ריבית: בארגן א קרעדיט קארד

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

ריבית: בארגן א קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בארגן א קרעדיט קארד איז פון די ברייטסטע און קאמפליצירסטע ריבית שאלות אין די היינטיגע ביזנעס עפאכע.

עס וואלט געווען א געשמאקע זאך ווען מען זאל קענען צעלייגן אלע שאלות בכלליות וואס זענען אלס פארהאן בענין בארגן א קרעדיט קארד.
די פארשידענע סוגים טשארזשעס און FEE'S און ריווארדס מאכן דאס בלויז מער קאמפליצירט, וואס יעדע פאר זיך ברויך מען באזונדער דן זיין.

די הויפט ריבית פראבלעם איז, פארשטייט זיך, אויב צאלט מען נישט אויס די גאנצע עמאונט סוף מאנאט וואס דאן קומט צו די APR וואס די באנק טשארזשט פונעם לוה. יעצט וויבאלד די באנק בארגט בלויז פארן אמתדיגן לוה און נישט פארן לוה'ס לוה (זיין חבר וואס נוצט זיין קארטל) קומט דאך אויס אז טעכניש איז דער ערשטער לוה (בעל הק"ק) געווארן א מלוה פאר זיין חבר וואס בארגט יעצט זיין קארד און אויב צאלט ער אים די APR איז דאך עס רעכט ריבית.
ביי לעיט פעימענט טשארזשעס איז ווידער אן ערנסטער שמועס כנ"ל.

אנדערע סארטן טשארזשעס אזוי ווי "פיקסד פי'ס" וואס איז נישט געוואנדן אין 'זמן' זענען למשל א בעלענס טרענספער פי, וואס איז געווענליך 2-3 פערצענט פונעם טראנזאקציע. אין אזא פאל איז דא וואס האלטן אז וויבאלד ס'יז א פון פאראויס באשטימטע אפצאל הייסט דאס נישט קיין ריבית.

איך באציה מיך יעצט צו דעם חלק פון 'ריווארדס'.
אייניגע בענק ווי סיטי אדער בענק אף אמעריקע געבן 'פאוינטס' פאר יעדן דאלער וואס מען נוצט דורכן קארטל, און בהמשך הזמן אויב זאמלט מען אן גענוג פאוינטס באקומט מען צוריק ריווארדס, אדער ווערטפולע חפצים, אדער קעש לויט וויאזוי מען וועלט זיך אויס.

איז דא דערביי א חשש ריבית? וויבאלד דער באנק געט מיר די פאוינטס צוליב וואס מיין חבר האט דאך גענוצט מיין געלט ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א) די 'פיינענס טשארזשעס' איז זיכער ריבית און מ'ברויך מאכען א היתר-עיסקא.

ב) 'לעיט-פעימענט' איז מותר אפי' ביי א איד, אלס קנס, דאס הייסט נישט קיין רבית, וויבאלד עס איז א באשטימטע סכום און נישט געוואנדן לויט ווי גרויס די באלאנס איז, ובכלל האט דער מלוה שאדן ווייל דאס גייט אויף זיין קרעדיט.

ג) די 'פאונטס-באנוסעס' איז קודם כל א חושן-משפט שאלה, פארוועם עס באלאנגט באמת, פאר דעם מענטש וואס האט גענוצט דעם קארטל אדער פארן בעל-הכרטיס, געוואנדן לויט די פסק ווערט דערנאך א רבית שאלה.

אבער זיכער נישט קיין רבית-קצוצה נאר א טובת-הנאה הבאה ממקום אחר, וואס קען בכלל זיין מותר.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מיללער האט געשריבן: א) די 'פיינענס טשארזשעס' איז זיכער ריבית און מ'ברויך מאכען א היתר-עיסקא.

ב) 'לעיט-פעימענט' איז מותר אפי' ביי א איד, אלס קנס, דאס הייסט נישט קיין רבית, וויבאלד עס איז א באשטימטע סכום און נישט געוואנדן לויט ווי גרויס די באלאנס איז, ובכלל האט דער מלוה שאדן ווייל דאס גייט אויף זיין קרעדיט.

ג) די 'פאונטס-באנוסעס' איז קודם כל א חושן-משפט שאלה, פארוועם עס באלאנגט באמת, פאר דעם מענטש וואס האט גענוצט דעם קארטל אדער פארן בעל-הכרטיס, געוואנדן לויט די פסק ווערט דערנאך א רבית שאלה.

אבער זיכער נישט קיין רבית-קצוצה נאר א טובת-הנאה הבאה ממקום אחר, וואס קען בכלל זיין מותר.


דו מאכסט א הנחה באזירט אויף א פאקט, אבער דער פאקט איז נישט אמת, ווייל לעיט פעימענט פי'ס זענען באזירט אויף ווי גרויס די באלאנס איז, למשל $20 פאר בעלענס אונטער $200, און $30 פאר בעלענס אונטער $500 וכו'.
און דאס וואס דער מלוה האט שאדן זיין נאמען איז אויך נישט אזוי גלייך אויב מען נעמט זיך נישט אויס אז אלע הפסדות הבאים על ידך איז ידי על העליונה.


