אידן וואס האבן נישט איבערגעלאזט קיין קדיש זאגער'ס

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע:אין די אלטע היים

אידן וואס האבן נישט איבערגעלאזט קיין קדיש זאגער'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

איך האב געקלערט פון אנהייבן א אשכול וואו מ'זאל קענען אריינלייגן נעמען פון נפטרים וואס האבן נישט איבערגעלאזט קיין קינדער רח"ל, אדער קינדער וואס זענען אוועק יונגערהייט ל"ע. אז ס'זאל בלייבן א שם ושארית, און אפשר וועלן זיך אידן וואס האבן געקענט יענעם זיך דערמאנען און לערנען לע"נ אין זייער יארצייט.

פארשטייט זיך אז מ'זאל לייגן ווי מער פרטים, למשל די יום ושנת הפטירה, זיין משפחה, וואו יענער איז נטמן געווארן וכו', און אביסל איבער יענעמ'ס מעשים טובים.
חוץ ווען מ'שרייבט קינדער וואס זענען אוועק יונגערהייט, דארף מען זיכער מאכן אז די משפחה וואלטן מסכים געווען צי באשרייבן פרטים. אסאך מאל קען מען אליינס פארשטיין, למשל מ'זעט אז די משפחה געט צדקה לע"נ און זיי לאזן דאס מפרסם זיין, קען מען פארשטיין אז זיי וואלטן מסכים געווען צי דערמאנען זייער קינד'ס נאמען.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע:אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

היינט ט"ו אב איז די יארצייט פון הילד יהודה ע"ה בן ר' יהושע צבי האממערמאן שיחי'.
ער איז אוועק אין שנת תשנ"ה אין עלטער פון 12 נאכ'ן ליידן א שטיק צייט פון די ביטערע מחלה, א תלמיד פון באבובער חדר, ער ליגט אין ביה"ח אין ניו דזשערסי אין די באבובער חלקה.
ת'נ'צ'ב'ה'
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב געזען אז "די צייטונג" האט וועכנטליך א האלבן בלעטל מיט אלע נעמען פון נפטרים וואס האבן נישט געלאזט קיין קדיש זאגער, א פראיעקט פון חסד של אמת אדער מתעסקים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אגב, איז איינער געווען ביי די 'מעמד הקמת המציבות' פארגאנגענעם ט"ב אין ליבערטי, נ"י דורך די באגאבטע 'חסד של אמת' ארגענעזאציע, און קען געבן א באריכט?
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע:אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

ס' איז דא באריכטען פון עס אין די זעלבע צייטונג וואס די האסט דערמאנט הרב מיללער.
אגב נעכטן איז פארגעקומען אן הכנסת ספר תורה לע"נ הילד נפתלי חיים ע"ה בן ר' אברהם יושע ניימאן ני"ו
אריינגעגעבן דוירעך א חבר זיינעם.
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

ווען איז די יארצייט פון דעם ניימאן און וועלכע יאר איז ער אוועק?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עס פלעגט זיין א עלטערער איד גערופן רבי יעֶנקב (היילפערין), ער האט זיך אויפגעהאלטן ביי ר' מענדל שטיינמעץ אויף בעדפארד עוו.

אנהויב פלעגט ער דאווענען אין דערנעבנדיגן שול קליוולאנד, שפעטער איז ער שוואכער געווארן און מער נישט געקענט ארויסגיין דעריבער פלעגט ער דאווענען אין זיין שטוב.
דער איד איז געווען א צדיק תמים ממש, מען פלעגט יעדע פרייטיג צו נאכטס ארויפגיין צענדליגער אידן וואונטשן גוט שבת און באקומען פון אים ברכות.

ער איז אוועק ביי די 93 יאר ערגעץ אין סיון, געווען א אלמן לאנגע יארן, נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, ליגט אין קר"י.

אויב מיין זכרון דינט איז זיין נאמען ר' יעקב ב"ר נחום יצחק
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן: אגב, איז איינער געווען ביי די 'מעמד הקמת המציבות' פארגאנגענעם ט"ב אין ליבערטי, נ"י דורך די באגאבטע 'חסד של אמת' ארגענעזאציע, און קען געבן א באריכט?

