אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אייוועלט רעפארטער
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 07, 2023 8:59 am

אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט רעפארטער »

אין געציילטע פאר שעה גייט פארקומען די ערשטע דעבאטע פינעם היי יעריגן פרעזידענטליכן פארמעסט

ווי דער עולם האט אוודאי מיטגעהאלטן איז געווען א שטיק צייט וואס געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט כסדר פארלאנגט פון פרעזידענט ביידען אז ער זאל זיך שטעלן אויף א דיבאטע מיט אים, דאס איז געקומען צו אן ענדע געציילטע וואכן צוריק נאכדעם וואס ביידען האט אנגענומען די איינליידענונג פון סי ען ען.

פארבינד מיר זיך מיט @American Dream צו הערן אביסל מער.


קודם א קליינע הקדמה אין מיינע אויגן איז די דיבאטע געווען קריטיש פאר ביידע קאנדידאטן דאס מיינט אז ביידע האבן זייער געוואלט די דעבאטע אפגעזען ווער עס געווינט די דעבאטע ביי די ענדע

ביידען. די טראמפ קאמפיין מיט די הילף פון די לינקע מידיע לייגן אראפ פרעזידענט ביידען אלטס איינער וואס איז שוין עבר ובטל צו ער קאלעכט יא אדער נישט איז נישט עכט נוגע די פאלק קוקט אים אן אלטס איינער וואס איז שוין צו אלט צו קענען זיין די פרעזידענט פון אמעריקע אין די פירער פון די פרייע וועלט אין דעס איז א גרויסע פראבלעם פאר די ביידען קאמפיין, יעצט אויב וואלט די ביידען קאמפיין נישט אנגענומען בכלל צו דעבאטירן טראמפ וואלט עס אויסגעקוקט זייער נישט גוט, פרעזידענט פון אמעריקע קען ער זיין אבער דעבאטירן טראמפ קען ער נישט.. אויף דעם ארויף האט די ביידען קאמפיין אפגעמאכט אז זיי מוזן זיין דער וואס וועט זאגן פאר טראמפ אז ער וויל אין איז רעדי אים צו דעבאטירן אין אזוי האט טאקע ביידען געטון אין ער איז ארויסגעקומען טשעלענטשען טראמפ פאר א דעבאטע, עס קען זיין אז די ביידען קאמפיין האט געהאלטן אז די טראמפ קאמפיין וועט נישט אננעמען די דיבאטע צוליב וואס איז נישט אזוי ווי די אמאליגע דיבאטעס מיט א לייוו עדיענס וכו אין דעמאלטס אויב טראמפ ווארפט אראפ די דיבאטע פארלאנג, וואלט ביידען געקענט אויסדרייען די דאטשיעק אין שרייען אז טראמפ איז דער וואס האט מורא צו דעבאטירן.

די זעלבע איז מיט טראמפ די ביידען קאמפיין צוזאמען מיט די מידיע לייגן אראפ טראמפ די לעצטע פאר יאר אלטס א סכנה צו דעמאקראטיע א נאצי ערגער ווי היטלער, יעצט אויב איז טראמפ טאקע א היטלער וואלט ביידען אים קיינמאל נישט דעבאטירט די ביידען קאמפיין וואלט געקענט טאנען אז א נארמאלע רעפאבליקאנער וועל איך דעבאטירן אבער א קאנדידאט וואס איז א קרימענאל דארף מען גענצליך איגנארירן.

טראמפ ווערט אנגעקוקט דורך אסאך אינדעפענדענטס אלטס א קרימענאל מיט זיינע קאורט קעיסעס אין א אויפשטענדלער וועגן יונאר 6 יעצט מיט דעם וואס טראמפ שטעלט זיך אויף איין סטעיטש מיט די יעצטיגע פרעזידענט ביידען אין ווערט גערופן ווערן מיט די נאמען פרעזידענט טראמפ וועט עס שטארק צוריק ברענגען זיין אויסזעהן אלטס א פרעזידענט קאנדידאט.


