אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12277
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

אלעס ארום פאנגוס (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ליינט זיך א בריוו און די המספיק גאזעט די וואך.

פאנגוס אויף נעגל? לייגט ארעגענאו.....

וואס לאכסטו דארט? יאא! האסט גוט געליינט,

ער שרייבט דארט בערך אזוי,

יארן וואס איך האב געליטן אויף פאנגעס הארטע הויט קראצן אויף די פיס (איינער דא ווייסט וואס ס'מיינט?)
איין טאג האב איך נישט געטראפן די שמירעכץ ""האב איך געלייגט ארעגענאו""

איר זענט וואך? יא.
אויב טרעפט איר נישט די שמיראכץ לייגט מען???
נישט קעטשאפ, נישט לעמען דזשוס, נישט וויניגער, נאר.... ארעגענאו....

יא, מגייט צו די קאונטער און מ'זוכט אויף א באטעל ארעגענאו און היידא, מ'גיסט אריין און די זאקן און פארטיג!
מ'ווייסט מער נישט פון קיין פראבלעמען,

נו, אז המספיק זאגט אז ארעגענאו איז גוט, פארוואס זאל איך נישט פראבירן?

געגאנגען, איך ריף אן א היים און איך זאג אן אז די וואך ביי די ארדער זאל מען צוקויפן א קלייניקייט, א שאכטל ארעגענאו,

אקעי, אויב מעג איך פרעגן, פארוואס דארפסטו דאס?
כ'מעך ג'שעמט צו זאגן, כ'על שוין רעדן אינדערהיים, זאג איך, אקעי ביי.

ביינאכט פארן שלאפן גיין, כאפ איך אריין נאך א לעצטע קראץ, מ'שטיינס געזאגט, מארגן ווייס איך מער נישט פון קיין קראצעניש, פאנגעס, הארטע הויט,
איך טוה אן א זאק'ן אויף די פיס און איך שפריץ אריין פון די ארעגענאו מעשה,

וואס זאל איך אייך זאגן?
די גרוך איז געוועהן זייער אומהיימליך, די רום האט ג'שמעקט פון פיצא, די פיס האט היפש ג'ציפט, באקוועם איז אויסדריקלך נישט געוועהן, אבער וואס טוהט מען נישט פאר די פיס....

איך שלאפ איין מיט א שמייכל, מארגן גייט זיין די גרויסע טאג.....

כ'שטיי אויף אינדערפרי,

אזא דיסעפוינטמענט, אזא פאלאפ,
מיין פיס גרוכט אוועק פון די ארעגענאו, כ'שעמ'ך צו גיין און מקוה,
ווער וואס ווען, אלעס ביים אלטען, מיין פיס קראצט געהעריג הארטע הויט מיט פונגס וואו גארנישט וואלט געוועהן!

איך ווייס נישט צו המספיק האט מיך געמיינט דא צו פארשעמען אדער זיי האבן פשוט נישט געקוקט פארן אריין לייגן די בריוו, אבער דאס איז אמאל זיכער אז זיי האבן געטריבן קאטאוואס פון מיר און גרויסן,

נעקסטע וואך פארט אריין א בריוו וואס גייט זיך ליינען בערך אזוי,

ברעכענדע אויפדעקונג:
ליידט איר אויף וואקס און די אויער?
טוהט וואס מיר האבן געטוהן און בעזר השם וועט איר מער נישט ליידן,

פילט אן ביידע אויערן לעכער מיט טוט פעסט,
לאזט עס א גאנצע נאכט,
צופרי לייגט אריין א קאטען באלל געווייקט מיט שמן זית, לאזט עס דארט פאר פיר און צוואנציג שעה, און נאכדעם וועט איר זיין א געהאלפענער בעזר השם,
בדוק ומנוסה,
(איך האב עס געטוהן פערציג טעג און געזעהן גרויסע ישועות)




און מיט דעם פארטיג איך צו מיין דברי מחאה,

החותם בכאב לב וברגלים סרוחות,
לעצט פארראכטן דורך געלעגער אום דינסטאג דעצעמבער 08, 2009 11:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח גדול מר. געלעגער, ווייל איך האב שוין מפרסם געווען די עצה פאר אסאך קאלעגע פאנגוס ליידענדע (מיר האבן אזא סופארט גרופע וואס קומט זיך צוזאם אויפן טעלעפאן, אין א שטוב וואלט מען נישט אויסגעהאלטן דעם גערוך), אבער יעצט וועל איך שוין וויסן אז עס איז ניטאמאל כדאי צו פרובירן.

