פעטער באטשי, טראג אפ פון מיין פלאץ! אברהם ווס. לוט. וואס טוט זיך מיר דיר?
פרשן הפרשה - פרשת וירא
שבת אויף דער נאכט אין בית המדרש עולי שמים:
אזוי ווי דער בעל תפילה האט גע'ענדיגט עלינו האט מיכאל פארמאכט די סידור און איר געגעבן א ווארעמע קוש. ''ש'כוח בעל תפילה'' האט ער אויסגעשריגן צו זרח וועלכע איז נאך געשטאנען ביים עמוד האפנדיג אז די רב וועט זיך דערמאנען אז מען דארף זאגן יוצרות היינט… זרח האט זיך פארנויגט מיט פארגעניגן, ''נישט דא בעסער ווי א גוטע קאמפלימענט'' האט ער צו זיך געקלערט. פארשטייט זיך אז פון אינדרויסן האט ער געשפילט דעם שפיל ווי כאי' ער האסט א גוט ווארט ביז צום טויט. ווייניג האט זרח געוויסט אז מיכאל שרייט אייביג אויס א הילכיגע ש'כוח אפגעזען ווער ס'גייט נאר צו, ביי אים איז עס בלויז א טייל פון די טראדיציע. נישט קיין ריכטיגע דאנק.
''גוט שבת גוט שבת'' האט מיכאל אויסגערופן הויעך צו זיין ארומיגע, מיכאל האט נישט געצילט קיינעם פרעזענדליך מיט דעם גוט שבת זיינער נאר ליבערשט ווער ס'הערט נאר, יעדער איז וועלקאם. די אטמאספער אין בית המדרש איז געווען היפש היציג, פון אלע זייטן האט זיך ארויסגעהערט העפטיגע דעבאטעס איבער פארשידנארטיגע טעמע'ס. ביי א מערהייט קרעמלעך האט די ווארט ''טראמפ'' זיך געהערט יעדער עטליכע סעקונדען אזש ס'וואלט זיך געקענט דארכטן אז ער איז עפעס אן פוסק אויף הלכות שבת…
צו זיין אויפריכטיג, מיכאל איז א חסידישע אינגערמאן און פארשטייט גאנץ קנאפ צו פאליטיק, אבער פארט האלט ער זיך פאר א שטיקל חריף און דעריבער האט ער געקלערט צו זיך אז אלע קענען געניסן פון זיינע צוויי צענט, מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד. מיכאל שארט זיך צו…
ווי ערווארטעט האט מיכאל גראד ארויסגעהאט די נושא, ''טראמפס נאמינאציע'ס''. נאך בלויז דרייסיג סעקונדעס פון שטיל שווייגן האט שוין מיכאל געהאט זיין ערשטן הגהה, ''פארוואס נעמט ער נישט דעם ראמני אלס זיכערהייט מיניסטער? איך האלט ער דארף אים נעמען'' האט מיכאל געפרעגט הויעך און קלאר מיט א שטימע פיל מיט זעלבסט זיכערקייט… די עולם האט זיך צושמייכלט, קיינער האט ניטאמאל גענומען די מיה אים צו ענטפערן, וואס ווילסטו, גיי לערן א חסיד 'ריינא'יזם' (א טערמין באניצט אויף די אנטי טראמפ רעפאבליקאנער)...
אצינד האט מיכאל אויסגערופן גוט שבת צום צווייטן מאל און געוואנדן זיינע טריט צום ארויסגאנג. שטייענדיג אין פאר צימער בשעת'ן ארומשלענגלען זיין רבי'שן שאל אויף זיין שמאלן זשיראפן האלז האט מיכאל מיטאמאל ערהאלטן א קלאפ אויפן פלייצע, נאך איידער ער האט עספיעט זיך אויסצודרייען און קוקן ווער ס'שטייט דארט הערט ער איינער מיט א שווערע אקצענט אויסרופן; ''ר' איד איך קען אפשר קומען שלאפן ביי אייך אויף שבת?''