די ביידען אדמיניסטראציע האט זיך אויסגענומען א גאנצע ליסט מיט תנאים, וואס נאר אויב מ'קומט דעיס נאך קיין ביידן גיין צום דעבטע, וואס זענען די תנאים? און פארוואס האט אויסגעפעלט פאר ביידען אזוי סאך תנאים?

לגבי די תנאים פון די דיבאטע, די ביידען קאמפיין האט אויסגעלייגט אסאך תנאים ווי עס זאל נישט זיין קיין לייוו עדיענס (דאס מיינט מענטשן וואס זענען דארט אין שרייען אין אפעלדירען איין קאנדידאט אדער די אנדערע ווען זיי זאגן א גוטע ליין) די ביידען קאמפיין האט דאס נישט געוואלט צוליב עטליכע סיבות קודם טראמפ איז באקאנט אז ער ווערט זייער פריש אין אויפגעהייטערט ווען מענטשן שרייען אריין ווען ער רעד, ביי די פאריגע דיבאטעס בעיקר אין די פריימערי אין 2016 האט טראמפ גערודערט א גאנצן צייט אין געהאט די נאכט טאקע צילוב וואס די מארדערעטער האבן פארלוירן קאנטראל, מיט דעם וואס טראמפ האט קענעקטעט מיט די ציבור.

אויך קען זיין אז די ביידען קאמפיין האט געהאלטן אז ביידען וועט ווערן שנעל צומישט וואס קען זיך מאכן אויב מענטשן וועלן אריינשרייען

די צווייטע תנאי איז געווען אז די מייקס זאלן זיין אויסגעלאשן ווען די אנדערע קאנדידאט רעד, וואס דעס איז מסתמא אויך אז ביידען זאל נישט ווערן צומישט, געוויסע אויף די לינקע מידיע רעגן זיך אויף דעם האלטענדיג אז טראמפ וואלט אריינגעהאקט ביידען א גאנצן צייט וואס וואלט גאר געהאלפן ביידען ביי די ענדע.

פארוואס האט אפילו טראמפ מסכים געווען צו די אלע תנאים?

טראמפ האט קוקט אויס געהאלטן אז די דיבאטע איז וויכטיג פאר אים נישט קיין חילוק ווער עס געווינט ביי די ענדע

טראמפ איז ווי באוויסט נישט אזא גוטע דעבאטירער, איר האלט אויך אזוי?

דיסעגרי.

טראמפ ביי די 2016 דעבאטעס איז אריינגעקומען זייער גוט אפילו קעגן קלינטאן -וואס איז זייער א גוטע דעבאטירער- האט ער גוט געפארן

אין 2020 ביי די צווייטע דיבאטע איז טראמפ געווען גאר גוט מיט גוטע ליינס אין גוט אויסגענומען, די ערשטע דעבאטע איז געווען שלעכט פאר טראמפ בעיקר צילוב די מארדערעטער וואס האט אראפגעפירט די דעבאטע אין די אדמה, מענטשן געדענקען נאר ווי אזוי טראמפ איז געווען ווילד אין שארף קעגן ביידן, וואס מען געדענקט נישט איז אז ביידען האט אויך אריינגעפארן טראמפ זייער אסאך מאל אויף א ווילדע אויפן ווי Will you shut up, man? אדער יעדער ווייסט ביזט א ליגנער ביסט די ערגסטע פרעזידענט אין די היסטאריע וכו.

ווי סי ען ען געט איבער היינט אינדערפרי, איז פון די אכט העכסטע ענטפערס אויף וואס מ'האט צו ערווארטן איז צו זעהן וואס ביידען וועט ענטפערן אויף זיין יארגאנג, האלט איר אויך אז דאס איז עפעס אויף וואס דארפן קוקן אויף, אדער ביידען האט שוין גענוג געמאכט זיין קעיס איז אהער?

