אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אייוועלט רעפארטער
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 07, 2023 8:59 am

אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט רעפארטער »

מ'האלט מיר יעצט אביסל מער פון 12 שעה נאכן דעבאטע, ברענגן מיר ארויף צוויי ניקים @ר' זעקל און @אבימלך צו איבערשמועסן דעם דעבאטע.

קודם אין קורצן. וואס איז געווען דארט?


ר' זעקל: פאן. דאס איז אין איין ווארט

די צווייטע ווארט איז בזיונות.


אבימלך: איך בין געווען שאקירט, אז ביידען איז געווען אזוי שוואך, איך האב געהאלטן אז עס גייט זיין נאך א סטעיט אוו דע יוניען. און ביידען גייט אריינקימען אסאך שטערקער ווי ערווארטעט. אבער וואס האט מיך אסאך מער שאקירט איז געווען וואס די מידיע האט געטיען נאך די דעבאטע

ר' זעקל: ריכטיג, איך האב אויך ערווארטעט אזאנס, אבער מיט א צוויי און אכציג יעריגער קען מען זיך נישט אויסרעכענען.

און די פוינט איז עקזעקטלי וואס די טראמפ טיעם וויל אז די אמעריקאנער עולם זאל כאפן.

איז נישט געווען ערווארטעט אז ביידן גייט נישט אריין קומען אזוי שטארק?

אבימלך: זיי האבן אים גוט צוגעגרייט, היינט שרייען שוין טייל סטעף מעמבער'ס אז ער איז געווען צו צוגעגרייט, און דאס האט אים געמאכט משוגע.

ר' זעקל: איבער די חלק פון די מידיע איז אזוי.

פון די מינוט וואס ביידען איז אראפגעקומען די עסקעלעיטער, אקעי נישט ממש עסקעלעיטער, אבער יו גאט די טינג.. איז די מעין טאלקינג פוינט פון די טראמפ טיעם געווען אז דער בחור איז אלט און קאלעכט, בשעת וואס די ביידען זייט טרייבט קאטאוועס אז נע ביידען איז פריש אין קריספי.

דאס איז אנגעגאנגען דורכאויס די גאנצע 20' סייקל און אויך יעצט דורכאויס די 24' סייקל

דאס איז געגאנגן ביטערליך פייפן נעכטן נאכט ווען די גאנצע טאלקינג פוינט פון די דעמאקראטישע פארטע ווי כאילו ביידען איז קלאר און שארף איז געפאלן פלאך אויף די סטעידזש.

די מידיע קען נישט צו זיך קומען אז די אמעריקאנער באפעלקערונג האט זיי יעצט געכאפט רויטהאנטיג אז זיי האבן פשוט געפיטערט ליגנט פארן עולם די לעצטע פאר יאר.


אבימלך: זייער קלאר ארויסגעברענגט, איך קען עס דערווייל נישט גלייבען, ווי זיינע אזוי געריפענע פריינט אין די מידיע האבן אים אזוי אטאקירט.

אויב האט מען אים צו געגרייט אזוי גוט, פארוואס האט ער נישט כאטשיג געזאגט אפאר גוטע ליינס?

אבימלך: ער האט יא געהאט אפאר גוטע ליינס!

טראמפ איז אויך נישט געווען אזוי מעכטיג… אבער ווען אויף די צווייטע זייט שטייט ביידען איז עס געווען גאר גוט.


ר' זעקל: דיסעגרי, טראמפ איז געווען גאר גוט נעכטן.

אבימלך: ער וואלט געקענט זיין אסאך בעסער אויף פאליסי, אבער ער איז אריינגעקימען שטערקער ווי טראמפ.

ווען אויף די אנדערע זייט שטייט ביידען ביסטו גרעכט.


ר' זעקל: טראמפ'ס עיקר טשעלענדזש נעכטן נאכט איז געווען 1) נישט לאזן ביידען געווינען און שפילן אויף עבארשן און יאנואר 6 2) זיין אויף אפענס און שטעלן ביידען אויף דיפענס.
ביידע פון די דאזיגע זאכן קומט אים א 100 פלאס.


