איידיעס פאר בעלי תפילות

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36823
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איז נאך ווער פאראינטערעסירט,
אין וואס אין מיין קאפ האט זיך פארמירט?

איך וועל אייך זאגן פארט,
אין מיין שול דארט,

ווען יעמאנד וועט שטיין ביים עמוד,
זינגען אנדערש ווי איינגעפירט תמיד,

וועט ער אויף מיינע נערוון שפאצירן,
אז כ'וועל די געדולד פארלירן,

אויב ווילסטו ברענען אין פלאמען,
הייבן דעם עולם צוזאמען,

קענסטו שרייען אין טומלען
און פליען אין די הימלען

אבער מיין קאפ טו נישט פארדרייען
מיט דיינע בויך ווייען

ווער עס וויל הערן
דער טאנץ פון בערן

זאל א מקום וזמן באשטימען
ווען ער איז נישט פארנומען
און האט שוין באלעקט זיין גומען
הערן דעם חזן דזשומען
און דעם הארמאנירער ברומען

און אונז אומשולדיגע שאף
וועלן דערווייל כאפן א טיפן נאכמיטאג שלאף.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

אינטעליגענט האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן: איך מיין אז דער דריטער שטיקעל פון יאסעלע'ס גשם [זכור טען מקלו] דארף גוט שטימען אויף ממקומך, ממקומך - זכור טען מקלו, מתי תמלוך - יחד לב, תתגדל - כנאבק לו שר, ועינינו תראנה - בעבורו אל תמנע מים.

יישר כח שוטה
מיר האבן שוין גראדע געקלערט אמאל דאס צו טוען, כ'האב אבער נישט געוואוסט צו עס וועט זיך אויסארבעטן. למעשה האב איך דעם יו"ט געזינגען דעם שטיקל אויף ממקומך, און ס'איז ארויס הערליך ב"ה.
צו מיין וואונדער, ווען כ'האב געדאווענט דעם אנדערן טאג און א צווייטן שול, האב איך געהערט אויך יענעם בעל תפלה זינגען דעם שטיקל.. [זעהט אויס אז מערערע ליינען דא אין אייוועלט.. אדער האסטו עס גאר גענומען פון אים?]

וואו קען מען הערן דעם שטיקל?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אינטעליגענט האט געשריבן: פרייליכערהייט
פליז נאר פרייליכערהייט... נישט מיט קיין קולות..
איך וואלט מיך ווען צוגעשטעלט צו דיינע רייד פולקאם, ווען נישט דו רעדסט מיט אזא שארפן אופן.

וועגן פינקי'ס ניגון, האט מיר שוין לאנג געקוועטשט. ס'א סארט געפילן איז דאס? וכו'. אבער כ'גיי נישט זאגן אז דער מקור איז פון א גוי'יש פלאץ, און עס ווינדערט מיר טאקע פון וואו דו נעמסט אזא טעאריע.
און זיכער אז כ'נעם נישט ח"ו אוועק פון די איבריגע שיינע און תוכנ'פולע ניגונים פון ר' פנחס'ן זז"ג.

און לגבי דעם עצם נגינה ביי די הלל שטיקלעך.
איך, בתחלת שנותי ווען איך פלעג צוגיין יום טוב, בין איך געווען להשמיד קעגן זינגען אינדערמיט; ליבערשט לייג איך אריין קאפ אין דער נוסח, ווען בעפאר יום טוב באפוץ איך עס מיט דריידעלעך און שיינע תנועה'לעך דא דארט, פון וועלכע דער עולם האט גראדע זייער הנאה.
אבער מיט די יארן, האט דער עולם אנגעהויבן פארלאנגען כ'זאל אויך זינגען ביי די שטיקלעך. כאטש דאס איז נישט געווען לרוחי, האב איך מיך אונטערגעגעבן און אנגעהויבן זינגען ביי דריי שטיקלעך. [נאך אלעם, בין איך דער וואס דארף אנקומען צו זייער קאמפלימענט...].


