היינט איז די יאהרצייט פון מרת שרה שנירער. אירע "גיזאמעטע שריפטן" און אנדערע ספרים וואס האבן געדרוקט ביי בית יעקב אין לאדש זענען די איינציקע רשימות אין וועלכע רוב אבאנענטן זענען געווען פרויען!
מיין געטרייער פריינט און באליבטער מיטגליד אויפ'ן פארום באקאנט מיט זיין ניק-נאמען 'פארשלאפן' מצודתו פרוסה ברחבי ארה"ב בפעולותיו החובקות זרועות עולם, האט מיר באדיבות נפשו ולבו צוגעצייכנט גאר אן אינטערסאנטן ספר אויף 'היברו-בוקס' בשם 'מוסדות תבל': http://www.hebrewbooks.org/45855
דער מחבר ר' דוד ב"ר מאיר הכהן מפריזנהויזן איז מתחלה געווען א תושב אינעם דייטשען שטאט 'פיורדא' וואס איר דעמאלטסדיגער רב הגאון ר' משולם זלמן הכהן בעל בגדי כהונה האט טאקע געגעבן א ווארימע הסכמה אויפן ספר, שפעטער האט זיך דער מחבר אריבערגעצויגען קיין אונגארן און זיך באזעצט אינעם באקאנטן שטאט 'אוהעל' בימי כהונתו של ראש שושלת עצי התמרים הגה"ק בעל ישמח משה זצ"ל.
איי וועט איר פרעגן מה ענין שמיטה אצל הר סיני? ווי קומט דדער ספר דא אריין אין דעם פארשטויבטען אשכול (געוויס קלערט איר אז דער שרייבער וויל פשוט ארויפברענגען אן אלטן אשכול מעשה ידיו להתפאר, וואס איז אולי אמת... אבער נישט דער עיקר ציהל) אט הערט, דער ספר איז געדרוקט געווארן אין שטאט 'וויען' בשנת תק"פ ולמספרם 1820 און פארמאגט 14 זייטן פון 'פרענומעראנטן' באשטייערער צום דרוקען פונעם ספר בעיקר פון אונגארן און אויך פון מעהרן (טשעכיי), וואס פון א היסטארישען שטאנדפונקט איז דאס אן אוצר בלום, נעמענדיג אין באטראכט אז דאס זענען ממש פון די פריע יארן וואס אידנטום האט אנגעהויבן בליען און ווירבלען אין אונגארן, און דא האבן מיר די נעמען פון שטעט, זייער רבנים און איינוואונער פון יענע יארען.
צווישען די נעמען פון גאונים ומפורסמים וועלכע ווערן נאך דערמאנט בחיים חיותם זענען אזעלכע תורה-ריזען און אנשי שם ווי;
בעל ישמח משה - אוהעל בעל חתם סופר - פרעשבורג בעל ברוך טעם - לייפניק בעל מראה יחזקאל - טערצאל (מקום רבנותו מקודם) המהר"ם מינץ - אויבן ישן ר' שלום חריף - לאקענבאך ר' בונם איגר - מאטעסדארף (אחיו של הגרעק"א) המהר"ם בנעט - ניקלשבורג הדיין ר' משה לייב צילץ - ניקלשבורג הדיין ר' דניאל פרוסטיץ - פרעשבורג (עם שאר הדיינים ואנשי שם משם) ר' יצחק איצק גריסהאבער בעל מקל נועם - פאקש ר' יצחק אייזיק טויב - ר' אייזיק'ל קאלובער - קאלוב ר' יעקב פיש - קאלוב ר' מאיר אברהם ליבערמאן - טשאבע
ולהבדיל - אהרן חארינער - אראד
דאס איז אבער נאר א טיילווייזע רשימה, דארט איז דא אסאך שטעט און זייער רבנים וואס איך האב נאכנישט באוויזען צו מפענח זיין, ויבואו החברים וישלימו, די רשימה הייבט זיך אן דף 7 מדפי היברו-בוקס, נאט אייך א דיערקטען לינק: http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=7
זייער אינטערעסאנט, ווייל אין א דרשה פון כ"ק אדמו"ר הברך משה מסאטמאר זצ"ל האט ער אמאל ארומגערעדט איבער א געוויסע דיין וואס איז געקומען פון דייטשלאנד קיין אוהעל און א איד האט אים אמאל געוויזן זיין ספר און צום סוף שרייבט ער דארט א צוואה פאר זיינע קינדער אז למען השם זאלן זיי זיך נישט מדבק זיין צו די חסידים און ער באגוסט זיי דארט מיט פעך און שוועבל, צום סוף איז ער צוריק געפארן קיין דייטשלאנד און זיינע קינדער זענען ארויס לתרבות רעה ר"ל ע"כ שמעתי ממרן זצ"ל. יישר כח פארן מיר דאס צוברענגען (אגב קוק אריין אינעם שער בלאט איבער וואסערע נושאים ווערן דארט באהאנדלט)
קב ונקי: ענדערש שרייב ווייניג און צו די זאך, ווי איידער שטותים אבער אסאך.