ווידיאו און בילדער .
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אפשר וואלט מען ווען באדארפן אויף עפעס א אופן צוזאם שמעלצן דעם געהענגעל מיט
חברה משניות לע"נ הרבנים באמעריקא שלא השאירו זש"ק , כי זכרון אחד עולה לכאן ולכאן,

על כל פנים נישט איבער שרייבן די נעמען דאפעלט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איז דא עפעס אן ענין נישט צו גיין ת"ב צו א בית החיים?
אזוי ליגט מיר אין קאפ
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36822
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שוועמל, איר מיינט צו פרעגן יא צו גיין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פונקט פארקערט אוואו פארשלאפן צייכנט אן, עס שטייט פון פריערדיגע א מנהג ארויסצוגיין צו קברים נאך די קינות.

א דאנק הרב מביקסאד פאר די לינק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: אגב, איז איינער געווען ביי די 'מעמד הקמת המציבות' פארגאנגענעם ט"ב אין ליבערטי, נ"י דורך די באגאבטע 'חסד של אמת' ארגענעזאציע, און קען געבן א באריכט?

ווידיאו און בילדער .


איז דער א בחור אדער ווער? און פארוואס האבן זיי נישט קיין נענטערע בילדער פון די מצבות, וויאזוי שרייבט חש"א די מציבות אויף לשה"ק, מיט טיטלען וכדו'?

בעיקר וואס איך האב אויך געוואלט וויסען, עס האט מיר געדאכט אז דער ביה"ח דארט אין ליבערטי איז לעבן אן עקזעסטירנדע אידישע ביה"ח וועלכע האט געדינט פאר א קהילה אין סוואן לעיק און פון ליבערטי, ווייסט איינער צו דאס איז ממש נאנט, און אפשר איז דא דארט עפעס פון אונזער/אמסעל אינטערעסע?
אטעטשמענטס
hadashot_anash807_g17.jpg
hadashot_anash807_g17.jpg (33.1 KiB) געזען 4764 מאל
hadashot_anash807_g13.jpg
hadashot_anash807_g13.jpg (21.89 KiB) געזען 4764 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שוועמל האט געשריבן: איז דא עפעס אן ענין נישט צו גיין ת"ב צו א בית החיים?
אזוי ליגט מיר אין קאפ

מיללער האט געשריבן:
פונקט פארקערט........ עס שטייט פון פריערדיגע א מנהג ארויסצוגיין צו קברים נאך די קינות.


שו"ע או"ח הלכות תשעה באב סימן תקנ"ט סעי' יו"ד
הג"ה והולכין על הקברות מיד שהולכים מבית הכנסת

מ"א ס"ק ט"ו
וכ' בכתבי האר"י דאין לילך על הקברותאלא לצורך הלוית המת
the SCY is the limit
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ווער איז דער רעדנער מיטן שטאפענעם היט ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דאכט זיך מיר אז דאס איז(Edgar Gluck) ר' חיים ברוך גליק
the SCY is the limit
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

נא, נישט אויף דעם עלטערן איד מיטן געבויגענעם שטאף היט האב איך געפרעגט, איך פרעג אויף דעם אינגערמאן (בחור ? ) וואס שטייט ביים מיקראפאן אינעם בילד דא אויבן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך קלער יעצט ר' בערל אז דאס איז דער אקאונטעט גוטמאנס זוהן פון ווייט עוו. דאכציך אז ער זינגט דארט דעם קל מלא
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע:אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

ט חשון יארצייט פון הבחור יעקב ב"ר משה פערלמוטער ע"ה

קוק דא וועגן אים
viewtopic.php?f=3&t=12291
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

כמדומה אז נעכטן איז געווען די יארצייט פון "ר' חיים בער" דער געטרייער משב"ק פון הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע שלא הניח אחריו זש"ק. דאכט זיך דער נאמען איז ר' חייב דוב בן ר' בנימין זאב.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

שמעלקא טויב האט געשריבן: כמדומה אז נעכטן איז געווען די יארצייט פון "ר' חיים בער" דער געטרייער משב"ק פון הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע שלא הניח אחריו זש"ק. דאכט זיך דער נאמען איז ר' חייב דוב בן ר' בנימין זאב.

