אויספרעג איבער די בעפארשטייענדע פרעזידענטליכע וואלן
צו פארשטיין אביסל וואס דער דעת הקהל איז, האמיר זיך ארויסגעלאזט אויף די אייוועלט'ע גאסן, און אויסגעפרעגט געוויסע ניקס צו הערן וואס עס ליגט זיי אויפן געדאנק.
פאלגענד זענען די רעזולטאטן. לייענט און האט הנאה.
אה, קוק וועם איך זע דא, איך האב אים שוין לאנג נישט געזען. דאס איז דאך @פעיק ניוז , לאמיר אים פרובירן צו אפשטעלן, איך האף ער וועט מיר וועלן ענטפערן, עס זעט אויס ווי ער יאגט זיך:
אנטשולדיגט! פארוועם וואלט איר געשטימט ביי די קומענדיגע עלעקשנס? טראמפ אדער העריס?
פעיק ניוז:טראמפ.
אלס וואס וואלט איר געקליבן טראמפ?
פעיק ניוז:
1. רעליגיע און מאראל. טראמפ און די רעפובליקאנער פארטיי אין אלגעמיין זענען פראו רעליגיע, פראו גאט, פראו מאראלישע ווירדן. משא"כ די דעמאקראטישע מאשין און העריס וואס פארטרעט זיי קוקט ארויס פטור צו ווערן פון רעליגיעזע און מאראלישע שעבודים. זינט איך בין א רעליגיעזער איד וועל איך שטיצן די פארטיי וואס זוכט נישט צו דעסטרויען די נאטירליכע וועלט באשאף, זוכט נישט צו מאכן געזעצן וואס גייען אין קעגנזאץ צו מיין רעליגיע און ווירדן. ועוד יותר, זוכט מיר נישט איינצוטיילן מיט וועלכע יסודות מחנך צו זיין מיינע קינדער. דאס איז די ערשטע און הויפט סיבות פאר'ן הייס שטיצן די פאליטישע מאשין איבער די אנדערע.
2. עקאנאמיע. טראמפ פארטרעט א פרייע עקאנאמיע, מיט ווי ווייניגער רעגולאציעס, נידריגע שטייערן און אז אנדערע עקאנאמיעס זאלן נישט רייך ווערן אויף דעם חשבון פון אמעריקאנער. העריס פארטרעט די פארטיי וואס זוכט ווי מער רעגולאציעס, פרייז קאנטראל, און וויל איינפירן אן עקאנאמישן סיסטעם וואס וועט בעפארצוגן ענווייראמענטאלע און סאציאלע אספעקטן איבער די עקאנאמישע בענעפיטן פאר ביזנעסער. די זעלבע פארטיי פייט פאר 'עקוויטי', וואס איז סימפל קאמוניזם איבערגעפאקט.
3. אימיגראציע. אומלעגאלע אימיגראציע דארף אפגעשטעלט ווערן. פאר צוויי סיבות: 1. מען קען נישט איבערקוקן ווער עס קומט אלס אריין אין לאנד. עס קענען אריינקומען טעראריסטן, פארברעכער, דראגס און מענטשן מיט פרעמדע ווירדן און מענטשן וואס וועלן זיך סתם אנלייגן אויף רעגירונג בענעפיטן און גארנישט צוגעבן צום לאנד און נאכמער ארויפשרויפן די פעדעראלע חוב און דערביי אראפשלעפן די עקאנאמיע, ווי מיר זעען מיט די אויגן דא אין ניו יארק ווי די חברה זיצן היימלאז אויף דער רעגירונג'ס קאסע. טראמפ וועט - האפנטליך - בויען זיין וואנט און איינפירן שטרענגע גרעניץ אינפארסמענט, ווי ער האט פארשפראכן.
4. לאו ענד ארדער. טראמפ און רעפובליקאנער שטייען פאר געזעץ און ארדענונג, אנלייק דעמאקראטן וואס טוען אלעס אפצואשוואכן דעם כח פון געזעץ היטער און דערמיט מאכן אונזערע געגנטן ווייניגער פארזיכערט.
5. מלחמות און דיפלאמאטיע. טראמפ האט א פראגמאטישן וועג וויאזוי ער באגייט זיך מיט אנדערע וועלט פירער, פריינט ווי פיינט צוגלייך, וואס האט געפירט צו א פרידליכע וועלט אונטער זיין זייגער. ער לאזט זיך נישט טרעטן אבער וועט פארט זיך אראפזעצן מיט דיר און פרובירן פארשטיין וואס מען קען אויסארבעטן.
6. פרייהייט פון ווארט. די דעמאקראטישע מאשין שטעלט פאר אן אגענדע צו צעטרעטן דעם איינציגן רעכט וואס האלט אן א געזונטע דעמאקראטיע, נעמליך דעם רעכט פון אויסדריקן א מיינונג. זיי טוען אלעס צו דערשטיקן דעם רעכט. טראמפ און רעפובליקאנער קעמפן דערקעגן. דער איז נאו וועי איך זאל שטיצן די דעמקראטישע פארטיי איבער דער רעפובליקאנער, פאר דער סיבה אליין.
7. רעגירונג קארופציע. רעפובליקאנער און טראמפ זאגט - עטליעסט - אז זיי וועלן איבערמאכן די רעגירונג סטרוקטור און אויסרייסן קארופציע און רעגירונג טיראניע פון אינערהאלב די פאליטישע און רעגירונג קארידארן. דעמאקראטן באניצן זיך מיט אט די קארופציע פאראויסצושטופן זייערע אגענדעס, צו דערשטיקן פאליטישע קעגנער. דאס איז נישט קיין פרייע לאנד, און איך וועל נישט שטיצן אזא פארטיי און זייער פירער.
ער איז שוין געווען פרעזידענט פיר יאר, וויפיל פון דעם ליסטע האט ער אויסגעפירט דאן?
פעיק ניוז:כמעט אלע פון זיי, למחצה לשליש ולרביע. די הויפט נקודה איז אבער אויך צוריקצוהאלטן די אנדערע זייט פון טון דאס פארקערטע.
האט דער לעצטער דעבאטע עפעס אויסגעמאכט אויף אייער החלטה?
פעיק ניוז:ניין.
א שטודיע צייגט אז א גרויסע מערהייט אמעריקאנע אידן שטיצן העריס, וואס קענט איר זאגן דערצו?
פעיק ניוז:קוק. די רעליגיעזע סיבות האבן זיי דאך נישט, זינט מען רעדט אממערסטנס פון סעקולארע אידן. לגבי אלע אנדערע פאליטישע פאקטארן ווייס איך נישט פארוואס עס האט זיך אזוי אויסגעשטעלט. מעגליך וויבאלד דער איד וואס האלט נישט קיין אידישקייט וועט ענדערש נאכלויפן הפקרות ווי דעם אלגעמיינעם גוי, ווייל דער אינערליכער הרגש וועלכער וויל אים צוריקציען צו אידישקייט לאזט אים נישט צורו און ער וויל דעריבער נאכמער אוועקלויפן דערפון, טוט ער עס דורכ'ן אריינגיין מער אין הפקרות און ווייטער גיין פון מאראלישע און רעליגיעזע שעבודים, א זאך וואס די דעמקראטישע פארטיי עז עי האלל טוט שטארק סערווירן.
אדער קען מען זאגן אז מען האט אזויפיל געפרעדיגט אז די דעמאקראטישע פארטיי איז די וועלכע נעמט זיך אן פאר מינאריטעטן ווס. די רעפובליקאנער פארטיי וועלכע איז אינפעסטירט מיט ווייסע ראסיזם און אנטיסעמיטיזם, האט געהאלפן שיפטן מינאריטעטן, אידן אין אלגעמיין, צו דער דעמאקראטישער פארטיי.
נאך א נקודה, אידן זענען דאך קלוגע חברה, יא? דעריבער זענען אידן אין אלגעמיין געבילדעטע און שטודירטע חברה. ציפערן צייגן אז שטודירטע אמעריקאנער אין אלגעמיין ציען מער צו לינקס, ווארשיינליך צוליב דעם לינקן כאראקטער וועלכע קאלעדזשעס און אוניווערסיטעטן האבן אנגענומען די לעצטע יארן.
מסתם זענען אלע דריי נקודות גילטיג און וואליד.