לאמיר טאקע ווארטן אויף אן אויפקלערונג פון המספיק.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דאכט זיךך זיי שרייבן ס'קען נעמען צוויי וואכן.

אלענספאל, די סארט סגולות זענען נאך אלץ בעסער פון די פריערדיגע סגולות ווי "קח צואת סוס בן יומו ושחוק אותו הדק במדוכה וקח עפר מן אבן הנקרא סטיינזאל"צ ומרוח על המכה ויועיל בע"ה".

זעהט אויס אז דעמאלט האט מען מער געלעבט אין שטאל מיט בעלי חיים און מען האט בלויז געוויסט פון צואת סוס.
היינט אבער לעבט מען מער אין פיצא סטאר סא ווייסן מיר בלויז פון ארעגאנא.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע:זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

איך האב אויך געליינט די בריוו אין המספיק אין ס'האט מיר אויסגעזעהן עפעס פישי, ס'טייטש ער האט נישט געטראפען די קרים איז ער ספאנטאן געלאפען צום קעבענעט געכאפט די ארעגענא אין היידא אריין אין די זאקען!
וואס עפעס נישט זאלץ אדער פעפער?
ס'מאכט מער סענס ניין?
קען זיין ער האט שוין געהערט פון דעים בעפאר? נו שרייב אזוי !
עפעס פעלט דא
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

איך מיין אז דאס איז א טעות ס'וואלט געדארפט שטיין אויל-אפ-ארעגענאו, די אויל פון ארעגענאו העלפט טאקע פאר געוויסע זאכן ווי למשל פאר דיפרעסיע העלפט עס אבנארמאל מ'לייגט עס אונטער די צונג און ס'העלפט.

בי טי דאבעליו ס'ווירקט אויף אויערן אויך, 2 טראפן אריין אונעם אויער און איר זענט א געהאלפענער.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

איך האב גרויס מיטלייד מיט דיר אפילו איך ראגל מיר דא ליינענדיג דיינע שירות, איך האב ב"ה נישט קיין פאנגעס אבער די פיס קרצצעך ב"ה גאנץ פיין, אין איך האב א ספרעי וואס איך ניץ כסדר אין העלפט א מחיה,(נישט די פון די העמעדער..) איך געדנק שוי ןנישט פונקטלעך אפשר ווען כוועל מיר דערמאנען וועליך שרייבען.

יא פאר איך פארגעס! נעכטען קוק איך מיר צו ווי מיין בעל בית קוקט אזוי אויפן קאמפיוטער מיט א שטארקע לאכעניש, נו בין איך דאך אויך א מחותן איך מעג אויך לאכן, אבער וואס מיינסטו ער ליינט נישט מער נישט ווינציגער אן אימעל פון די בעקעלעך... שוין זאל זיין צו מצוה.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

חחחחח געלעגער, אייעם סארי פארן אזוי הויך לאכן, אבער וואס זאל איך טון? איך מוז דיר זאגן א סיקרעט: אויב די מיינסט דיין בעדרום האט געשמעקט, האסט א טעות.... די גאנצע האלוועי האט געשמעקט! נו, שוין... זעמער שוין שיעור שכינים...
איך מוז דיר אבער זאגען, עס איז גאר גוט אראפגעלייגט און א מחי' צום לייענען! נאכאמאל, וויזוי זאגט מען ביי די עכו"ם? מען פארנויגט זיך ס'קעפל, און מיט א זויערע מינע מורמלט מען "אייעם סארי".
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע:רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

עי! וואס זוכט די אשכול דא?
אריין און געזונטהייט פארום!

