Re: הרבנית הצ' מרת אלטא פיגא טייטלבוים מסאטמאר- י"א סיון תשס"א
א ודאי איז זי מיטגעפארןטשעירמאן האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 11:34 amכבין נישט אוזי קאנווינסד אז ממש יעדע סאטמארע משפחה האט הנאה געהאט פון איר פאנד
עכ''פ
מען זאגט אונטער א יעדע מאן שטייט א ווייב (וואס ווארט שוין קוים אז ער זאל ארויסגיין פון שטוב..)
זאגן אסאך אז אן א רעבעצין איז א רבי נישט קיין רבי,
מען זעט אסאך הויפן ווי זיי האבן זיך פארמירט לויט ווי אקטיוו צו טויגליך די רעבעצין איז געווען..
אן אינטערסאנטע קרישקעלע איז געווען ווען דער רבי איז געפארן מיטן שיף קיין א''י (כהאב נישט געהערט וועלעכע יאר) איז דער רבי געווען אויפן דעק, און אינמיטן איז געקומען א ווינט און אריינגעבלאזן די רבי'ס היט אינעם וואסער.. מען האט געמיינט אז מען איז ממש אובד עצות, למעשה איז די רעבעצין ארויסגעקומען מיט א פרישע היט, דער עולם האט זיך געחודיש'ט פון ווי זי האט פארשאפט א פרישע, האט זי געזאגט אז זי האט געהאט אינזינען אויב עס וועט זיך מאכן עפעס מיטן היט זאל מען נישט זיין סטאק,
(די מעשה שטימט נאר אויב די רעבעצין איז מיטגעפארן..) זעט מען ווי זי האט זיך געפארעט מיט די ווירטשאפט
ס'יז דא א קארלירטע ווידאו קליפ דערפון
אגב, זי פלעגט אלס רופן בעלה הקדוש 'מיין רב'
געוועזענע 'יהיה כן' ניק