ספרי תולדות על רביה"ק מסאטמאר זי"ע

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

דוד משמש

דער בוך 'פארגאנגענע וועלטען' אויף רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

באשריבען אויף רביה"ק מסאטמער זי"ע
איך האב גיזיכט דעם ספר איך האס עס נישט געפונען - עס איז געעווען א גאר שיינע באשרייבונג אויף יויש

ווייסט איימיצער ווי מען קען דאס באקומען
אויך געדענק איך נישט ווער דער מחבר פונעם ספר ביטע העלפען
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

איבער געזעצט דורך דעם בארימטן שריפט שטעלער מנחם מענדל [משי-זהב(זיידנגאלד)] פון דעם ספר עולמות שחרבו,

פארפאסט דורך זיין שווער דער לעגענדארן מזכיר העדה החרדית הרב יוסף שיינבערגער.
ועמך כולם צדיקים
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך בין מסופק איבער די קראנטקייט פון דעם בוך, פרעג זיך נאך ביי די ווייסערס
אבער אויב דו ווילסט עס קענסטו עס אינטערלאדענען פון דא:
http://www.archive.org/details/nybc202086
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

וואס איז די פראבלעם מיט די קראנטקייט פון די בוך???

איך האב עס געליינט, עס איז זייער אינטערסאנט (בפרט פאר קינדער)

איך מיין אז ער האט געוואלט ארויסגעבן נאך בענדער, אבער צוליב סיבות וואס מען קען נישט שרייבן דא, לא עלתה בידו
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

ס'איז נישט קיין ספק
ס'איז קראנט אז ס'איז אויסגעזויגן פון פינגער, ס'איז ניטאמאל א סוד, ער אליין מיט זיינע קינדער זאגן דאס אפן.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אלעס איז אמת אין דעם בוך!! [נאר עס נישט געמוזט פאסירן דוקא ביים סאטמארען רבי'ן זי"ע, עס האט געקענט זיין ביי אנדערען גדול וצדיק]............. (אויסער די שילדערינג פון די לוי' איז אמת ויציב.
הרב סודע: כ' מיין אז דו מיינסט דעם אנדערן בוך 'דער זייל פון די אידישע וועלט אין די לעצטע דורות' (אויך פון מנחם מענדל כמדומה). וואס דער מוציא לאור האט געמוזט אויפהערן ארויס צוגעבן נאך די ערשטע באנד צוליב א דין תורה וואס ער האט געהאט מיט א געוויסן שרייבער
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

יא גערעכט, טעיתי, איך האב גערעדט וועגן יענע ביכל.
יישר כח פארן מעורר זיין
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

יהי' כן
מ'זאגט א באקאנט ווערטל, אז ער האט עס געוואלט ארויסגעבן אויפ'ן בריסקער רב, ר' יושע לייב. נאר פונקט איז דער סאטמאר רב אוועק אינצווישן.
דייקא דער השרף מבריסק, איז יא דא אמת דארט.

איינער האט אים אמאל געפרעגט אויף זיין ביכל פון ר' יוסף חיים זאנענפעלד, דארט איז דא א גאנצע מעשה מיט א ברית וכו' וכו'. האט ער געפרעגט ר' יאסל, די מעשה קען דאך נישט זיין אמת וכו'. ענטפערט אים ר' יאסל הער אויס, א ר' יוסף חיים איז דאך זיכער אמאל געווען, ווידער א ברית פאסירט דאך אויך אפט ביי אידישע קינדער, און א שטאט ווי ירושלים עקזיסטירט דאך אויך אויף די וועלטליכע מאפע, נו? פונקט די דריי זאכן האט זיך נישט געקענט צוזאמשטעלן אויף אמאל? אלעס איז דאך אמת?? ודו"ק. ודפח"ח
פייער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער »

די ספר איז דאך גאר לומדישע כאפעלע'ך - א ווארט פון א רשב"א שלא במקומו וכו' -- מרמז געווען א זהר און מיטען א אנדערע שמיעס וכו' וכדו'

אוודאי האט דער סאטמאר רבי זצ"ל געקענט די אלע גמרא'ס-- אבער דאס איז נישט געווען זיין אופן הדיבור והליכה.. דאכט זיך...