אבימלך: ר׳ זעקל איך גלייב נישט אז טראמפ האט באקומען נייע שטיצער נעכטן נאכט פון עפעס וואס ער האט געזאגט, אפשר האט ער באקומען נייע שטיצע פון דעם וואס ביידען האט געטיען אבער נישט פון דעם וואס ער האט געזאגט עפעס א גוטע זאך

ר' זעקל: טראמפ אריינגייענדיג צו די דעבאטע האט נישט געדארפט באקומען נייע שטיצער, עז ווי ספיעק איז ער דער געווינער, ער האט נאר געדארפט זיכער מאכן אז ביידען זאל זיך נישט צוריקכאפן, און אז עבארשן און יאנואר 6 זאל צוריק ווערן די סובדזשעקט

אבימלך: ער איז זיכער די געווינער, די פראגע איז נאר פארוואס און אויף וואס האט ער געווינען?

ר' זעקל: און חוץ מזה, לאוו דווקא פון די דעבאטע, נאר בכלל טראמפ'ס אפראוטש די לעצטע פאר חדשים אבער אויך פון דעם דעבאטע, האט ער זיכער צובאקומען געוויסע אינדעפענדענטס און בוש רעפאבליקאנער וואס האבן מורא באקומען פון אים זינט יאנואר 6

סאו ווי געזאגט, דאס וואס ער האט געדארפט אויפטוען ביי די דעבאטע ווי פריער געשריבן האט ער באוויזן, און אן טאפ פון דעם איז נאך ביידען געווען א דיזעסטער אויך און די גאנצע נערעטיוו פון די מידיע די לעצטע 4 יאר איז געגאנגן פלאך


אבימלך: האסט א שטארקע פוינט

ר' זעקל: עז יוזשועל...

די מאדערעיטערס, אויף וועמענס זייט זענען זיי געווען?

אבימלך: די לינקע שרייען אז זיי האבן ערלויבט טראמפ צו זאגן ליגענט. אבער איך האלט אז זיי זענען געווען זייער פאסיוו

ר' זעקל: לגבי די מאדערעיטערס, זיי האבן געטוהן א סאליד דשאב פארגעהאלטן דעם אינקאמבענט פאר די פראבלעמען פון די לעצטע 3 א האלב יאר, און פארגעהאלטן דעם געוועזענעם פאר זיינע פראבלעמען.

זיי האבן גוט געקאווערט טאפיקס, געפארן סמוד פון איינס צום צווייטן

ר' זעקל: דע פראבלעם איז נאר געווען אז ביידען האט נישט געוויסט ווען מ'דארף סטאפן רעדן

אבימלך: אבער די לינקע זענען ברויגז אז זיי האבן נישט fact check טראמפ (ווי אויך ביידען)

ר' זעקל: דאס איז געווען א דעסישען פון CNN וואס ווען זיי טוהן דאס ווען יא וואלט עס געווען א צופארענע דעבאטע

אבימלך: יא איך ווייס אז זיי האבן דאס געזאגט פריער אז זיי גייען אזוי טיען, אבער איך זאג דיך פשוט וואס די דעמאקראטן שרייען יעצט

ר' זעקל: יא יא

פארווארס האבן זיי טאקע נישט אריין גערעדט ווען טראמפ האט אנגעהויבן ענטפערן נישט וואס זיי געפרעגט?

אבימלך: זיי האבן אים אפאר מאל געזאגט, מר טראמפ דו האסט נישט גענטפערט די פראגע

וואס האט מען צו ערווארטן אויף ווייטער?

