דיונים ועיונים בפרשת פנחס

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

דיונים ועיונים בפרשת פנחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

רש"י הקדוש שרייבט אין פרשת פנחס (במדבר כ"ו, נ"ד) בשם די גמרא אין בבא בתרא (קכ"ב ע"א) וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די גורל פון חלוקת הארץ: אלעזר הכהן היה מלובש באורים ותומים ואומר ברוה"ק אם שבט פלוני עולה תחום פלוני עולה עמו, והשבטים היו כתובים בי"ב פתקין וי"ב גבולים בי"ב פתקין ובללום בקלפי והנשיא מכניס ידו בתוכו ונוטל שני פתקין כו'.

איז משמע אז מען האט צוטיילט ארץ ישראל אין 12 טיילן.

גראדע אין די גמרא דארט שטייט נישט דאס לשון י"ב פתקין און י"ב גבולים, אבער די גמרא זאגט דארט קלאר אז בתחלה לא נתחלקה ארץ ישראל אלא לשנים עשר שבטים ועתידה שתתחלק לי"ג שבטים עיין שם.

שטעלט זיך די פראגע (איך גלייב אז עס איז אן אפענע פראגע און די ראשונים רעדן דערפון, איך האב נאכנישט אנגעהויבן נאכצוקוקן) פארוואס האט מען צוטיילט א"י אין 12 טיילן? בני ראובן און בני גד האבן דאך שוין גענומען זייער טייל אין עבר הירדן.

מען קען אויך נישט זאגען אז צווישן די י"ב גבולים זענען געווען די ארץ סיחון ועוג, ווי דער ספורנו (במדבר ל"ד, ב') שרייבט אויפן פסוק זאת הארץ אשר תפול לכם בנחלה, אז סיחון ועוג זענען צוטיילט געווארן אנע גורל "כפי הנראה בספר יהושע", און ער שרייבט דעם טעם כי ארץ סיחון ועוג אין בה קדושת ארץ ישראל ולא היתה ראוי לגורל אשר ענינו ברוח הקודש עיין שם.

וויל איך וויסן וואס איז פשט פון די י"ב גבולים און י"ב פתקין אין ארץ ישראל.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

ר' ישעי' פרעגט דיין קשיא, און ער ענטפערט מיט א ''בד''א'' דאס הייסט אז ער האט נישט געטראפן פון די מפרשים איינער וואס זאל עס ערווענען, ער פרעגט עס אויפן פרט אז ארץ סיחון ועוג האט מען דאך שוין יעצט צוטיילט נו צו וואס האט נאך אויסגעפעלט די גורל, דאס הייסט אז ער לערנט קלאר אפ אז זיי זענען געווען אין די גורל לויט רש''י, און דאס וועט מען טאקע מוזן זאגן אז רש''י קריגט מיט די ספורנו, עכ''פ ענטפערט ער אויף צוויי אופנים, איינס אז ס'קען זיין די גורל איז צוגעגאנגען אויף צוויי פאזעס, און יעצט איז געווען נאר די גורל אויף די צוויי שבטים, די צווייטע פשט איז אז מ'האט צוגעווארט ביז די אידן זענען אריין אין א''י און דעמאלט האט מען געמאכט די גורל.

אזוי לערנענדיג די פרשה פון די בני גד ובני ראובן איז מיר אויסגעקומען אז די צווייטע פשט איז זייער מסתבר, וויבאלד די גאנצע זאך וואס זיי האבן יעצט באקומען איז דאך נאר געווען אויף א תנאי, ממילא קען זיין אז אלעזר הכהן האט עס טאקע געדארפט איבער מאכן איינמאל זיי האבן מקיים געווען די תנאי, ווי אויך האב איך אנגעמערקט אז די רמב''ן זאגט אז זיי האבן נאך נישט איינגענומען יעצט גארנישט, נאר הערשט ווען זיי זענען צוריקגעקומען האבן זיי זיך געהעריג צוטיילט, אויפדערווייל האבן זיי געהאלטן זייערע קינדער אויף איין פלאץ צוזאמען.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ארויף
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווי אלט איז פינחס געווען ביי די מעשה זמרי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