ערווארט איר אז טראמפ גייט זיין דער נעקסטער פרעזידענט?
פעיק ניוז:איך האב קיין ערווארטונג. עס איז אוממעגליך צו וויסן, לדעתי. אבער אויב וועט טראמפ געווינען, קומט כאאס אין לאנד. די "הי איז נאט מיי פרעזידענט" דעמאנסטראציעס וועלן זיין א וויץ קעגן וואס קומט...
א דאנק פאר אייערע קלארע ענטפערס.
הו הא, עס איז אונז געלונגען.
איצט לאמיר זען וועם נאך מען קען דא אפשטעלן.
=====================
@@@@@@@@@@@@@@@@@
=====================
אה. זע איך דא איינעם. הא הא, ער פארשטעקט זיך דאס פנים, ער האט מורא פונעם קאמערע? נו שוין, אז ער וויל זיך נישט אידענטיפיצירן איז נישט.
אנטשולדיגט! פארוועם וואלט איר געשטימט ביי די קומענדיגע עלעקשנס? טראמפ אדער העריס?
העריס
אלס וואס ווא.... אופס, ער איז שוין נישט צום געפינען.
שוין, וועט מען אפירזוכן נאך איינעם.
=====================
@@@@@@@@@@@@@@@@@
=====================
אה, איך מיין איך זע איינעם, וואס וועט גערן ענטפערן. א קנייטש הוט מיט א לאנגע בארד? אה, עס איז @אבימלך . לאמיר באקומען זיין אנטענטשן:
אנטשולדיגט! פארוועם פלאנירט איר צו שטימען? טראמפ אדער העריס?
אבימלך:דערווייל פאר מיך אליינס.
וואס איז? איר זענט נישט צופרידן מיט קיינעם פון זיי?
אבימלך:איז אזוי. העריס וועל איך קיינמאל נישט שטימען פאר, קענסט מיר געבן א מיליאן דאללער, זי באקומט נישט מיין שטימע! איך האב פיינט די גאנצע ליבעראלע געשעפט, און זי איז עפעס נעקסט לעוועל ליבעראל, פארשטייט זיך אז יעצט טוישט זי ארום אירע פאלעסיס ווייל זי דארף דאך געווינען, אבער מען דארף נישט צוריקגיין צו לאנג צו זעהן what she’s all about..
און וועגן טראמפ איז אזוי. איך האלט אז ער איז א מענטש מיט גאר שלעכטע מידות.. איך האב נישט ליב די מענטש אליין, זיינע פאלעסיס זענען אפשר אין ליניע מיט מיינע אינטערעסן פארדעם זאג איך אז ״דערווייל״ האט ער נישט מיין שטימע, עס איז מעגליך אז ביי די שטים בודקע וועט ער יא זוכה זיין, אבער דערווייל איז עס אבימלך פאר פרעזידענט…
פארשטייט זיך ווען איך וואלט געווען אין א סווינג סטעיט וואלט טראמפ זיכער באקומען מיין שטומע.
ווען איר רופט א טעכניקער צו פאררעכטן עפעס, וועט איר קוקן אויף זיינע מידות אדער צו ער מאכט א גוטע ארבעט?
אבימלך:אמת, פארדעם זאג איך אז אויב וואלט איך געשטימט אין א סווינג סטעיט (ווי למשל מאנסי, ווי יעדער שטימע ציילט), וואלט ער זיכער באקומען מיין שטימע, אבער פון ניו יארק, וואס עס גייט נישט צופיל אויסמאכן, ווייס איך נישט אויב ער גייט זיין לאקי צו באקומען מיין שטימע.
אקעי. לאמיר זאגן אז איר זענט אין א סווינג שטאט, אלס וועלכע סיבה וואלט איר געשטימט פאר טראמפ?
אבימלך:אסאך סיבות:
1) גרעניץ זיכערהייט!
2) העריס איז א קאמיוניסט.
3) ווען ער איז געווען אין אפיס איז למעשה געווען שטיל, יעצט איז כאאס!
4) ער איז נישט א לינקע ליבעראלע פאפעט.
5) די עקענאמיע גלייב איך גייט אויפלעבן אינטער א טראמפ אדמינעסטראציע.
6) ווייל ער האט נישט פיינט רעליגיע.
איר זאגט גרעניץ זיכערהייט. וואוינט איר דען אין א גרעניץ שטאט אז עס שטערט אייך וואס טוט זיך ביים גרעניץ?
אבימלך:די מאסן וואס קומען אריין ווערן צושפרייט אויף אלע סטעיטס. זאג דו מיר, זעסטו נישט די פארפלייצונג פון אימעגראנטן? ביסטו ארויס אמאל פון דיין הויז?
וואס ווילסטו פון די נעבאכדיגע אימיגראנטן וואס קענען זיך נישט קיין עצה געבן אין זייער לאנד, און ווילן אויך האבן פון וואס צו לעבן?
אבימלך:נו, עס איז דא א לעגאלע וועג פון אריינקומען.
זאגט דאך העריס אז זי גייט פאררעכטן דעם גרעניץ. ווי אויך אז זיי האבן שוין געוואלט מאכן א געוויסער געזעץ צו פאררעכטן די גרעניץ, נאר די רעפאבליקענס האבן עס געשטערט.
אבימלך:אויב זיי וואלטן געוואלט עפעס טון וואלט עס געשען, זיי דארפן נאר אראפציפען אפאר ביליאן פון די געלטער וואס זיי געבן אויס אויף אומלעגאלע אימעגראנטן און ענדיגען די גרעניץ וואנט, און אלעס וועט זיין אקעי.
וואו זעט איר אז העריס איז א קאמיוניסט?
אבימלך:איין משל?
די איידיע וואס זי האט געזאגט אויף פריייזן קאנטראל, אז די גאווערמענט זאל קענען זיין אין קאנטראל פון פארשידענע פרייזן.
זי האט ליב ביג גאווערמענט איך האב ליב א גאווערמענט וואס קלענער די בעסער.
איך וויל מיך קלארמאכן. עס גייען זיין ניקס וואס גייען שרייען אויף מיך: דו זאגסט אז העריס איז א קאמיוניסט? א קאמיוניסט מיינט אז די גאווערמענט קאנטראלט אלעס, העריס וויל נישט יענץ!
גערעכט, איך עגרי, אבער דאס וואס זי האלט אויף די גרין ניו דיעל, פרייז קאנטראל, מעדיקער פאר אלל, אין אירע עקסטרעמע equality שיטות וכו׳ וכו׳ מאכט איר גאר נאנט צו זיין א קאמיוניסט. יא איך ווייס אז טראמפ פרובירט איר צו ברענדען אלס א קאמיוניסט פאר פאליטישע צוועקן, איך זוך נישט יענץ, איך ווייס אבער ביי מיר אין קאפ אז דאס איז גאר נאנט צו קאמיוניזעם און איך וויל שטיין ווייט פון דעם.
איר זאגט אז ווען טראמפ איז געווען אין אפיס איז געווען רואיג און יעצט איז כאאס, מיט וואס האט דאס צו טון?
אבימלך:אז ער איז א צורודערטער משוגענער, און אסאך מאל ווען מען האנדלט מיט א משוגענע וועלט (פוטין, איראן און קום יאנג אן), דארף מען א משוגענער זיי צו האלטן אין קאנטראל, סימפלי ווייל זיי האבן נישט געקענט אויסרעכענען זיין נעקסטע סטעפ.
האלט איר אז דאס איז דער סיבה אז פוטין האט נישט אינוואדירט אוקריינא בשעת דעם טראמפ פרעזידענטשאפט?
אבימלך:איך מיין אזוי.
ער איז געווען צולאזט און צעווילדעוועט אונטער בוש, אבאמא און ביידען, דער 4 יאר פון טראמפ האט ער איינגענומען א שטילקייט.
וואס ערווארט איר פון טראמפ צו טון אין דעם הינזיכט איינמאל ער געווינט?
אבימלך:ער גייט פראבירן אלעס אין די וועלט צו מאכן שטיל, צו ער גייט צווינגען אוקריינע עפעס נאכצוגעבן פאר שלום? זייער מעגליך. אבער דאס איז זיכער אז די טשאנסן פאר שטילקייט זענען אסאך העכער אינטער אים.
