ווי געזאגט, ווענצעך עס אין וועלכע נייעסקנאפער ידען האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 1:07 amכ'בין נישט קיין שרייבער, קוים א ליינער.
אבער איך מיין אז דאס ווילן פון איינעם אז א נייעס ווי דאס זאל זיין א פופציג פעידזש אשכול (עס איז שוין 19 וויאזוי עס איז, אימעדזשין אן דער זיראנץ) קומט בלויז פון גאר העווי אייוועלט עדיקטס וואס פארברענגען שעה'ן שעה'ן אויף דעם סייט (איך בין נכלל אין דעם, נאר פשוט אין אנדערע אפטיילונגען געווענליך). און דאס וועט אויך זיין דער "לאוד מינארעטי" וואס וועט קומען דא אדער אינעם צענזור אשכול שרייען און טיפען אז מ'זיראנצט.
דער עוורידזש (אפילו היבש אקטיווער) אייוועלט מעמבער איז אוממעגליך צו אניאגן ליינען אזויפיל בלעטער, איז אים זיכער מער ניחא אז עס איז זיראנצט אזוי דארף ער נישט דריי בלעטער קארני וויצן צו הערן אז מ'האט שוין געטראפן דער העליקאפטער, און נאך פיר צו זען א ליסטע פון די וואס זענען געווען דארט און באשטעטיגט טויט. און יענץ איז בפשטות דער סיילענט מעדזשארעטי, וואס קומען נישטאמאל צו יעדע וויציגע אנקעטע איבער דער נושא (אבער זענען פונקט אזא אינטערגראלע טייל פון דער אייוועלט ציבור as a whole.)
ווידער די עכטע שרייבער (די נייעס שרייבער, נישט די וואס שרייבן אסאך מילביגע וויצן...) ווילן נישט מ'זאל זיי מעקן אפילו ווען זיי קאלערן אביסל ארויס, און איך עגרי אז דאס וואלט געדארפט זיין א וויכטיגע טייל אין א באשלוס צו מעקן. פונדערצווייטע זייט גלייב איך אז זיי שטערט נאך אפילו מער די אלע וואס שרייבן בלויז קאמענטארן און וויצן און זייער אנגעשטרענגע באריכטן ווערט פארשוועמט אין א ים פון אנדערע זאכן. זיי ווילן נאר נישט מ'זאל זיי שטראפן פאר יענעמס אישוס. אבער דא קומט דער פראבלעם פון אינפארסמענט, אז עס איז זייער שווער מחלק צו זיין וועמען מ'לאזט יא און וועמען נישט, וואס מ'לאזט יא און וואס נישט.
אזא נייעס'ל מיט אזוי ווייניג אפדעיטס, איז פאר יעדן גענוג די "איין תגובה ברעיקינג נייעס" אשכול אדער אבימלך'ס
ס'קען גאר זיין אז כ'פארשטיי עס נישט ווייל כ'בין א טייל פון די "מילביגע וויצן" שרייבער קלאב... דאן איז בטלה דעתי, כמובן