לא נתכהן פינחס עד שהרגו לזמרי ווייל ער איז שוין געווען געבוירן בשעת משיכת אהרן ובניו, איי פארוואס האט מען אים נישט עקסטער געזאלבט, האב איך געזעהן ערגעץ (איני זוכר היכן) ווייל אין מושחין קטן. לפי זה קומט אויס אז פנחס איז אלט געווען צווישן ניין און דרייסיג און צוויי און פופציג, ווייל די מעשה איז דאך געווען די לעצטע יאר פון די מדבר און די הקמת המשכן איז געווען די צווייטע יאר.

אבער י"א אז ער איז יא שוין געווען א גדול בשעת הקמת המשכן און עס איז געווען א גזירת הכתוב אז ער זאל נישט ווערן קיין כהן ביז מעשה זמרי, לויט דעם שטימט נישט די אויבנדערמאנטע חשבון.
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

שוועמל האט געשריבן: ווי אלט איז פינחס געווען ביי די מעשה זמרי?

און ווי אלט זמרי איז געווען ווייסטו יא?

זמרי איז געווען 250 יאר בשעת מעשה, אזוי זאגט דער מהרש"א אין סנהדרין פ"ב: אויף דעם וואס די גמרא זאגט חמשה שמות יש לו וכו', אז זמרי בן סלוא איז געווען שאול בן הכנענית דער זון פון שמעון בן יעקב (יאפס! א רעכטער אייניקל פון יעקב געווען).


יעצט ווי אלט פנחס איז געווען?

אין ספר בית אלקים להמבי"ט שטייט אז ער איז שוין אפשר געווען דאן א בן שישים, און שפעטער שרייבט ער אז ער איז געווען לפחות קרוב לארבעים שנה.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

די משפחה פון מנשה האט גע'טענה'ט (ל"ו, ג'):
וְהָיוּ לְאֶחָד מִבְּנֵי שִׁבְטֵי בְנֵי יִשְׂרָאֵל לְנָשִׁים וְנִגְרְעָה נַחֲלָתָן מִנַּחֲלַת אֲבֹתֵינוּ וְנוֹסַף עַל נַחֲלַת הַמַּטֶּה אֲשֶׁר תִּהְיֶינָה לָהֶם וּמִגֹּרַל נַחֲלָתֵנוּ יִגָּרֵעַ

איך האב געקלערט פארוואס דער אייבערשטער האט געהייסן אז זיי זאלן חתונה האבן מיט משפחה, פארוואס לדורות איז עס נישט קיין פראבלעם אז עס גייט אריבער א נחלה משבט לשבט, און דא יא.

נאר אזוי ווי רש"י איז מסביר די וואך "לשמות מטות אבותם ינחלו" אז מען האט צוטיילט א"י פאר די באי הארץ, און דערנאך האבן די עלטערן זיי גע'ירשנ'ט און דערנאך איז עס צוריקגעגאנגען צו די קינדער. (עיי' רש"י כ"ו, נ"ה)

קומט אויס לויט דעם, אז די בנות צלפחד האבן נישט גע'ירשנ'ט קיין נחלה אליינס, נאר וואס די אנדערע קרובים זייערע האבן באקומען האבן זיי נאכדעם גע'ירשנ'ט פון זייער טאטע וואס ער האט עס באקומען פון זיין טאטע, וואס האט עס גע'ירשנ'ט פון זיינע אייניקלעך.

און דאס האבן די בני גלעד גע'טענה'ט, אז די בנות צלפחד נעמען אוועק א נחלה וואס באלאנגט צו זייער שבט, ווייל מען האט דאך צוגעטיילט דעם נחלה צו די באי הארץ פון שבט מנשה, גייען די בנות צלפחד וואס זיי ירשנ'ן נישט אליינס קיין חלק בארץ, נאר זיי נעמען צו פון די קרובים פון שבט מנשה, דורכדעם וואס זייער זיידע חפר איז זיי מוריש א חלק פון זייערע אנדערע אייניקלעך, קומט אויס אז זיי נעמען נחלה פון שבט מנשה און זיי פירן עס אוועק צו אן אנדערן שבט.

