אחד מעירהאט געשריבן:↑זונטאג יאנואר 07, 2024 1:58 pm
ר' עזרא יעקב באש
ווייסט עמיצער עפעס אינפארמאציע אויפ'ן שווער פון רבי עזרא יעקב באש ז"ל? אני שמעתי לאחרונה, אז ער איז געווען אן איידעם ביי ר' חיים משה אדלער ז"ל, וזוגתו מרת רבקה ע"ה, לבית מאליק, מאונטער-אפשא. קען עמיצער אריינקומען מיט עפעס ידיעות? ישר כוח גדול!
על שאלה ב', הבאתי כבר לעיל רישום שמברר ששמה הי' הינדא ליכטנשטיין. יוצא שאפשרות השניה (ר' מיכל ליכטנשטיי) היא הנכונה שמעתי מזקיני שרי"מ מספינקא א"ל שהם נכדים מזיווג שני
אחד מעירהאט געשריבן:↑זונטאג יאנואר 07, 2024 1:58 pm
ר' עזרא יעקב באש
ווייסט עמיצער עפעס אינפארמאציע אויפ'ן שווער פון רבי עזרא יעקב באש ז"ל? אני שמעתי לאחרונה, אז ער איז געווען אן איידעם ביי ר' חיים משה אדלער ז"ל, וזוגתו מרת רבקה ע"ה, לבית מאליק, מאונטער-אפשא. קען עמיצער אריינקומען מיט עפעס ידיעות? ישר כוח גדול!
אחד מעירהאט געשריבן:↑זונטאג יאנואר 07, 2024 1:58 pm
כידוע דער אמרי יוסף האט געהאט דריי זיווגים !
בזיווג האחרון איז באקאנט אז זי איז געווען פערל בת ר' עזרא יעקב באש, און נאר דער חקל יצחק איז געבוירן פון איר.
אבער די ערשטע צוויי זיווגים איז פאראהן א פלונטער.
מכל הנכתב לעיל קומט אויס א פאר דעות
א. בזיווג ראשון שנשא בשנת תרי"ד בת מהר"מ מבורשא (לשון החקל יצחק) זעהט אויס פערל בת ר' מרדכי אריה כהנא אמנם בספר מנהגי זידיטשוב החדש (מהרב יוסף מאיר כהנא מטשאקווא ב"ש נכד רבי אלטר כהנא מזידיטשוב ספינקא) כתב ששמו היה מרדכי (משפחתו?) מבורשא.
ב. בזיווג שני שנשא בשנת תרי"ח רבו הדיעות. איר נאמען איז געווען הינדא בת??? אדער רבי יחיאל מיכל ליכנשטיין אדער רבי מאיר ממונקאטש (ווער איז ער געווען?) אדער רבי מרדכיכהנאממונקאטש (מנהגי זידיטשוב הנ"ל)
עד כאן לענין הזה.
נאך א ספק :
וויפיל טעכטער האט דאמרי יוסף געהאט ?
דער חקל יצחק שרייבט בשנת תר"ל נלקחה אשתו 'ונשאר .... עםב'ילדות קטנות'.
כידוע האט דער אמרי יוסף געהאט דריי טעכטער די עלצטע איז געווען - צירל זוג' הארחות חיים. די צוויטע איז געווען - אלטע חנה זוג' רבי אברהם יקיר רובינשטיין די דריטע - מלכה זוג' רבי אביגדור פולאק
יעצט פרעגט זיך .. וועלכע צוויי זענען דיע ב' ילדות? און פון ווי איז געווען די ערשטע/דריטע?
דער ארחות חיים איז געבוירן תרכ"א וואס לכאורה מאכט סענס אז זי איז געווען פון די צוויטע רעביצן הינדא שהלא האמרי יוסף נשא בשנתתרי"ח נאך א ראיה אז ביי די איינקלך איז געווען די נאמען 'הינדא'
אויב אזוי פון ווי איז געבוירען די דריטע טאכטער? די דריטע טאכטער א"ר אביגדור קען זיכער נישט פון די דריטע רעבעצין... ר' אביגדור איז דאך גיווען איר זון...
