וירא - דער טוטל "א בעל חסד"!

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

וירא - דער טוטל "א בעל חסד"!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

אין אונזער פרשה געפונען מיר באריכות די געוואלדיגע מידת החסד פון אברהם אבינו און די מצוה פון הכנסת אורחים וואס ער האט מקיים געווען מיט גרויס הידור. די תורה הקדושה שילדערט ווי אברהם אבינו זיצט ביים טיר פון זיין געצעלט און איז משתוקק צו קענען מקיים זיין הכנסת אורחים, ער וואַרט און לעכצט אז ס'זאל אדורכגיין עפעס אן אורח וועמען ער זאל קענען דערקוויקן, ביז השי"ת שיקט דריי מלאכים אין די געשטאלט פון מענטשן, און אברהם אבינו נעמט זיי אריין צו זיך און גיבט זיי צו עסן און טרינקן.

אין די המשך הפרשה ווערט נאכאמאל דערמאנט די עבודה פון אברהם צו טוהן חסד און הכנסת אורחים, ווי די תורה זאגט (כ"א ל"ג) "וַיִטַע אֵשֶׁל בִּבְאֵר שָׁבַע", און רש"י ברענגט צוויי פשטים פון חז"ל, אדער אז ער האט געפלאנצט א פעלד פון פרוכט ביימער כדי צו קענען געבן דערפון פירות פאר זיינע געסט, אדער מיינט דאס אז ער האט אויפגעשטעלט א ספעציעלע געצעלט אלס א גאסט הויז וואו מענטשן קענען קומען עסן אלע סארטן פירות און מאכלים.

אין מדרש (בר"ר נ"ד ו') געפונען מיר אז די ווארט אֵשֶׁל איז נוטריקין 'שְׁאַל מַה תִּשְׁאַל' אז אברהם אבינו פלעגט זאגן פאר זיינע געסט אז זיי קענען בעטן וואס זיי ווילן, און ער האט זיי צוגעשטעלט פון אלעם גוטן.

עטליכע דיוקים און קושיות אינעם ענין
הכלל, לערנען מיר פון דעם אז אברהם אבינו האט שטענדיג עוסק געווען אין הכנסת אורחים, און האט אלעמאל אריינגענומען געסט צו זיך אין שטוב און זיי צוגעשטעלט פון די שענסטע און בעסטע. איז אבער שווער א קושיא, פארוואס פון די אמת'ע הכנסת אורחים פון אברהם אבינו ווערט כמעט גארנישט ארויסגעשריבן בפירוש, עס ווערט בלויז דערמאנט בדרך רמז אין די געציילטע ווערטער פון וַיִטַע אֵשֶׁל בִּבְאֵר שָׁבַע. און נאר פון די מעשה מיט די דריי מלאכים, וואס זיי האבן באמת נישט געדארפט קיין עסן אדער טרינקן, עס איז בלויז געווען א מחשבה טובה און א רצון פון אברהם אבינו צו טוהן א מצוה, דאס ווערט דערמאנט באריכות נפלאה מיט אלע דעטאלן, פונקטליך וויאזוי אברהם אבינו האט געווארט אויף זיי, און געלאפן צו זיי, און זיך אנגעשטרענגט מיט'ן אנגרייטן א פיינע סעודה, ווי אויך די מאכלים וואס ער האט זיי געגעבן צו עסן, און וויאזוי ער האט זיי באדינט, וכדומה. לכאורה וואלט מער געפּאַסט אז די תורה זאל אונז דערציילן וויאזוי די הכנסת אורחים האט אויסגעקוקט ווען אברהם אבינו האט דאס מקיים געווען באמת, מיט פשוט'ע נויטבאדערפנדע און הונגעריגע מענטשן.

נאך געפונען מיר אין מדרש (מ"ח י') אז השי"ת האט באלוינט אברהם אבינו מיט גרויס שכר דוקא אויף די הכנסת אורחים פון די מלאכים. קעגן יעדע איינציגסטע זאך וואס ער האט זיי געגעבן, האבן זיינע קינדער שפעטער זוכה געווען צו גוטע השפעות, ווי די ענני הכבוד, די מָן, די באר, און אזוי ווייטער.