אויף ביידענס עלטער איז זיכער אז ער גייט אויסניצן די צייט צו ווייזן פאר די פאלק אז ער איז דאהי וואס איך גלייב אז ער וועט זיין סוקסעספול מיט דעם, אפילו איך האלט אז ביידען איז שוין אלט אין שוואך האלט איך נאך אלטס אז ער איז מער ווייניגער דאהי אין ווייסט וואס טוט זיך ארום אים

זיין נקודה וועט מסתמא זיין אז מען זאל נישט קוקן אויף זיין יארגאנג נאר אויף טראמפ'ס קאנוויקשן.

ווער האלט איר גייט געווינען דעם דעבאטע? פארוואס‎?

ווער עס גייט געווינען די דיבאטע, עס איז שווער צו ענטפערן.

ערשטנס עס זענען דא געוויסע וואס האלטן אז א דיבאטע מאכט גארנישט אויס, איך האלט אז עס מאכט יא היבש אויס. א דיבאטע איז ווערט פאר א קאנדידאט סאך מער ווי מיליאנען דאלארן אין עדס צילוב וואס מיליאנען מענטשן קוקן עס, אין אנדערע ווערטער אויב ביידען אדער טראמפ האבן אויף א געוויסער וועג געכאפט מענטשן ביי די דיבאטע איז עס א שטארקע געווינס פאר זיי.

יעצט געווינען א דיבאטע מיינט נישט וועם די מידיע האט אפגעמאכטע האט געווינען די דיבאטע ווייל זיי גייען דאך סייווי זאגן אז ביידען האט געווינען די זעלבע מיינט נישט אייביג אז דער וואס האט געהאט עטלעכע גוטע ליינס ביי א דיבאטע מיינט אז ער האט געווינען.

געווינען א דיבאטע מיינט אז ער האט אויסגעניצט די צייט צו מאכן די קעיס פאר די פאלק פארוואס מען זאל אים אריינוועלן נאכאמאל אלטס פרעזידענט.

אין אנדערע ווערטער עס קען זיין אז איין קאנדידאט וועט געווינען די דיבאטע מיט בעסערע ליינס אין גוט פעפארמען אבער די צווייטע קאנדידאט קען ארויסגיין די עכטע געווינער אויב רעד זיינע פאלעסיס וואס ער האט גערעדט ביי די דיבאטע אפעלירט מער ביי די פאלק.

צירוק צו אונזער שאלה ווער עס גייט געווינען די דיבאטע ווענד זיך שטארק וואס די נושאים גייט זיין אויפן טיש אויב גייט מען רעדן פון טראמפ'ס קאנוויקשן האנטער ביידען יאנאוואר 6 2020 עלקשאן ביידענס עלטער, דעמאלט וועט ביידען ארויסקומען שטערקער נישט קיין חילוק ווי גוט טראמפ וועט נאר ענטפערן איז נישט גוט פאר אים ווען די זאכן זענען בכלל א נושא.

יעצט אויב גייט מען רעדן פון עקאנאמיע הויכע פרייזן אינפלאציע גרעניץ זיכערהייט אויסערן פאלעסיס וועט טראמפ געווינען די דיבאטע.

אויך איז דא א מעגליכקייט אז ביידע וועלן זיין גוט אין די דיבאטע וועט נישט צופיל אויסמאכן.

וויאזוי קוקסטו אן די דעס אז ביידן האט נאך אזוי לאנג מסכים געווען זיך צו שטעלן פאר א דיבטע?

ביידען איז די אינטערשטעליג אין די אנקעטעס ווי עס קוקט יעצט אויס פארלירט ער צו טראמפ האט ער אפגעמאכט אז די דיבאטע איז קריטיש פאר אים קענסט זיין זיכער אז אויב זאל ביידען לידען אין די אנקעטעס אזוי ווי אין 2020 וואלט ער נישט דעבאטירט.

אויף ווען איז באשטימט געווארן די דעבאטע? פארוואס, איז דא עפעס ספעציעל אין דעם טאג אדער סתם מ'האט אנגעכאפט א טאג?