איך בין מיט דיר איינשטומיג 100 פראצענט....

למען האמת האט מיך אונזער "פרייליכערהייט" געפרעגט אין אישי אמאל, היכתן אין מיין שאץ - יו"ט ארטיקל רייס איך אראפ דאס זינגען ביי הלל, און ער האט מיר אליין געהערט דאווענען אין א שול און געהערט ווי איך זינג יא, פרעגט ער מיר צו בין איך טאקע א נאה דורש און נישט קיין נאה מקיים?

איר ווייסט וואס מיין תי' איז געוועהן?

דאס וואס אינטעלגענט זאגט, איך לעצמי ווילט נישט, ווענט זיך אויף אויפן עולם,
.


למען האמת האט מיך אונזער
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

איך זעה אז עס איז געווארן א גאנץ געטועכטס צו פרייליכערהייט ווייסט וואס ער רעדט, אדער די ניגון קומט פון די מקור הקדושה אליינס.
איך קען נישט אראפברענגן די ניגון אליינס, ווייל די תקנות המקום לאזן נישט לינקן צו די ווידיאו זייטלעך, און די ליריקס דערפון ווייס איך אויך נישט צו עס איז אזוי פאסיג דא אהערצוברענגן
אבער אזוי פיל וועל איך ברענגן א מראה מקום, און ווער עס צווייפלט אין די אמיתת הדבר, זאל אליינס נאכקוקן,
זוכט אויף ביי ר' סערגעי'ן
Kenny Starr The Blind Man In The Bleachers
די רעקארד מיט דעם ניגון איז ארויסגעקומען 1975, (סארי איך ווייס נישט ווער עס האט עס דיסטריביוטעד צו ניגון צו לחיים...., פרעגטס וויכי....) איך מיין אז עס איז היבש בעפאר די עס איז אריינגעקומען לתוך מחנינו אלס א הלל ניגון....
די טון איז טאקע נישט די זעלבע אבער די געדאנק פון די ניגון איז אקוראט די זעלבע.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סאו די ניגון איז נישט קיין גויאישע ניגון, נאר די געדאנק פון די מעשה איז גויאיש.. דאס איז שוין עפעס אנדערש..

און מ'דארף נאך אלץ פראף אז פינקי האטעס גענומען פון דארט, און ס'איז נישט געווען א ענדליכע מעשה, אדער די געדאנק קומט פון עפעס אנדערש..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

באמת האב איך געציטערט אריין צו טרעטן דא כאמיך שיעור אפגעבריעט פון די שארפע ווערטער...

די ניגון פון ליפא אבימלעבט איז א אלטע סוד פאר גאנץ בראד פון ווי ס'קומט, פאר די אידן וואס האבן עס שוין געקענט פון פריער איז געקומען צום לאכן ווען זיי האבן עס געהערט צום ערשטן מאל..

ווי אויך איז פאר א צייט צוריק שטארק פארשפרייט געווען די מקור פון ווי עס קומט די אידן ניגון פון מ.ב.ד.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

א גרויסע שכוח סאדע באטל פאר'ן טרעפן , את ששנאתי נפשי ,
אין נאמען פון די אלע וואס האבן מיר אזוי שארף קריטיקירט , אין ארונטערגעריסן , אין געזוכט די מקור ,
טענקס עי מיליאן ,
אין אויף די ניגון זעלבסט , האב איך קען זיין געהאט א טעות , אויב ווייסט איינער מער אינפא , ביטע צווויסן טון דעם ציבור , שכוח ,
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האב נישט קיין אהנונג צו וואס דו פרייסטעך, קודם זעה איך יעצט, אז דו האסט נישט געוויסט, נאר דו האסט באשולדיגט א יוד, בלויז אויף דיין השערה, און ווייטער רעדט ער נישט פון די ניגון, נאר ער רעדט פון א מעשה, וואס מ'קען זאגן אז דאס איז די מקור פון די מעשה וואס מיכאל זינגט און פינקי האט געמאכט, איך זעה נישט ווי דו זעהסט אז פינקי האט נישט געמאכט אליין דעם ניגון, און אז דאס איז די מקור פון די ווערטער..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