האלט איר אז אוקריינא דארף דא עפעס נאכגעבן פון זייער טעריטאריע? וועט דאס נישט אנרייצן דעם אפעטיט צו כאפן נאך טעריטאריע און דערנאך וועט מען מאכן א דיעל?
אבימלך:איך ווייס נישט וואס אוקריינע דארף טון, איך ווייס נאר אז עס דארף צוריק ווערן שטיל,
פארדעם טאקע גיי איך נישט געווינען די עלעקשן, ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי צו לייגן רוסלאנד אין פלאץ, אבער דאס איז זיכער אז טראמפ גייט שווער ארבעטן אויף דעם.
און וואס איז אייער מיינונג איבער די מדנ"י קאנפליקט, וויאזוי וועט עס טראמפ באהאנדלען?
אבימלך:טראמפ זאגט דאך אז ער גייט לאזן מדנ״י ענדיגן די דזשאב שנעל און געשיקט.
דערווייל זע איך נאכנישט די נאציאנאלער זיכערהייט בריפינג יעדער טאג, סאו איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אבער איך גלייב אז ער גייט מאכן פרעשער אויף מדנ״י אז מען זאל שוין ענדיגן טאנצן ווייל עס ווערט שפעט.
האט איר נישט מורא אז טראמפ איז א דיקטאטור?
אבימלך:וואו האסטו געזען אז ער איז א דיקטאטור?
די דעמאקראטן און דער גאנציע מידיע זענען כסדר פארנומען צו ווארענען דערוועגן, זענט איר נישט באזארגט?
אבימלך:מידיע? איך האב עס נישט געליינט אויפן נייעס טישל…
ערנסט גערעדט, איך האלט אז די אמעריקאנע דעמאקראטיע און קאנסטעטוציע איז שטערקער פון טראמפ, אפי אויב ער וויל ווערן א קעניג קען ער נישט, עס איז נאריש צו זאגן אז ער איז א דיקטאטור.
אקעי, לאמיר זיך רוקן צו די עקאנאמיע. וואס האלט איר איז דער צושטאנד פונעם עקאנאמיע יעצט אינעם לאנד?
אבימלך:זאג דו מיר אליינס, איז נישט דיין גראסערי ביל אסאך גרעסער?
די צאל פון געשעפטן וואס גייען באנקראט איז ביי א רעקארד הייך! און דאס איז אין די אלגעמיינע גאס.. איך וויל נישט אפי אנהייבן רעדן פון די אידישע עקענאמיע.
למעשה זאגן דאך אבער די טשארטס אז דער עקאנאמיע איז אין א גוטער צושטאנד, ווי אויך איז דאך געווען כסדר'דיגע רעפארטס איבער די מיליאנען צוגעקומענע דזשאבס?
אבימלך:טשארטס… דערמאנסט מיך פון די גוטע צייטן ווען מיין מאמע פלעגט צו מאכן טשארטס מיט אונז (כליפ כליפ, דא ווישט מען א טרער), און דער וואס פלעגט ענדיגן די טשארט האט געקענט באקומען א פרייז! אוי, די אמאליגע צייטן! ווי נעמט מען די אינגע יארן? וואס פארשטייט די היינטיגע יוגענט..
עניוועי דזשאבס ריפארט, וועלכע ריפארט מיינסטו? די ריפארטס וואס מען האט איבערגעשאצט און געדארפט נאכדעם דראסטיש נידערן די נומבערס?
סא איר האלט אז מען חוש'ט פשוט ארום מיט די מענטשהייט?
אבימלך:ווייס איך דען?
א שטודיע צייגט אז א גרויסע מערהייט אמעריקאנע אידן שטיצן העריס, וואס קענט איר זאגן דערצו?
אבימלך:ווי למשל וויצע פרעזידענט העריס׳ס מאן?
איז דער פאקט אז טראמפ האט ארויסגעלאזט אידן פון תפיסה און דורכגעפירט דעם פריזן רעפארם ביל א פאקטאר וואס שטיפט אייך צו שטיצן טראמפ פאר נאך א טערמין?
אבימלך:דערווייל איז ער די בעסערע פון די צוויי, אבער אזוי ווי עס שטייט יעצט גיי איך אריינשרייבן אבימלך פאר פרעזידענט.
ער האט זיכער געטון א גוטע זאך מיט פריזען ריפארם, אין דער זכות וועט אים ביישטיין.
האט דער געוועזענער דעבאטע עפעס אויסגעמאכט אויף אייער החלטה?
אבימלך:איך האב נישט מיטגעהאלטן די דעבאטע!
פארוואס?
אבימלך:איך האב געשריבן אויף אייוועלט, איך האב מיך אינטערגענומען ביי די סקולענער רבי׳ס לוויה אז איך וועל עס נישט מיטהאלטן.
זייער שיין פון אייך. דער זכות זאל אייך ביישטיין.
וואס איז אייער מיינונג איבער די עלעקשענס אין 2020, האלט איר אז ביידן האט עס געווינען פעיר און סקווער, און עס איז געווען די "מאוסט סעקיורד עלעקשנס"?
אבימלך:גוטע פראגע! מיין צינג הענגט.. איך האב נישט קיין קלארע ענטפער.
האלט איר פון פארלאנגען איי די'ס אויף אריינצוגיין צו די דעמאקראטישע קאנווענשן, איים סארי, צו גיין שטימען?
אבימלך:זיכער אז יא.
ערוורארט איר אז טראמפ גייט זיין דער נעקסטער פרעזידענט?
אבימלך:עס איז אוממעגליך צו וויסן.
א דאנק פאר אייערע קלארע ענטפערס.
פשש... דאס איז געווען געלונגען.
לאמיר אפירזוכן נאך איינעם.
=====================
@@@@@@@@@@@@@@@@@
=====================
איך מיין איך זע דארט איינעם שפאצירן געמיטליך, ער וועט זיכער זיין א גוטע קאנדידאט פאר די קומענדיגער אויספרעג. לאמיר נאר זען קלארער וועמען מיר האבן דא דעם כבוד אפירצונעמען. ער האלט עפעס א פאן, אה @שלמה מולכו איז עס.
אנטשולדיגט! פארוועם פלאנירט איר צו שטימען, טראמפ אדער העריס?
שלמה מולכו:אה שלום וברכה, א יישר כח פארן זיך פאראינטרעסירן אין מיין מיינונג.
איז אזוי, איך האלט זיך פאר א שטיקל אינדעפענדענט טראכטער, איך דארף נישט קיין פארטיי ליניעס אדער מידיע מיך צו העלפן טראכטן, איך בין גענויגט אויף די רעפאבליקאנע זייט, אבער למשל גאן קאנטראל האלט איך ווי די דעמאקראטן. איך האלט אז ס'איז נישט געווען קיין פראוד אין 2020, און ביידן האט דעליווערט א פיינע סטעיט אוו די יוניאן ספיטש, בקיצור, יו געט די פיקטשער.
וויט דעט ביאינג סעד, טראמפ!
וואס מאכט אייך וועלן טראמפ איבער העריס?
שלמה מולכו:אין איין ווארט, קאממאן סענס.
סאיז דא צוויי פארטייען אין אמעריקע איינס לויפט אויף קאממאן סענס, און די אנדערע לויפט אויף פאווער, מאכט און קאנטראל. איך בין נוטה צו די זייט פון קאממאן סענס.
ביטע צייגט אונז אן די פאלעסיס פון טראמפ צו וועלכע איר באציט זיך אלס קאממאן סענס.
שלמה מולכו:פאר מ'רעדט פון פאליסי לאמיר רעדן פון די קאנדידאטן זעלבסט. איין זייט איז א לידער, מיט א רעקארד פון אויספירן זאכן, שטיין אויף זיין ווארט, און זיך נישט לאזן פון קיינעם. פון די אנדערער זייט שטייט א זאק ברוינע קארטאפל, סוי קאממען סענס זאגט וואוט טראמפ.
יעצט לאמיר גיין צו פאליסי:
די פארטיי פון קאממאן סענס זאגט אז א מענטש עפענט א קאמפעני איז ער בעל הבית דערויף, ער זאל הייערן ווער ס'העלפט אים מאכן געלט, און ער זאל אים צאלן וויפיל ס'איז אים ווערד.