וואס דא ווערט ווייטער שווער די זעלבע קושיא, אויף די עכטע הכנסת אורחים פון אברהם אבינו טרעפט מען נישט ארויסגעשריבן אז אברהם אבינו זאל באקומען שכר [וואס אודאי האט ער זוכה געווע צו שכר אויף דעם, עס ווערט אבער נישט דערמאנט], און דוקא ביי די הכנסת אורחים וואס איז געטוהן געווארן שלא לצורך, פאר מלאכים פון הימל, פונקט דא ווערט דערמאנט די גרויסע שכר פון די מצוה? וואס קומט עס אונז לערנען.

נאך א ענין וואס דארף א שטיקל ביאור, איז די תפלות וואס אברהם אבינו איז מתפלל אויף די מענטשן פון סדום אז זיי זאלן געראטעוועט ווערן פון א עונש. ווען השי"ת האט דערציילט פאר אברהם אבינו אז ער פלאַנט חרוב צו מאכן סדום צוליב זייערע זינד און שלעכטע מעשים, שטעלט זיך אברהם אבינו דאווענען און בעטן רחמים אויף סדום, ער איז מתפלל אז דער אייבישטער זאל ראטעווען דעם שטאט אויב געפונען זיך דארט עטליכע צדיקים, ער בעהט און בעהט אז די גזירה זאל בטל ווערן. לכאורה איז שווער, וואו קומט אזא זאך צו אברהם אבינו וועלכער איז דער עמוד החסד, דער צדיק וואס איז איין שטיק גוטסקייט און גמילות חסדים, פארוואס האט ער רחמנות אויף שלעכטע און זינדיגע מענטשן וואס זענען מפורסם מיט זייער אכזריות און פארדארבנקייט, זיי האבן געטוהן יעדע סארט עוולה ווי גזילה און רציחה, און וויי-געטוהן מענטשן אויף א שרעקליכע פארנעם, ביז זיי האבן זיך ערליך פארדינט זייער שווערע שטראף, פארוואס דאווענט אברהם אבינו פאר זיי אז זיי זאלן געראטעוועט ווערן?

חסד וואס קומט צוזאמען מיט וויי-טוהן ח"ו
אז מיר וועלן זיך אביסל מתבונן זיין אינעם ענין פון גמילות חסדים, וועלן מיר באמערקן אן אינטערסאנטע זאך. צומאל איז דא מענטשן וואס ווילן ארויסהעלפן, זיי לייגן צו א פלייצע און ארבעטן שווער פיזיש כדי צו העלפן א צווייטן, אבער אין די זעלבע צייט וועלן זיי זיך נישט צוריקהאלטן פון יענעם מצער זיין אדער שטעכן מיט ווערטער וכדומה.

ווי די וועלט דערציילט א ווערטל, א איד האט אמאל געזעהן ווי דער שמש שלעפט זיך אין שול אריין מיט שווערע זעק און פעק. נישט קענענדיג צוקוקן די שווערע ארבעט איז ער צוגעלאפן און אראפגענומען עטליכע זעק פון זיינע הענט, און איהם באגלייט אין זיין וועג צום שול. אינצווישן האט דער העלפער אויסגענוצט די געלעגנהייט און 'אריינגעזאגט' פארן שמש אלעס וואס ער האט געהאט צו זאגן. פארוואס דארפסטו בכלל שלעפן די אלע זאכן? דו מיינסט אז איינער נוצט עס אפילו? עס פעלט בכלל נישט אויס און קיינער נוצט נישט די זאכן וואס דו ברענגסט! און בכלל דו נעמסט זיך אונטער אין די וועלט אריין און נאכדעם ביסטו נישט מסוגל אויסצופירן, דו געבסט זיך נישט קיין עצה... כדרכם פון די סארט 'גוטע מענטשן' וואס שפירן אז זיי מוזן זאגן יענעם אין פנים אריין אלעס וואס זיי טראכטן.

ווען מ'איז אנגעקומען צום שול און אראפגעלייגט די זעק, באדאנקט זיך דער שמש צו זיין באגלייטער, אה, איר האט מיר אזויפיל גרינגער געמאכט אויף די הענט, אבער אזויפיל שווערער געמאכט אויפן הארצן...