פוינטס באנעס האב איך געהאט געפרעגט א מו"צ ער זאגט אז ס'באלאנגט פאר מיר און נישט פארן לוה, און ס'יז נישטא קיין ריבית דערביי וויבאלד ס'יז באה ממקום אחר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לייבעלע
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע »

לייבעלע
- - - - - - - - -
leibeleh @ gmail.com
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עס שטייט דארט בפירוש פון הונטען אם יש להלוה עסקים או רכוש
וידוע מה שהרבה פוסקים ובתוכם כמדומה המנח"י אין דעתם נוחה להשתמש בטופס היתר עיסקא רק לעשות שטר ע"פ המציאות שלפניו
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
לייבעלע
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע »

הייסט עס, פאר ביזנעס איז דאס גוט.

ס'קומט מיר אויס סיי ביי ביזנעס און אויך פערזענליך.
וואספארא נוסח קען מען נוצן פאר סתם אזוי נוצן יענעמס קרעדיט קארד?
לייבעלע
- - - - - - - - -
leibeleh @ gmail.com
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

קוק דעם צווייטן הג"ה
עס איז כדאי איבערצושמוסען מיט א רב, עס זאל אפשפיגלן דעם מציאות באופן היותר מועיל,
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
לייבעלע
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע »

והוא פלאי האט געשריבן: עס איז כדאי איבערצושמוסען מיט א רב, עס זאל אפשפיגלן דעם מציאות באופן היותר מועיל,

איך רעד דאך פון זייער א סימפל שכיח'דיגע מציאות, בין איך זיכער אז מאנעכע האבן שוין גענוצט עפעס וואס זאל קענען איבערגענוצט ווערן אין אזעלעכע פעלער.
לייבעלע
- - - - - - - - -
leibeleh @ gmail.com
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

אפי' א סימפל שכיח'דיגע מציאות איז אלץ בעסער אדורכצורעדן מיט א רב, יעדע קלייניגקייט קען טוישן די הלכה.
אוועטאר
לייבעלע
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע »

איזעי האט געשריבן: אפי' א סימפל שכיח'דיגע מציאות איז אלץ בעסער אדורכצורעדן מיט א רב, יעדע קלייניגקייט קען טוישן די הלכה.

איך וויל טאקע ווייזן א רעדי-מעיד שטר פאר'ן רב, און זאל ער זאגן אויב ס'איז גוט פאר מיין מציאות.
לייבעלע
- - - - - - - - -
leibeleh @ gmail.com
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

שוועמל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: ב) 'לעיט-פעימענט' איז מותר אפי' ביי א איד, אלס קנס, דאס הייסט נישט קיין רבית, וויבאלד עס איז א באשטימטע סכום און נישט געוואנדן לויט ווי גרויס די באלאנס איז, ובכלל האט דער מלוה שאדן ווייל דאס גייט אויף זיין קרעדיט.

דו מאכסט א הנחה באזירט אויף א פאקט, אבער דער פאקט איז נישט אמת, ווייל לעיט פעימענט פי'ס זענען באזירט אויף ווי גרויס די באלאנס איז, למשל $20 פאר בעלענס אונטער $200, און $30 פאר בעלענס אונטער $500 וכו'.

דאס איז נישט משנה, וויבאלד ס'איז א איינמאליגע FEE וואס ווערט ארויפגעלייגט נאכן פארפאסן א דעיט, איז עס ווי א קנס, און נישט ריבית.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

קנס הוא סוגיא עמוקה, והוא מחלוקת בין הפוסקים
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

די גאנצע ריבעיט סיסטעם פון די גראסערי'ס דארף די היתר פון קנס, ווייל עס קומט אויס אז ווער עס צאלט שפעט באצאלט מער.

אין יענעם פאל איז עס טאקע נישט אזא קלארע היתר, ווייל ס'איז נישט אמת'דיג קנס, אבער ביי קרעדיט קארד דוכט זיך איז עס א דבר פשוט בלי מחלוקה.

קען זיין איך מאך א טעות.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דער תהילים איד האט געשריבן: די גאנצע ריבעיט סיסטעם פון די גראסערי'ס דארף די היתר פון קנס, ווייל עס קומט אויס אז ווער עס צאלט שפעט באצאלט מער.

אין יענעם פאל איז עס טאקע נישט אזא קלארע היתר, ווייל ס'איז נישט אמת'דיג קנס, אבער ביי קרעדיט קארד דוכט זיך איז עס א דבר פשוט בלי מחלוקה.

קען זיין איך מאך א טעות.