אבימלך: גארנישט גייט זיך טוישן, ביידען גייט נישט אוועק

ר ' זעקל: סאו די דעמעדזש איז זיכער א לאנג טערמיניגע נאו דאובט עבאוט איט, די דעמאקראטן קענען שוין נישט ספינען אז ער איז קלאר און קעיפעבל צו פירן די לאנד, די קליפס פון די נעכטיגע דעבאטע גייט ארום סירקלען ביז די עלעקשאנס, אבער די פארמעסט איז ווייט פון אווער, ס'האט זיך פשוט גערוקט נאך אביסל נענטער צו טראמפ

אבימלך: טיעם טראמפ האט זיכער באקימען פעסטע קליפס צו ניצן, איך רעד בעיקר פון די מידיע נאך די דעבאטע. דאס איז ווערט בילאנען פאר א קאמפיין!

ר' זעקל: ביג טיים

אבימלך: ר׳ זעקל דו האלטסט אז די אנקעטע נומבערס גייען זיך טוישן? איך בין נישט אזוי זיכער

ר' זעקל: זיכער אז יא, אבער לכאורה נישט קיין גרויסע נאמבערס.

אבימלך: טיים וויל טעל

ר' זעקל: רוב דעמאקראטן און אנטי טראמפ חברה גייען נישט פלוצים וועלן האבן טראמפ פאר פרעזידענט

אבימלך: אויף דעם זאג איך אז זאכן גייען זיך נישט טוישן אסאך

ר' זעקל: ס'דארף זיך נישט טוישן צו אסאך ארויסצונעמען די ליפט פון די ביידען קאמפיין

ר' זעקל: אבער אינדעפענדענטס קענען יא שיין שיפטן צו טראמפ

אבימלך: זיי האבן אויך נישט ליב טראמפ

ר' זעקל: ריכטיג, אבער די צוזאמשטעל פון טראמפ'ס פירן אסאך מער א דיסציפלינירטע קאמפיין און האקן איבער פאליסי צוזאמען מיט א האלב חרובע ביידען קען זיי מאכן צו איינשטעלן מיט טראמפ

אדער עטליעסט נישט וואוטן פאר ביידען

אבימלך: די third-party קאנדעדאטן זענען זיכער גרויסע געווינערס פון נעכטן נאכט

אבימלך: די טראמפ קאמפיין דארף פשוט אויפשפילען די קליפ ווי CNN פרעגט די וויצע פרעזידענט צו דאס איז די זעלבע ביידען וואס דו זעסט אין די ווייסע הויז יעדער טאג

ר' זעקל: און לאמיר נישט פארגעסן אז אויב זאל ביידען געווינען גייט ער ביים סוף פון זיין טערמין - אויב זאל ער עס דערלעבן - זיין 86 דער פון אויבן זאל אפהיטן וויאזוי ער גייט אויסזעהן און די וויילער כאפן דאס

פארוואס האט טאקע די מידיע זיך גענומען אויף ביידן'ס ביינער? זיי האבן נישט מורא אז עס קען זיי צוריק בייסן?

אבימלך: זיי האבן נישט געוויסט ווי אזוי עס צו עסן, די גאנצע נערעטיוו ווי ר׳ זעקל זאגט איז געפאלן פלאך אויפן פנים

לאמיר ענדיגן, א ווארט פון ענק ביידע?

ר' זעקל: די ביידען קאמפיין האט געכאפט א מאסיווער קלאפ אבער נישט קיין טויטליכע.

אויב זאל ביידען ווייטער אזוי עקטען ווי נעכטן נאכט דאן קען ער נישט געווינען אבער אויב זאל ער זיך צוריקכאפן קען ער נאך געווינען, אבער מיט דעם אלעם וואלט נאך אלס די נעכטיגע דעבאטע געווען א שטארקע קלאפ וואס ברענגט שטארק אראפ זיינע שאנסן

און לגבי טראמפ, איך ווייס נישט ווער ס'זענען זיינע ראטגעבער אבער זיי טוהן א גוטע דזשאב סיי מיט וויאזוי ער פירט זיין קאמפיין די לעצטע שטיק צייט און סיי וויאזוי ער האט פערפארמד נעכטן נאכט.