עס הערט זיך טאקע ווי א ווערטל, אבער דאס זענען מעשים בכל יום, ווען מענטשן רעדן זיך איין אז זיי טוען חסד מיט יענעם, אבער אין איינוועגס צוטרעטן זיי איהם אָן קיין רחמנות.
לדוגמא, א יונגערמאן קומט אמאל אהיים שפעט נאכן זיין לאנגע שעות אינדרויסן, ער באמערקט ווי די גאנצע הויז איז איבערגעקערט נאכדעם וואס די קינדער האבן געשפילט און פארברענגט כדרכם, די ווייב איז אויסגעשעפט און אויסגעמוטשעט נאך לאנגע שעות פירן די ווירטשאפט אין שטוב, ער שפירט גלייך אז עס איז זיין פליכט צוצולייגן א האנט און ארויסהעלפן דעם מצב. ער נעמט זיך מסדר זיין און פּאַקן זאכן, אבער אינצווישן וועט ער אויך מסביר זיין בטוב טעם ודעת פאר זיין מידע פרוי פארוואס זי האט נישט געדארפט טוהן היינט אזויפיל זאכן, אויך אז זי נעמט זיך אלעמאל אונטער צופיל, און אז זי שטרענגט זיך אָן פאר גארנישט, און ער ווארפט אריין א שטיקל 'פְּסַק' אויף דאס און אויף יענץ. עַד כדי כך, אז זי פילט ביי זיך אז ס'וואלט שוין געווען אסאך בעסער און אסאך גרינגער אויב ער וואלט אינגאצן נישט געהאלפן. מוחל טובות, בעסער לייג נישט צו קיין האנט און זאג נישט די אומנויטיגע און אומ'שֵׂכֶל'דיגע קאמענטארן.

און אזוי קען מען געבן דוגמאות כהנה וכהנה פון מענטשן וואס קומען מיט א גוטע כוונה צו העלפן, אדער זיי הייבן אָן מיט א פיינע רצון, אבער תוך כדי מעשה ווערט דאס פארוואנדלט אין ממש די פארקערטע. און די פראגע איז, "וויאזוי קען דאס זיין? ער מיינט דאָך גוטס, ער וויל דאָך העלפן, וויאזוי קען מען באגיין א עוולה און מצער זיין א צווייטן אין די זעלבע צייט וואס מען מיינט יענעמ'ס טובה?" עס איז דאָך ממש א תרתי דסתרי וואס גייט נישט צוזאמען.

די חילוק צווישן א בעל חסד און איינער וואס האט רחמנות
דער תירוץ איז, אז זייער אסאך מאל העלפט א מענטש נאר מתוך א רחמנות-געפיל וואס האט איהם אנגעכאפט, און כדי צו בארואיגן זיינע שווערע הרגשים לויפט ער יענעם העלפן. ער איז נישט קיין 'בעל חסד' אין זיין מהות, עס איז סך-הכך א איינמאליגע און אויבערפלעכליכע פעולה פון חסד מיט א נגיעה, ער טוט דאס יעצט אויף די מינוט פשוט כדי צו שפירן באקוועם מיט זיך. און דעריבער וועט די חסד נאר גיין אזוי ווייט ווי זיינע געפילן פארלאנגען. אויב שפירט ער שוין באקוועם מיט'ן עצם צולייגן א האנט אז די שטוב זאל נישט זיין שטארק צופלויגן, איז ער שוין יוצא מיט דעם, און דעריבער אין די זעלבע צייט קען ער אריינזאגן און שטעכן מיט רייד, ווייל דאס איז דאָך נישט יעצט טייל פון זיין אגענדע צו מאכן זיין ווייב באקוועם און פרייליך, זיינע רחמנות געפיל דערגרייכן נישט אזוי ווייט...

