נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44730
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אזוי ווי מיין נאמען איז ערווענט געווארן וועל איך נעמען די דרייסט אריינצושליידערן מיין איין צענט

די טעמע איז עלטער פון ביידען און שוין געווארן אויסגעשמועסט צווישן א גרופע שרייבער און אויך מיט די פארוואלטונג א לענגערע צייט צוריק און גראדע לעצטנס נאכאמאל

איך גיי נישט פארלייגן קיין לעזונג אדער אפילו דערקלערן אז עס איז א פראבלעם נאר קלארמאכן אז פון אנהויב אן האבן פילע פארשטאנען אז אדער וועט עס זיין אשכולות פער טעמע (און יא, עס קען זיכער נוצן א תיקון אז עס זאלן נישט זיין אזויפיל אשכולות צוטיילט אויף יעדע פערטל טעמע און איך נעם פאראנטווארטליכקייט און האף בל"נ צו זיין מער פארזיכטיג אין די צקונפט) אדער וועט עס זיין אשכולות פער ניק

אן אריינגיין איבער וועלכע עס איז בעסער איז געווען קלאר אז אויב וועט עס ווערן א אשכול פער ניק פלאטפארמע וועט פריער אדער שפעטער ווערן אן איבערפלוס און איך בין נישט געווען די ערשטע אדער צווייטע עס צו עפענען (און אויך נישט צו שפארן)

קלארצומאכן, איך טוה נישט גרינגשעצן אין קיינעם און ווילאנג עפעס איז נישט אקעגן די תקנות געניסן אלע פון אייניגע רעכטן נאר איך שמועס אויס די פערספעקטיוו ווי אזוי איך האב געקוקט דערויף

אצינד שטייט מען וואו מען שטייט און טייל פון די פריוואטע אשכולות זענען שטארק פאפולער ביי פילע און און ווייניגער געגליכן דורך אנדערע און די הנהלה פארמאגט די אויסשליסליכע רעכט צו באשטימען ווי אזוי פאראויסצוגיין

איך האב געהאט פארגעשלאגן פאר איינע פון די פריוואטע אשכול אייגנטומער צו שאפן א געמיינזאמע אשכול אבער ווי טייל האבן ערווענט וועט עס נישט זיין קיין לעזונג פאר די וועלכע ווילן דוקא איין ספעציפישע שניט

די בולעטין אשכול איז פון די ערשטע מינוט געווען אפן פאר אלעמען צו שרייבן אבער צוליב די איבערפלוס פון פריוואטע אשכולות האט מיין ביטע נישט געשלאגן קיינע ווארצלען און די אורזאך צו אזויפיל לייכטערע סארט נייעסלעך איז צוליב וואס איך פרוביר נאך צו שטעלן די אנדערע סארט נייעס אין די דעזיגנירטע אשכולות

אויב וויל מען דוקא איין סארט בולעטין אשכול פאר אלע נייעס וואס קומט נישט אריין אין קיין דעזיגנירטע אשכולות וועט עס זיין א היבש שווערע זאך דורכצופירן פראקטיש סיידען עס ווערט ערנסט אינפארסירט און אויסצומיידן מסכת עגא וואלט מעגליך געווען ראטאזאם אז די הנהלה אל זיין די פותח האשכול..

עניוועי...

Willy
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

איך גלייך יא ווען ס'אפגעטיילט יעדער האט זיך א אייגענע מהלך.
איך האלט אז @ישראל_הלוי זאל עפענען א אייגענע אשכול.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

כ'בין נייגעריג, פאר די וואס עס שטערט זיי די אייגענע ווינקלן, אויב איינער עפענט א אשכול אויף זיין נאמען אבער אייוועלט וועט נישט צובינדן יענעמ'ס אשכול אויפן שפיץ פון די נייעס ליסטע, וועט עס אויך באדערן?


יעצט אויפן "ערשטן בלאט" איז דא צווישן אנדערע די פאלגענדע נייעס אשכולות:

- קעניג טשארלס פון ענגלאנדץ
- ספעיס עקס /סטאלינק
- משפט נתנאל בן צביונה
- נייעס איבער סטעיט רעגירונגן אין אמעריקע
- טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס
- ארכיעלאגיע נייעס און געפינסן
- אנגעצויגענקייט צווישן קאסאווע און סערביע
- מאסיווע איבערקערענישן אין קעניע
- מיליטערישע נייעס
- נייעס אין די לופטן - אלעס ארום לופטפעלדער
- עין רואה קאמערעס אויף די סיטי באסעס
- עסקנים רייי"נערע אונטערנעט
- פראטעסטן אין פראנקריייך
- באואינג פליגער אינצידענטן
- נייעס איבער עילאן מאסק
- פיטסבורג טעמפל שיסעריי
- איין און צוואנציג טויט אין סקול שיסעריי
- טעראר אטאקע אויף שוהל אין דאגאסטאן
- מיליטערישע פוטש אין באליוויע
- נייע טאל אריינצופארן קייין מאנהעטן צייטוויייליג אפגעשטופט
- פריזן רעפארם ביל
- נייעס פון ניו יארק און אומגעגענט

-ועוד -ועוד -ועוד

צו איז דא אזוינע ליינער דא וואס יעדע פון די אויבענדערמאנטע אשכולות ציט ממש זייער נייגער? שווער צו גלייבן אזוי, נו אויב אזוי וועמען דארף אנגיין אז ס'גייט זיין נאך א פאר אשכולות וואס מ'גייט נישט ליינען?


אבער צובינדן נאך א אשכול צום טאפ ספאט אין די נייעס פארום וואלט שוין פאר מיר פערזענליך זייער נערוועז געמאכט, און אויך אויב אייינער שרייבט לאנגווייליגע זאכן און פירקלט א גאנצן טאג אבי אנצופילן תגובות וועט עס לכאורה שטערן, אפשר מוז זיין א געוויסע סכום פון לייקס וואס איינער זאל באקומען אין עווריזש פער תגובה אז אייוועלט זאל ארויפדרייען א בירנע אויפן אשכול.

לאמיר כאפן א בליק אויף צוויי פון די ווינקלן וואס ניקס האבן פאר זיך אליין, לאמיר מעסטן פון תגובות געשריבן נעכטן מאנטאג

אבימלך (בלאט 399) עוווריזש ליייקס פער תגובה 63. תגובה מיט מערסטע לייקס: 76. ווייניגסטע לייקס: 44
נקדימון (בלאט 103) עווריזש ליייקס פער תגובה 42. תגובה מיט מערסטע לייקס: 70. ווייניגסטע לייקס: 31
(רעכנט ארייין בלויז די תגובות מיט בלויע פאנטס, רעכנט נישט אריין די תגובה פון אבימלך איבער 400 בלעטער מיילשטיין וואס האט 154 לייקס)

אין פארגלייך:
עזה מלחמה (בלאט 1048) עווריזש ליייקס פער תגובה 8. תגובה מיט מערסטע לייקס: 17. ווייניגסטע לייקס: 3

אויפריי סן אין איראן - עוועריזש לייקס פער תגובות 2 (תגובות פון די וואך )
אילאן מאסק - עוועריזש לייקס פער תגובוה 8
אשכול מיט קאמענטארן איבער טראמפ שיסעריי האט א גאנצע בלאט פון נעכטן מאנטאג רוב תגובות האבן 0 לייקס, אין עווריזש איז עס לכאורה 2 לייקס פער תגובה (כ'האב נישט געדודלד מער צו צייילן)

איצט לאמיר הערן נאכאמאל די פראגע: ווער דארף די אשכולות ? און פארווואס?

(וועלכע?)


---
צום קעפל:
צום קעפל: די נייעס ברענגער דארפן עס, פארוואס? ווייל עס גיט זיי א געוויסע באקועמליכקייט צו ווערטשאפטן כאדם העושה בתוך שלו, ער קען שריייבן וואס עס שמעקט אים און וויאזוי ס'שמעקט אים, ס'מוז נישט זיין דוקא נייעס, מוז נישט זיין דוקא פון א ספעציפישע נושא, אזוי לאנג ווי זיין נאמען פיגורירט אויפן תגובה קען ער זיך זייער גרינג האלטן צום אשכול'ס קאפ אויב איז עס א גוטס וועגן טראמפ, זאל זייין, א אנאליז וועגן לעצטע נייעס איבער א ערד ציטערניש? זאל זיין, א אינטרעסאנטע בילד וואס דער שרייבער האט א אינטערעסאנטע קעפשן? זאל זיין, ער קען טאן וואס ער וויל, ס'איז דאך זייין אשכול.