די פארטיי פון פאווער זאגט: אז דו עפנסט א קאמפעני בין איך בעל הבית. קודם זאלסטו מיר צאלן וויפיל איך הייס, זאלסט הייערן וועם איך מאך אפ איז ריכטיג, און זאלסט אים צאלן וויפיל איך הייס דיר.
די פארטיי פון קאממאן סענס זאגט: די וועלט האט א סדר ווי ס'קומט. א מאן, א פרוי, קינדער באלאנגען צו די עלטערן, וואס זיי זאלן לערנען איז אפ צו די עלטערן. די פארטיי פון פאווער זאגט: איך בין בעל הבית אויף דיינע קינדער, איך מאך אפ פון וואס די בריאה איז צאמגעשטעלט, און איך וועל לערנען דיינע קינדער וואס איך וויל.
די פארטיי פון קאממאן סענס זאגט: זאלסט דרייוון די קאר וואס איז דיר באקוועם, ענערדזשי זאל זיין ביליג, און אוטאמאטיש וועט אלעס זיין ביליגער. די פארטיי פון פאווער זאגט: זאלסט דרייוון די קאר וואס איך זאג דיר. ענערזשי זאל זיך ווענדן אין מיין אגענדע, און פרייזן זאלן זיין אין די הימלען.
למעשה זעט מען דאך אבער אז די קלימאטן טוישט זיך, און מען דארף דאך אכטונג געבן אויף די וועלט, איז פארוואס רופסטו קאממאן סענס צו לאזן דעם וועלט אינטערגיין?
שלמה מולכו:אקעי. ס'קען זיין אז ס'איז דא אזא טעאריע, כ'בין נישט קיין סייענטיסט, אבער דאס וואס די דעמאקראטישע פארטיי שטעלט פאר, האט גארנישט מיט קליימעט טשעינדזש, אוועקנעמען פלעסטיק בעגס מיט שטרויען, איז א ליצנות און א וועג פון קאנטראלירן די מענטשהייט. קענסט מיך נישט צווינגען צו צאלן מער געלט פאר ענערדזשי און אוועקנעמען מיין פרייהייט פאר א טעאריע וואס דו האסט באשלאסן אז ס'איז ריכטיג. (פארשטייצעך אלס א מאמין בהשם גלייב איך אין השגחה פרטית און קיין שום זאך אויף דער וועלט געשעט נישט נאר דורך ג-ט ברוך הוא אליין).
איר זאגט אז איר האלט פון גאן קאנטראל. האלט איר נישט אז וויבאלד די פארברעכער האבן סייווי גאנס, זאל כאטש זיין א באלאנס אז די אומשולדיגע זאלן זיך קענען פארטיידיגען?
ווי אויך איז דאך דער עיקר סיבה פון דער גאן רעכט געגעבן געווארן אפצוהאלטן דעם רעגירונג פון ווערן אן אוטאריטעריען, אזוי ווי מיר האבן געזען ביי די דייטשן ימ"ש, אז דארט האבן די בירגער נישט געמעגט האבן קיין געווער, און אזוי האבן די רשעים געקענט אנגיין אומגעשטערט, און יעצט אז מיר זעען וואס די דעמאקראטן זענען אומשטאנד צו טון מיט דעם לאנד, האלט איר נישט אז עס פעלט זיך אויס צו לאזן דעם צווייטן אמענדמענט אומבארירט?
שלמה מולכו:אקעי. אויף דיין ערשטע שאלה, וואו נאך אין די ציוויליזירטע וועלט איז דא אזויפיל מעסס שוטינגס, יעדן איינציגסטן טאג, קליינע קינדער אין שולעס, אט יעצט האסטו א פערצן יעריגע שנוק. דער מציאות ווייזט אז ס'איז יצא שכרו בהפסדו, זאל זיין יעדן טאג מעסס שוטינגס, יעדע אפרוח אדער גייסטיש צורידערטער זאל אויסשיסן מאסן מענטשן ווען ס'כאפט איהם א דזשוק, ווייל אפשר וועט אמאל קומען א פארברעכער און דעמאלטס אויב גייט ער מיך סטראשען מיט א גאן, וועל איך איהם קענען צוריקגעבן? איז עס דען ווערד די פרייז? די גאנצע גאן משוגעת באשטייט פון א פאריקטע אמעריקאנע תאוה צו האבן געווער, און די פארברעכער ארגומענט איז בלויז דא צו זיך קענען מורה היתר זיין צו אנפילן די טאשן פון די ענ אר עי לאביאיסטן. על פי שכל איז די ארגומענט אפגעפרעגט מכל וכל, און כ'מיין אז יעדער ווייסט דעם אמת טיף אינעווייניג, די לויזע גאן געזעצן איז א טאטאלע חורבן! און מ'ברויך בלויז כאפן א בליק אויף אנדערע מערב וועלט לענדער צו זען אז שטייפע גאן קאנטראל ארבעט.
יעצט וועגן די צווייטע טענה, איך כאפ נישט פונקטליך די ארגומענט. קודם ווער זאגט אז די בירגער אין דייטשלאנד האבן זיך געוואלט קעגן שטעלן, נאר ס'איז פשוט נישט געווען קיין געווער? לויט וויאזוי איך קען היסטאריע איז פארגעקומען א מאסיווע מח שווענקונג אפאראט, און אגב היטלער איז לעגאל אריינגעוועלט געווארן, באט לאמיר שוין זאגן אז אמעריקע ווערט מארגן נאצי דייטשלאנד? קודם כל איז עס היפש רחוק מן המציאות, אז פארדעם זאל זיך לוינען די צענדליגע טויזענטער קרבנות פון מעסס שוטינגס. שנית, וואס פונקטליך גייט געשען? ס'גייט אויפשטיין א דיקטאטור? גייט די גאנצע גאווערמענט, די מיליטער, די נעשינעל גארד, ען עס עי, עף בי איי מיטשטיין? סוי וואס גייט העלפן די פאר גאנס פון פריוואטע בירגער, גייט די גאווערמענט נישט מיטשטיין, איז דאך דער דיקטאטור אויס. בקיצור איך כאפ אפילו נישט פונקטליך די ארגומענט דא.
איבער אייער ערשטער ענטפער, אויב וועלן די צורודערטע וויסן אז דארט וואו זיי פלאנען צו מאכן א שיסעריי, זענען דא עטליכע מיט געווער, וועלן זיי נישט נעמען דעם שאנס, וואוסנדיג אז זיי קענען נאך ווערן אומגעברענגט נאך פאר וואס ווען. א שטייגער ווי עס איז געשען אין א געוויסע קירכע א צייט צוריק, ווי א שיסער איז אריינגעקומען, און נאך פאר וואס ווען, האט אים א פריוואטע פערזאן אומגעברענגט. איז דאס וואס מען הערט פון די אלע מאסן שיסערייען איז אפשר נאר טאקע ווייל די חברה ווייסן אז דארטן איז נישטא קיין געווער?
ווי אויך, דו רעדסט פון צורדערטע פארשוינען, זאל מען אנשטאט זיין פארנומען מיט די גאן, אפשר ענדערש זיין פארנומען מיט דעם צושטאנד פונעם שיסער, און זיכער מאכן אז צורודערטע פארשוינען דרייען זיך נישט פראנק און פריי אויף די גאסן, ווייל דער צורודערטער פארשוין קען דאך אויך נעמען א קאר און אריינפארן אין מענטשן, גייסטו יעצט מאכן אן אפשטעל פון קארן? אדער קען דער צורודערטער פארשוין נעמען א מעסער, וועסטו יעצט אפשטעלן סייוועלכע באנוץ מיט מעסערס?