אפשר איז שוין טאקע העכסט צייט צו עפענען א באזונדערע אשכול , וואס זאל באהאנדלען , אויפדעקן , די מקורות , פון די ניגונים וואס מאנכע פארקויפן דעם עולם , אלס יידישע , אין מאנכע וואס די חושים זייערע זענען נישט גענוג סענסעטיוו אויפצוכאפן אז מען פאפט אין גרויסען , קויפן עס תמימות'דיג אפ , איך דערמאן מיך אזוי אז א חבר מיינער האט מיר אמאהל דערציילט אויף א געוויסע קאמפאזער'ס ניגונים ווי גוט עס גייט , אז ער האט עס אמאהל ארויסגעהערט פון א גויישן קאר אויף די העכסטע טענער, האב איך איהם צוריקגעענטפערט , אז די מעשה איז גאהר פארקערט , די גויישע ניגונים זענען אזוי פארשפרייט צווישן אונז , אז ווען דו הערסט א גויישען ניגון ,פילסטו ממש ווי אינדערהיים , אזש דו קענסט אפילו מיטזינגן , אין דו מיינסט גאהר אז דאס איז אידישע נגינה ,
לעצט פארראכטן דורך פרייליכערהייט אום דינסטאג אקטאבער 06, 2009 6:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

וויכטיג איך פארשטיי דיך אינגאנצן נישט , איך האב אזויפיל געוואוסט אז די מקור איז א מעשה מיט א ספארטלער , איז דאס איבערגעוויזן געווארן ? כ'מיין אז יא , איך האב נישט געקענט פין פוינטן די מקור מיט א לינק , ווייל איך האב נישט געוואוסט ווי עס צו טרעפן אמת,, יעצט דאס אז די געדאנק פונעם ניגון איז תוכןלאז , אין נישט יידישלעך , אין מעגליך קריסטליך , האבן אנדערע אויך צוגעשטימט , יעצט וועגן די ניגון זעלבסט , האב איך דאך געזאגט אז אפשר זענט איהר גערעכט , ניין ? אין איך בין גרייט אפצוטרעטן אויב ווער איך געוואיר די טעות אויף 100 פראצענט
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דאס איז טאקע זייער א גוטע עצה, צו עפענען א אשכול וועגן גויאישע ניגונים, נאר דאכצעכמער אז ס'איז שוין דא.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאס איז טאקע זייער א גוטע עצה, צו עפענען א אשכול וועגן גויאישע ניגונים, נאר דאכצעכמער אז ס'איז שוין דא.

צייג ביטע , שכוח
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36823
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

He's just the blind man in the bleachers
To the local home town fans
And he sits beneath the speakers
Way back in the stands
And he listens to the play by play
He's just waiting for one name
He wants to hear his son get in the game
But the boys not just a hero
He's strictly second team
Tho he runs each night for touchdowns
In his fathers sweetest dreams
He's gonna be a star some day
Tho you might never tell
But the blind man in the bleachers knows he will
And the last game of the season is a Friday night at home
And no one knows the reason but the blind man didn't come
And his boy looks kinda nervous
Sometimes turns around and stares
Just as tho he sees the old man sittin there
The local boys are tryin but they slowly lose their will
Another players down and now
He's carried from the field
At halftime in the locker room
The kid goes off alone
And no one sees him talkin on the phone
The games already started
When he gets back to the team
And half the crowd can hear his coach yell
Where the hell you been?
Just gettin ready for the second half,
Is all hell say
Cause now you're gonna let me in to play.
Without another word, he turns and runs into the game
And through the silence on the field
Loudspeakers call his name
It'll make the local papers
How the team came from behind
When they saw him playin his heart to win
And when the game was over
The coach asked him to tell
What was it he was thinkin of
That made him play so well
You knew my dad was blind, he said
Tonight he passed away
It's the first time that my fathers seen me play
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