היינט אויפדערנאכט 9 אזייגער

איך מיין זיי האבן פלען גענומען א גרינער דארנאשטאג

ווער גייט אנפירן מיט די דעבאטע און וואס איז זייער היסטאריע?

סי ען ען די לינקע מידיע נעטווארק גייט אנפירן מיט די דיבאטע, פאר זיי איז עס א שטארקע געווינס וואס קען זיי ברענגען אביסל צו העכערן זייער רעיטינגס וואס איז אין די אדמה.

די מארדערעטער וועלן זיין דשעק טעפער און פרוי דייענא באוש, צוויי אויסגעשפראכענע דעמאקראטן אין אנטי טראמפ, טעפער האט בעבר צוגעליגכען טראמפ צו היטלער, בקיצור זיי זענען נישט קיין דזשערנאליסטען נאר פאליטישע העקס קוקט אויס אז עס איז די בעסטע וואס סי ען ען קען ארויס שטעלן.

דער עולם געדענק אז אין די פארגאנגענהייט האט טראמפ ביי יעדע דעבאטע פערזענליך אטאקירט זיין קעגנער און אזוי ארום זיכער אז דער יעניגער האט שוין מורא צו עפענען זיין מויל, דיין מיינונג וועט עס טראמפ ווייטער פרובירן צו טוהן ביים היינטיגען דעבאטע אדער וועט ער אננעמען די געווענליכע דעבאטע טערמינען?

ביידען איז גארנישט אזא לעמעלע ער האט פיין אריינגעפארן פערזענלעך טראמפ ביי די דיבאטעס, דעס אז מ'גייט נישט קענען אריינהאקן וועט מסתמא מאכן טראמפ זאל זיין מער סטאביל.

ביי די פארגאנגענע וואלן נאכ'ן דעבאטע ווי טראמפ האט נישט די בעסטע אויסגענומען איז געווען געוויסע וואס האבן געוואלט זאגן אז דאס איז געקומען נאכדעם וואס ער איז געווען פרעזידענט און ער האט ווייטער געדארפט אנגיין מיט זיין סדר היום משאכ ביידען האט זיך געקענט אויסרוען למעשה מ'האלט פיהר יאר שפעטער און די מעשה איז פינקט פארקערט ביידען דארף אויספירן זיינע פליכטן און טראמפ האט צייט זיך צו גרייטן, האלט איר אז אויב ביידען ציט נישט אן אזוי גוט וועט מען קענען ניצן די זעלבע תירוצים ווי ביי טראמפ פיהר יאר צוריק?

די מעשה איז אבער יעצט פארקערט אין ביידען זיצט שוין אין קעמפ דוד פאר א וואך צייט אין 16 מענטשן גרייטען אים צו די דיבאטע, סא צו שוואך גייט ער נישט אריינגעקומען פון די אנדערע זייט האט טראמפ אפגעהאלטן מערערע ראליס אין קאמפיין פאנדרעזינג אווענט'ן אפשר וועט טראמפ זיין דער וואס איז נישט צוגעגרייט.

פון מיין זייט קוקט אויס ווי ביידע וועלן זיין פיין צוגעגרייט די שאלה איז ווער עס גייט רעדן מער פון די וויכטיגע אוישוס וואס פלאגן די וויילער איבערן לאנד.

געוויסע זאגן אז מ'גייט געבן פאר ביידען געוויסע סחורה אז ער זאל זיין הויעך און וואך ביים דעבאטע איר האט געהערט דערפון?

די גאנצע זאך איז אביסל נאריש אין מיינע אויגן אנגעהויבן פון טראמפ.

פרעזידענט ביידען איז זייער אסאך מאל שוין געזען געווארן אין פאבליק זייער אויסגעמוטשעט אין שוואך, פון די אנדערע זייט איז ער ביי די סטעיט אף די יוניאן געווען זייער שארף אין פריש וואס איז מסתמא געווען צילוב זיין גוט אויסגערוט אין נעמען געוויסע זאכן וואס מאכט פריש די מענטש.