אבימלך: ביידען האט זיכער געכאפט שווערע קלעפ נעכטן. טראמפ זאל נאר בלייבן שטיל און נישט רעדן וואס ער דארף נישט, און לאזן ביידען זיך אליינס חרוב מאכן האט ער א שאנס. אבער איך האלט אז די דעמאקראטן גייען לייגען ביידען אין די באקאנטע בעיסמענט. זיי גייען אים יעצט גאר שטארק באשיצן

טראמפ איז זיכער מער וואויל לעצטענס און ער דארף דאס אנהאלטן


ר' זעקל: סך הכל. דער איינציגסטער וואס קען נאך אראפברענגן טראמפ איז א פערזאן מיטן נאמען דאנעלד טראמפ

אבימלך: אגרי

ר' זעקל: אויב זאל ער ווייטער פארן די קומענדע פאר חדשים ווי די לעצטע פאר גייט ער זיין די 47'טע פרעזידענט

ר' זעקל: און א ווארט פארן ספאנסער פון די נעכטיגע טראמפ עדס דזשאו ביידען טענקיו מיסטער פרעזידענט...

אבימלך: דאס איז אבער זיכער טראמפ דארף זיך אויך בעסער גרייטן פאר די נעקסטע דעבאטע

ר' זעקל: געווען א פלעזשער צו שמועסן מיט ענק ביידען העוו עי גוד דעי

אבימלך: שכח ר׳ זעקל און אייוועלט ריפארטער!

א גרויסן שכח פאר אייך ביידע! א גוט שבת.
זענט איר גרייט פאר אן אינטערוויו? מיין אישי איז אפן פאר אייך.

צייטונגען, מאגאזינען אדער סיי וועלכע אויסגאבעס וואס ווילן נוצן אונזערע מאטריאל, זאלן זיך פארבינדן מיט אונז בעפאר, אויף: [email protected] צו באקומען אונזער רשות דערויף.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15929
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

וואט עי טריעט, סטאנינג!
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

נייס דזשאב!

שכויעך ענק דריי
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

גראדע האבן די מאדערניטארס געשיפט אפאר מאל לטובת ביידן, סיי מיטן איהם זאגן אז ער זאל נישט ענטפערן פאר טראמפ איבער געוויסע זאכן וואס טראמפ האט ארויסגעברענגט, און סיי מיטן איהם געבן די לעצטע ווארט, נאך כמעט יעדע טאפיק, און אפי' איינמאל איהם צוריק אנגעצונדן די מייק...

שכח ענק פאר די שמועס.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.


איך בין יעדעס יאר געפארן, היי יאר האב איך נישט דאס געלט און מ'בלייבט אין שטאט ווי איידער בארגן.
קאנטרי איז אויסדרוקליך א #לוקסוס.

א ניק אויף אייוועלט.
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

אייוועלט רעפארטער האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 12:38 pm
אבימלך: האסט א שטארקע פוינט

ר' זעקל: עז יוזשועל...

די זעלבע איז אויף די פארזיצער פונעם נייעס טישל..


ייש"כ פאר די שמועס און אינטערוויו און אלע נייעס נעכטן נאכט.
אוועטאר
דאני
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

נייס
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
פאר מאר יעירס, פאוז....
אוועטאר
איין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

הערליך
תקנה ה.3
אין א צייט ווען עס ווערט דערקלערט א 'זיראנץ' (זערא טאלעראנץ) פאליסי, וועט מען פ'טאגלעך'ען באנוצער אפילו פאר קליינע פארלעצונגען, און אן קיין מ'חיריק בעפאר.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 34031
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הערליך, אינפארמאטיוו, און קלאר!

א דאנק אייך אלע!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שחיטה
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

קריעטיוו!!

וואלט בעסער געווען ווען עס איז אביסל א היציגע דעבאטע נישט ווען יעדער איז מסכים צום צווייטן..