אין אנדערע ווערטער, עס איז א ריזיגע חילוק צווישן איינער וואס איז א 'בעל חסד' בעצם, וואס דעמאלטס איז מען דא אינגאנצן פאר יענעם, אָן קיין שום אינטערעסן און נגיעות פאר זיך. עס שטייט איהם פאר די אויגן נאר יענעמ'ס טובה און ער איז גרייט צו טוהן וואס נאר מעגליך איהם צו העלפן און לייכטער מאכן. אזא איינער טשעפעט נישט און טוט נישט וויי, עס קומט נישט ארויס פון איהם קיין שום 'סייד-עפעקטס' וואס פארמינערן די גוטסקייט, ווייל זיין גאנצע מהות און מציאות איז חסד, עס גיסט זיך איבער פון אלע זיינע רמ"ח אברים און שס"ה גידים. דאגעגן איז דא איינער וואס איז זיך בלויז 'מרחם' אין געוויסע סיטואציעס, עס האבן זיך ערוועקט אין איהם יעצט געפילן פון רחמנות, און ער וויל גרינגער מאכן פאר יענעם צוליב דעם ווייל ער קען נישט צוקוקן אט די געוויסע מציאות, דעריבער לייגט ער צו א פלייצע צו העלפן דערמיט, אבער עס איז איהם גארנישט מחייב ארום און ארום, און עס האלט איהם בכלל נישט אפ פון שלעכטס טוהן אין די זעלבע צייט ח"ו.

[פארשטייט זיך אז איינער וואס האלט נאכנישט ביי די דרגא פון זיין א 'בעל חסד' בעצם און ער איז זיך נאר מרחם, איז אויך נישט אוועקצומאכן, יעדעס ביסל הילף און טובה וואס מ'טוט פאר א צווייטן איז גאר חשוב און טייער, און הלואי מענטשן וואלט שטענדיג רחמנות געהאט און פראבירט צו העלפן ווען מען דארף. אפילו מיט בלויז אביסל רחמנות קען מען צומאל ראטעווען יענעם. און עס מיינט אויך נישט אז יעדער וואס האלט נאר ביי די דרגא פון רחמנות, טוט יענעם וויי בשעת מעשה, אודאי נישט, און ס'איז דא פילע מרחמים וואס טוען זייער חסד און רחמנות בשלימות. אונזער נקודה דא איז פשוט אונטערצושטרייכן די חילוקים וואס קענען זיך מאכן צווישן א עכטער בעל חסד, און איינער וואס טוט בלויז א צייטווייליגע מעשה חסד מכח זיין אייגענע נגיעה און רחמנות געפיל].

דער בעל חסד זוכט 'יענעמ'ס' טובה בשלימות
ובאותו ענין, איז כדאי אויסצושמועסן נאך א נקודה וואו עס דערקענט זיך די חילוק צווישן א 'בעל חסד' צו איינער וואס איז זיך בלויז מרחם.

עס איז מיר אמאל אויסגעקומען מיטצוהאלטן פון די נאנט א פאל פון א קינד וואס האט זיך שטארק געמוטשעט מיט זיינע לימודים אין חדר. דער קינד האט נישט געהאט די שטערקסטע כשרונות, און ער האט געדארפט אריינלייגן זייער שטארקע יגיעה און פלאג כדי צו קענען פארשטיין און אויפכאפן דאס וואס ער לערנט. זיין טאטע האט זיך ממש איבערגעגעבן פאר איהם בלב ונפש, ער האט אוועקגעגעבן שעות פון זיין טייערע צייט כדי צו זיצן מיט זיין קינד און חַזר'ן מיט איהם די לימודים, ווי אויך ארויסהעלפן מיט זיין היים-ארבעט וואס ער האט געדארפט אויספילן פאר חדר. דאס קינד איז אבער נישט געווען צופרידן דערפון. וויפיל מער די טאטע האט פראבירט צו העלפן, האט ער באמערקט אז עס שטערט פארן קינד און עס מאכט איהם אומבאקוועם, און ער האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס.

נאכן אדורכטוהן די נושא האבן זיך ארויסגעשטעלט די פאקטן ווי פאלגענד. דער טאטע פון גרויס רחמנות און זארג פארן וואוילזיין פון זיין זוהן, און נישט קענענדיג צוקוקן די מאַטערניש און פלאג וואס ער לייגט אריין אין יעדע שאלה, פלעגט ער זיצן און איבערגיין די שאלות און די תשובות מיט'ן קינד. ער האט איהם נישט געלאזט טראכטן און זיך פארטיפן, נאר ער האט איהם באלד 'אויסגעזאגט' די ריכטיגע תשובה וואס מען דארף דא שרייבן. דאס קינד פון זיין זייט האט געשפירט אז זיין טאטע איז דער וואס טוט די גאנצע היים-ארבעט, דער טאטע קען טאקע זייער גוט, אבער ער העלפט 'איהם' נישט צו פארשטיין און ארויסהאבן די זאכן, דאס קינד האט געשפירט ווי ער בלייבט אומוויסנד און ער האט נישט די מינדנסטע השגה אין די חומר וואס ער לערנט.

