אפגעלאזטע שידוך - אויפגעגעבן די דירה. שאקירנדע אמת'ע געשיכטע
עס איז שמחה צייטן אין די אידישע שטוב, די עלטסטע טאכטער פון די משפחה איז א כלה געווארען צו מזל און צו ברכה. מזל טוב! זי איז א כלה געווארען צו א חתן פון די עידית שבעידית, א בחור צו גאט און צו לייט, אהוב למעלה ונחמד למטה, ממש אלע מעלות. און צום אלעם איז די מחותן א גרויסע עושר, וואס קען זיין בעסער. מען האט באשטימט א זמן החתונה, די חתן איז צוריק געפארען קיין ארץ ישראל משלים צו זיין זיין דערהויבענע בחור'רישע יאהרן, און די כלה האט זיך גענומען גרייטען צו די חתונה. עס עס געווען היפש א קורצע ענגעזשמענט, (נישט אזוי ווי עס איז נהוג בעירנו אז אונטער ניין חדשים איז די קידושין נישט חל...), ממילא האט מען זיך געדארפט נעמען ארבעטן שנעל, זיך אויסרישען מיט די קליידער ( - פארשטייט זיך א עקסטרע קאסטיום פאר יעדע שבע ברכות עס זאל זיין א פנים חדשות...), מען האט באשטעלט א זאל, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אויף יאגד צו טרעפן א פאסיגע דירה פאר די נייע פאר.
פעסד פאווערד דריי חדשים, מען האט געטראפען א דירה, און עס איז שוין פולשטענדיג איינגערישט מיט אלע נויטיגע באדערפענישען. פון מעבל ביז עסצייג און אלעס אינדערמיט. מיט וואס א טאג גייט אריבער ווערט די שמחה אין שטוב גרעסער און שטערקער. די כלה איז נאך פארנומען ארומלויפען צו צוענדיגען די לעצטיגע איינקויפאכ'ץ אויף צו זיין גרייט צום גרויסען טאג. קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז עפעס קען גיין שלעכט. און זיכער האט קיינער נישט געקענט פאראויסזאגן די גרויסע באמבע וואס גייט אט אט פלאצן אויף די קאפ פון די כלה און איר משפחה.
געווען איז עס מיט בלויז זעקס וואכן צו די גרויסע טאג, און איין נאכט הערט זיך א קלאפ אין טיר ביים מחותן אין שטוב. די מחותן גייט צו און עפענט אויף די טיר, און צו זיין גרויס שאק טרעפט ער דארט שטיין נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער שדכן. פארשטייט זיך אז זיין הארץ האט גלייך פארפלאט א קלאפ. וואס קען ער וועלן יעצט?... ער ברענגט איהם אריין און זעצט איהם אראפ ביים טיש, און ווארט אז ער זאל זיך נעמען רעדן. די שדכן - קענטליך זייער אנגעצויגען און אומזיכער, פראבירט אנצוהייבן רעדן אבער ער קען נישט קומען צום ווארט. ענדליך נאך עטליכע מינוט פון שטילקייט רייסט זיך ארויס פון זיין מויל די פאר ווערטער וואס האבן פארטונקעלט די אויגען פון אונזער מחותן:
"די אנדערע זייט לאזט אפ די שידוך".
עטליכע גלאטע ווערטער וואס זענען אזוי שפיציג. זיבען ווערטער וואס האבן געמאכט א טיפע שניט אינעם מחותן'ס הארץ. זיינע אויגען האבן אנגעהויבען שווינדלען, נאך א מזל אז ער איז געזעצן אזוי אז ער נישט אונטער געפאלען. " וואס הייסט --- פארוואס --- וויאזוי קען דאס זיין --- ?! " אבער די שדכן האט נישט געהאט קיין ענטפער אויף זיינע שווערע פראגעס. "איך ווייס נישט, אזוי האב איך באקומען א מעסעזש פון זיי, און איך בין נאר די פאסט טרעגער. אבער עס איז אויס, עס איז דערנאך". און מיט דעם האט די שדכן זיך אויפגעשטעלט און האט ארויסשפאצירט פון הויז איבערלאזענדיג די טאטע ערשיטערט שאקירט און צוטרייסעלט.