אבער דאך הנאה געהאט
שכח
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

נייס! טענק יו @אייוועלט רעפארטער , @אבימלך און @ר' זעקל !
# שוואכער_איז_אוט
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5930
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

@אבימלך @ר זעקל מאסיוו גוטע ארבעט

קלאר ארויסגעברענגט מיט די ריכטיגע ווערטער

@אייוועלט רעפארטער א ריזען דאנק פאר די ווארע וואס די ברענגסט אהער
אוועטאר
FDR
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

👍👍👍
זייער הנאה געהאט!
"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!
נאמן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:29 pm

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאמן »

ווערי נייס! שכח
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

פיין
טענקיו @אייוועלט רעפארטער

יישר כח @ר' זעקל און @אבימלך
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
מה נשמע
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:33 am

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה נשמע »

טענקס!! וואנדערפול!!!

@ר' זעקל דעס וואס די האסט מסביר געוועהן פארוואס די מידיע האט אזוי אטאקירט ביידן...

Agree with you💯
# “On Jan. 6, we had a great border. Nobody coming through, very few. On Jan. 6, we had an economy that was the best in the world. Our stock market was the best ever.”

(דאנאלד טראמפ צו דזשאו ביידן)
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח
זייער הנאה געהאט
אוועטאר
2 אידן 3 מיינונגען!
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 2:29 pm

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 2 אידן 3 מיינונגען! »

את פתח לו האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:16 pm
גראדע האבן די מאדערניטארס געשיפט אפאר מאל לטובת ביידן, סיי מיטן איהם זאגן אז ער זאל נישט ענטפערן פאר טראמפ איבער געוויסע זאכן וואס טראמפ האט ארויסגעברענגט, און סיי מיטן איהם געבן די לעצטע ווארט, נאך כמעט יעדע טאפיק, און אפי' איינמאל איהם צוריק אנגעצונדן די מייק...

שכח ענק פאר די שמועס.

א גרויסן ישר כח פאר די הערליכע אפהאנדלונג דא

(באלאנגט אפשר נישט דא

די וועג וויאזוי זיי האבן געפרעימט די שאלות איז אויך געווען היבש בייעסט קעגן טראמט)
די דריטע מיינונג איז פארקערט ווי יענעם!
וואס זענען די ערשטע צוויי???
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4550
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

ווערי שיין! שכוח @אבימלך , שכוח @אייוועלט רעפארטער , שכוח @ר' זעקל .

איך מיין אז די דיבעיט וועט אריינגיין אין היסטאריע אלס איינס פון די מערסט אויסמאכענדע דיבעיטס, און עס האט זערא מיט די חומר וואס מען האט גערעדט דארט.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
עניטינג
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2021 2:42 pm

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עניטינג »

את פתח לו האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:16 pm
גראדע האבן די מאדערניטארס געשיפט אפאר מאל לטובת ביידן, סיי מיטן איהם זאגן אז ער זאל נישט ענטפערן פאר טראמפ איבער געוויסע זאכן וואס טראמפ האט ארויסגעברענגט, און סיי מיטן איהם געבן די לעצטע ווארט, נאך כמעט יעדע טאפיק, און אפי' איינמאל איהם צוריק אנגעצונדן די מייק...

שכח ענק פאר די שמועס.
די מאדערעיטערס זענען געווען לטובת ביידן מיט די וועג וויאזוי זיי האבן געפרעגט אסאך שאלות. צום ביישפיל איבער אנטיסעמעטיסן און שארלעטסוויל. ווי כאילו אונטער טראמפ איז אנטיסעמעטיסן געווען א גרעסערע פראבלעם ווי אונטער ביידן. פארוואס נישט פרעגן ביידן איבער די שרעקליכע אנטיסימעטיסן אונטער איהם מיט די אלע שרעקליכע פראטעסטן וואס ער האט נאר איינמאל פארדאנמט.
און נאך אסאך.
סוי עס איז נישט געווען אזוי פעיר געפרעגט בכלל.
דאס אז זיי האבן נישט אריינגעשריגן יעדע מינוט אז טראמפ זאגט ליגנט איז טאקע שיין פון זיי אבער עס מאכט עס נאכנישט "נישט בייעס".
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: אייוועלט רעפארטער - וואס האט זיך למעשה אפגעשפילט? - דיסקאסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

why drink and drive when you can smoke and fly
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”