מיימאנעדיס גייט צום פארבעסערונג - יישר כח עסקני העיר

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

מיימאנעדיס גייט צום פארבעסערונג - יישר כח עסקני העיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

איך האב געשריבן א לאנגער ארטיקל און קריטעקירט די מהלך פון די "סעיוו מייעמאנעדיס קאמפיין" כאטש איך האב קלאר ארויסגעברענגט אז עפעס האט געמוזט געטוען ווערן נאר איך האב געשפירט אז אנזייען פחד און שרעק קען האבן א שלעכטער אפעקט ווען חלקים פונעם שפיטאל זענען בכלל נישט שלעכט נאר זייער גוט.

איך האב דאס געשריבן נאר לויט די אנפארמאציע וואס איך האב באקומען אויפן מינוט אז געוויסע חלקים זענען אייביג געווען גוט, אויף דעם ארויף האב איך געפרעגט פארוואס אנזייען שרעק פאר די וואס דארפן צוקומען צום שפיטאל, מיינענדיג אז מען טראגט זיי אריין צום מלאך המוות הויפט קוואטיר, ווען זיי זענען זייער גוט און געוויסע חלקים.

למעשה האט דער עולם ראיגירט אויף דעם ארטיקל אז דאס גאנצע גוטע צוגאנג וואס איך האב געהאט אין שפיטאל איז א דירעקטאר תוצאה פונעם קאמפיין.

אויב אזוי וויל איך אויסשרייען בשער בת רבים יישר כח פאר די חשובע עסקניםאיר האט שוין עפעס אויפגעטוען און כה לחי אויף ווייטער אוועקצושטעלן א גוטער שפיטאל צו העלפן אחינו בני ישראל.

מיין עקפירעינס אין שפיטאל איז ברוך השם געווען העכער אלע ערוואטונגען, גלייך ביים אנקומען האבן די שטאב גלייך זיך אפגעגעבן מיט מיין קינד און גלייך צוגעטראפן צום פראבלעם, געווען זייער העפליך און אלעס קלאר און שיין מסביר געווען.

דורכאויס מיין גאנצע צייט וויילן אינעם שפיטאל האב איך געהאט צענדליגע נורסעס און ברוך השם איך קען זאגן איינס ביי איינס זענען זיי געווען מוראדיג איבערגעגעבן און סענסעטיוו, און באמת געקעירט פארן פאציענט. איך האב אפילו איינמאל געהאט א שטיקל שפארעריי מיט איינע פון די רעזידענס דאקטורים און די נורסעס אויפן פלאר האבן זיך מוראדיג אנגענומען פאר מיר.

יא, מ’קען ניצן שענערע שטיבער און אביסל בעסערע עיר קאנדישן אבער דאס איז נאר א טפל צום עיקר וואס מען דארף.

איך האב אויך א שוואגער וואס איז דא געווען מיט א קינד לעצטענס און געהאט זייער א געשמאקע עקספיריענס.

דער אייבישטער זאל באצאלן פאר די חשובע עסקנים בכל מילי דמיטב און עטס זאלטס קענען אויספירן און טאקע ברענגען דעם שפיטאל צו די שטאפלן וואו עס באלאנגט.

כה דברי א טאטע פון א קינד וואס האט געהאטע גוטע באהנדלונג אין שפיטאל אדאנק אייער ארבייט.

אויב האט איר אדער א משפחה געהאט א גוטע עקפיריענס די לעצטע פאר טעג קומט אריין אפגעבן א יישר כח פאר די חשובע עסקנים און איינוועגס בארואיגן אחינו בני ישראל וואס דארפן ניצן דעם שפיטאל.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע:מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: מיימאנעדיס גייט צום פארבעסערונג - יישר כח עסקני העיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

זכאי האט געשריבן:

אונז ווארט מיר אויך צו הערן אז דיין טאכטער פילט בעסער.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5795
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מיימאנעדיס גייט צום פארבעסערונג - יישר כח עסקני העיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מודה ועוזב ירוחם
תירוצים
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: מיימאנעדיס גייט צום פארבעסערונג - יישר כח עסקני העיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

אינטערעסאנט צו באמערקן אז מיימאנעדיס פארלאנגט נאך אלס וואקסין קארטלעך פון וויזיטערס
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6421
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: מיימאנעדיס גייט צום פארבעסערונג - יישר כח עסקני העיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

תירוצים האט געשריבן:
אינטערעסאנט צו באמערקן אז מיימאנעדיס פארלאנגט נאך אלס וואקסין קארטלעך פון וויזיטערס
אין יעדע שפיטאל וואס איך האב באזוכט לעצטנס האט מען געהאט פארלאנגט א וואקסין אדער א פרישע קאוויד טעסט
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
תירוצים
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: מיימאנעדיס גייט צום פארבעסערונג - יישר כח עסקני העיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