איבעת אימא: די לייינער דארפן עס, פארווואס? ווייל זיי גליייכן ספעציעל א געוויסע שרייבער, צוליב יענעם'ס פארלעסליכקיייט אדער אייגענארטיגקייט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

@דערבארומדיג'ער נעילד איט!
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1588
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

@דערבארומדיג'ער האסט זייער א גוטע פוינט אבער די קאנטער פוינט איז אז מען גייט אריין און א אשקול ווי "טראמפס אטענטאט פארזוך" אדער למשל "טעסלא" קוקט די אשקול אויס ווי א טריקענע ביינדל אן קיין טראפ פלייש... און אויב וויל איך באקומען א שטיקל בליק אויף א געוויסע נייעס דארף איך ארומגיין און פינעף אשכולת שלעפן ביינדלעך..
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
תולעת שני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 22, 2021 12:45 am

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת שני »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 7:04 pm
כ'בין נייגעריג, פאר די וואס עס שטערט זיי די אייגענע ווינקלן, אויב איינער עפענט א אשכול אויף זיין נאמען אבער אייוועלט וועט נישט צובינדן יענעמ'ס אשכול אויפן שפיץ פון די נייעס ליסטע, וועט עס אויך באדערן?


יעצט אויפן "ערשטן בלאט" איז דא צווישן אנדערע די פאלגענדע נייעס אשכולות:

- קעניג טשארלס פון ענגלאנדץ
- ספעיס עקס /סטאלינק
- משפט נתנאל בן צביונה
- נייעס איבער סטעיט רעגירונגן אין אמעריקע
- טראמפ אדמיניסטראציע - בלויז נייעס
- ארכיעלאגיע נייעס און געפינסן
- אנגעצויגענקייט צווישן קאסאווע און סערביע
- מאסיווע איבערקערענישן אין קעניע
- מיליטערישע נייעס
- נייעס אין די לופטן - אלעס ארום לופטפעלדער
- עין רואה קאמערעס אויף די סיטי באסעס
- עסקנים רייי"נערע אונטערנעט
- פראטעסטן אין פראנקריייך
- באואינג פליגער אינצידענטן
- נייעס איבער עילאן מאסק
- פיטסבורג טעמפל שיסעריי
- איין און צוואנציג טויט אין סקול שיסעריי
- טעראר אטאקע אויף שוהל אין דאגאסטאן
- מיליטערישע פוטש אין באליוויע
- נייע טאל אריינצופארן קייין מאנהעטן צייטוויייליג אפגעשטופט
- פריזן רעפארם ביל
- נייעס פון ניו יארק און אומגעגענט

-ועוד -ועוד -ועוד

צו איז דא אזוינע ליינער דא וואס יעדע פון די אויבענדערמאנטע אשכולות ציט ממש זייער נייגער? שווער צו גלייבן אזוי, נו אויב אזוי וועמען דארף אנגיין אז ס'גייט זיין נאך א פאר אשכולות וואס מ'גייט נישט ליינען?


אבער צובינדן נאך א אשכול צום טאפ ספאט אין די נייעס פארום וואלט שוין פאר מיר פערזענליך זייער נערוועז געמאכט, און אויך אויב אייינער שרייבט לאנגווייליגע זאכן און פירקלט א גאנצן טאג אבי אנצופילן תגובות וועט עס לכאורה שטערן, אפשר מוז זיין א געוויסע סכום פון לייקס וואס איינער זאל באקומען אין עווריזש פער תגובה אז אייוועלט זאל ארויפדרייען א בירנע אויפן אשכול.

לאמיר כאפן א בליק אויף צוויי פון די ווינקלן וואס ניקס האבן פאר זיך אליין, לאמיר מעסטן פון תגובות געשריבן נעכטן מאנטאג

אבימלך (בלאט 399) עוווריזש ליייקס פער תגובה 63. תגובה מיט מערסטע לייקס: 76. ווייניגסטע לייקס: 44
נקדימון (בלאט 103) עווריזש ליייקס פער תגובה 42. תגובה מיט מערסטע לייקס: 70. ווייניגסטע לייקס: 31
(רעכנט ארייין בלויז די תגובות מיט בלויע פאנטס, רעכנט נישט אריין די תגובה פון אבימלך איבער 400 בלעטער מיילשטיין וואס האט 154 לייקס)

אין פארגלייך:
עזה מלחמה (בלאט 1048) עווריזש ליייקס פער תגובה 8. תגובה מיט מערסטע לייקס: 17. ווייניגסטע לייקס: 3

אויפריי סן אין איראן - עוועריזש לייקס פער תגובות 2 (תגובות פון די וואך )
אילאן מאסק - עוועריזש לייקס פער תגובוה 8
אשכול מיט קאמענטארן איבער טראמפ שיסעריי האט א גאנצע בלאט פון נעכטן מאנטאג רוב תגובות האבן 0 לייקס, אין עווריזש איז עס לכאורה 2 לייקס פער תגובה (כ'האב נישט געדודלד מער צו צייילן)

איצט לאמיר הערן נאכאמאל די פראגע: ווער דארף די אשכולות ? און פארווואס?