ווייסט וואס כ'על דיר זאגן? נישט אין געזונטהייט, ס'איז נישט געזונט אזויפיל צו לאכן...
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

האט אפשר א אנדערע עצה וואס העלפט יא?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12277
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לידיעת הרבים:

מיר האבן חלילה נישט געמיינט אונטערצורייסן אויף קיין שום וועג די אינהאלטסרייכע חשוב'ע אויסגאבע המספיק גאזעט,
זייער ארבעט איז זייער חשוב, און אסאך אידן זענען שוין געהאלפן געווארן פון די עצות וואס אידן שיקן אריין,

לויט וואו המספיק גיבט איבער איז א איד "יא" געהאלפן געווארן פון לייגן ארעגענאו, אויב אזוי נעמט אן אז ס'איז דא א איד וואס זאגט אז יא און איך דערצייל אז נישט,
דאס מיינט אבער אז איר זאלט נאך אלס פראבירן אפשר וועט איר זיין פון די זייט וואס ווערט יא געהאלפן,
און שטייטזיך אז אויב איינער פראבירט און ס'ארבעט זאל אוודאי צוריק קומען און מיטטיילן מיט די מעמבערס דא,

נ.ב. מיר האבן פארראכטן און די ארטיקל אפאר ווערטער וואס זענען אויסגעטייטשט געווארן נישט ריכטיג,
אוועטאר
הויכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 3:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכער »

האב מיטלייד:x:x:x:x
מ'מינישט דייקא רעדן הויעך אז מ'זאל פארשטיין, מ'קען שרייבן אויך. [ווערטער קרעדיט: איך_הער ]
אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2009 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי_ווייס »

עס איז זיכער אז פאר איעדם העלפט עפעס אנדרש
איך האב נישט קיין מיסיג וואס ארעגענאו מיינט:?:
_________________________x
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין וויקי ווערט געברענגט אז עס העלפט אקעגן פאנגוס, אבער נישט דורך אריינגיסן אין די זאקן, נאר ווען מען נעמט דאס איין אין א קאפסול אדער דורך אויל פון ארעגענא:
http://en.wikipedia.org/wiki/Oregano

Health benefits
Oregano is high in antioxidant activity, due to a high content of phenolic acids and flavonoids.[5][6] Additionally, oregano has demonstrated antimicrobial activity against food-borne pathogens such as Listeria monocytogenes.[5] Both of these characteristics may be useful in both health and food preservation. In the Philippines, oregano (Coleus aromaticus) is not commonly used for cooking but is rather considered as a primarily medicinal plant, useful for relieving headaches and coughs.
Main constituents include carvacrol, thymol, limonene, pinene, ocimene, and caryophyllene. The leaves and flowering stems are strongly antiseptic, antispasmodic, carminative, cholagogue, diaphoretic, emmenagogue, expectorant, stimulant, stomachic and mildly tonic. Aqueous extracts, capsules, or oil extracts of oregano are taken by mouth for the treatment of colds, influenza, mild fevers, fungal infections, indigestion, stomach upsets, enteric parasites,[7] and painful menstruation. It is strongly sedative and should not be taken in large doses, though mild teas have a soothing effect and aid restful sleep. Used topically, oregano is one of the best antiseptics because of its high thymol content.[8]
Hippocrates, the father of medicine, used oregano as an antiseptic as well as a cure for stomach and respiratory ailments. A Cretan oregano (O. dictamnus) is still used today in Greece to soothe a sore throat.[9]
Oregano has recently been found to have extremely effective properties against methicillin-resistant staphylococcus aureus (MRSA), showing a higher effectiveness than 18 currently used drugs.[10][11]
Oil of oregano has been found helpful against ear infections.[citation needed]
Practitioners of alternative medicine often recommend Oregano as an herb essential to aid in the recovery of a variety of ailments.
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

חושים בן דן האט געשריבן: איך מיין אז דאס איז א טעות ס'וואלט געדארפט שטיין אויל-אפ-ארעגענאו, די אויל פון ארעגענאו העלפט טאקע פאר געוויסע זאכן ווי למשל פאר דיפרעסיע העלפט עס אבנארמאל מ'לייגט עס אונטער די צונג און ס'העלפט.