בדרך אפשר האט געשריבן:
תירוצים האט געשריבן:
אינטערעסאנט צו באמערקן אז מיימאנעדיס פארלאנגט נאך אלס וואקסין קארטלעך פון וויזיטערס
אין יעדע שפיטאל וואס איך האב באזוכט לעצטנס האט מען געהאט פארלאנגט א וואקסין אדער א פרישע קאוויד טעסט
אפשר NYU א קאוויד טעסט
צום בייישפיל קאלאמביע פארלאנגט גארנישט.
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3868
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע:ביי די גמרא

Re: מיימאנעדיס גייט צום פארבעסערונג - יישר כח עסקני העיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

מיין קרוב משפחה איז דארט געוועהן פרייטאג אין די נורס האט איהם באוואשן און נישט געוואלט אדורך לאזן ווייל ער האט אראפ געלייגט די פאפירן אויפ'ן טיש און עס נישט געוואלט איבערגעבן אין איר האנט, זי האט געמאכט קולות אויף איהם אז ער האט איר באליידיגט
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: מיימאנעדיס גייט צום פארבעסערונג - יישר כח עסקני העיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

בדרך אפשר האט געשריבן:
תירוצים האט געשריבן:
אינטערעסאנט צו באמערקן אז מיימאנעדיס פארלאנגט נאך אלס וואקסין קארטלעך פון וויזיטערס
אין יעדע שפיטאל וואס איך האב באזוכט לעצטנס האט מען געהאט פארלאנגט א וואקסין אדער א פרישע קאוויד טעסט
די שאלה איז וואס הייסט לעצטענס.

איך בין לעצטענ'ס (!) א יוצא ונכנס אין אן אנדערע שפיטאל, (זאל שוין דער אייבערשטער העלפן, מ'זאל עס שוין נישט דארפן), ביז געציילטע וואכן צוריק, האט א באגלייטער געדארפט האבן א וואקסין אדער נעגעטיוו, אבער יעצט האט בעט עס שוין קיינער נישט דארט.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: מיימאנעדיס גייט צום פארבעסערונג - יישר כח עסקני העיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

איך האב שוין צום גוטן געהאט מיין זעקסטע קינד אין מייעמאנעדיס. מיר זענען געווען אין שפיטאל פאר א לענגערע צייט, ווייל עס איז געווען א קאמפליצירטע לידה, אבער איך דארף ארויס ברענגן, קרעדיט איז דא ווען עס איז דא. די שפיטאל איז געקומען א ווייטע וועג. די ביינעמונג פון די דאקטוירים און נערסעס איז געווען עפעס להפלא, זיי זענען געווען העפליך און צוגעלאזן, און עס איז נישט קיין פארגלייך צו אונזער עקספעריענס פון די לעצטע פינף מאהל.

איך ווייס וואס עס מיינט מייעמאנעדיס האספיטאל, איך האב געהאט א פאר שווערע איבערלעבענישן דארטן, אבער דאס איז נישט דער זעלבא מייעמאנעדיס. כה לחי' פאר די עסקנים וואס האבן געגעבן א קיצל דארט ווי עס מאכט א רושם.

זאל השי"ת העלפן, מען זאל נאר דארפן שפיטעלער פאר שמחות.
לעצט פארראכטן דורך מרנן ורבנן אום דאנערשטאג יולי 11, 2024 7:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2574
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: מיימאנעדיס גייט צום פארבעסערונג - יישר כח עסקני העיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

מרנן ורבנן האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 7:30 am
איך האב שוין צום גוטן געהאט מיין זעקסטע קינד אין מייעמאנעדיס. מיר זענען געווען אין שפיטאל פאר א לענגערע צייט, ווייל עס איז געווען א קאמפליצירטע לידה, אבער איך דארף ארויס ברענגן קרעדיט איז דא ווען עס איז דא. די שפיטאל איז געקומען א ווייטע וועג. די ביינעמונג פון די דאקטוירים און נערסעס איז געווען אפעס להפלא, זיי זענען געווען העפליך און צוגעלאזן, און עס איז נישט קיין פארגלייך צו אונזער עקספעריענס פון די לעצטע פינף מאהל.

איך ווייס וואס עס מיינט מייעמאנעדיס האספיטאל, איך האב געהאט א פאר שווערע איבערלעבענישן דארטן, אבער דאס איז נישט דער זעלבא מייעמאנעדיס. כה לחי' פאר די עסקנים וואס האבן געגעבן א קיצל ווי עס מאכט א רושם.

זאל השי"ת העלפן, מען זאל נאר דארפן שפיטעלער פאר שמחות.
מזל טוב זאלסט זעהן אסאך נחת

יונגל מיידל?
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”