(וועלכע?)


---
צום קעפל:
צום קעפל: די נייעס ברענגער דארפן עס, פארוואס? ווייל עס גיט זיי א געוויסע באקועמליכקייט צו ווערטשאפטן כאדם העושה בתוך שלו, ער קען שריייבן וואס עס שמעקט אים און וויאזוי ס'שמעקט אים, ס'מוז נישט זיין דוקא נייעס, מוז נישט זיין דוקא פון א ספעציפישע נושא, אזוי לאנג ווי זיין נאמען פיגורירט אויפן תגובה קען ער זיך זייער גרינג האלטן צום אשכול'ס קאפ אויב איז עס א גוטס וועגן טראמפ, זאל זייין, א אנאליז וועגן לעצטע נייעס איבער א ערד ציטערניש? זאל זיין, א אינטרעסאנטע בילד וואס דער שרייבער האט א אינטערעסאנטע קעפשן? זאל זיין, ער קען טאן וואס ער וויל, ס'איז דאך זייין אשכול.

איבעת אימא: די לייינער דארפן עס, פארווואס? ווייל זיי גליייכן ספעציעל א געוויסע שרייבער, צוליב יענעם'ס פארלעסליכקיייט אדער אייגענארטיגקייט.
ווען די אלע פראמינענטע שרייבערס שרייבן ווען אין די אלע אשכולות וואלט עס געהאט פול מער לייקס.

און קען זיין אז עס בעסער טאקע פאר די שרייבער און טאקע וועגן דעם האט מען געשריבן דא אז זיי זענען קיינעם גארנישט שולדיג, אבער דעיס ברענגט אראפ דו גאנצע כוח פון אייוועלט וואס פלעגט זיין דו מאסט אפטודעיט קראנטסטע נייעס קוואל פאר א צומישטע פלאץ פול מיט רעפארטערס און די מעין אשכולות איז סתם נישט קראנט און אפדעיטעט.
פון די אשכול לייקס קוקט אויס אז דאס איז די דעת הציבור , און וועגן דעם אפעלירט מען צו די שרייבער אז זיי זאלן זען די מיינונג פונעם ציבור און זיי קענען און וועלן טון וואס זיי ווילן.
און עס קען זיין נאכן אויפקלערן וועלן זיי מסכים זיין צום ציבור'ס מיינונג (וואס מען זעט זיי זענען מענטשן וואס גלייכן מהנה צו זיין דעם ציבור..)
און אויב נישט בעטן מיר זיך פאר א דריטע סעלושען ווי פריער געברענגט דא פארשידענע מהלכים וואס וועט צופרידנשטעלן יעדעם.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

די ריזען פארוואס די אלע אשכולות זענען טויט, איז טאקע וועגן די באזונדערע אשכולות.

האקט מיט מיין נקודה.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
דעה והשכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 7:04 pm
צום קעפל:
צום קעפל: די נייעס ברענגער דארפן עס, פארוואס? ווייל עס גיט זיי א געוויסע באקועמליכקייט צו ווערטשאפטן כאדם העושה בתוך שלו, ער קען שריייבן וואס עס שמעקט אים און וויאזוי ס'שמעקט אים, ס'מוז נישט זיין דוקא נייעס, מוז נישט זיין דוקא פון א ספעציפישע נושא, אזוי לאנג ווי זיין נאמען פיגורירט אויפן תגובה קען ער זיך זייער גרינג האלטן צום אשכול'ס קאפ אויב איז עס א גוטס וועגן טראמפ, זאל זייין, א אנאליז וועגן לעצטע נייעס איבער א ערד ציטערניש? זאל זיין, א אינטרעסאנטע בילד וואס דער שרייבער האט א אינטערעסאנטע קעפשן? זאל זיין, ער קען טאן וואס ער וויל, ס'איז דאך זייין אשכול.