עכ"ז אז מ'טרעפט שוין יא א מקור פאר די איידיע האלט איך נאך אלץ נישט אז פינקי האט עס פון דארט גענומען,
ס'קען פשוט זיין אז ער האט אויך מכוון געוועהן צום זעלבן ענין, פארוואס?
ווייל ווער ס'קען פינקי'ס קאפ פארשטייט, אז זיין מחשבה לויפט יעדן טאג אויף מצוה טענץ ווי ער ברענגט אראפ זיידעס פון יענע וועלט וואס קוקן זיך צו און שעפן נחת פון שמחה, ווי א גרויס חלק פון דעם ווערט אויסגעזינגען אז כאטש ער האט דאס נישט דערלעבט אבער יעצט דערלעבט ער דאס זיכער,

ממילא איז א דבר פשוט אז ווען ער האט געוואלט מאכן א ניגון פאר מיכאל איז אים דער קאפ געלאפן אהין, נאר צוגעלייגט א כל נדרי מיט א חזן און פארטיג, נו וואס איז ער שולדיג אז א צווייטער האט אים מקדים געוועהן מיט 20 יאר און געמאכט אזא מעשה אויף א ספארטלער?...

איך מיין אז מיין סברא איז אמת...
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

ערעב שאץ אגוטן...

ס'ווערט פארציילט א מעשה פון ר' יאסעלע אז ער איז אנגעקומען אין א שטאט פאר יו"ט האבן אים די ראשי קהלה געבעטן דארט צו בלייבן במקום זייער חזן וואס וועט אפטרעטן פאר אים.

ווי זיך פארגעשטעלט איז די גאנצע שטאט זיך צוזאמגעקומען הערן דעם גרעסטן חזן אין זיין דור, אבער צו אלעמענס ערשטונונג האט ער אראפגעלייגט -כ'מיין- א שיינע יאסעלע דאווענען אבער אן קיין ניגונים אדער ספעציעלע שטיקלעך.

האבן אים די ראשי קהלה פארגעלייגט היתכן?? האט ער גענטפערט "יעצט דאווען איך פארן באשעפער, וויל איך נישט זינגען. אז איינער וויל מיר הערן זינגען זאל ער קומען צו מיינע קאנצערטען"

והמבין יבין...

אבער הרב פריילעך, מ'קען נישט עדות זאגן אויף נישט. איר קענט נישט אויפווייזן אז די מעשה איז נישט אמת. שאץ האט געזאגט עפעס וועגן "פארקערט" ער האט געמיינט צו זאגן אז אפשר איז די מעשה מיט ר' סנדר'ל געשעהן פאר די "דשזאוי" אפיזאד???

אקעי איך וויל נאך עסן.....

גוט יו"ט
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

נא
וויאזוי איז דורך דעם יו"ט ? האט איהר געזינגן ביי הלל אדער נישט ?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ווער פרעגט וועמען??????...
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

כ'זעה האסט געכאפט וועם איך פרעג ,
מיר איז עס עניוועי נישט די יו"ט געוועהן נוגע , נישט האבנדיג קיינע ברעטער , , כ'מיין הלל'דיגע
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

כ'וועל דיר זאגן דעם אמת
מיינע ערשטע טעג סוכות האבן מיר קלאר געוויזן מיין מהלך מיטן הלל געזינגעכטס....
ווייל דעם ערשטן טאג בין איך צוגעגאנגען כ'האב געזינגען נאר ביי לא לנו, ד' זכרנו, און אנא ד' כי אני עבדך....

די צווייטע טאג איז אונזער בעל תפלה געוועהן הייזעריק האט מען מיך צוגעשיקט צום צווייטן מאל... א ברירה האבעך געהאט..., ס'שטייט דאך בפי' ואהבת עץ זאלסט ליב האבן דעם ברעטל...
אבער צו מיין גרויס ווינדער האט מיר דערוילעם געזאגט אז היות איך האב שוין נעכטן געזינגען אפאר שטיקלעך ביי הלל און איבעראל ווילן זיי היינט הערן נייע פרישע חידושים...
וכך הוה והי' לפלא....
כ'האב קלאר געזעהן אז דער עולם ארום מיר האט טאקע יא געוואלט איך זאל זינגען ווי מער און וואס מער...