בספר מנהגי זידיטשוב הנ"ל שרייבט ער בשם זקינו רבי אלטר כהנא מזידיטשוב "ששמע מרי"א ווייס ע"ה שיודע בבירור שחותנו בזיווג שני שממנו נולדו לא בנותיו ובתוכם זקנתו אשת הארחות חיים היה רבי מרדכי כהנא ממונקאטש בן רבי יחיאל בן הקונטרס הספיקות
ובשם דו"ז רבי ברוך כהנא מספינקא אנטווערפן שליט"א בשם אביו רבי יוסף מאיר כהנא מספינקא ירושלים שה'ארחות חיים' נכד הזיווג הראשון רבי מרדכי מבארשא הנ"ל".
די אוהל שטייט נאך ב״ה, אלע ליגן נאך דארט, און לויט א טייל וואס האבן זיך משתתף געווען ביים מפנה זיין ליגט ער אויך נאך דארט Poster2.jpg
ווער איז דעמאלטס געווען בראש המפנים?
רבי יענקעלע האט גענומען דאכט זיך נאדבורנא רבי פון צפת אדער ממשפחתו וואס ער איז געווען בראש המפנים, ער האט גענומען עפעס א חברה קדישא פון דארט אנע בערד, ושמעתי מאחד מבני רמ״ד מספינקא י״ם ששמע מפיו כל הסיפור איך שהיה שם, ושהעלו רק עפר
ביים מפנה זיין האבן די כהנא אייניקלעך (הרה"ק רבי נחמן ואחיו הרה"ק רבי יוסף מאיר) זיך קעגן געשטעלט, און אנגענומען אז מען האט קיינמאל דעם זיידן נישט ארויף געברענגט, און טאקע קיינמאל ארויס צום ביה"ח אין פתח תקוה ביום היא"צ. זייערע קינדער און אייניקלעך גייען כהיום שוין יא ארויס אהין ביום היא"צ.
להנציח זכרונם של צדיקים פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דאhttp://www.yuhrzeit.com
קהל בית שמואל צבי ספינקא 9:20 מעריב היום בשעה ואח"כ מסיבת לחיים לרגל הילולת רבינו בעל אמרי יוסף זי"ע כ"ק אדמו"ר שליט"א ישמיע דברי פתיחה לאברכי הכולל
היינט דינסטאג פארנאכטס האט כ''ק אדמו''ר מתולדות צבי דספינקא שליט''א געפראוועט דעם יארצייט סעודה פון זקינו בעל אמרי יוסף זי''ע בבית מדרשו תולדות צבי אויף 6 טעטש אין קרית יואל
ביים מפנה זיין האבן די כהנא אייניקלעך (הרה"ק רבי נחמן ואחיו הרה"ק רבי יוסף מאיר) זיך קעגן געשטעלט, און אנגענומען אז מען האט קיינמאל דעם זיידן נישט ארויף געברענגט, און טאקע קיינמאל ארויס צום ביה"ח אין פתח תקוה ביום היא"צ. זייערע קינדער און אייניקלעך גייען כהיום שוין יא ארויס אהין ביום היא"צ.
שמעתי אז הרה''ק ר' הערשעלע מספינקא זי''ע איז אויך געווען דערקעגן און זיינע קינדער און אייניקלעך גייען אויך נישט אהין
די אוהל שטייט נאך ב״ה, אלע ליגן נאך דארט, און לויט א טייל וואס האבן זיך משתתף געווען ביים מפנה זיין ליגט ער אויך נאך דארט Poster2.jpg
ווער איז דעמאלטס געווען בראש המפנים?
רבי יענקעלע האט גענומען דאכט זיך נאדבורנא רבי פון צפת אדער ממשפחתו וואס ער איז געווען בראש המפנים, ער האט גענומען עפעס א חברה קדישא פון דארט אנע בערד, ושמעתי מאחד מבני רמ״ד מספינקא י״ם ששמע מפיו כל הסיפור איך שהיה שם, ושהעלו רק עפר
רבי יענקעלע האט גענומען דער "חכמת אליעזר" מסערט וויז'ניץ וואס דאכט זיך פונקט געווען אין רומניה דעמאלטס.
ער אליין האט נישט געוואלט זיין דערביי און געבליבען במקום אחר אין רומניה.