ניגוני בית וויזניץ
פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 33602
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
זעליג האט געשריבן: ער האט פארפאסט זייער שיינע ניגונים ווי למשל תתברך, ויאתיו, און נאך.
וועלכע תתברך? איז דאס די ניגון וואס ווערט אויך געזונגען ביי חופות? און די ויאתיו, איז די ניגון וואס גייט צוזאמען מיט די ןןערטער וטהר ליבנו וכו'? אויב יא איז ער געווען א מורא'דיגע מחבר, ווייל ביידע פון די ניגונים זענען מייסטערווערק.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
קען אייער ביטע ארויף לייגן די ליסטע פון די ניגונים וואס עס איז דא אויף די אלבום? איך בין א גרויסע חסיד פון וויזניצער ניגונים, און אויב עס איז דא דערויף געוויסע ניגונים וועל איך עס מן הסתם קויפן.
ווי אויך אויב איינער האט וויזניצער ניגונים (פון נישט פראפעסיאנאלע סידיס) וואס זענען נישט קאפירייטעד זאל מען ביטע אויף מאכן אן אשכל און אנהייבן צו שעירן מיט די עולם.
איך מיין נישט די היינטיגע וויזניצער ניגונים, נאר די אלטע, ווי די מנוחה ושמחה'ס, ימים נורים ניגונים, פסח וכו'
איך האב איין שיינע שבועות ניגון פון וויזניץ (דאכצעך) וואס איך וועל אי"ה מארגן ארויף לייגן בעז"ה.
ווי אויך אויב איינער האט וויזניצער ניגונים (פון נישט פראפעסיאנאלע סידיס) וואס זענען נישט קאפירייטעד זאל מען ביטע אויף מאכן אן אשכל און אנהייבן צו שעירן מיט די עולם.
איך מיין נישט די היינטיגע וויזניצער ניגונים, נאר די אלטע, ווי די מנוחה ושמחה'ס, ימים נורים ניגונים, פסח וכו'
איך האב איין שיינע שבועות ניגון פון וויזניץ (דאכצעך) וואס איך וועל אי"ה מארגן ארויף לייגן בעז"ה.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 33602
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
די נייע סי די מלך רחמןאיז א מייסטער ווערק - עס ענהאלט די פאלגאנדע ניגונים
1. ריקוד והיו למשיסה (ווי באוויסט הייבט מען אין וויזניץ אן דעם לעבעדיגען פאל ביי והיו למשיסה)
2. מלך רחמן
3. הורה (איך ווייס נישט פארוואס ס'איז בטיטל'ט געווארן מיט דעם, אבער וואס זאל איך טוהן - אזוי שטייט אויפן דעקל)
4. מנוחה ושמחה (איינע פון די ניין (9!!) וואס ר' ניסן יוסט ע"ה האט מחבר געווען)
5. ריקוד והיו למשיסה ב'
6. מזמור לדוד (איינע פון די צענדליגע וואס ר' ניסן יוסט האט מחבר געווען)
7. מארש
יעצט צום ענין, ר' ניסן יוסט ע"ה איז געבוירן אין שטאט דזיקוב צו זיין פאטער וואס איז געווען א פייערדיגע דזיקובער חסיד, ווען דער הייליגער אהבת ישראל זי"עפון וויזניץ איז געווארן אן איידעם אין דזיקוב האט ער געבעטן ביי זיין שווער דער הייליגער [/b]אמרי נועם זי"ע[/b] ער זאל אים מיטגעבן ר' ניסן (וואס איז דעמאלטס געווען א אינגערמאן - און א שטיקל בעל תפילה אינם דזיקובער חצר) פאר נדן בכדי ער זאל ווערן זיין גבאי. פון דארט אלעם איז שוין היסטוריה וואס איר קענט ליינען אינם דעקל פונעם נייעם סי. די.
קויפט און האט הנאה

וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד
וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
מאשקע האט געשריבן: לעווי טייערער, כ'האב אמאל געקויפט א גאנצן אלבוים מיט די אלטע טעיפס פון ניגוני בית וויזניץ, דאכט זיך אז 14 טעיפס. דער געשעפטסמאן האט מיר געזאגט אז ס'קומט פון אדרת. קענסט פרובירן ביי אים צי ער האט עס נאך.