בי טי דאבעליו ס'ווירקט אויף אויערן אויך, 2 טראפן אריין אונעם אויער און איר זענט א געהאלפענער.


יא ברוך שכוונתי צו קרעמער און וויקי (אפשר וויכי אויך:?:איך ווייס נישט:!:)
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי נארמאל »

איך וועל זיך נעמען גלייך צו דו קניידלע.. כ'מיין דו ארעגינוי, דו פוצא וועל'ך איבערלאזן פאר שוו....

כ'האב געהערט נאכזאגן פון א אלטן כינעזער דאקטער, אז פאנגעס איז א באקטעריע. און 'בליטש' הארגעט אלע באקטעריע'ס. דעריבער זאל מען ווייקן דו פאר'פאנגטע' פאזיציע אין בליטש פאר 5 מינוט צופרי און ביינאכט, אין ביז א וואך צוויי וועט מען בלייבן מיט בלויז אפגעריבענע הויט פון דו בליטש. ווייל הויט וואקסט צוריק, אבער דו פאנגוס איז שוין טויט.

כ'האב'עס געמאכט מיט דו נעגל פון מיין פיס, אין טאקע פאר וואס וואו ווען, עפעס אונטער צוויי וואכן איז שוין נישט געווען קיין פאנגעס שפיר, און אפאר וואכן שפעטער האב'עך שוין געהאט שיינע נייע נעגל אין אפילו דו הויט פון מיין פיס איז מיר שיין געווארן, גלייך דו פון מיין הענט.


אגב
בין נישט אזא ערליכע המספיק לייענער, אבער דו בולעטין לייען'עך יא. (וועלעכע? נו גילי!) זיי האבן זיך לעצטענס גענומען שרייבן איבער געזונטהייט, אויף א פארמאט פון 'יא אמתע מיינונגען און נישט אמתע'. דארט ווארפט דער שרייבער צוזאם אזויפיל שטותים מיט לגיונות. אז ס'רעגט צומאל פשוט אויף ציזעענדיג מיט וויפול ליגענט ער פיטערט דעם ציבור. און ס'איז זייער פארשטענדליך פארוואס דו רעדאקציע האט נישט קיין אפטיילונג פאר 'בריוו צו דו רעדאקציע' , ווייל זיי האבן נאכנישט אנגעגרייט נאך א פורזעצונג אנשטוט...
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע:מיין קאפ, אין באנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

דא קענט איר ליינען די בריוו אויף פעידזש 7
"פאנגוס" אויף נעגל?
לייגט ארעגענאו

איך האב געליטן אסאך יארן פון פאנגוס אויף די נעגל
פון די פוס, אויך מיט הארטע הויט, אסאך יסורים, אא"וו,
ווער קען דען נישט די דאזיגע געשיכטע. במשך די צייט
האב איך פרובירט שמירעכצן, אנדערע זאכן, וואס האבן
געווענליך נישט געהאלפן.
איין טאג האב איך נישט געטראפן די שמירעכץ האב
איך גענומען "ארעגענאו" – די "פיצא פלעיווער" גרינע
פעפער – פון קאך קאבינעט און אריינגעלייגט אביסל אין
די זאקן. וואס קען איך זאגן, עס האט געהיילט די גאנצע
זאך אין איין טאג.
א שטיק צייט שפעטער איז עס צוריקגעקומען, האב איך
נאכאמאל געלייגט אביסל ארעגענאו אין די זאקן, און עס
האט עס געהיילט יענעם טאג. בדוק ומנוסה.