איבעת אימא: די לייינער דארפן עס, פארווואס? ווייל זיי גליייכן ספעציעל א געוויסע שרייבער, צוליב יענעם'ס פארלעסליכקיייט אדער אייגענארטיגקייט.
איך שטעל מיך פולי אונטער @דערבארומדיג'ער די הנאה וואס מיר האבן פון די אלע באריכטער’ס איז אז יעדער פון זיי קומט ארויס אינגאנצען מיט זיין טאטש און זיין סטיל, ע’’כ איז די בעסטע אז זיי זאלן זיך פילן די מערסטע באקוועם און זייער היכל כדי ס’זאל ארויסקומען דאס גאנצע כשרון זייערע, איך פרעזענליך גלייך עטליכע פון די אשכולות און ס’איז קלאר אז זיי וואלטן נישט געווען דאס וואס זיי זענען ווען ס’איז אין איין צאמגעשמאלצענע אשכול.

יישר כח פאר די אלע בימה’ס/ווינקלעך/בולעטין’ס וכדו’ ענקער ארבעט איז שטארק אפרישעטיט!
אוועטאר
דזשי רי בי
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

ווען עס זאל זיין אין איין אשכול וועט אויסקומען אז לדוגמא הבל וועט ענדיגן שרייבן א נייעס מיט א גוטע בילד וועט ער זען אז אבימלך אדער נקדימון האט עס יעצט ארויפגעלייגט וכן להיפוך און זיי וועלן ווערן אויסגעברענט
--
עס מיז ארויסגעברענגט ווערן די מערסטע מאס שעצונג פאר די נייעס ברענגער שלעמל''פ
--
אפשר וואלט געווען א געדאנק אז עס זאל זיין אזוי ווי ביז יעצט פלאס א צענטראלע נייעס טישל אשכול וואס וואלאנטירן וועלן קאפי פעיסטן פון די העט קורערס בשם אמרו
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

מיינע צוויי צענט

יעדער האט זיך זיין שניט, און יעדער האט זיין נייעס ברענגער וואס ער גלייכט
אבער נישט יעדע פערטל נייעס ברויכט א נייע אשכול,


אויב איך מעג צילייגן, איך האלט אז ישראל הלוי דארף עפענען אן אייגענעם אשכול, אבימלך און ישראל הלוי האבן אינגאנצן אן אנדערע שניט, אבימלך איז קורץ און שארף מיט אביסעלע הומאר, און ישראל הלוי איז אביסל מער לענגערע באריכטן
סא יא...
האסט מיר א גוטע איידיע פאר אן אינטערשריפט?

אישי!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מיליטערישע עקספערט האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 7:28 pm
@דערבארומדיג'ער האסט זייער א גוטע פוינט אבער די קאנטער פוינט איז אז מען גייט אריין און א אשקול ווי "טראמפס אטענטאט פארזוך" אדער למשל "טעסלא" קוקט די אשקול אויס ווי א טריקענע ביינדל אן קיין טראפ פלייש... און אויב וויל איך באקומען א שטיקל בליק אויף א געוויסע נייעס דארף איך ארומגיין און פינעף אשכולת שלעפן ביינדלעך..
כ'הער, זאגסט דאך א טענה, האסט מיר געמאכט איבערקוקן טראמפ שיסעריי אשכול און עס פארגלייכן צו מיין פעיוואריט נייעס ברענגער נקדימון.

די אלגעמיינע אשכול באריכטעט איבער די שיסערייי לאנג בעפאר נקדימון האט געבענטשט ביי שלש סעודות, ווארשיינליך דורעך ארץ ישראל'דיגע נייעס ברענגער ביז נקדימון רעדט דערפון איז שוין דא צוויי מיט א האלב בלאט איבער די נושא, געוויסע תגובות מיט פופציג לייקס, סטעיטמענט'ס און בילדער פון די קוילן, מאפעס און דיאגראמ'ס, גע'כשר'טע קליפס ספעציעל אויף גוגל דרייוו, קאנספיראציעס און שטותים, א לינק צו א עקסטערע קאמענטארן אשכול, אוודאי די היסטארישע בילד פון טראמפ מיטן פויסט, און זאגאר א תגובה מתפלל צו זיין פאר דאנעלד בן מערי... אלעס בעפאר נקדימון האט דא געשריבן זיין ערשטע תגובה בנושא.

נארוואס דען? כ'ווייס, נקדימון אדער הכל הבל וכדו' מאכן געווענטליך א גוטע זשאב, יאפס, כ'פריי זיך טאקע צו זען אז @נקדימון האט נעכטן געשריבן אין די אשכול פון די רוסלאנד מלחמה (טענקס!) און וואלסט געקענט באשטיין אז די בעסטע שרייבער זאלן אלע שרייבן אין די דעזיגנירטע אשכולות, כ'הער די געדאנק.