דער אלבוים פון וואס די רעדסט איז פין זעכצען (16) טעיפס וואס איז ארויסגעקומען לערך דרייסיג יאר צוריק, היינט איז עס שוין דא צו באקומען אויף סידיס אבער נאר אין געציילטע געשעפטן. גראדע לעצטנס האב איך געזען א פעדלער וואס פארקויפט סידיס און קינדער ביכער אז ער האט דאס צווישען זיין אויסווייל פון סחורה, ער איז א היימישער פעדלער און דריידט זיך אין די היימישע גרויסע בתי מדרשים...
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד
וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
אלדד האט געשריבן: ריקוד והיו למשיסה (ו וי באוויסט הייבט מען אין וויזניץ אן דעם לעבעדיגען פאל ביי והיו למשיסה)
ריקוד והיו למשיסה ב'
האסט יעצט אויף געוועקט אן אלטע קעמערל אין מיין הארץ און עס האט זיך מיר דערמאנט די דביקות'דיגע טענץ ביים כותל המערבי פרייטאג צונאכטס ביין די מנין פון הרה"צ רבי מנחם מאנדערער שליט"א אדמו"ר מקאסוב (דעמאלטס האט ער נאך נישט פארמאגט דער טיטל), איך קען מיר בשום פנים ואופן דערמאנען די ניגון, איך עס מיך אויף דאס געזונט.
אפשר ווייס איינער פון וואס פאר א ניגון איך רעד? איז דער ניגון אויף דער סידי? אפשר האט עס איינער אויפן קאמפיוטער גאר און קען עס ארויף לייגן.
אויב איינער וואלט מיר געקנעט געבן פונקטליכע דירעקציעס וואו מען קען קויפן די וויזניצער סעט פון 14-16 אויף סידי וואלט איך שטארק הנאה געהאט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אלדד האט געשריבן: יעצט בין איך שוין נישט זיכער וואס די מיינסט - אפשר קענסטו דא ארויפלייגען די ניגון?
ווען איך האב ווען די ניגון וואלט איך עס ארויף געלייגט, אבער כ'האב עס נישט.
טז דו ווילסט קען איל עס שרייבן.
איי די די דיי, איי די די דיי, יאַ די די דיי דיי, יאַ די די דיי דיי, איי דיי דאַ דאַ דיי כו' . . . . . .
געהאלפן?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
מישט נישט אויס די 16 טעיפס מיט די נייע טעיפס, יענע 16 איז געמאכט געווארן ערגעצוואו אין א שיעור צימער, נאר צו אויסלערענען די ניגונים פארן נעקסטן דור, בכלל נישט פראפעשענעל.
משא"כ דאס איז העכער ווי א מייסטערווערק! עס איז דא א לאנגע לכה דודי וואס 20 יאהר האב איך עס נישט געקענט זינגען, נאכן הערן די טעיפ, קען איך עס, ס'איז פשוט גוט, געשמאק, שיין, און באטעמט.
אגב, ר' ניסן הי"ד האט פארפאסט חוץ די 9 מנוחה ושמחה'ס נאך איינס וואס האט געדארפט זיין בעסער ווי די 9, נאר ער האט עס מיטגענומען מיט זיך קיין אושוויץ, הי"ד.
ס"ה איז דא 16 מנוחה ושמחה'ס, די איבריגע איז פון ר' יצחק אונגאר הי"ו.
מלך רחמן איז דא נאר איינס! [ ניגונים דערויף איז דא זיכער 5 אויב נישט מער]
משא"כ דאס איז העכער ווי א מייסטערווערק! עס איז דא א לאנגע לכה דודי וואס 20 יאהר האב איך עס נישט געקענט זינגען, נאכן הערן די טעיפ, קען איך עס, ס'איז פשוט גוט, געשמאק, שיין, און באטעמט.
אגב, ר' ניסן הי"ד האט פארפאסט חוץ די 9 מנוחה ושמחה'ס נאך איינס וואס האט געדארפט זיין בעסער ווי די 9, נאר ער האט עס מיטגענומען מיט זיך קיין אושוויץ, הי"ד.