א 'בעל חסד' איז דא צו העלפן יענעם מיט וואס ער דארף, און אויב יענער דארף הילף צו פארשטיין און ארויסהאבן א נושא, דאן לייגט זיך דער בעל חסד אריין אין זיין מצב אין גיבט זיך אפ מיט איהם עַד-הסוף, ער העלפט איהם מיט געדולד אנצוקומען צו זיין ציל פון וויסן און פארשטיין. ווי די גמרא דערציילט אין מסכת עירובין (דף נ"ד:) אז רבי פרידא האט געהאט א תלמיד מיט שוואכע כשרונות, און רבי פרידא פלעגט זיצן מיט איהם און איבערגיין יעדע זאך פיר הונדערט מאל! ביז ער האט עס געכאפט. און אמאל ווען דער תלמיד האט נישט געהעריג צוגעלייגט קאפ, האט רבי פרידא געמוזט איבערגיין מיט איהם די לימוד אכט הונדערט מאל! און ער האט זיך נישט פארלוירן.

יעצט, אזויווי שוין פריער דערמאנט, מיר מיינען בכלל נישט אוועקצומאכן יענע טאטע וואס האט אויסגעזאגט די ענטפערס פאר זיין זוהן, הלואי ווען אלע עלטערן וואלטן געווען אזוי גוט און געטריי אוועקצוגעבן צייט און אויפמערקזאמקייט פאר זייערע קינדער. אבער עס דינט אונז אלס א משל צו דעהערן די חילוק צווישן דעם בעל חסד און דער מרחם, וואו דער מרחם זוכט בלויז אויסצולעשן זיין אומבאקוועמע געפיל, און דעריבער וועט ער דערלאנגן אביסל 'ערשטע הילף' אין פאל פון נויט, און ער וועט טוהן דאס וואס זיין געפיל איז איהם מחייב. מה שאין כן דער בעל חסד איז דא צו העלפן יענעם ביז'ן שורש, און ער לייגט זיך אריין אין יענעמ'ס מצב צו פארשטיין און דערהערן וואס ער דארף באמת כדי צו ווערן געהאלפן.

אן עכטער בעל חסד ווערט נישט אויסגעברענט
ועל כולם, די דריטע און גאר חשוב'ע נקודה וואס טיילט אפ דעם בעל חסד פונעם מרחם:
עס מאכט זיך זייער אפט אז מענטשן ווערן 'אויסגעברענגט' פון טוהן חסד צוליב א געוויסע אינצידענט וואס זיי האבן געהאט, א געוויסע זאך מיט וואס מ'האט זיי בא'עוול'ט בשעת זיי האבן געוואלט העלפן א צווייטן, און דאס איז גורם אז מער זאלן זיי נישט וועלן טוהן קיין חסד אין די צוקונפט ח"ו.

און דאס איז אויך מעשים בכל יום וואס מ'הערט ווי מענטשן דרוקן זיך אויס, "מער געב איך שוין נישט קיין היטשעס מיט מיין קאר", אדער "מער נעם איך שוין נישט אריין קיין געסט", אדער "איך טוה נישט די און די זאך וואס איך פלעג אמאל טוהן פאר אנדערע". און דאס אלעס איז צוליב דעם וואס זיי האבן זיך 'אפגעבריט' אין דעם ענין אויף עפעס א וועג. אדער זיי האבן זיך אמאל צוריסן פאר יענעם און אנשטאט באקומען אנערקענונג און הכרת הטוב, האט יענער זיך אינגאנצן נישט וויסענדיג געמאכט אדער גאר געגעבן א שטויס אויף צוריק ח"ו. אדער זיי זענען געוואויר געווארן אז אין די צייט ווען זיי האבן שווער געארבעט צו העלפן יענעם, האט דאס יענער בכלל נישט געדארפט, און ער האט זיך גאנץ גוט אן עצה געגעבן אויך אָן זייער הילף. און אזוי ווייטער נאך פארשידענע סיבות וואס קענען זיך אלס מאכן, והצד השוה שבהם אז זיי טוען אפקילן און אפשוואכן דעם מענטש פון וועלן טוהן נאך חסד.

