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: הרבנית הצ' מרת אלטא פיגא טייטלבוים מסאטמאר- י"א סיון תשס"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

א טשיקאווע קרישקעלע
איינאמל אינעם אלטען ביהמ''ד האט איינער געברענגט תיקון אדער קידוש צו מאכען, די רבי איז אדורך האט ער געפרעגט פון ווי קומט די מזונות ? האט דער וואס האט געברענגט געזאגט אז זיין רעבעצין האט עס געמאכט און געבאקען אין שטוב, די רבי האט עפעס פארשטאנען אז די רעבעצין האט עס געבאקען, האט איבער געפרעגט וויאזוי קען זיין אז די רעבעצצין זאל עס מאכען? זי איז פארנומען וכו' -האט יענער זיך איבערגענטעפרט- אז ער האט נישט געמיינט די רעבצין ער האט זיך באצויגן צו זיין אייגענע רעבעצין, האט די רבי זיך אנגערופן שפעטער צום שמש עפעס יעדער איינער האט א רעבעצין?...
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
פייפליין
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 07, 2020 12:17 am

Re: הרבנית הצ' מרת אלטא פיגא טייטלבוים מסאטמאר- י"א סיון תשס"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייפליין »

גאר באקאנט מסתמא נישט קיין חידוש פאר רוב
שנת תשכ''ח ווען די רבי האט געכאפט די סטראוק ערב שבת, די עולם האט נישט געוויסט ווי שלעכט די מצב איז, שבת צופרי אין ביהמ"ד אינמיטן ווען די בעל תפילה (שווארץ פון ירושלים?) האט חזנות'ץ שוכן עד איז די רעבצין אריין אין ביהמ"ד און געעפנט די ארון הקודש און מיט יללות אנגעהויבן שרייען און וויינען אויב איינער קען נאכברענגען די תוכן, די גאנצע ביהמ"ד מיט די ווענט האבן מיט געוויינט, די בעל תפילה האט ממש נישט געקענט ממשיך זיין נאכדעם


(אז מען רעד פון יענע תקופה אבותינו ספרו לנו, אין ישיבה אנהייב וואך האט די מנהל ר' נתן יוסף זיך אויפגעשטעלט רעדן און אנגעהויבן בקול בוכים ''ס'שווער זיך מצצמצים צו זיין'' איז געווארן אזאלעכע יללות פאר לענגערע מניטן פון די גאנצע ישיבה)
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: הרבנית הצ' מרת אלטא פיגא טייטלבוים מסאטמאר- י"א סיון תשס"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 11:36 am

א ודאי איז זי מיטגעפארן
ס'יז דא א קארלירטע ווידאו קליפ דערפון

אגב, זי פלעגט אלס רופן בעלה הקדוש 'מיין רב'
יא באקאנט פון די אלע מעשיות איינמאל איז זי אריינגעקומען אין שטוב פארהאלטען פארוואס דער רב עסט נישט און סאיז דאך אזוי שפעט
און דער רבי האט זיך פארענטפערט מיט א שמייכעל אז סאיז נישט געזונט צו עסן אזוי שפעט (די טראפ וויפיל די רבי פעלגט עסן..)
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”