מיכאל האט זיך ספאנטאניש ארומגעדרייעט און געכאפט א שנעלן בליק אויף דעם פרעגער - א עלטערע איד מיט א גרייז גרויע'ן בארד, א שטיקל ריח איז געגאנגען ווארשיינדליך צוליב זיינער נישט-צו-אפטער באזוכן ביים שויער…
מיכאל האט באשלאסן צו ענטפערן אין קערפער שפראך. מיכאל האט געשאקלט מיט די פלייצע איין מאל, און דאן נאכאמאל און דאן האבן זיך זיינע שלאנקע פלייצעס אינאיינעם מיט זיין געדרייעטן האלז ארויסגעלאזט און א קוריאזן טענצל זיך שאקלנדיג אין פארשידענע פארמאציעס פראבירנדיג צו זאגן פאר דעם פרעגער ''לאז מיר אפ''.
נאך צוויי מינוט שטיין דארט איז זיך מיכאל ווייטער געגאנגען זיין וועג אן צו קאמענטירן, זאגנדיג צום דריטן מאל, ''גוט שבת גוט שבת''...
***
טראצדעם וואס אין די אלטער היים איז עס געווען א נארמאלע זאך אריינצוברענגען געסט און אורחי פורחי ביי זיך אינדערהיים, היינט צוטאגס איז עס אבער די צוגאנג גאר נישט אזוי איי יאיי יאיי. ''כ'העדיר געבן וואס דו ווילסט קום מיר נאר נישט אריין אין מיין הויז''... ''ברעך מיר נישט די ''קאמפערט'' זאנע''.
לאמיר א בליק טון אויף אונזער זיידע אברהם און וועמענס זכות מיר ווילן געהאלפן ווערן, לאמיר זען וויאזוי ער האט זיך געפירט.
שטעל זיך פאר דעם בילד:
ערגעץ ווי אויף א זאמדיגע שאסיי אין לאנד כנען, די וועטער איז באלד הונדערט גראד און ביים טיר פונעם געצעלט זיצט זיך אן עלטערן איד מיט א הדרת פנים, 'יוא גאט איט', אברהם אבינו. אברהם איז שוין נישט קיין אינגערמאן, ער איז שוין באלד א הונדערט יעריגע זיידע, און נאך מער פון דעם שטייענדיג אצינד אין דעם דריטן טאג נאכן אריבערגיין א מעדיצינישע באהאנדלונג איז ער גאר שוואך. די בורא אליין איז אים געקומען מבקר חולה זיין.
אבער דאן, מיטאמאל שטעלט זיך אויף אויף זיינע צוויי פיס, ווארט נישט פאר קיין כיבודים און לויפט אנקעגן עטליכע מענער וועמען ער האט געזען פון דערווייטענס, פריש ווי א בחור. ''טוטס מיר א טובה און קומטס אריין צו מיר'' בעט ער זיך ביי די וואנדערער ממש מיט תחנונים. מ'קען מיינען אז מען רעדט דא פון עפעס א גרויסע ראש ישיבה פון ארץ ישראל וואס יעדער וויל די כבוד אז ער זאל ביי אים איינשטיין… כ'מיין, קוקנדיג אויף די בילדער וואס מיר האבן זעט עס מער אויס ווי דריי פאלנער אראבער, פארשטויבט און פארשמוצט. איינער פון זיי א מאטראז גאר, וואס איז די גרויסע גדולה?!
אט דאס פארציילט אונז אברהם, ''גדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכונה''. נישט קיין חילוק ווער ווי און ווען.