כ'מיין אוך אז הרב שינבערגער ז"ל האט אליינס ארויס געגבען א ספר אויף אזעלכע ענינים זיסע זאכען שלא במקומן.. איך געדנק נישט ווי אזוי עס הייסט

אבער דאך ס'שאדט נישט דאס צו איבער דרוקען.. אלס יונגעל האט מיר עס געגבען א מוראדיגע חשקות התורה..
ווי אויבען דערמאנט אזא גמרא איז דאך דא און דער רבי איז דאך אויך געווען וכו' כנ"ל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פייער האט געשריבן: די ספר איז דאך גאר לומדישע כאפעלע'ך - א ווארט פון א רשב"א שלא במקומו וכו' -- מרמז געווען א זהר און מיטען א אנדערע שמיעס וכו' וכדו'

אוודאי האט דער סאטמאר רבי זצ"ל געקענט די אלע גמרא'ס-- אבער דאס איז נישט געווען זיין אופן הדיבור והליכה.. דאכט זיך...

כ'האב געהערט מיט יארן צוריק פון הרה"ח ר' ב"צ הכהן שליט"א מו"ל ספרי בית רחל, ער האט אויך געמאכט א ספר "די תקופה פון סאטמארער רב" און ער האט גע'טענה'ט מיט הרב שיינבערגער אז דער ספר עולמות שחרבו איז א צוזאמשטעל פון זעלטענע פאלן וואס האבן פאסירט איינמאל אין א יובל, און אז רביה"ק האט געלעבט איבער 92 יאר האט ער אויפגעזוכט און נאכגעגאנגען אלע אזעלכע אויסנאם פאלן און געמאכט דערפון א ביכל.
אלזא דארף מען קודם מאכן א באשרייבונג פונעם רבינ'ס געהעריגן סדר החיים, און אופן ההנהגה, און צו דעם קען מען צולייגן דעם עולמות שחרבו, נישט פארקערט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער פראבלעים איז נאר אז די זאכן האבן בכלל נישט פאסירט,
אפילו נישט אין די קרוב צו צוויי יובלות וואס דער סאטמאר רב האט געלעבט בעלמא הדין.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דאס זאגסטו, אפשר ביזטו גערעכט, אבער איך זאג דבר בשם אומרו
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שישא
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

ס'איז דא געדריקט א בריוו פון ר' אהרן ארי' כ"ץ א נאנטער תלמיד פון רבין פונדערהיים, ווי ער רייסט ארינטער דעם ביכל.
ער זאגט אז במשך פון די 5 יאר וואס ער האט געלערנט אין סאטמאר האט דער רבי קיינמאל! נישט גערעדט אויף אזא וועג וואס ער זאל ברמיזה מיינען פארשטיפטע ראשונים וכדו', און דא האט ער א גאנצען באנד...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

נאך א תלמיד פון דערהיים ר' אברהם מאיר איזראעל מ'הוניאד שרייבט אויך דערקעגן.
ועמך כולם צדיקים
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

ווער איז איז געווען הרב שיינבערגער

עס קוקט אויס ער איז געווען א יודע ספר - און גאנץ א שיינער ת"ח
איז ער געווען א סאטמערער אדער א ירושלמיער ווי למשל האט ער געלערנט אלס בחור ??

ביטע ווער עס ווייסט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' יאסל שיינבערגער איז געווען דער מזכיר פון די עדה החרדית.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36818
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שישא האט געשריבן: ס'איז דא געדריקט א בריוו פון ר' אהרן ארי' כ"ץ א נאנטער תלמיד פון רבין פונדערהיים, ווי ער רייסט ארינטער דעם ביכל.
ער זאגט אז במשך פון די 5 יאר וואס ער האט געלערנט אין סאטמאר האט דער רבי קיינמאל! נישט גערעדט אויף אזא וועג וואס ער זאל ברמיזה מיינען פארשטיפטע ראשונים וכדו', און דא האט ער א גאנצען באנד...

ר' אהרן ארי' פארדינט דאכט זיך א באזונדערן אשכול.