ווען זייער טאטע לעבט ווען און ער איז זיי מוריש נחלה, דאן נעמען זיי זייער אייגענע נחלה און זיי זענען דאס מעביר, אבער דא איז דאס דאך נישט זייער ווייל זיי האבן גארנישט באקומען, דאס איז דאך פון זייערע קרובים פון שבט מנשה וואס האבן יא באקומען, איז דאך דאס נישט זייער נאר עס איז פון דעם חלק וואס מען האט צוטיילט לבני מנשה, אויב אזוי האבן זיי א טענה אז יענע נעמען עס אוועק צו אן אנדערען שבט.

איך האף אז עס איז פארשטענדליך.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א פאר הערה'לעך
א
פינחס בן אלעזר בן אהרן הכהן וגו' הנני נותן לו את בריתי שלום
רש"י שרייבט אז מען האט מרנן געווען ראיתם בן פוטי זה וכו' לפיכך בא הכתוב ויחסו אחר אהרן
קען זיין פשט אז זייערע טענה איז געווען אז דאס איז א מערדערישע מחלוקתדיגע כאראקטער פון פינחס וואס ער נעמט פון פוטי
אבער אין אמת'ן איז קנאות און עשיית דין ברשעים שלום אמיתי
אפילו אהרן הכהן האט געהאט א מהלך פון אוהב שלום אבער ווען עס האט אויסגעפעהלט האט ער רודף שלום געווען
דהיינו דאס וואס עולם גולם רופט שלום
האט דער באשעפער אים מייחס געווען נאך אהרן הכהן
ווייל טאקע אט דער כאראקטער שטריך האט ער געירשן'ט פון אהרן הכהן
און וועגען דעם האט ער באקומען שכר מדה כנגד מדה בריתי שלום....
ב
משפחת החנוכי
רש"י זאגט אז שבטי י-ה עדות לישראל
וועגען האט השי"ת צו געשטעלט זיין נאמען צו די משפחות
אבער ביי ימנה וויבאלד עס איז דא דער שם יו"ד ק"י פעהלט נישט אויס הימני
די קשיא איז אבער אז א"כ העט ער געזאלט זאגען משפחת ימנה
און פארוואס זאגט ער משפחת הימנה
וואס איז נישט דער שם י-ה וצ"ע
ג
תמימים שנים ליום
געזעהן אמאהל א שיין ווארט פון אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל אז מיר ווייסען אז בזמה"ז שולחנו של אדם מכפר ווי דער מזבח
דער בעה"ט זאגט תמימים שנים ליום איז ר"ת תש"ל וואס איז דער מספר התמידים פער יאהר פעמיים שס"ה
תערוך לפני שולחן איז אויך ר"ת תש"ל...
ד
בשבועותיכם
דער טראפ איז א טיפחא אין מיטען פון ווארט
וויאזוי שטימט דאס מיט א טעם מפסיק?
ה
וביום הביכורים
רש"י זאגט על שם שתה"ל שהם ראשונים למנחת חיטים הבאים מן החדש
פון דעם איז משמע אביסעל ווי א חידוש פון שפ"א אין מנחות אז שתי הלחם איז נישט קיין מתיר
נאר עס איז דא א דין אז די ערשטע מנחה מן החדש דארף זיין די שתה"ל
ונפק"מ לנאנסו ולא הביאו שתה"ל
דער טורי אבן זאגט אז מען וועט טאקע נישט מעגען ברענגען מן החדש ביז נעקסטע יאהר שבועות
אבער לפי שפ"א איז נישטא קיין איסור אויף חדש
און וויבאלד מען האט סייווי נישט מעהר די מעגליכקייט צו ברענגען שתה"ל מן החדש
קען מען שוין ברענגען מנחות מן החדש
ו
יום תרועה יהיה לכם
אין מדרש רבה איז משמע אז תקיעת שופר האט געמוזט זיין דארך א כהן
קען זיין אז דער מדרש האט געלערנט אז די תקיעת שופר איז געווען א דין אין די עבודת הקרבנות המוספין
אזוי ווי די חצוצרות און דערפאר ווערט די מצוה דערמאנט דא אין פינחס און נישט געהעריג אין פרשת אמור
ז
ועניתם את נפשותיכם לא תעשו מלאכה
דער המשך קען זיין ווי א חקירה פון גליוני הש"ס פארוואס יוה"ק מעג מען נישט קאכען
פון דא איז משמע אז מלאכת אוכל נפש איז אסור ווייל עס איז אסור צו עסען
איי חולים מעגען יא עסען
זאגט ער אז דאס איז אבער נישט שוה לכל נפש
לפ"ז קען זיין אז לפי רבן גמליאל וואלט געמוזט זיין מותר אויף יוה"ק צו ברענען מוגמר ודו"ק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