אבער דער אמת איז, ווען איינער איז א בעל חסד בעצם, איז דאס א טייל פון זיין גאנצע מציאות און מהות ווי פריער דערמאנט, ער זוכט שטענדיג די טובה פון א צווייטער איד, און ממילא ווערט ער נישט אויסגעברענט, אפילו ווען ס'איז נישט געלונגען איין מאל, אדער ער האט געהאט א געוויסע שווערע דורכגאנג, דאס קען אבער נישט פארלעשן די פייער פון גמילות חסדים וואס ברענט אין איהם. און דאס וואס ס'האט זיך איין מאל נישט אויסגעארבעט איז נישט קיין סיבה נישט צו וועלן טוהן ווייטער די קומענדיגע מאל ווען עס איז פארהאן א פרישע צוועק אדער א פרישע נויט.

ווי עס איז טאקע מֵעִיד די נאמען 'בעל חסד' אז דער מענטש איז א בעל הבית אויף די חסד, ער געוועלטיגט אויף דעם און ער האט דאס אין די הענט, ער לאזט נישט נאך יומם ולילה, און ער ווערט נישט אויסגעברענט דערפון, ווייל ס'איז א חלק פון זיין נשמה.

נאר ווען א מענטש ארבעט פון רחמנות געפילן, דארט איז שייך צו ווערן אויסגעברענט, ווייל ער טוט דאָך מיט א נגיעה פאר זיך כדי צו שטילן זיינע הרגשים, און דאס קומט מיט א מאָס, לויט וויפיל זיינע הרגשים פארלאנגן. דעריבער אויב פילט ער אז מ'נוצט איהם סתם אויס, אדער מ'איז איהם נישט מכבד ווי עס דארף צו זיין, וכדומה, דעמאלטס פאָדערן שוין נישט זיינע הרגשים אז ער זאל עפעס טוהן. די געפילן פון כעס און אנטוישונג שטארקן זיך איבער די געפילן פון רחמנות, און ער שפירט ביי זיך אז 'גענוג איז גענוג' דא בין איך שוין פטור פון טוהן ווייטער! דאס אלעס שטאמט פון דעם וויבאלד ער איז נישט קיין בעל חסד בעצם וואס עס ברענט אין איהם צו טוהן גוטס מיט אנדערע.

מ'רעדט פון די חסד וואס איז 'נישט געלונגען'
מיט דעם קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה. די תורה הקדושה איז מאריך און דערציילט אונז די פרטים און פרטי פרטים פון די מידת החסד וואס אברהם אבינו האט געטוהן מיט די מלאכים. דוקא דארט ווי די חסד איז 'נישט געלונגען' און האט נישט אויסגעפעלט באמת, דארט דערקענט זיך די מציאות פון א בעל חסד! ווען מען האט א אֵשֶׁל צו זעטיגן הונגעריגע און דארשטיגע געסט, דאס איז א זאך וואס דער מרחם קען אויך טוהן מתוך זיינע רחמנות'דיגע געפילן. אבער די תורה לערנט אונז, אז נישט דאס ווערט אנגערופן חסד בשלימות. די מידה פון אברהם אבינו איז געווען צו זיין א בעלים אויף די חסד, עס צו טוהן אין יעדע מצב און אין יעדן פאל אָן קיין אויפהער. און אפילו שפעטער ווען ער ווערט געוואויר אז דאס זענען געווען מלאכים, האט ער נישט קיין חרטה דעראויף און ער ווערט נישט אויסגעברענט.