איך וועל נישט אריינגיין אין לאנגע באשילדערונגען איבער וויאזוי די טאטע האט געבראכען די נייעס פאר די כלה, און איבער די טייכן טרערן וואס האט זיך געגאסען יענע נאכט אין דעם שטוב, איך וועל עס איבערלאזן פאר אייערע פארנטאזיע עס אויסצושפילען פאר אייך.
---
א נאכט דעראויף, נאך פאר סיי ווער פון די משפחה האט בכלל געהאט א שאנס צו פראצעסירען וואס אזאנס האט דא פאסירט, הערט זיך ווידער א קלאפ אויפן טיר. די צובראכענע טאטע עפענט איר אויף, און אט ווידער שטייט אין איר דער שדכן. דער שדכן וואס האט מיט פיר און צוואנציג שעה צוריק חרוב געמאכט די לעבנ'ס פון אלע משפחה מיטגלידער. און אט איז ער ווידער דא. די טאטע ברענגט איהם אריין, ווען טיף אין זיין הארץ קאכט זיך א האפענונג אז אפשר... אפשר... ווער ווייסט... אפשר האט ער גוטע נייעס. הלוואי. די שדכן זעצט זיך אראפ און בעט פון די טאטע אויב ער קען אריינרופען די כלה. אומר ועושה. די שדכן זיצט דארט אין פארנט פון די צוויי, און א וואקעלדיגען קול הייבט ער אן צו רעדן.
"די אנדערע זייט האט שוין געטוהן א נייע שידוך. זעהט אויס אז זיי האבן שיון געלייגט א אויס אויף א אנדערע מיידל פאר א שטיק צייט, און ווי נאר זיי האבן אפגעלאזט די ערשטע שידוך, זענען זיי באלד צוגעשפרינגען צו דעם צווייטע שידוך". בום! אוטש!! עס רייסט אין הארצען! אבער דער שדכן איז ממשיך: "זיי ווילען מאכן די חתונה גאר אין גיכן, ממש אין עטליכע וואכן ארום. און היות זיי האבן נישט קיין סאך צייט, האבן זיי געשיקט מיר בעטן פון אייך אויב די כלה וואלט מסכים געווען אויפצוגעבן איר דירה פאר זיי, אז זאלן נישט דארפן יעצט אנהויבען זוכען א פרישע דירה. און היות אז איר גייט סיי ווי נישט האבן א חתונה יעצט, אפשר וואלט איר מסכים געווען דערצו. ווי אויך בעטן זיי אויב איר קענט אויפגעבן די זאל אויף יענע נאכט, אז זיי קענען פראווענען די חתונה צו די באשטימטע דאטום. בין איך אייך געקומען פרעגן אויב איר זענט מסכים דערצו".
די טאטע קוקט אויפ'ן שדכן, און דערנאך אויפן מיידל. צוריק אויפ'ן שדכן און צוריק אויפ'ן מיידל. ער ציפט זיך די הויט צו זעהן אויב איז ער נישט אין א טיפע חלום. די מיידל קוקט אראפ אויפן ערד, ווען פון איר אויגען גיסען זיך א קוואל פון הייסע טרערען. די טאטע וויל אנכאפן דעם שדכן און איהם ארויסווארפן פון פענסטער אן אפילו עס עפענען. וואספארא מין חוצפה און עזות איז דאס. ווי איז עס געהערט געווארען?! אזא מין רשעות און פרעכהייט! ער קען אפילו נישט קומען צום דיבור. ער איז ווי געלעמט. קאלט ווי א שטיין. ער קוקט צוריק די שדכן אין די אויגען צו זעהן אויב עס זענען דא דארט שטריכען פון בלוט. ער פארשטייט נישט וויאזוי אז בשר ודם קען אזאנס טוהן. איז ער געבוירען אן א הארץ?! זוכט ער דא צו טאנצען להודיע אויף די אויסגעגאסענע בלוט זייערע?! וויאזוי קען ער בכלל ברענגען אזא בקשה?! ווען פלוצלונג ווערן זיינע מחשבות איבערגעהאקט מיט די קול פון זיין טאכטער, די געוועזענע כלה.