האפענטליך ווען אייוועלט וועט זיין מער פארגעשריטן וועט מען קענען שנעל סירטשן פאר א טאפיק און גרינג אריבער סקראולן איבער די תגובות פון די פעיוואריט שרייבער...
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

לכבוד דיר בין איך געגאנגען קוקן אין די רוסלאנד מלחמה אשכול...

ווען @נארמאליזעם עפענט א אייגע ע אשכול זאל ער געדענקען אויסצולעשן די לייט דארט...

@ידיד כל חי קען אויפהענגען זיין צעטיל צום שיין פון די נר תמיד.

@ישראל_הלוי שרייבט אביסל דארט, @לפידות שרייבט אביסל, און @נקדימון טשעקט אריין דארט וואנס אין א ווייעל...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

יעצט נאך קרוב צו פערציג תגובות קען איך שרייבן "מיין" פראבלעמען מיט די יעצטיגע מצב.

1) ווען איך וויל באריכטן א נייעס, ווי שרייב איך עס? אויב לאמיר זאגן אז א פוילישע פליגער האט געקראכט, viewtopic.php?p=5237717#p5237717 איך האב עס געפאוסט און די מיליטערישע נייעס אשכול, גאפלאוד צוויי וידיאוס, און וויפל מענטשען האבן עס געזען? זאל איך מיך אריינזעצן צו @אבימלך אויפן קאפ? איי דאוונט פיל קאמפטערבול דאינג דעט. סאו פארוועם ברענג איך די נייעס? פאר @הרב יואל קליין און @מיליטערישע עקספערט ? ווען מען האט געשאסן די פריים מיניסטער פון סלאוואקיע האב איך טאקע דאס געטון, זיך אריינגעזעצט ביי אפאר אנדערע טישל אשכולות, אבער נאך א צוויי שעה באריכטן קאנסטענט אפדעיטס האב איך שוין געפילט ווי איך נעם איבער יענעמס מלוכה, אין מיינע מעסידזשעס זענען אלל אווער די פליעס, סאו איך האב דעמאלטס מחליט געווען צו עפענען א ספעציעלע אשכול פאר דעם, כאפטס א בליק דארט, viewtopic.php?t=68969 עס הייבט זיך אן אינמיטן א מעשה... אבער וויפל מענטשען זענען אנגעקומען אהין?!

סאו פארוואס זאל איינער נאך איינער שרייבן נייעס, אז ער האט נישט ווי?

2) פאר איינער וואס איז נישט א שרייבער איז אויך דא א פראבלעם. איך ליין כמעט אלע נייעס טישלעך פלאס אלע אשכולות פון נייעס וואס אינטערעסירט מיר. יעדע שטיקל נייעס ליין איך 10 מאל, היינט אליינס, איינער קען ציילן אין וויפל אשכולות עס איז געווען באריכטעט אז איראן האט געפלאנט צו אומברענגען טראמפ?!

3) איך קום אהיים און איך דערמאן מיר אז איך האב געזען א גוטע ווידיאו צו א באריכט בנוגע דזשעי די ווענס ביי צדק - לדוגמא - און איך וויל עס איבערליינען, אנשטאט קוקן אין די ווייס פרעזידענט אשכול צו אויפזוכן די ספעציפישע תגובה וואס איך זוך, דארף איך גיין צו קרוב צו א מנין אשכולות ווי עס קען זיין די ווידיאו/באריכט ליגט!

איז דא נאך איינער וואס רילייט צו דעם?
לעצט פארראכטן דורך את פתח לו אום דינסטאג יולי 16, 2024 9:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

מען קען נישט האבן עפעס אן עי איי פראגראם וועלכע זאל צוזאם שלעפן די רעלעוואנטע תגובות פון די אלע באריכטער'ס פערזענליכע אשכולות, און אריינלייגן אין די אשכול אויפן נושא?

לאמיר זאגן אז דאס איז שוין צו פארגעשריטן, אבער וואס מען קען ווען גרינגער טון - לכאורה - איז צולייגן א טעגן # אפציע צו די פאר אשכולות, אז די שרייבער (אדער אפילו ליינער) זאלן טעגן אונטער וועלכע אשכול די תגובה קען ווען אריינפיטן, און עס זאל אויטאמאטיש ווערן געפאוסט אהין
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15054
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

@הכל הבל אויב דו און די צווייטער וועלן זיך צוזאמשטעלן, וועט עס זיין נאר ענק צוויי, און ביידע חסידים וועלן ליינען ביידענן געשרייבאכצער און ביידע וועלן באקומען מער חסידים און לייקערס. כ'זעה נישט וואס זאל ענק אפהאלטן פון עס טוהן, נאר ענק צוויי האבן די אויסשליסליכע רעכט צו באשלוסן דעראויף.
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 5:05 pm
איך גלייך עס יא.