ווי דער חפץ חיים זי"ע האט אן אריכות אין זיין ספר אהבת חסד (חלק שלישי פרק ב') אז פון דא דארפן מיר זיך אפלערנען וויאזוי מקיים צו זיין הכנסת אורחים, ווי די תורה לערנט אונז די אלע פרטים פון די געוואלדיגע עבודה פון אברהם אבינו ווי ווייט ער שטרענגט זיך אָן פאר די מצוה און וויפיל קאפ און מוח און יגיעה ער לייגט אריין דערין: כאטש אברהם אבינו איז קראנק און שוואך זיצט ער ביים טיר און ער 'זוכט' אורחים, ער גייט ארויס פון זיין וועג און איז משתוקק מקיים צו זיין די מצוה, ווען ער זעהט זיי לויפט ער זיי קעגן, ער בוקט זיך און ער רעדט צו זיי מיט א שיינע שפראך און תחנונים אז זיי זאלן וועלן אריינקומען. דערנאך ברענגט ער זיי וואסער זיך אפצוּוואשן די פיס און זיך מאכן באקוועם, און ער בעהט זיי אז ווילאנג ער גרייט אָן דאס עסן זאלן זיי זיך אביסל אפרוען אונטערן בוים ווייל דארט איז דא א גוטע שאָטן, אזוי אויך בארואיגט ער זיי אז ער וועט זיי נישט אויפהאלטן צו לאנג, "אחר תעברו" באלד נאכן עסן לאז איך אייך שוין גיין ווייטער. בשעת ער גרייט אָן די סעודה טוט ער אלעס מיט א זריזות און א שנעלקייט, און וועלכע מאכל ס'ווערט גרייט ברענגט ער באלד צום טיש, און ער אליינס שטייט דארט און באדינט זיי מיט וואס נאר מעגליך.

און דער חפץ חיים פירט אויס, "וכל זה ילמד האדם מאברהם אבינו להתנהג כן עם האורחים, ואם אין יכול בכל הדברים, על כל פנים במקצתם יעשה כן", דאס אלעס דארפן מיר זיך לערנען פון אברהם אבינו, און אויב מ'קען נישט טוהן אלעס, זאל מען כאטש טוהן א חלק דערפון. און אביסל פריער שרייבט ער, "ואף על פי שאין מדרגתנו לקיים באופן זה, על כל פנים נלמד מזה, שצריך לתור אחריהם ולקבלם בחבה יתרה, כמו שהיה בא לפניו עשיר גדול, שיכול להרויח ממנו הרבה", דאס הייסט הגם מיר זענען נישט אין די מדריגה פון קענען טוהן די גאנצע עבודה פון הכנסת אורחים וואס אברהם אבינו האט געטוהן, אבער עס דארף אונז על כל פנים אביסל מחייב זיין, עס דארף אונז מעורר זיין אז ווען ס'קומט א גאסט זאל מען איהם אויפנעמען מיט כבוד און ליבשאפט כאילו ער וואלט געווען אן עושר אדער א אדם חשוב.

אברהם אבינו איז עפעס א העכערע סארט מהות, א בעל חסד מיט זיין גאנצע גוף ונשמה וואס דערקענט זיך פון יעדע טריט זיינע. ער באגנוגט זיך נישט מיט רחמנות האבן, ווייל דעמאלטס וואלט געווען גענוג ווען ער טוט אסאך ווייניגער, ער וואלט זיך נישט געדארפט אזוי שטארק אנשטרענגן, און אודאי נישט זוכן קיין געסט, אבער אברהם אבינו איז א בעל חסד בעצם, און נישט סתם א רחמן.

און דאס איז אויך די סיבה פארוואס אברהם אבינו איז מתפלל אויף די זינדיגע מענטשן פון סדום. אויב וואלט אברהם געווען בלויז א רחמן, וואלט ער טאקע נישט רחמנות געהאט אויף זיי, זיי זענען געווען רשעים און פארדארבענע מענטשן און ס'קומט זיך זיי נישט קיין רחמנות געפילן. אבער אברהם אבינו איז א 'בעל חסד' א מציאות פון חסד וואס זוכט שטענדיג די טובה פון די גאנצע בריאה און שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט, דעריבער איז ער מתפלל אפילו אויף אזעלכע רשעים ווי זיי, ווייל ער האפט אז מ'קען נאך עפעס אויפטוהן, מ'קען זיי ראטעווען, עס קען נאך ארויסקומען עפעס גוטס פון זיי.