נאך מער, צדיקים זענען אונז מסביר פארוואס ביי אברהם האבן זיך די מלאכים פארשטעלט ווי מענטשן אין די צייט וואס ביי לוט זענען זיי יא געקומען אין די נארמאלע מלאכי'שע מונדירן. און די ערקלערונג דערויף איז וויבאלד לוט וואלט זיי קיינמאל נישט מכבד געווען אויב וואלטן זיי ווען אויסגעזען ווי פשוט'ע צעווילע בירגער. פארשטייסט, לוט איז נאר געווען גוט מיט די עליטע, די אויבערשטע שטייסל, דארט ווי מען קריגט 'אטענשאן'. און דערפאר זעט מען טאקע נישט דעמאנט אין ערגעץ לוט'ס אויסטערלישע הכנסות אורחים אפעראציעס… אלזא, וועמען דארף מען נאך טון??? (אגב, מיינע רבי'ס פלעגן זאגן אז א איד דארף נישט אויף טון, א איד דארף נישט נאך טון, א איד דארף נאר אפ טון… עפעס אזוי)
צו זיין ריאליסטיש, קיינער ערווארט נישט פון דיר אז זאלסט אהיימשפאנען שבת ביינאכט פון שול מיט צוויי האומ-לעסס אינגערלייט ביי דיינע זייטן, כ'מיין טוה עס נאר אויב דו קענסט עפארדן א כתובה. אבער עכ''ז איז דא פיל זאכן אינצווישן ווי יעדער מענטש קען מקיים זיין הכנסות ארחים אויף א פראקטישע וועג, פאלגאנד איז איינס פון די:
***
חיים ברוך האט רוב נעכט גאר גינסטיגע חלומות, טייל מאל ווי ער געווינט א לאטערי און טייל מאל ווי ער פארט אויף אן אויספלוג קיין ארזאביזשאן, און אלעס אינדערמיט… היינט שבת אויף דער נאכט איז גארנישט געווען אנדערש, אלס איז געפארן על מי מנוחות ביז ער האט זיך מיטאמאל ערוועקט און געזען אז די זייגער האט שוין פאראויסמארשירט מיט א קנאפע שטונדע פון זיין פאראויס פלאנירטן אויפשטאנד… ס'איז שוין צען מינוט נאך ניין, געוואלד, מ'האטשוין אנגעהויבן דאווענען.
מיט איין אטעם טוט ער אן זיין קליידונג און שטורעמט ארויס פון זיין הויז, ס'איז נישט דא קיין צייט! גאר גיך האט ער דערגרייכט זיין ערשטע דעסטענאציע, אריינגעשפרינגען אין בור… פארמירט זיינע כוואליעס… עלה ונסתפג און גראד געלאפן אין שול אריין. א מעלה איז געווען אז די טלית איז שוין געווען אויפן פלייצע און אזוי געהאלפן פארדעקן די נאסע פאות זיינער, אלס איז געפארן ווי א באן ביז ער איז אנגעקומען צו זיין פלאץ און געזען אז, אפס, איינער שטייט דארט.
חיים ברוך האט זיך דערמאנט אז זיין חבר ישעי מאכט טאקע א קידוש און דאס האט אנגעברענגט פיל געסט. אבער געוואלד! זיין פלאץ איז אקופירט! נישט געזארגט, חיים ברוך האט זיך זיינע טאקטיקן וויאזוי צו פארפאלגן די נעבכדיגע פעטער.
צו ערשט לייגט ער אראפ זיין סידור אויף א זייט, נישט צו נאנט און נישט צו וייט, ווי צו זאגן ''א גוטן, איך בין דא''. יענער האט זיך גלייך ארומגעדרייעט און געפרעגט מיט די הענט; ''ס'איז דיין פלאץ?'' חיים ברוך איז דאך א גוטער, ער גייט קיינעם נישט פארשיקן חלילה, נעעע, מאכט ער מיט ביידע הענט, בלייב זיצן. ביי דעם פונקט האט שוין די גאסט געשפירט ווי א גאסט…
גייט דורך א מינוט אין חיים ברוך גייט צו פאזע צוויי, ער שטעלט זיך נעבן דעם גאסט און הייבט אן זיך צו שאקלען גאר ווילד, ווען אינצווישן פארמירט ער א שטיקל געדרענג, יענער פרעגט אים נאכאמאל, ''ביז זיכער אז דו דארפסט נישט דיין פלאץ?!'' חיים ברוך ווייזט אים די זעלבע ווי פריער.
לאמיר גיין צום נקודה, נאך פינעוו מינוט איז דער פעטער מער נישט געשטאנען דארט, ער האט זיך געשטעלט פון אונטן ביים ספרים שאנק, אזוי ווי א בחור…
למסקנא, דו מוזט נישט אויפגעבן דיין פלאץ פאר יענעם, טא, דו צאלסט דאך מעמבערשיפ, אבער דו האסט יא א געלעגנהייט צו מקיים זיין ריכטיגע הכנסת אורחים אויף די 2024 סטיל. די אויסוואל איז דיינער. (נ.ב. מיין פלאץ איז נישט אויף ליציטאציע)
גוט שבת