אויף דיין קשיא אין אות ב' עי' באלשיך הק' בפ' במדבר, ועי' בספה"ק אורח לחיים בפ' זו.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א דאנק טייבעלע
דא איז דער אלשיך
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =41568&st= %u05DE%u05E9%u05E4%u05D7%u05EA%20%u05D4%u05D9%u05DE%u05E0%u05D4
פעידזש 58
און דא דער אורח לחיים
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =14829&st= %u05DE%u05E9%u05E4%u05D7%u05EA%20%u05D4%u05D9%u05DE%u05E0%u05D4
פעידזש 329
דער אלשיך זאגט אז דער ה"א איז מרמז אויף די נשים און דער יוד אויף די מענער
אזוי ווי איש ואשה שכינה שרויה ביניהם
און די עקרת הבית השפעה דארף זיין מימין
און דער אורח לחיים זאגט אז דער ה"א פון שם איז מרמז אויף תשובה
און יעדער שבט האט געמוזט האבען א עדות אויף תשובה פון די חטא המרגלים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

הרב מנחם שלום.

אות ה', איך פארשטיי נישט וואס איר זעהט פון רש"י מער דעם שפת אמת ווי די טורי אבן, נא להסביר יותר.

אות ז' איז א געוואלדיגע כאפ, נהניתי.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

רש"י שרייבט נישט אז די שתי הלחם זענען א מתיר אויף חדש אין ביהמ"ק
ער שרייבט אז עס איז דא א דין אז שתה"ל זאלען זיין די ערשטע וואס מען ברענגט מן החדש
נפק"מ אויב עס איז אריבער שבועות אהן א צו האבען מקריב געווען די שתה"ל בכלל צו עס איז נאך דא אנ' איסור חדש
ודומה להחילוק בין נשפך הדם לנאבדו האימורים לענין היתר הבשר לאכילה
דהיינו דער דם איז א מתיר און די הקטרת האימורים איז א מצות קדימה
אין קאנטראסט צו די לשון פון רש"י זעהט דא דער לשון הברטנורא אין ביכורים

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=333
פעידזש 333 ד"ה אין מביאין
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן: לא נתכהן פינחס עד שהרגו לזמרי ווייל ער איז שוין געווען געבוירן בשעת משיכת אהרן ובניו, איי פארוואס האט מען אים נישט עקסטער געזאלבט, האב איך געזעהן ערגעץ * (איני זוכר היכן) ווייל אין מושחין קטן. לפי זה קומט אויס אז פנחס איז אלט געווען צווישן ניין און דרייסיג און צוויי און פופציג, ווייל די מעשה איז דאך געווען די לעצטע יאר פון די מדבר און די הקמת המשכן איז געווען די צווייטע יאר.

אבער י"א אז ער איז יא שוין געווען א גדול בשעת הקמת המשכן און עס איז געווען א גזירת הכתוב אז ער זאל נישט ווערן קיין כהן ביז מעשה זמרי, לויט דעם שטימט נישט די אויבנדערמאנטע חשבון.