די אומגעלונגענע חסדים זענען פיל חשוב'ער
נאך מער לערנען מיר דא, אז דייקא ביי די פעולות החסד וואס אברהם אבינו האט געטוהן פאר די מלאכים ווען עס האט נישט באמת אויסגעפעלט, דארט ווערט ער געבענטשט מיט שכר לדורי דורות. ווייל אין הימל מעסט מען נישט רחמנות געפילן אדער די פאקטישע הנאה און טובה פון די געסט. אין הימל מעסט מען די 'מעשי חסד' פאר זיך, נישט קיין חילוק אויב ס'האט יא אויפגעטוהן אדער נישט. ביים אייבישטער איז חשוב יעדע פעולה פון חסד וואס דער בעל חסד טוט לשם שמים, און אז ער האט געטוהן איז ער ראוי פאר שכר, נאך אסאך מער ווי ווען ער טוט אויף למעשה און שטילט זיינע רחמנות געפילן.

און דעריבער לערנען אונז חז"ל די אלע זאכן וואס כלל ישראל האט זוכה געווען דורות שפעטער אין זכות פון די יעצטיגע הכנסת אורחים פון אברהם אבינו. און די זעלבע געפונען מיר אויך ווי די תורה הקדושה איז מאריך אין די תפלות וואס אברהם אבינו האט מתפלל געווען פאר סדום, אפילו ס'זעהט אויס ווי ס'האט גארנישט אויפגעטוהן, אדער סוף פרשה ביי די נסיון העקידה, וואו למעשה האט אברהם אבינו נישט זוכה געווען מקריב צו זיין יצחק אלס א קרבן. אבער דער אמת איז אז כלל ישראל ווערט געהאלפן אין אלע דורות בזכות העקידה, ווי מיר דאווענען ראש השנה "וַעֲקֵדַת יִצְחָק לְזַרְעוֹ הַיּוֹם בְּרַחֲמִים תִּזְכֹּר", ווי אויך די תפלות וואס אברהם אבינו האט געדאווענט אויף סדום ווערט געברענגט פון תלמידי הבעש"ט זי"ע אז קיין איין תפלה גייט נישט לאיבוד און דער אייבישטער לייגט עס אוועק אויף שפעטער.

דאס אלעס קומט אונז לערנען אז אין רוחניות מעסט מען נישט די תוצאות און די אויפטואונגען, מען מעסט די הארץ און די אמת'דיגקייט פונעם מענטש און די פאקטישע פעולות פון חסד און מעשים טובים וואס ער האט געטוהן פון זיין זייט.

און דאס אלעס דארף אונז מחזק זיין און שטארקן טאקע נישט צו ווערן אויסגעברענט ווען מ'וויל העלפן און אויפטוהן פאר אנדערע, און למעשה שטעלט זיך ארויס אז יענער האט דאס נישט אנגענומען, אדער יענער האט דאס נישט געדארפט. ווייל דא לערנען מיר א חידוש, אז דוקא דארט וואו עס ארבעט זיך נישט אויס, דוקא דארט ווי עס איז נישט געלונגען אדער ס'האט נישט אויסגעפעלט, דאס איז גאר חשוב און טייער אין הימל, און פון דעם איז מען זוכה צו די גרעסטע שכר.

ובכן, לאמיר געדענקן אז זיין א בעל חסד מיינט, ווען מ'פארקוקט אויף די אייגענע הרגשים און אינטרעסן, מען איז דא בלויז צו העלפן יענעם, און אויב ס'גייט נישט אדער עס טוט נישט אויף וואס מען האט געוואלט, איז עס אבער גאר חשוב און וויכטיג אין הימל, און עס מאכט גארנישט קלענער דעם חסד, אויב עפעס נאר גרעסער!

לסיכום געדענק:
• צומאל העלפט מען יענעם מיט די הענט, אבער מ'שטעכט איהם אין הארץ. א עכטער בעל חסד טוט נישט וויי יענעם בשעת'ן טוהן חסד.
• א בעל חסד לייגט זיך אינגאנצן אריין אין יענעמ'ס מצב און פראבירט מיט וואס ער קען 'יענעם' העלפן, נישט בלויז שטילן די אייגענע הרגשים.
• א בעל חסד ווערט נישט אויסגעברענט ווען זיין חסד פאלט אדורך, ווייל ער ארבעט נישט פאר זיינע אייגענע אינטרעסן, עס ברענט אין איהם צו טוהן חסד. און אויף די אדורכגעפאלענע חסדים קומט די גרעסטע שכר!

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3637
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: וירא - דער טוטל "א בעל חסד"!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

זייער שיין
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”