ריבעיט איז פארקערט, מוזיל מעיקרא, וואס איז א סוגיא פאר זיך
אבער קנס איז א מחלוקת בפנ"ע וואס דער מחבר אין רמ"א אסר'ן, און אסאך פוסקים זענען מתיר
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

והוא פלאי האט געשריבן: אבער קנס איז א מחלוקת בפנ"ע וואס דער מחבר אין רמ"א אסר'ן, און אסאך פוסקים זענען מתיר

קאן זיין, שכחתי וטעיתי.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
דערציילער
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
לאקאציע:Boro Park
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערציילער »

מעג איך געבן מיין קרעדיט קארד פאר מיין חבר ער זאל עס נוצן אין באצאלן מינימום + אינטרעסט?
איך ווייס אז עס איז דא וואס זאגן אז מען טאר עס נישט טוען וועגן ריבית, איך וויל וויסן אויב עס איז דא איינער וואס האלט אז עס איז נישט ריבית.
מיין שאלה איז פאר איינער וואס האט עס שוין געטוען דארף ער צאלן די אינטרעסט אדער עס איז דא אויף וועמען זיך צו פארלאזן און נישט דארפן צאלן?
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דערציילער האט געשריבן: מעג איך געבן מיין קרעדיט קארד פאר מיין חבר ער זאל עס נוצן אין באצאלן מינימום + אינטרעסט?
איך ווייס אז עס איז דא וואס זאגן אז מען טאר עס נישט טוען וועגן ריבית, איך וויל וויסן אויב עס איז דא איינער וואס האלט אז עס איז נישט ריבית.
מיין שאלה איז פאר איינער וואס האט עס שוין געטוען דארף ער צאלן די אינטרעסט אדער עס איז דא אויף וועמען זיך צו פארלאזן און נישט דארפן צאלן?



פארוואס איז עס ריבית?
די בארגסט אים עפעס? די קרעדיט קארד קאמפאני בארגט
ואינו דומה צו א מארגעדזש ווייל דארט גיט די באנק די געלט פאר די מענטש משא"כ דא גיט עס די קאמפאני פאר די סטאר
די בעל בית פון די קארטל איז נאר בבחינת ערב
קען זיין איך בין נישט גערעכט איך רעד נאר מסברא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חכמים הזהרו!דאס קען זיין ריבית דאורייתא, און פאל איר האלט שוין נאכן בארגן רעדט אייך דורך מיט א מורה הוראה.
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

די ווייסט פאר א פאקט אדער מסברא?
אויב די פארשטייסט פארוואס עס איז ריבית ביטע זייט מסביר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

שאינו יודע האט געשריבן: די ווייסט פאר א פאקט אדער מסברא?
אויב די פארשטייסט פארוואס עס איז ריבית ביטע זייט מסביר

כבר ראיתי בכמה ספרים עיונים על זה, איך ווייס נישט די סך הכל, אבער א מבוכה איז עס זיכער.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך ווייס פאר א פאקט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

לא זכיתי להבין וועל באלד מעיין זיין דערין

אגב די אלע גראסעריס וואס געבן 10% דיסקאונט איז אויך ריבית לכמה דעות - שועה"ר- און דאכט זיך די ח"א איז אויך מחמיר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 05, 2012 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על דא ועל הא »

למעלה משבעים האט געשריבן: איך ווייס פאר א פאקט!

נו, אדרבא, זאגט אונז די מקורות.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת(שבת נה, א)
להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין שמועות »

שאינו יודע האט געשריבן: לא זכיתי להבין וועל באלד מעיין זיין דערין

אגב די אלע גראסעריס וואס געבן 10% דיסקאונט איז אויך ריבית לכמה דעות - שועה"ר- און דאכט זיך די ח"א איז אויך מחמיר

? כ'האף אז מ'איז נישט עובר בבל תוסף אז מ'זאגט א גראסערי גיבט דיסקאונט איז רבית? כ'ווייס נישט פון וועלכע דיסקאונט דא האנדלט זיך? ס'דא גראסעריס וואס גיבן פאר גוטע קאסטומערס, אדער אז מ'צאלט אויפ'ן פלאץ מוז אויך נישט זיין וכו'
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

להבין שמועות האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן: לא זכיתי להבין וועל באלד מעיין זיין דערין

אגב די אלע גראסעריס וואס געבן 10% דיסקאונט איז אויך ריבית לכמה דעות - שועה"ר- און דאכט זיך די ח"א איז אויך מחמיר

? כ'האף אז מ'איז נישט עובר בבל תוסף אז מ'זאגט א גראסערי גיבט דיסקאונט איז רבית? כ'ווייס נישט פון וועלכע דיסקאונט דא האנדלט זיך? ס'דא גראסעריס וואס גיבן פאר גוטע קאסטומערס, אדער אז מ'צאלט אויפ'ן פלאץ מוז אויך נישט זיין וכו'


מיין גראסערי גיט א דיסקאונט אויב צאלט מען אויפן פלאץ
און שו"ע הרב הלכות ריבית פסק'עט ער אז אפילו אויף אזא אופן איז עס ריבית מדרבנן, וויבאלד עס איז דא א אופן אז די זאלסט עס האבן פאר ביליגער, און די באקומסט עס פאר טייערער וועגן די צאלסט נישט אויפן פלאץ איז עס נראה כריבית - פארווער עס באצאלט נישט-

אגב בין איך געוואר געווארן א חידוש אז עס איז דא בעל תוסיף אויף א חומרא:?:?:?:?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”