און איבער אייער צווייטע ענטפער, לאמיר זאגן אז די רעגירונג וועט וועלן אויסראטן א געוויסע שטאט פון רעפאבליקאנער וואס זיי פילן זיך געטרעטענד פון זיי צו זייער אגענדע, אבער ווייסן אז עס גייט נישט גיין אן קיין פייט פון די אנדערע זייט, צוליב וואס זיי זענען באוואפענט, וועלן זיי אפילו נישט טראכטן פון אזא געדאנק. אבער איינמאל מען וועט מאכן באגרעניצונגען אויף גאנס, מיט וואס ביזטו פארזיכערט אז דער רעגירונג זאל נישט קומען מיט א שטארקע פאליצייאישע און מיליטערישע מאכט צו קעיר נעמען פון די וואס שטערן זיי אין זייער אגענדע? און אין נאצי דייטשלאנד האבן די בירגער וואס זענען פארטריבן געווארן פון זייערע היימען נישט געהאט דער מעגליכקייט אפילו פון טראכטן זיך קעגנצושטעלן, נישט האבנדיג קיין געווער, און ווען יא, וואלטן די דייטשן נישט געהאט די גאטס דאס אויסצופירן.
שלמה מולכו:די ענטפער אויף ביידע זאכן איז זייער קלאר: פארוואס זעט נישט קאנאדע איין די געוואלדיגע בענעפיטן פון אוינען גאנס? סאיז דאך ממש א מחי' אין אמעריקא די מצב.. וואו איז ענגלאנד? זיי האבן נאך נישט איינגעזען אז סלוינט זיך? סאיז נישט דא קיין איין אנדערע לאנד אין די ציוויליזירטע וועלט נישט קיין רעכטע און נישט קיין לינקע, וואו מ'האלט אפילו צו אן ענליכע מצב ווי אמעריקא, סאם האו איז נאך פאר קיין איין לאנד נישט איינגעפאלן צו נאכטון אמעריקא צוליב די געוואלדיגע בענעפיטן פון האבן גאנס, ווען האסטו די לעצטע מאל געהערט אין א מערב וועלט לאנד אז א משוגענער איז איבערגעפארן מענטשן פאר פאן? מעסס שוטינגס אין אמעריקא איז דא יעדן טאג! סלוינט זיך? בקיצור, ס'איז נאנסענס די גאנצע זאך, ס'קען זיין ס'איז דא קליינליכע בענעפיטן דא דארט פון האבן גאנס, סאיז קלאר נישט ווערד די פרייז וואס מ'צאלט דערויף, יעדע אנדערע לאנד פארשטייט דאס, און כ'מיין אז אין אמעריקא פארשטייט מען עס אויך, נאר ס'איז דא ענגע אינטערעסן פון געוויסע און די גאנצע לאנד ליידט פון דעם, דאס איז מיין מיינונג, איך גיב יעדן די פולע רעכט צו האלטן אנדערש הגם איך קען נישט זען קיין אנדערע צד.
גוט.
וועלכע חלק פון דער פריערדיגע טראמפ פרעזידענטשאפט האט אייך דאס מערסטע געפאלן, און וועלכע דאס ווייניגסטע?
שלמה מולכו:פארשטייט זיך אז אלטס איד, די באפרייאונג פון היימישע אידן פון תפיסה און פריזן רעפארם האט מיך די מערסטע געפאלן.
פון אן אלגעמיינעם פרעספעקטיוו, טראמפ האט געהאט א גאר סוקסעספולע קאדענץ, כמיין אז די שטערקסטע מאוו וואס ער האט געמאכט איז געווען דאס עלימינירונג פון קאסאם סולימאני, דאס האט ארויסגעהויבן אמעריקא אין די וועלט אלטס א מאכטפולע דאמינירנדע מדינה וועלכע שטייט אויף אירע רעכטן אן קיין מורא און ס'לוינט זיך נישט מיט איר צו פארטשעפען.
די שוואכסטע פוינט פון די טראמפ אדמיניסטראציע איז לכאורה געווען די קאוויד ווירוס. איך האלט אז טראמפ האט גאר גוט געהענדלט די וויירוס ווען מ'קוקט אויף פאקטישע עקשן, סאיז געווען אלעס וואס מ'האט געדארפט, שפיטאל שיפן, ווענטילעיטערס, די ארבעט אויף די וואקסין, אבער טראמפ אליין האט פארפעלט זיך צו ארויסשטעלן אלס פירער פון אמעריקא און ווייזן פאר די אלגעמיינע אמעריקאנע בירגער לידערשיפ און קאנטראל, צו פארזיכערן אז דער פרעזידענט איז פולשטענדיג אין קאנטראל מיט א קלארע מהלך, לאזנדיג גאווערנער קאומאו וכדו׳ איבערנעמען די פלאץ מיט זיינע טעגליכע פרעסע קאנפרענצן, פארשטייט זיך מיט די גאנצע מידיע קעגן טראמפ, און דאס אין מיין מיינונג האט געפירט צו זיין פארלוסט אין די וואלן.
וועלכע פון די טראמפ פאלעסיס וואלט איר געוואלט זען דאס וויכטיגסטע אין דער קומענדיגער טראמפ אדמיניסטראציע?
שלמה מולכו:די ערשטע זאך איז סטאביליזירן די עקאנאמיע, אראפברענגען געז פרייזן, אינפלעישן, און אינטרעסט רעיטס.
די צווייטע זאך איז, צוריקברענגען טראסט אין די רעגירונג, די דזשאסטיס סיסטעם, די פעדעראל ריזערוו, די עף בי איי, די עף די עי, די סיקרעט סערוויס, און די וואוטינג סיסטעם, דרעינען די סוואמפ. נאכדעם קען מען זען וועגן אויסערן אנגעלעגנהייטן, די מלחמות איבעראל ארום די וועלט.
זעט איר פערזענדליך אן די אפעקט פון דעם יעצטיגן עקאנאמישער צושטאנד?
שלמה מולכו:געווענליך גייט מיין ווייב אין גראסערי…
און ווער באצאלט די בילס?
שלמה מולכו:אויש… יעצט רירסטו אן א ווייטאגליכע נושא… זיי הרגענען זיך ארום די חברה צו צאלן מיינע בילס… עימעקס, קעפיטל וואן, טשעיס… יעדער בעט עלי ינוח צדיק חובתו…, ערנסט גערעדט דער זן ומפרנס לכל מקרני ראמים עד ביצי כינים, מיט זיין גרויס חסד און רחמנות פארלאזט נישט.
האלט איר אז די אלע אנפעלער און קלאגעס אויף טראמפ זענען פאליטיש מאנעוורירט?
שלמה מולכו:הונדערט פראצענט
און וויאזוי -האלט איר- קען מען דאס פאררעכטן?
שלמה מולכו:אינגאנצן פארעכטן קען מען מסתם נישט, מ'קען אבער אויפשאקלען די לידערשיפ פון אויבן ביז אינטן און טראסקען אלע פארדארבענע חברה, כ'גלייב אז אילאן מאסק מיט וויוועק ראמאסוואמי וועלן מאכן א גוטע דזשאב.
קענט איר אנצייגן וועלכע טאטן פון די ביידן-העריס אדמיניסטראציע האבן גורם געווען צו דעם איצטיגן עקאנאמישן צושטאנד, און וויאזוי א טראמפ אדמיניסטראציע וועט דאס פאררעכטן?
שלמה מולכו:איך בין נישט קיין עקאנאמיסט, אבער די שאלה איז, ביסטו יעצט פינאנציאנעל בעסער ווי פיר יאר צוריק אדער ערגער?
די שיסן געלט אין די גאס אינאיינעם מיט די הויכע ענערדזשי פרייזן, די אימסטאביליטעט איבער די וועלט האבן זיכער געהאלפן ברענגען אינפלעישן, די לעק אוו לידערשיפ, די וואוק אדשזענדע, אינאיינעם מיט פירער וואס האבן אפגעשימלט אויף גאווערמענט בענקלעך רוב פון זייערע יארן, און האבן מיט די עקאנאמי זיך קיינמאל נישט געטראפן, האבן נישט קיין שום וועג ארויס פון זומפ.
טראמפ קומט מיט א רעקארד פון א געזונטע עקאנאמיע אונטער זיין זייגער, א רעקארד פון די ביזנעס וועלט, איז א קאממאן סענס לידער, פארשטייט צו די עקאנאמי, פרא ביזנעס, פרא ענערדזשי, וועט ברענגען שלום אין די וועלט, האפנטליך וועט עס העלפן אראפברענגען די אינפלעישן און בוסטן די עקאנאמי.
למעשה זאגן דאך די טשארטס אז דער עקאנאמיע איז אין א גוטער צושטאנד, ווי אויך איז דאך געווען כסדר'דיגע רעפארטס איבער די מיליאנען צוגעקומענע דזשאבס, איז פארוואס זאגט איר אז דער עקאנאמיע איז נישט גוט?