* דער מהר"ל אין גבורת הארי

איך בין יעצט נישט אין די פעדערען מאריך זיין
דא איז א ביסעל מראי מקומות וכל הקודם זכה
לא נתכהן פנחס.doc
(46 KiB) געווארן דאונלאודעד 182 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Untitled2.gif
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

בשמים האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן: ווי אלט איז פינחס געווען ביי די מעשה זמרי?

און ווי אלט זמרי איז געווען ווייסטו יא?

זמרי איז געווען 250 יאר בשעת מעשה, אזוי זאגט דער מהרש"א אין סנהדרין פ"ב: אויף דעם וואס די גמרא זאגט חמשה שמות יש לו וכו', אז זמרי בן סלוא איז געווען שאול בן הכנענית דער זון פון שמעון בן יעקב (יאפס! א רעכטער אייניקל פון יעקב געווען).


יעצט ווי אלט פנחס איז געווען?

אין ספר בית אלקים להמבי"ט שטייט אז ער איז שוין אפשר געווען דאן א בן שישים, און שפעטער שרייבט ער אז ער איז געווען לפחות קרוב לארבעים שנה.

האב איך געהערט (דאכט זיך פון ארי הקדוש) אז ווי אזוי האט טאקע זמרי געקענט פאלן אזוי נידריג ביי די 250 (יש אומרים 300) נאר זמרי האט געזעהן ברוח הקודש אז א גרויסער גייט פאלן האט ער נישט געוואלט אז ס'זאל זיין משה רבינו האט ער עס גענימען אויף זיך
קוה אל השם רבותי
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אני הפעוט וואלט זיך נישט געוואגט מעתיק זיין אזעלכע זאכען אן א פונקטליכען מראה מקום
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

msp האט געשריבן: ב
משפחת החנוכי
רש"י זאגט אז שבטי י-ה עדות לישראל
וועגען האט השי"ת צו געשטעלט זיין נאמען צו די משפחות
אבער ביי ימנה וויבאלד עס איז דא דער שם יו"ד ק"י פעהלט נישט אויס הימני
די קשיא איז אבער אז א"כ העט ער געזאלט זאגען משפחת ימנה
און פארוואס זאגט ער משפחת הימנה
וואס איז נישט דער שם י-ה וצ"ע

msp האט געשריבן: א דאנק טייבעלע
דא איז דער אלשיך
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =41568&st= %u05DE%u05E9%u05E4%u05D7%u05EA%20%u05D4%u05D9%u05DE%u05E0%u05D4
פעידזש 58

דער אלשיך זאגט אז דער ה"א איז מרמז אויף די נשים און דער יוד אויף די מענער
אזוי ווי איש ואשה שכינה שרויה ביניהם
און די עקרת הבית השפעה דארף זיין מימין

נישט דאס זאגט ער - ער זאגט אז וויבאלד די ה' איז מרומז פאר די נשים און די יוד פאר אנשים, און די נשים זענען בעסער געווען אין דעם ענין, איז דאך די ה' אסאך בעסער.
ובלשונו - ע"כ להיות הה"א יותר מתוקנות לכך הקדימה וכו'

אינטערסאנט אז דער משכיל לדוד עפרש"י זאגט אקוראט דעם זעלבן פשט סיי די ה' קודם היוד און סיי אויף ימנה עיי"ש
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

msp האט געשריבן: ד
בשבועותיכם
דער טראפ איז א טיפחא אין מיטען פון ווארט
וויאזוי שטימט דאס מיט א טעם מפסיק?

די ווארט בעצם איז אינטערעסאנט אז עס האט א טפחא מיט א אתנחתא אויף איין ווארט, ע' במסורה י"א פעמים בתנ"ך כזה.