איך גלייב יעדע פאליטישן נעמט אן געוויסע ענערגיע געטראנקען פאר אזא דיבאטע צו קענען זיין פריש, פאר ביידען איז עס מער וויכטיג צוליב וואס ער איז שוין מער אלט, אבער ווי געזאגט איז עס אביסל נארישע דיסקוסיע ווייל פאר א מענטש וואס קאלעכט עכט איז נישט דא קיין דראגס אים צו געבן.

וואס איז דיין מעסטער צו באשליסן ווער עס האט געווינען א דעבאטע?

נישט ווער עס גייט בעסער פליקן די אנדערע נאר, ווער עס גייט בעסער פארלייגן זיין וויזע פאר די פאלק.

גייט עס עפעס אויסמאכן אויף דיר פארוועם צו שטימען לויט ווער עס קומט אריין די קלארסטע ביים דעבאטע?

ניין.

עס קען אבער יא אויסמאכן אויף רעפאבליקאנער אדער אינדעפענדענטס וואס זענען נאך סקעפטיש איבער טראמפ, וואס אויב טראמפ וועט זיין פרעזידענטשול וועט ער זיי צירוק כאפן די זעלבע פארקעט מיט דעמאקראטן וואס זענען סקעפטיש אויף ביידנס יארגאנג וואס אויב ביידן קומט אריין קלאר וועלן זיי אהיים קומען.

אפילו פאר די אייגענע מענטשן מאכט עס אויס אויב זייער קאנדידאט קומט אריין שטארק אדער קלאר קען עס אויפהייטערן זיין באזע.

לדוגמא, אויב גייט טראמפ ווערן גאר שטארק אטעקירט דורך די מארדערעטער וועגן זיינע קרימענאל קעיסיס קען עס שטארק אויפהייטערן די טראמפ בעיס.

פאר וועם איז א דעבאטע געמאכט און ווער פארדינט די מערסטע דערפון?

ארגענעיל איז א דיבאטע געמאכט פאר די אמעריקאנע פאלק צו הערן פון די קאנדידאטן זייער וויזע פאר די צוקונפט פון די לאנד, מיט סי ען ען אנפירען די דיבאטע בין איך זיכער אז נישט דאס איז זייער ציל, זיי וועלן טרייען די מערסטע וואס זיי קענען צו שעדיגן טראמפ אין העלפן ביידען, די שאלה בלייבט וויפיל עס וועט זיי געלונגען.

א גרויסן ש'כח פאר דיין צייט!
זענט איר גרייט פאר אן אינטערוויו? מיין אישי איז אפן פאר אייך.

צייטונגען, מאגאזינען אדער סיי וועלכע אויסגאבעס וואס ווילן נוצן אונזערע מאטריאל, זאלן זיך פארבינדן מיט אונז בעפאר, אויף: [email protected] צו באקומען אונזער רשות דערויף.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10609
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

געוואלדיג! וועלקאם בעק!

דער אמעריקאנע חלום קומט אריין גאר קלאר.
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3230
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

מאסיוו, יעצט גארף מענארווארטן אויף היינט נאכט.

יישכ @American Dream און @אייוועלט רעפארטער
קודם טראכט
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 1:37 pm

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קודם טראכט »

לערי קאדלאו טענה'ט אז ער האט געזען טראמפ פאר די ערשטע 2020 דעבאטע און ער האט שוין געהאט קאוויד און נישט גוט געפילט
למעשה האב איך א שווערע געפיהל ער האט נישט אייביג די ריכטיגע ווערטער אין מויל
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5361
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

וועלקאם בעק @אייוועלט רעפארטער , איז נאך דא א שאנס דו זאלסט אנפירן די היינטיגע דעבאטע?

שקויעך @American Dream נייס דזשאב, יעצט זעמיר גרייט פארן שוי…
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10484
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

זייער קלאר! שכח!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6361
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

נייס, טענקס.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

הערליכע דזשאב.

וויל מיר דיר זעהן דא צוריק אפטער..
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33924
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קלאר ווי צוקער!