מיר איז אינטערעסאנט, וואס עפעס איז אים בייגעפאלן אז פונקט דאס וועט העלפן?
"נישט געטראפן שמירעכץ, גענומען פיצא פלעיווער"
איז דאס געווען די איינציגסטע זאך אין קאך קאבינעט?
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע:איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

געלעגער ווי גוט די ביסט דארף איך דיר נישט זאגען אבער דער ארטיקעל איז געוואלדיג זאג נאר האסט אפשר געגסן ארגענאו פארן שרייבען דעם ארטיקעל???
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שוין היבש לאנג נישט אזאנס צוזאם געלאכט ווי פון געלעגער'ס תגובה דא, (אוודאי, כ'דריי מיך קוים דא.) כ'האב אזאנס געלאכט, ווייל ווען איך האב געליינט יענע בריוו האבעך געטראכט, אפשר טאקע זאלעכעס אויך פראבירן, באט כ'קען מיך, פון ליינען ביז טון איז פאלג מיך א גאנג, און יעצט ליינעך דא אז איינער איז געווען געשיקטער פון מיר, און וויזוי ס'האטצעך אויסגעלאזט, זאלעך נישט לאכן, אבער כ'מוז סטאפן צו לאכן, ווייל מיין בויך טוט מיר שוין וויי פון אזויפיל לאכן.

יישר כח געלעגער.

יעצט זיי אזוי גוט, און פראביר אויס די בליטש, לאמעך (און אויך די קרעטשמע חברה דא.) וויסן די תוצאות.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12277
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זוי נארמאל ביסט נאך דא?
לאמיך דיך פרעגען,
איך פראביר יעצט דיין עצה מיט די בליטש,
איז אזוי, באדארף דאס וויי צוטוהן?
נאך פיר פינעף מינוט ווייקן נעמט זיך די פיס ציפען אזש צום שפרינגען...
די גרוך איז נישט אויסהאלטבאר אבער איך בין גרייט דאס דורך צו גיין אויב העלפט עס,
אבער די ציפן איז א זאך וואס איך וויל זייער וויסן,

תודה למפרע.
אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי נארמאל »

יא
ציפן ציפט עס גראדע יא פונקט וויפול בליטש קען נאר ציפן...

און ס'שניידט אריין אין אלעס וואס ס'טרעפט זיך אן, און בעיקר דו באקטעריע'ס.

דו באקטעריע האלט נישט אויס דו ציפ און פייייגגגעעערט.

דער מענטשליכער קערפער וואקסט צוריק אווי פריער, נאר אן דו באקטעריע.

און טאקע נאך 5 מינוט קען מען שוין ארויס נעמען דעם אנגעווייטוגטן אבר.


אגב
עס ווענד זיך זייער און ווי שטארק דו באקטעריע איז (נישט דוקא ווי אויסגעשפרייט ס'איז אונעם קערפער) אזוי לאנג דארט עס.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע:זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

אויב ווייקט מען די פוס אין בליעטש נאר צוליב די נעגעל דאן איז אפשר אן עצה ענדערש צו נוצען א בליטש פען אין אזוי ארויפשמירען בליעטש נאר אויף די נעגעל וועט די פיס נישט ציפען,
לעצט פארראכטן דורך וואדקע אום דינסטאג פעברואר 09, 2010 11:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי נארמאל »

רעדענדיג צו דר. בעל מגי' פון ODA אין ווילי

האביכעם געפרעגט וואס ער זאגט צו ווייקן פאנגוס אין בליטש. זאגט ער אז ס'איז א גיטע עצה, אבער נאר פאר ערוואקסעטע, ווייל ביי קליינע קינדער איז דא דער חשש אז זיי זאלן נישט אויפקומען מיט א אלערדזשי ריעקשאן צו בליטש, כאטש סעוועט מענעסתם העלפן.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

דארף מען עס אויסמישן מיט וואסער? ביטע געבן מער דעטאלן.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3351
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

מענין לענין

מיין באבע זז"ג זאגט אלס בנוגע קראצן די פיס:
די הנאה וואונטש איך פאר אלע מיינע פריינט, און די נאכווייען פאר אלע מיינע פיינט!
אבער אזוי האבן מיר געזען ביי אונזערע עלטערין, אז יעדע נאכט קראצט מען און מען רייסט אפ אלע פסולות... ואם אינם נביאים הם, בני נביאים הם...
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3351
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ohrchodosh האט געשריבן: דארף מען עס אויסמישן מיט וואסער? ביטע געבן מער דעטאלן.


קען איינער געבען פרטים וויאזוי די רפואה ארבעט?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”