און וואס די פרעגסט וויאזוי עס שטימט,
עס איז אזוי ווי עס וואלט געשטאנען בשבוע שלכם, און אזוי דארף מען דאס ליינען מיט א שטיקעלע ניגון המפסיק בשבועו-תיכם, כעי"ז א זקף קטן אויף איין ווארט כמו ופקדיהם, און נאך אסאך.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע:נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

ארויף, לכבוד שבת קודש
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

ביי מיין אונקלוס שטייט נאר ביי ארד זרעית הארדי, אנדערע משפחות לייגט ער נישט צו..
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: דיונים ועיונים בפרשת פנחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

די וואך שטייט די פסוקים וביום השבת די קרבן מוסף
פון דא קומט די מנהג ישראל תורה פין דאווענען שבת נאך סוף זמן תפלה אזוי ווי די רמ“א פסקנט אין סי' רפ“א
עס איז דא 3 הערליכע מהלכים אויף דעם
1) זאגט די מהר“ם שיק אז אזוי ווי ביי מוסף שטייט ביום דארף מוסף זיין בעיצומו של יום דהיינו אין די זעקסטע שעה און מען לערנט ארויס פין עלת שבת בשבתו על עלת התמיד ונסכה אז די תמיד דארף זיין תיכף פאר דעם און דאס מיינט על כרחך נאך ד' שעות נאך סוז“ת און אזוי זעהט מען אין יד אפרים פשט אין מגן אברהם
2)
שפעטער אין פסוק כג ביי יו“ט שטייט מלבד עלת הבקר אשר לעלת התמיד תעשו את אלו משא“כ ביי שבת שטייט נאר עלת התמיד און נישט עלת הבקר
און די סיבה פארוואס סוז“ת איז ביז 4 שעה איז ווייל עס שטייט ביי די קרבן תמיד בבקר און שבת וואס שטייט נישט בבקר דארף נישט זיין פאר 4 שעה
3)
אזוי ווי שבת שטייט מען אויף שפעטער רעכנט מען אויך סוף זמן תפלה שפעטער
און עס איז אויך דא אסאך טעמים על פי חסידות פארוואס רבותינו הקדושים האבען בקפידה נישט מקפיד געווען אויף סוף זמן תפלה שבת
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת פנחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

געטראפן פארשטיפט אין קעלער, געשריבן געווארן 5 יאר צוריק, זייער אינטרעסאנט.
די פולמוס איבער דעם וי"ו קטיעא
נטיעות
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

Re: דיונים ועיונים בפרשת פנחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

ב"ה

זייער א מאדנע זאך. הרי אין בכל התנ"ך פנחס בלי י'. מלבד פעם אחת בנ"ך, על הבן של עלי הכהן. ואפילו הכי, כולם כותבים בלי י', מלבד איזה יחידי סגולה ממש שכותבים עם י'.
און נאך מער מאדנע. בספרים רבים מדייקים למה כתוב כאן בפסוק הראשון בפרשה פינחס עם י', כאילו שבכל פעם כתוב בתורה בלי י'.
איינער קען דאס אפשר מסביר זיין?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36822
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דיונים ועיונים בפרשת פנחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נטיעות האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:00 pm
ב"ה

זייער א מאדנע זאך. הרי אין בכל התנ"ך פנחס בלי י'. מלבד פעם אחת בנ"ך, על הבן של עלי הכהן. ואפילו הכי, כולם כותבים בלי י', מלבד איזה יחידי סגולה ממש שכותבים עם י'.
און נאך מער מאדנע. בספרים רבים מדייקים למה כתוב כאן בפסוק הראשון בפרשה פינחס עם י', כאילו שבכל פעם כתוב בתורה בלי י'.
איינער קען דאס אפשר מסביר זיין?
ראה מנחת שי, דאס איז לויטן זוה"ק און דאס לויטן המאור הגדול הרמ"ה שהלכה כמותו, ומסיים ואנכי לא ידעתי בנסתרות ממני.
Capture.PNG
Capture.PNG (31.46 KiB) געזען 94 מאל
וכדאי לעיין בפנים באור תורה (שתי ידות).
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”