אין שו"ת חכם צבי י"ל נאך אינדערהיים בשנת תש"ב, איז דא תשובות וואס ער האט אפירגעקראצט:

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 45&hilite=

אגב ער ליגט אין ניו דזשערסי ביה"ח ביים צוים מיטן פנים צום ראוד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשלאפן,
איז דאס דער פאטער פונעם מאגרובער רב ר' יהושע כ"ץ?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
מה הבעי' הספר הוא קובץ של שארפע ווערטער שכדאי שכל בחור ידע מזה .
אז מהנפק''מ שעל שם מי נקרא .אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו .
וכי שאר ספרי היסטורי' יש להם תמיד שייכות עם המדובר .דער עיקר ס'איז
א גיט ווארט . ושלום על ישראל
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

עס איז טאקע זייער אן אינטערעסאנטער ספר, מיט שיינע שארפע ווערטלעך. עס איז אויך נישט קיין עולה ארויך צולייגן מעשה'לעך אויף באוואוסטע פעזענליכקייטן.
מען דארף אבער וויסן וואס איז אמת און וואס נישט. די מעשה קען זיין פונקט אזוי אינטערעסאנט.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן: פארשלאפן,
איז דאס דער פאטער פונעם מאגרובער רב ר' יהושע כ"ץ?

יא,

און ער ליגט נישט נעבן זיין שווער אין די פאפא חלקה,
דאס ליגן ממש ביים שטראז, איז מן הסתם כדי די קינדער -כהנים- זאלן קאנען צו קומען.

דער אוהל פון סאמבעטהעלי רב איז אויך אנהייב חלקה, קאן זיין פאר דעם סיבה.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווער איז געווען זיין שווער?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער פאלטיטשאנער רבי הה"ק רבי אלעזר טווערסקי זצ"ל פון בארא פארק א זון פון הה"ק ר' שלמה מסקווירא און אייניקל פון הה"ק רבי יהושע מבעלזא זי"ע
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

שישא האט געשריבן: ס'איז דא געדריקט א בריוו פון ר' אהרן ארי' כ"ץ א נאנטער תלמיד פון רבין פונדערהיים, ווי ער רייסט ארינטער דעם ביכל.
ער זאגט אז במשך פון די 5 יאר וואס ער האט געלערנט אין סאטמאר האט דער רבי קיינמאל! נישט גערעדט אויף אזא וועג וואס ער זאל ברמיזה מיינען פארשטיפטע ראשונים וכדו', און דא האט ער א גאנצען באנד...


איך האב גערעדט דערוועגן מיט א תלמיד פון רבי'ן זי"ע, וועלכער איז שוין אן איינגעשטעלטער אין רבין'ס ישיבה זינט תשכ"א!, אז ווען די ספר איז ארויסגעקומען איז געווען אויבנדערמאנטע טענות אז דער רבי האט נישט גערעדט ברמז, האט ער מיר געזאגט אז ער האט בייגעוואינט אום תשי"ז אין רבין'ס ביהמ"ד אויף 500 בעדפארד, צווישן מנחה און מעריב האט זיך אפט פארפירט שמועס'ן, דאן איז הגאון האדיר ר' שמואל וואזנער שליט"א געווען צוגאסט און דער רבי האט געשמועסט מיט אים, און דער פארזאמלטער ציבור האט פארשטייט זיך צוגענייגט א אויער צום שמועס, בתוה"ד האט דער רבי געפרעגט ר' שמואל איבער דעם 'בית דין' וואס די אגודה האט דאן אויפגעשטעלט דער רבי האט געוואלט וויסן די נעמען פון די רבנים, האט ר' שמואל געענטפערט: "זיי זענען נישט קיין אנשי שם", אויף דעם האט דער רבי געזאגט "לויט ווי רש"י זאגט אין פרשת בראשית זענען זיי יא אנשי שם", קיינער דארט האט נישט פארשטאנען די כוונה, האט דער בעל מספר שפעטער ארויסגענומען א חומש סו"פ בראשית און אויפן פסוק "המה מעולם אנשי השם", זאגט רש"י "אנשי השם, ששוממין את העולם"!...

דער רבי האט אזוי יא צומאל גערעדט...
לחיים ולברכה!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דאס איז מעגליך אמת.
אבער צו נעמען א ספר פון "צומאל" און מאכן דערפון א גאנצער וועזן כאילו דאס איז דער מענטש געוועזן איז נישט ריכטיג.
ס'איז פונקט וואו מען זאל נעמען א רעדנער וואס האט געהאלטן דרשות זיבעציג אכציג יאר און איין צי יעדן טאג פון יאר, און גערעדט צו דער זאך. און דערנאך וועט קומען איינער און מאכן א בוך פון זיינע דרשות און אריין לייגן נאר די מאדנע אויסדרוקן וואס ער האט געמאכט איינמאל אין צוויי דריי יאר און זאגן אז דאס איז געווען זיינע דרשות.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”