ס"ה איז דא 16 מנוחה ושמחה'ס, די איבריגע איז פון ר' יצחק אונגאר הי"ו.
מלך רחמן איז דא נאר איינס! [ ניגונים דערויף איז דא זיכער 5 אויב נישט מער]
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 33602
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5127
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
יא יא, ר' לעווי, אוי ליגט מיר אין די ביינער די פרייטיג צו נאכטס טענץ ביים כותל (ששששש זאג נישט אויס פאר קיינעם, על איך אויך נישט אויסזאגן) אבער ווער עס האט נאר געזען אמאל ר' דוד לייב'ן טאנצן אויף דעם, דאס איז א מחזה וואס מען קען נישט פארגעסן.
אבער יעצט צום ענין, ר' ניסן - ווי שוין געשריבן - איז געווען דער נדן פון אמרי נועם צום אהבת ישראל (בד"וו, טראכט אריין צו היינט איז נאך דא א מציאות אז אזאנס זאל פאסירן), אבער ר' ניסן האט זיך אויסגעדרוקט אז ער איז נאר געגאנגען קיין וויזניץ ביז ביאת משיח, אבער איינמאל משיח קומט איז ער צוריק אין דשיקוב.
ער האט געמאכט, אויב געדענק איך גוט, פערצן ניגונים אויף מנוחה ושמחה, און מען האט יעדן ניגון געזונגען פאר איין יאר, און דערנאך האט מען עס ארויפגעלייגט אויף אנדערע ווערטער, לדוגמא, ויאתיו, אדער דער תתברך ניגון (דאס איז א לאנגער ניגון, און דער באוואוסטער וכולם מקבלים וועלכע די וועלט קען, איז א קליין חלק פון דעם ניגון), דער זעלבער תתברך ניגון ווערט אויך געזונגען אויף היה עם פפיות. ועוד ועוד.
דעם לעצטן טעיפ, כתר מלוכה בין איך פלעין משוגע געווארן, איך האב עס נישט געקענט אויפהערן אויסהערן, און איך האב זיך קוים געקענט ערווארטן אויפן נייעם אלבום, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו (ווער קען דעם וויזניצער ניגון אויף די ווערטער) אז עס איז שוין דא, מ'גייט זוכן זיך צו שאפן די פאר טאללער און מ'גייט עס גיין קויפן, ממש בקרוב. האפנטליך נאך היינט, אויב דער באשעפער וועט שיקן סייעתא דשמיא.

חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5127
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
און יעצט, ווער קען דעם וויזשניצער ניגון אויף זכר חסדו ואמונתו, איך זוך זייער א לינק, אדער ווער עס האט דאס אפגעכאפט אויב מ'קען עס דא ארויפלייגן. איך וואלט עם אזוי אפגעשקויעכט, אז נאר.
און אזוי ווי איך האב דאך שוין אפאר מאל געבעטן, און געהאלפן געווארן מיט אזעלכע בקשות דא אין קרעטשמע, על כן בעט איך אייך, טייערע ברודער, לאזט מיך נישט פאלן דאס מאל, און העלפט מיר ארויס, ברענגט מיר דעם ניגון.
יאשערק אויעח למפרע.
און אזוי ווי איך האב דאך שוין אפאר מאל געבעטן, און געהאלפן געווארן מיט אזעלכע בקשות דא אין קרעטשמע, על כן בעט איך אייך, טייערע ברודער, לאזט מיך נישט פאלן דאס מאל, און העלפט מיר ארויס, ברענגט מיר דעם ניגון.
יאשערק אויעח למפרע.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
ווארום האט געשריבן: רעדענדיג מיט א חבר, דערציילט ער מיר, אז האט באקומען א פריויו פונעם טעיפ, וואס דויערט בערך 5:00 מינוט
פראבלעם ער איז נישט נעבן זיין אימעיל פאר די נעקסטע 2 טאג
ווער איז זיך מתנדב?
איך האב פראבירט ארויפצושטעלן די פייל אבער איך האב באקומען די מעסעדש ד י פייל עקסטענשען mp3 איז נישט ערלויבט. אז די קענסט מיר געבן א עצה ווי אזוי דאס ארויף צו שטעלן בין איך גרייט