"איך בין מסכים..."
די נאמען פון די כלה איז רחל, מער באקאנט אלס רחל אמנו.
מיר זענען אויפגעוואקסען הערן די מעשה, נאך פון ווען מיר זענען געווען אין פלעיגרופ. און מיר האבן פשוט קיינמאהל נאכנישט געפראסעסט דעם געשיכטע מיט א ערוואקסענע בליק. מיר זענען צוגעוואונט צו זאגן אז רחל האט איבערגעגעבן די סימנים, ווי כאילו זי איז געוען א גרויסע מיידעלע און זי האט 'מוותר' געווען אויף א בלעק ענד ווייט קוקי... עסט כאפסט וואס גייט דא פאר?! זי האט באמת אויפגעגעבן אויף איר אייגענע שידוך, אויף וואס זי קוקט שוין ארויס גאנצע זיבען (!!!) יאהר, און זי וואלט גארנישט געדארפט טוהן צו צושטערן די נייע שידוך, אלס וואס זי וואלט געדארפט טוהן איז פשוט זיך פארשפארען אין א צימער און נישט ארויסגעבן די סימנים. קיינער וואלט קיין טענות אויף איר נישט געהאט. קיינער! לאה וואלט געגאנגען אונטער די חופה, נישט געקענט די סימנים, און אויס שידוך, רחל וואלט צוריק אנגעטוהן איר כלה קרוין, און חתונה געהאט מיט יעקב. און אנשטאט דעם איז זי געגאנגען און בפועל איבערגעגעבן די סימנים פאר איר שוועסטער, און מיט דעם האט זי אויפגעגעבן אויף איר לעבנ'ס טרוים, אלעס כדי איר נישט צו פארשעמען! צו האבן מיר אן השגה וואס דאס מיינט?!
און יעצט פארשטייט איר פארוואס זי איז געלייגט געווארען אין א זייטיגע פארווארפענע פעלד, און נישט באגראבן געווארען מיט יעקב אין די מערת המכפילה. ווייל די אייבערשטער האט פארויסגעזעהן א גלות ,און די אייבערשטער האט געוואלט אנגרייטען עפעס וואס גייט איהם צווינגען אויסצולייזען די אידן, ער וועט נישט האבן קיין ברירה. ווייל אויב רחל וועט בעטן וועחער מוזען אויסהערן. עס קען נישט זיין א די רחמנות פון א בשר ודם זאל זיין שטערקער ווי די רחמנות פון דער וואס האט איהם באשאפן. און אויב רחל האט געקענט מוותר אויף אלעס און אלעס מיינט אלעס, זי וואלט געגאנגען חתונה האבן מיט עשיו, אויב זי האט דאס געקענט טוהן, קען שוין די אייבערשטער נישט זאגן ניין. מוז ער אויך מוותר זיין. ער מוז אויסלייזען זיינע קינדער.
און יעצט לאמיר איבערלערנען די אזוי באקאנטע פסוק, מיט גאר א נייע באדייט:
קוֹל בְּרָמָה נִשְׁמָע נְהִי בְּכִי תַמְרוּרִים--רָחֵל, מְבַכָּה עַל-בָּנֶיהָ; מֵאֲנָה לְהִנָּחֵם עַל-בָּנֶיהָ, כִּי אֵינֶנּוּ.
כֹּה אָמַר ה', מִנְעִי קוֹלֵךְ מִבֶּכִי, וְעֵינַיִךְ, מִדִּמְעָה: כִּי יֵשׁ שָׂכָר לִפְעֻלָּתֵךְ נְאֻם-ה', וְשָׁבוּ מֵאֶרֶץ אוֹיֵב. וְיֵשׁ-תִּקְוָה לְאַחֲרִיתֵךְ, נְאֻם-ה'; וְשָׁבוּ בָנִים, לִגְבוּלָם.
כִּי יֵשׁ שָׂכָר לִפְעֻלָּתֵךְ נְאֻם-ה', וְשָׁבוּ מֵאֶרֶץ אוֹיֵב. וְיֵשׁ-תִּקְוָה לְאַחֲרִיתֵךְ, נְאֻם-ה'; וְשָׁבוּ בָנִים, לִגְבוּלָם.