איינע פון די קעפ אין ביהמ"ד האט מיר געזאגט זינג אזא ממקומך וואס דער עולם זאל נאר מיטזינגען האלב וועגס דהיינו אזא ברומעריי א ניגון וואס דער עולם זינגט נישט הויעך...
האב איך דאס מאל אויסגעקליבן וכשם שאני מתכסה בטלית פון משה גאלדמאן וואס אייזיק האניג זינגט.... און דער עולם האט טאקע נאר מיטגעברומט ס'איז געוועהן אזויווי פרייליכערהייט רופט עס "קומזיץ אין ביהמ"ד"
פרייליכערהייט... פאר דיין אינפארמאציע דעם עולם זיכט דאס....

וויכי איז מיין עדות...
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

אוי ווען נישט גילוי , וואלט איך מגלה געוועהן וויזוי אונזער בעל תפלה האט אראגעלייגט א הלל , אז ס'געוועהן בית מדרש אין בעסמעדרעש , דער עולם האט עפעס געלערנט , קען איך אבער נישט , וועל איך בלייבן מיטן צינג אינעווייניג , אין מיט מער טינט אין פעדער ,
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שאץ, איך האב שוין אויבן געשריבן, מיין בעל תפילה איז די בעסטע בעל תפילה..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

געהערט א בעל תפילה זינגען אויף 'פתחו לי' ביי הלל די ניגון 'אוי טאטע' פון פינקי/מיכאל.


מ'קען אויך זינגען אויף פתחו לי די ניגון 'אוי עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך'..., ס'זייער א ווארעמע און שיינע ניגון (אויף ממקומך איז עס אויך גוט).
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

1x1 האט געשריבן: געהערט א בעל תפילה זינגען אויף 'פתחו לי' ביי הלל די ניגון 'אוי טאטע' פון פינקי/מיכאל.


מ'קען אויך זינגען אויף פתחו לי די ניגון 'אוי עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך'..., ס'זייער א ווארעמע און שיינע ניגון (אויף ממקומך איז עס אויך גוט).


עסן עסט זיך איז אויף פתחו לי צו קורץ, אויף פתחו לי דארף דירעקט זיין א לענגערע ניגון ווי נארמאל, א רעגולער 4 פעלערדיגע ניגון גייט נישט, ווייל ביים ערשטן אנא ד' הושיעה נא דארף זיין דאס ערשטע מאל די הויכע פאל, צווייטע מאל הוכע פאל ביים צווייטן אנא ד' הושיעה, און די צווי הצליחה'ס און 2 מאל דעם צווייטן פאל, (ווען מ'רעדט פון א געווענדליכע י' ק' ו' ק' ניגון)

און צו האלטן פון פתחו לי ביז אנא ד' אין בלויז 2 פעלער איז אביסל צו ענג, שטייסט?
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

שאץ,
עסן עסט זיך ניגון, האבעך נישט גערעדט וועגן שבת חנוכה אדער יו"ט. כ'רעד וועגן חוה"מ אדער חנוכה אין א וואכן טאג, וואס מען דארף נישט - לדעתי - זינגען א לאנגע ניגון.

'אוי טאטע' איז טאקע א י' ק' ו' ק' ניגון.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

סוכ"ס וועט דאך שוין נישט זיין זיבעצן יאהר א זאת חנוכה שבת, האט מען דאך זיך געמוזט עפעס מער אהערשטעלן, האט מען טאקע פרובירט, און דער אייבערשטער האט עס בה צוגעפירט.
לעצט פארראכטן דורך פרייליכערהייט אום זונטאג מארטש 28, 2010 4:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”