א גרויסן דאנק @American Dream , און פאר דער געלונגענער האוסט @אייוועלט רעפארטער !
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29810
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מעכטיגע ארבעט, סיי די שאלות, סיי די תירוצים.

איך אינדארסיר כמעט יעדע ווארט.

(איין קליינע נ. ב. ווען טראמפ איז ווען 10% אהעד דעבאטירט ער אויך נישט, והא ראי' די פריימערי..)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33924
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:03 pm
(איין קליינע נ. ב. ווען טראמפ איז ווען 10% אהעד דעבאטירט ער אויך נישט, והא ראי' די פריימערי..)
נישט עכט קיין ראיה ווייל דארט וואלט עס געווען מיט אפאר גארנישען וואס ער האט געוואלט מ'זאל פארגעסן פון, נישט אז זיי זאלן באקומען זייער מינוט פון פעים דורך א גוטע ליניע ביי א דעבאטע מיט אים.

משא"כ יעצט איז עס וואן אן וואן מיט ביידן וואו מ'קען זיך אסאך בעסער אויסצושמועסן.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
Sunflower
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

איך דארף א דעבאטע צווישן @American Dream און @שלמה הילדעסהיימער

מאדרעיטער זאל זיין @אה''ו מיט @צל עובר
🌻 🌻 🌻
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 18060
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

זייער שיינע אינטערוויא @American Dream און @אייוועלט רעפארטער

פליסיג, אינפארמאטיוו און צום פינטל
אוועטאר
Sunflower
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

בד"וו א ספעציעלע דאנק @American Dream פארן זיך האלטן צו די נייטראלע זייט, דהיינו נישט עקסטרעם טראמפיסטיש...
🌻 🌻 🌻
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

Sunflower האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:12 pm
איך דארף א דעבאטע צווישן @American Dream און @שלמה הילדעסהיימער

מאדרעיטער זאל זיין @אה''ו מיט @צל עובר
Don't
פארגלייך נישט @צל עובר צו CNN חלילה
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3889
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

GOOD JOB BRO @AMERICAN DREAM
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

Sunflower האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:12 pm
איך דארף א דעבאטע צווישן @American Dream און @שלמה הילדעסהיימער

מאדרעיטער זאל זיין @אה''ו מיט @צל עובר
קיינע דיסעגרימענטס מיט @אמעריקאנער טרוים דא, אויסער צו זאגן אז ביידענ'ס "פארמאך שוין דיין פיסק פאר גוט יאר" איז געווען נאך ענדלאזע אריינהאקן און העקלינג פון טראמפ. סאו קיין גרויסע דעבאטע איז נישט דא צווישן אונז.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33924
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:37 pm
Sunflower האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:12 pm
איך דארף א דעבאטע צווישן @American Dream און @שלמה הילדעסהיימער

מאדרעיטער זאל זיין @אה''ו מיט @צל עובר
קיינע דיסעגרימענטס מיט @אמעריקאנער טרוים דא, אויסער צו זאגן אז ביידענ'ס "פארמאך שוין דיין פיסק פאר גוט יאר" איז געווען נאך ענדלאזע אריינהאקן און העקלינג פון טראמפ. סאו קיין גרויסע דעבאטע איז נישט דא צווישן אונז.
נע, ער רעדט פון א פאליטישע דעבאטע אין פלאץ פון ביידן/טראמפ!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15905
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ביוטיפעל און אינפארמאטיוו, שכוח ביידע פון אייך.
אוועטאר
תולדות
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 1:20 pm
לאקאציע:בראשית

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולדות »

יישר כח @American Dream קיינמאל געוויסט ווי גוט די ביסט.
ראשעשיווע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: אייווועלט רעפארטער - וואס האט מען צו ערווארטן היינט נאכט? - אינטערוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

קיינער גייט זיך נישט אויסשמועסן. פעטש (ליין: קולות) וועלן גיין פון ביידע זייטן... אויסשמועסן אין קאפ אריין...
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”