שלמה מולכו:כ'קען אפשר שיקן די טשארט אין גראסערי פאר מיר?
סאיז קלאר אז די ביידן אדמיניסטראציע איז דא צו שטופן די וואגן ווילאנג ס'גייט, אויב טראמפ געווינט גייט עס קראכן הארט נאך די וואלן ווי א אויסגעצויגענע ראבער בענד, אוי וועט מען כאפן א ציפ. אויב העריס געוואונט וועט מען עס שטופן ביז ס'קראכט פון זיך אליין.
ס'איז שוין געווען עטליכע זעצעס דא דארט וואס ווען נישט די מידיע וואלטן זאכן זיך דערקייקלט אויף א שטארקע פארנעם, א שטייגער ווי דער רעסעסיע וואס מ'האט שנעל געטוישט די דעפענישן, עטליכע גרויסע בענק האבן זיך צאמגעלייגט וואס אונטער טראמפ וואלט די מידיע געמאכט אזעלכע יללות וואס וואלט געברענגט א ריפל אפעקט, אדער די לעצטיגע קאמאלע קרעש, בקיצור, דער אלגעמיינע בירגער קען נישט עפארדן די קאסט אוו ליווינג, מלעבט אויף קרעדיט קארד און חובות, די פריוואטע חוב פון אמעריקאנע בירגער איז ביי רעקארד הויעך, דאס גייט ציפן, בלייבט איבער צו זען צו עימעקס וועט זיין די נעקסטע לעהמאן בראדערס.
איז דער פאקט אז טראמפ האט ארויסגעלאזט אידן פון תפיסה און דורכגעפירט דעם פריזן רעפארם ביל, א פאקטאר וואס האט אייך געמאכט שטיצן טראמפ פאר נאך א טערמין?
שלמה מולכו:דאס און די אפקאמינג צדק ביל איז בעצם די סיבה פארוואס איך גיי זיך פאקטיש ארויסשלעפן צו די שטים בודקע דעם קומענדיגן נאוועמבער אין די טונקל בלויע ניו יארק.
וואס איז אייער מיינונג אויף די מלחמות אין אוקריינא און מדנ"י, האלט איר אז טראמפ גייט דאס בעסער באהאנדלען?
שלמה מולכו:אקעי. סוי וועגן מדינ"י זע איך נישט ע״פ טבע קיין וועג ארויס, וואס איז דען שייך צו טון, אפשר מיט חיזבאללאה איז נאך דא א מהלך, אבער אין עזה איז לכאורה א לאוסט קעיס, וואס פונקטליך קען טראמפ טון צו טוישן די סיטואציע, ער קען אביסל פרובירן צו נייגן די וועלט פירער מער לטובת די מדינה, אראפנעמען אביסל די דזשענאסייד פרעשור, שיקן נאך אביסל וואפן, שטערקער שמייסן די הוטיס, אבער פאר די ביג פיקטשער זע איך נישט קיין וועג צו טוישן די מצב.
און אוקריינא?
שלמה מולכו:וועגן אוקריינע איז די שאלה וואס מיינט בעסער באהאנדלען. ס'איז דא צוויי וועגן צו עס אנקוקן, אדער קען מען זאגן פוטין איז א מאנסטער א רוצח מ'מוז איהם ווייזן, מ'טאר נישט נאכגעבן א דעספאט, דאס איז בעיסיקלי די מהלך פון די ביידן אדמיניסטראציע, גיבן וואפן פאר אוקריינע, אויסשפייען פוטין פון סאסייעטי און האפן אז איין טאג גייט פוטין מיד ווערן און זיך זעצן צום פארהאנדלונג'ס טישל, זיך ארויסציען פון אוקריינע און צוריק געבן קריימיע צאלן פאר אלע שאדנס וואס זיין מלחמה האט אנגעברענגט און פון יעצט און ווייטער גייט ער שוין זיין וואויל.
די אנדערע פרעספעקטיוו איז, די מלחמה גייט נישט אין ערגעץ, קיין איין זייט מאכט נישט קיין גרויסע פארשריט, טויזענטער מענטשן זענען שוין געשטארבן, גאנץ אייראפע איז פארדרייט, דאס דארף זיך ענדיגן ווי אומשנעלסטן.
יעצט וואס קען טראמפ טון? אויף פוטין האט ער נישט צופיל קיין ווארט, ער גייט זיך נעמען צו די ביינער פון דעם שנארער/העלד זעלענסקי, ער גייט אים זאגן: טייערער זעלענסקי, הער מיך גוט אויס. גיב אויף קריימיע, לאז פוטין נעמען לוהאנסק און דאנעצק, גיב אויף דיינע נאטא דמיונות, און שלום על הסלאוון, דאס איז די מציאות, גאו פליי עי קייט. פוטין וואס איז שוין אויך אויסגעברענט פון זיין שרעקליכע טעות, פארשטייט אויך אז ער גייט נישט אין ערגעץ, און ווי נישט ווי קען ער נאך ארויסגיין אביסל בדרך כבוד, וועט זיך צוכאפן צו זיין פלאן, נאכדערצו אז ער ווייסט אז אויב שטעלט ער זיך קעגן, גייט טראמפ סופלייען אוקריינע מיט די גאנצע קראפט אפשר אפילו נוקלעאר, וועט ער מסכים זיין און שוין.
יעצט ביידע זייטן האבן שטארקע ארגומענטן, אבער איך בין מער נוטה אויף די טראמפ מהלך. פוטין ביי נאו איז א ריזיגע חוזק, ער גייט נישט אין ערגעץ, ער גייט שוין זיצן שיין ווי א שעפעלע נאך אזעלכע געבראטענע בושות, אפגערעדט אז ער חלומ'ט שוין נישט פון גיין קיין פוילן, זאל מען אים געבן זיינע פאר זאכן וואס ער וויל און לאז די משוגעת זיך ענדיגן, איי זעלענסקי וויל נישט, זאל ער זיך אליין אן עצה געבן.
אבער אויב באקומט ער די דערמאנטע זאכן האט זיך אים דער שפיל געלוינט, ווייל דאס פונקטליך האט ער דאך געוואלט. האלט איר אז מען מעג נאכגעבן פאר איינער וואס איז פשוט און גראד געגאנגען אייננעמען א צווייטנס לאנד און זאל נאך פארדינען דערפון?
שלמה מולכו:זיכער נישט. אבער יעצט ווען מ'האט אים שוין געוויזן די פויסט און ער גייט שוין טראכטן צוויי מאל פאר ער גייט זיך נעמען ווילדעווען, איז מסתבר צו זאגן אז מ'קען אים נאכגעבן עטליכע קלייניקייטן צו אפשטעלן א ברוטאלע מלחמה, נאכדערצו אז ס'איז נישט דא קיין געהעריגע מהלך אים אינגאנצן צו געווינען.
האט דער לעצטער דעבאטע עפעס אויסגעמאכט אויף אייער החלטה?
שלמה מולכו:ניין.
האלט איר אז דער דעבאטע איז געווען פעיר צו ביידע קאנדידאטן צוגלייך?
שלמה מולכו:ניין, ס׳איז קלאר געוועהן אבנארמאלע בייעס קעגן טראמפ, זייער מיאוס.
האלט איר אז טראמפ זאל זיך קאמיטן צו נאך א דעבאטע, וואוסנדיג אז עס איז נישט פעיר?
שלמה מולכו:איך האלט אז טראמפ האט גענומען לייכט די דיבאטע און זיך נישט געהעריג געגרייט, און געהאט אסאך מיסד אפערטונעטיס, טראמפ קען איר גרינגערהייט דעמאלישן. נאך א חורבן פאר טראמפ איז אז ער ווערט פארלוירן ווען מ'גייט פערזענליך אויף אים. די חברה וואס האבן געגרייט העריס האבן געמאכט אן אייזערנעם דזשאב, מ'גייט רעדן פון אימיגרעישן, העריס האט דאך נישט וואס צו ענטפערן, סוי לאמיר רעדן פון ראליס און טראמפ ווערט אויס, וכך הוה. סוי איך וואלט געוואלט א גוט צוגעגרייטע טראמפ, אויסגערעכנט יעדע זאך, איך האלט אז ער קען גרינג מאפן די פלאר מיט איר.
