פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד
עס איז מיר בייגעפאלן צו אפהאלטן א שטיקל שמועס מיט'ן ציבור, ויקרא שמו: פרעסע קאנפערענץ...
יעדער וועט קענען פרעגן פראגעס, אבער פארשטייט זיך אז ענטפערן וועל איך בלויז וויפיל און וויאזוי איך קען (כדרך עכטע פרעסע קאנפערענצן...)
לאמיר אנהייבן מיט א שטיקל פארווארט (כדרך וכו'):
ב"ה אייוועלט לעבט אויף אלע באקן, נישטא כמעט קיין שטילע מאמענט אויפ'ן סייט.
ב"ה מערערע אידן לייגן צו א האנט ביים ברענגען כשר'ע אויסגעהאלטענע נייעס און נאטיצן פון ארום די וועלט און ארום די בלאק, אויפ'ן קלארסטן און שנעלסטן און קראנטסטן אופן מעגליך.
ב"ה דער ציבור קאאפערירט און שטעלט זיך צו, און כמעט וואס מען דארף נישט חוסם זיין קיין ניקס צוליב פארלעצן די תקנות.
ב"ה די סייט איז אריבער די פינף מיליאן תגובה ציפער, און ממש טעגליך שרייבן זיך איין צענדליגער פרישע שרייבער (די לעצטע אנגענומענע ניק, טראגט דעם ציפער: "37989"!)
ב"ה דער ציבור וויל זיין ערליך און מען שטעלט נישט ארויף קיין צווייפלהאפטיגע זאכן, און ווען איינער פארזעט עפעס בטעות, איז דא מעוררים וואס צייגן דאס אן און מען נעמט דאס אראפ.
ב"ה איך האב היינט א שטיקל שטילע טאג, וויל איך דאס אויסנוצן צו רעדן מיט די חשוב'ע ניקים, אלזא זייט אייך מכבד מיט דאס ווארט, מיר זענען דא צו הערן און ענטפערן בס"ד.
אפדעיט: א פי-די-עף איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך @ברדלס דא: https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 1#p5380021