נקדימון האט זיין מהלך וואס קיינער אנדערש האט.

אבימלך מיט ישראל הלוי האבן א אנדערע מהלך.

הכל הבל אין בולעטין איז גאר גאר אנדערש זייער לופטיג און קורצע באריכטן.

אבזערווירער אין זיין בימה מיט זיינע אנאליזן אויף נייעס און די הומאריסטישע וועג פון באריכטן.

את פתח לו איז גאר גוט פאר גאר הייסע ברעקינג נייעס מיט זיין טעיסט, שאול קען איך נאכנישט אבער מסתמא האט ער אויך א אייגענארטיגקייט.

ס'איז פאר מיר געשמאקער צו ליינען א נקדימון אנאליז נייעס באריכט אפגעזונדערט פון הכל הבל יומאר נייעס באריכטן
%100 געוואלט זאגן די זעלבע.

און גיי באקען דיר מיט שאול.... אייזן! א רבי'שע נייעס גלייך נעבן א רוסישע מיסל, א גוטע חתונה מיט זאנוויל וויינבערגער און א ציטאט פון טאקער... און קורצן פון אלס און אלעמען. א גוטע שידוך פון אים מיט את פתח לו, ביידע ברענגען קורצע נייעס און אינטרעסאנטע אנעקדאטן.

נקדימון מיט זיין קריספי נייעס קען קיינער נישט ביטן, אבזערווירער מיט זיין שארפקייט, הבל מיט זיינע אייגענארטיגע ווערטער און קלארקייט. בקוציר מ'קען נישט לאזן אזויפיל טאלאנטן פאר'וואסערט ווערן אין ציבורישע אשכולות...
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44730
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 9:17 pm
@הכל הבל אויב דו און די צווייטער וועלן זיך צוזאמשטעלן, וועט עס זיין נאר ענק צוויי, און ביידע חסידים וועלן ליינען ביידענן געשרייבאכצער און ביידע וועלן באקומען מער חסידים און לייקערס. כ'זעה נישט וואס זאל ענק אפהאלטן פון עס טוהן, נאר ענק צוויי האבן די אויסשליסליכע רעכט צו באשלוסן דעראויף.
די געדאנק איז נישט געווען עס צו לאזן ביי צוויי נאר צו מאכן אן אייוועלט צענטראלע אשכול (און ווי געזאגט מיט די הנהלה אלס פותח האשכול..)

זעלבספארשטענדליך אז אזא געדאנק פארמאגט פילע חסרונות ווי פילע אנדערע געדאנקן

אדרבה, אויב איז די איצטיגע סיסטעם בעסער זאל עס בלייבן אזוי, אויב זענען דא אנדערע בעסערע געדאנקן זאל עס ווערן פרעזענטירט ווייל נאך אלעם איז תכלית אין יעדן'ס בעסטע אינטערעסן
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4818
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

אן אשכול וואס נעמט אטאמאטיש צאם אלע נייעסלעך פון די אפציעל באשטימטע נייעס אשכולות וואלט געווען א שיינע דערהער.
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

שארן בארן האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 9:28 pm
אן אשכול וואס נעמט אטאמאטיש צאם אלע נייעסלעך פון די אפציעל באשטימטע נייעס אשכולות וואלט געווען א שיינע דערהער.
מען זאל עס לאזן אזויווי יעצט. עפענען א נייע ליקוט אשכול, וואלענטירן זאלן אריינ-צוטירן אלע גוטע נייעס פון אלע שרייבער.

דעיס מיינסטו צו זאגן?


סאונד גאנץ גוט...
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 8:31 pm

איז דא נאך איינער וואס רילייט צו דעם?
דיין פראבלעם איז נאר פאר שרייבער.
נישט פאר ליינער.

און קען טאקע זיין, אז דו דארפסט אן אייגענעם ווינקל אדער טישל.

אבער, פון דער אנדערע זייט, ביסטו גערעכט, אז דאס גאנצע שיסעריי, געהערט טאקע אין אן עקסטרע אשכול, און ווי געשמאק וואלט געווען, ווען די אלע אייגענע שרייבער מיט זייערע אשכולות, רעדן נישט פון קיין גרויסע געשעענישן, נאר לאזן עס אין דעם ספעציעלע אשכול.