א שטודיע צייגט אז א גרויסע מערהייט אמעריקאנע אידן שטיצן העריס, וואס קענט איר זאגן דערצו?
שלמה מולכו:….
ערווארט איר אז טראמפ וועט זיין דער קומענדיגער פרעזידענט אין אמט?
שלמה מולכו:צו ער וועט פאקטיש ווערן פרעזידענט ווייס איך נישט, איך האלט אז טראמפ גייט האבן אן עלעקטארעל ווייפ אוט, געווינענדיגן יעדן איינציגסטן סווינג סטעיט, פלאס אפשר א סורפרייז געווינס למשל אין אזא סטעיט ווי ווירדזשיניע.
לאמיר קוקן אויף די פאריגע צוויי עלעקשנס, 2016 האט טראמפ געווינען, 2020 האט ער גאר שמאל פארלוירן מיט עטליכע צענדליגע טויזנט וואויטס, סיי קלינטאן און סיי ביידן זענען געווען שטערקערע קאנדידאטן ווי העריס, דער מצב אין 2020 איז געווען שטארק קעגן טראמפ, קאוויד האט פעסט געבוזשעוועט, קעגן דעם צופראסקעטן ווילדער טראמפ איז געלאפן א ליבליכע זיידע מיט א מעסעדזש פון רואיגקייט און יונעטי, מיט דעם אלעם האט טראמפ כמעט געווינען, יעצט לויפט עפעס אן אומבחנ'טע זאטל, נישט אויסגעקליבן ביי די וויילער, אן קיין געהעריגע מעסעדזש, מיט א רעקארד אנזעץ אין לאנד, טראמפ קומט אריין ווי דער עדאלט אין די רום, מיט שארפע פאליסי מעסעדזשעס און א רעקארד פון לידערשיפ און שפע, כ'קען נישט זען ער זאל נישט קענען פליפן די פאר טויזנט וואוטס פון 2020.
יעצט קוקנדיג אויפן עלעקטארעל מאפע קומט אלעס לכאורה אראפ צו פענסילוועניע. איך האלט אז טראמפ האט שטארקע שאנסן צו געווינען אין די סטעיט זייענדיג מער צו די מאדארעיט זייט און נישט אזוי לינק, די סדר פון די סווינג סטעיטס פאר טראמפ לויט מיין מיינונג איז אזוי:
- נארט קעראליינע
- דזשארדשזיע
- אריזאנע
- פענסילוועניע
- מישיגען
- וויסקאנסין
- נעוואדע
שלמה מולכו:קודם כל דאס איז בלויז מיין (בייעסד) שאצונג, אבער בעיקר, ס'קוקט אויס ווי די דעמאקראטן זענען גרייט צו טון אלעס אין די וועלט ער זאל נישט אנקומען אין ווייסן הויז, ממילא אפילו ער געווינט, ווייסעך נישט צו ער וועט פאקטיש ווערן פרעזידענט…
וואס -האלט איר- קענען זיי טון אים אפצוהאלטן?
שלמה מולכו:דער אויבערשטער זאל אפהיטן… כ'בין נישט קיין דעמאקראט, סוי איך קען זיך נישט פארשטעלן… ביז דערווייל האבן זיי געטון זאכן צו טראמפ וואס כ'האב נישט געקענט פאראויסזען אין ווילדסטן חלום… סוי וואס זיי קענען טון, דאס זאלסטו פרעגן פון די דעמאקראטן.
וואס איז אייער מיינונג איבער די עלעקשענס אין 2020, האלט איר אז ביידן האט עס געווינען פעיר און סקווער, און עס איז געווען די "מאוסט סעקיורד עלעקשנס"?
שלמה מולכו:ניין! סאיז געווען מאדנע זאכן, מיינס א גאר נאנטער גייט קיינמאל נישט שטימען, ער איז געווען די ערשטע מאל שטימען אין 2020 ביי די פרעזידענטשל עלעקשנס, און מ'האט איהם געזאגט אז ער האט שוין געוואוט…
דאך איז מיר שווער אנצונעמען אז ס'איז געווען היי לעוועל פראוד, דאס איז צו א גרויסע אפערעציע מיט צופיל מענטשן אינוואלווד אז ס'זאל זיך קענען אויסארבעטן, ס'וואלט געדארפט זיין כאטש איין וויסל בלאויער, אדער עפעס א ליעק, עפעס א שטיקל עווידענס אז מ'האט געפעלטשט צענדליגע טויזענטער שטימען אין עטליכע סטעיטס.
האלט איר פון פארלאנגען איי די'ס אויף אריינצוגיין צו די דעמאקראטישע קאנווענשן, איך מיין, צו גיין שטימען?
שלמה מולכו:זיכער אז יא וואס איז די פראגע בכלל.
די פראגע? די דעמאקראטן טענה'ן אז דאס איז וואויטער סורפרעשן. האלט איר נישט אזוי?
שלמה מולכו:איך ווייס וואס די דעמאקראטן זאגן, וואס האבן זיי געזאגט וועגן קאוויד וואקסין קארטלעך?
כ'מיין אז די עלעקשנס דארף זיין כאטש אזוי סעיף ווי זיך איינהאנדלען א פושקע ציגערעטליך.
א דאנק פאר אייער צייט און קלארע ענטפערס.
שלמה מולכו:א דאנק פאר מיר אויסהערן. אט קומט שוין דער יום הדין, מ'גיימיר שטימען פארן מלך מלכי המלכים, נישט מיט קיין בעלאט נאר טאקע אן עכטע שטימע. מ'גיימיר אויסשרייען צוזאמען: המלך! און דערביי שאפן די גרעסטע נחת רוח אויבן אין הימל, אז אפילו אין יאר תשפ״ה אין די גרעסטע חשכות און תוקף הגלות, איז נאך דא אידן וואס זענען ממליך דעם אויבערשטן. אזא נחת רוח איז נאך נישט געווען אויבן זינט די וועלט שטייט! דער אויבערשטער כביכול בעט זיך פאר אונזער שטימע ״אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם״, קיינער קען אים נישט מגלה זיין אין די וועלט, נאר אונז פשוט'ע אידן. לאמיר האפן אז ס'וועט שוין זיין מיט די מלך המשיח צוזאמען ביום ההוא יהי׳ השם אחד ושמו אחד.
אמן.
יאפס, דאס איז געווען א געלונגענס. ס'גייט מיר גוט היינט. אינטערסאנט אז דער עולם אנטלויפט נישט און איז גרייט צו רעדן צום קאמערע.
גיימיר פרובירן נאך איינעם.
=====================
@@@@@@@@@@@@@@@@@
=====================
אה, איינער קומט אין מיין ריכטונג. אופס, איך האב געמאכט אן עין הרע, דער פארשטעלט זיך דאס געזיכט, לאמיר פרובירן אים צו כאפן:
אנטשולדיגט! פארוועם וואלט איר געשטימט ביי די קומענדיגע עלעקשנס? טראמפ אדער העריס?
העריס.
אלס וואס וואלט איר געשטימט פאר העריס?
די עקאנאמיע איז געווענטליך בעסער אונטער א דעמאקראט.
ווי אויך איז טראמפ א קראנקע מענטש \ ברענגט נישט קיין כבוד אז ער איז די פרעזידענט פון די פרייע וועלט.
האלט איר אז דער עקאנאמיע איז יעצט אין א גוטער צושטאנד?
יא.
וואו זעט איר דאס?
ביי אונז אין געשעפט.
וועלכע סארט געשעפט איז דאס?
SAAS provider.
וועלכע פון די איצטיגע אדמיניסטראציע'ס פאלעסיס האבן געהאלפן אז אייער געשעפט זאל גיין גוט?
איך קען נישט פינפוינטן, אוועראול.
האט אייך געבאדערט אז ביידען האט פארלאזט דער פארמעסט?
ניין.
האלט איר אז עס איז א גלייכע זאך אז דער נאמיני איז נישט ערוויילט געווארן דורך די וויילער?
יא.
איז דער פאקט אז די דעמאקראטן דארפן מאכן טריקס מיט די וואלן, עפעס וואס קלינגט אייך א בעל?