יא נעכטן איז געווען דער יאהרצייט. איבער א מנין אידן זענען ארויסגעפארן להיות על ציונו. בראשם דער זיידע זז"ג.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

פארגאנגענעם שב"ק א' אד"א תשע"א איז נפטר געווארן האשה החשובה מרת "חי' שרה בת משה ארי' הלוי" אשת ר' ישראל יעקב פריימאן ע"ה וואס האט אסאך עוסק געווען אין ביקור חולים אין האט ליידער נישט איבער געלאזט קיין קינדער. (אפילו נישט א משפחה מיטגליד וואס זאל זיצן שבעה נאך איהר
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

איך האב געקענט א יוד ר' דוד באזלער ז"ל תלמיד פונעם גאון ר' עקיבא סופר פון פרעשבורג און באקומען הוראה פון אים
זיך געהאלטן פאר א חזן, געוואוינט און וויליאמסבורג, זיך געדרייט ביי הרה"צ מקליוולאנד זצ"ל, ביי הרה"צ מראצפערד רבי א"א קרויז זצ"ל,
און ביים ליסקא רבי פון בארא פארק, רבי יוזעפף פריעדלאנדער זצ"ל און נאך, נפטר ו' שבט תשמ"ו לפ"ק ומנו"כ בניו דזשערסי אצל הרה"צ מראצפערד
ער איז איינער פון דריי מענטשען וואס האבן איבער געלעבט די שריפה אויף די טרומיפירו שיף, וואס די נאציס האבען געזונקען ביים סוף
פונעם צווייטען וועלט מלחמה
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

איש האמת האט געשריבן: איך האב געקענט א יוד ר' דוד באזלער ז"ל תלמיד פונעם גאון ר' עקיבא סופר פון פרעשבורג און באקומען הוראה פון אים
זיך געהאלטן פאר א חזן, געוואוינט און וויליאמסבורג, זיך געדרייט ביי הרה"צ מקליוולאנד זצ"ל, ביי הרה"צ מראצפערד רבי א"א קרויז זצ"ל,
און ביים ליסקא רבי פון בארא פארק, רבי יוזעפף פריעדלאנדער זצ"ל און נאך, נפטר ו' שבט תשמ"ו לפ"ק ומנו"כ בניו דזשערסי אצל הרה"צ מראצפערד
ער איז איינער פון דריי מענטשען וואס האבן איבער געלעבט די שריפה אויף די טרומיפירו שיף, וואס די נאציס האבען געזונקען ביים סוף
פונעם צווייטען וועלט מלחמה

וועלכע שיף ?
ועמך כולם צדיקים
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

אנטשולדיג, כ'האב געמאכט א מיסטעיק
דער נאמען פון דער שיף האט געהייסן "מעפקורא"
וואס די נאציס האבן געזונקען י"ד אב תש"ד,
ווען ס'זענען ארויס געפארן דריי שיפן פונעם האפן-שטאט קאנסטאנץ, די ערשטע שיף מיטן נאמען מארינא,
די צווייטע מעפקורא הנ"ל, די דריטע בולבול,די שיפן זענען געוועהן נאר יודען ארום 1500 קיין טערקיי זוך צו ראטווען פונעם נאציס
די ערשטע צוויי שיפן האבן די נאציס געזונקען אויס מורא האבנדיג ס'דא דארטן שפיאנען, און ס'זענען געוועהן בלויז פיר געראטוועטע
און איינעם פון זיי איז געוועהן ר' דוד בן ר' מאיר באזלער ,
אגב אויף די דריטע שיף איז געוועהן כ"ק מרן אדמו"ר קוה"ק מהרנ"צ מבאבוב זצוקללה"ה וואס האט זיך געראטוועט,
די מעשה איז שיין אויסגעשמיסט און גליון שלומה של מלכות גליון ג' תשרי תשרי תשס"ב
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”