דאכצעך אז @הכל הבל האט טאקע כמעט גארנישט געשריבן אין זיין אייגענע אשכול וועגן די שיסעריי, און אזוי וואלט געדארפט זיין (לתועלת פון די פשוט'ער סדר דא). [נישט ווי דער וואס שרייבט דארט אינעם אשכול, אז ער האט עפעס שיין געשריבן ביי זיך, און יעדער זאל אהין לויפן.....].
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4818
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

נויז מאשין האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 9:30 pm
שארן בארן האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 9:28 pm
אן אשכול וואס נעמט אטאמאטיש צאם אלע נייעסלעך פון די אפציעל באשטימטע נייעס אשכולות וואלט געווען א שיינע דערהער.
מען זאל עס לאזן אזויווי יעצט. עפענען א נייע ליקוט אשכול, וואלענטירן זאלן אריינ-צוטירן אלע גוטע נייעס פון אלע שרייבער.

דעיס מיינסטו צו זאגן?


סאונד גאנץ גוט...
וואלענטירן איז איין זאך, איך רעד אז די הנהלה זאל אנשטעלן עס זאל אטאמאטיש ווערן אריינגעפירט אהין. פון די דעזעגנירטע אשכולות.

ווער עס האט ליב @אבימלך קען גיין צו זיין אשכול

ווער עס האט ליב @אבזערווירער קען גיין אהין

ווער עס האט ליב @נקדימון ווייסט ווי צו גיין

ווער עב האט ליב @הכל הבל זאל לויפן פון איינס צו די אנדערע

ווער עס האט ליב @שאול מיט @את פתח לו האט א נייע פלאץ צו באזיכן

און ווער עס האט ליב יעדעם קען גיין צו די אפציעלע אטאמאטישע ליקוט אשכול.

(עס איז דא נאך וואס איך האב נישט דערמאנט פשוט איך האב נישט געניג טינט... סארי)
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אויסגעהיילט האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 9:36 pm
את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 8:31 pm

איז דא נאך איינער וואס רילייט צו דעם?
דיין פראבלעם איז נאר פאר שרייבער.
נישט פאר ליינער.

2 און 3 איז נוגע פאר ליינער
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

קוק אן קל מבשר
זלמן ווידער / קורצע נייעס
מענדל אונגאר / ברייטער גערעדט
שמעון ראלניצקי / א טראפ טיפער
שרגא שטערן / פאליטישע נאטיצן
אברהם יעקב טערקלטויב
הענדל ברייער
יוסף געשטעטנער
און ביי די דרעזדנער-שמעלצער שמועס
אלע האבן זייער שניט וויאזוי זיי זאגן נייעס און יא א יעדער האט ליב עפעס אנדערש
און נאכדעם איז דא זייער אסאך אנדערע גוטע וואס זאגן אויף א פובליק פלאץ
און אזוי איז דא פון אלע מינע

(איינער האט ליב געפילטע פיש און די אנדערע האט גייט מיט א קוטשמע)
לעצט פארראכטן דורך כ'בין א פשוט'ער איד אום דינסטאג יולי 16, 2024 10:01 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
אוועטאר
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

נאך איינער קען מאכן א ליסט און קלארשטעלן אלע אשכולות אפציעס וואס איז דא ???
אידן פאר העריס - טשיקענס פאר ערב יו''כ.
די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם.
זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.

אקטאובער 7 סורפרייז - דריי קוילן ביים ראלי
מלחמה מיט לבנון - אהבת ישראל
אוועטאר
אלטרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס טישל/בימה/ווינקעל/פלאטפארמע/הויפטקוואטיר, ווער דארף עס? און פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

כ'בין א פשוט'ער איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 9:53 pm
קוק אן קל מבשר
זלמן ווידער / קורצע נייעס
מענדל אונגאר / ברייטער גערעדט
שמעון ראלניצקי / א טראפ טיפער
שרגא שטערן / פאליטישע נאטיצן
אברהם יעקב טערקלטויב
הענדל ברייער
יוסף געשטעטנער
און ביי די דרעזדנער-שמעלצער שמועס
אלע האבן זייער שניט וויאזוי זיי זאגן נייעס און יא א יעדער האט ליב עפעס אנדערש
און נאכדעם איז דא זייער אסאך אנדערע גוטע שרייבערס וואס האלטן די פובליק נייעס סטאנציעס אויפן
און שרייבן דארט און אזוי איז דא פון אלע מינע

(איינער האט ליב געפילטע פיש און די אנדערע האט גייט מיט א קוטשמע)
כ'האף דו כאפסט עס פאנגט נישט אן צו זיין דומה
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”