ניין.
וואס האלט איר פון די וויצע אויסוואל פון העריס?
זייער א שטארקע אויסוואל.
וואס איז אייער מיינונג אויף דאס וואס העריס פארשפרעכט צו טוישן ווען זי ווערט פרעזידענט, פארוואס האט זי דאס נישט געטון ביז יעצט? פארווואס טוט זי דאס נישט עז ווי ספיק, זי איז דאך אין טשארטדזש?
זי איז נישט אין טשארטדזש.
איז דער עקאנאמיע געווען בעסער אדער ערגער אונטער טראמפ ביז קאוויד?
בעסער.
אויב זאגט איר אז אונטער טראמפ איז דער עקאנאמיע געווען בעסער, איז פון וואנעט נעמט זיך דער הנחה אז דער עקאנאמיע איז בעסער אונטער דעמאקראטן?
ווי אויך פארוואס זאלט איר נישט ענדערש וועלן האבן טראמפ, וואס איר זאגט דאך אליינס אז דער עקאנאמיע איז געווען בעסער אונטער זיין זייגער?
טעות, אונטער טראמפ איז עס געווען ערגער.
האט איר מיטגעהאלטן דעם לעצטערן דעבאטע?
ניין.
וואס איז בדרך כלל דאס מערסטע אויף וואס איר קוקט ווען איר שטיצט א געוויסע קאנדידאט? מאראלישע ווירדן? כבוד פון אמעריקא? עקאנאמישער צושטאנד? וכו'.
עקאנאמישער צושטאנד.
און דאס אז אייערע גראסערי בילס זענען היבש העכער ווי פאר עטליכע יאר צוריק, איז נישט עפעס וואס באזארגט אייך?
דאס איז אלעס א תוצאה פון טראמפ'ס שלעכטע קאוויד באהאנדלונגס.
א דאנק פאר אייערע ענטפערס.
אקעי... קורץ און שארף.
דעם נעקסטן וועל איך נישט לאזן אזוי גרינג זיך ארויסדרייען.
=====================
@@@@@@@@@@@@@@@@@
=====================
דער וואס דרייעט זיך דארט געפעלט מיר. לאמיר צוגיין נענטער. אופס, וואו איז מיין שירעם. ס'איז @רעגנדיג . ער באמערקט מיר נישט אזוי אונטערן שירעם, וועל איך מוזן שרייען אביסל העכער:
אנטשולדיגט! פארוועם פלאנירט איר צו שטימען? טראמפ אדער העריס?
רעגנדיג: טראמפ!
אלס וואס טראמפ?
רעגנדיג: די ערשטע סיבה איז פשוט, די דעמקאראטישע פארטיי איז אנטי מאראל, אנטי רעליגיע, און אנטי פאמיליע לעבן. ב"ה אז דערווייל האבן די ליבעראלע וואשינגטאן פאליסיס אונז נישט צופיל אפעקטירט, ווי ווייט איך ווייס. (סטעיט יא, פארשטייט זיך.) אבער דער באשעפער זאל באהיטן ווי ווייט דער באן קען אנקומען אויב מ'לאזט עס גיין.
אפילו אבער אויב עס זאל באמת נישט אויסמאכן אויף למעשה, קען איך נישט פארשטיין וויאזוי א היימישע איד שטימט פאר א קאנדידאט וואס זוכט אויסצורייסן אלע אונזערע ווירדן און אלעס אין וואס מיר גלייבן, פשוט אלס געפיל.
דאונט געט מי ראנג, רעפובליקאנער זענען שוין אויך ליידער היבש ליבעראל, אבער דאס בעסטע וואס אמעריקא קען היינט צושטעלן.
די צווייטע סיבה איז, ווייל דעמאקראטן גייען אלץ מער אין ריכטונג פון טיראניע. זיי שרייען טאקע בקול רעש גדול אז טראמפ וועט זיין א דיקטאטור, אבער אז מ'קוקט מיט אן אויפריכטיגן בליק זעט מען גלייך אז ס'איז א בחינה פון כל הפוסל במומו פוסל.
ראנאלד רעיגען בשעתו האט שוין געזאגט: "אויב וועט פאשיזם אמאל קומען קיין אמעריקא, וועט עס קומען אין נאמען פון ליבעראליזם", און מ'זעט עס היינט בחוש.
זאג דו מיר, ווער איז א דיקטאטור, א פרעזידענט וואס זיינע אייגענע אגענטורן האבן געארבעט איבערמידליך אים אונטערצוברענגען, מיט גאנץ שטארקע ערפאלג, אדער א פרעזידענט וואס ארעסטירט זיינע פאליטישע קעגנער?
און ס'איז לאו דוקא טראמפ, וואס זיינע קעגנער גלייכן צו שרייען אז ער איז א מאסן פארברעכער. קוק וואס מ'טוט מיט אלטע באבעס וואס זינגען פארנט פון רציחה קליניקס, וואס איז אזא פרעזידענט אויב נישט א דיקטאטור? און מעריק גארלענד גייט מיר ערקלערן אז די סיבה פארוואס מען קלאגט אן נאר פרא לייף אקטיוויסטן און נישט פרא טשויס, איז פשוט ווייל די פראטעסטן זענען געווען בייטאג און די אנדערע ביינאכט...
מ'קען רעדן און רעדן און נישט ענדיגן. אנגעהויבן פון מייקל פלין, דזשעי סיקס אנגעקלאגטע, ביז פיטער נאווארא און אלעס אידערמיט. די באווייזן זענען ענדלאז, און רוב פון זיי זענען גענצליך אומבאקאנט, ווייל די רעזשים מאכט זיכער עס צו דערשטיקן, און די סטעיט מידיא ארבעט מיט.
און דאס איז אלעס נאך פארן אנרירן די נושא פון אונטערדריקן פרי ספיטש וואס איז דער פונדאמענט פון פרייהייט, און איז די ערשטע זאך צי וואס איינער וואס וויל זיין א דיקטאטור וועט זיך נעמען, ווי מ'זעט אין בראזיל, און די פאראייניגטע שטאטן שטייט נישט ווייט דערפון.
וואס דארפסטו מער ווי דעם אז דער היינטיגער דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט קאנדידאט האט אומצוויידיטיג ערקלערט אז לויט זיין מיינונג איז נישט ערלויבט פרי ספיטש פאר - וואס ער רופט אן - 'מיסאינפארמאציע', און מיר אלע ווייסן וואס דאס מיינט, ווי אויספירליך ערקלערט אין מארק זוקערבערג'ס בריוו.
העריס שטייט נישט אונטערשטעליג. נאך אין 2019 האט זי גערופן פאר טוויטער צו סוספענדירן טראמפ, ווייל עס שמעקט איר נישט וואס ער שרייבט.
דאס אלעס איז בלויז א שפיי אין ים פון די מלחמה קעגן פרי ספיטש און קעגן די קאנסטיטוציע, ווי מ'האט אפילו געהערט ביים די דעמאקראט'ס קאנווענשן פון איינעם דארטן אז מ'דארף טוישן די קאנסטיטוציע... אויף דערווייל ארבעטן זיי עס אויסצורייסן אן פאקטיש טוישן דעם נוסח אויף פאפיר.
אצינד זאג מיר צי איינע פון די אלע אויבנדערמאנטע דוגמאות זענען סיי ווען געטון געווארן דורך טראמפ, און זאג דו מיר ווער עס איז א דיקטאטור.
איז וואס האט איר דערפון אז טראמפ איז יעצט פרעזידענט, אז דערנאך קען נאכקומען נאכאמאל א דעמאקראט וואס וועט ווייטער פירן דאס לאנד אין דעם ריכטונג?
רעגנדיג: פרעגסט זייער גוט, און ס'איז טאקע אן ערנסטע זארג.
דער פשוט'ער ענטפער איז, מ'דארף כאפן דאס ביסל וואס מ'קען. אויב לאזט מען דעם באן פארן אן אפשטעל איז געפערליך, אויב אבער וועט מען כסדר צורישלעפן דעם באן אביסל, וועט מען אויטאמאטיש נישט אנקומען אזוי ווייט.
יעצט, בעצם האף איך אז טראמפ וועט זיך ארויפציען דאס ארבל און 'דרעינען די סוואמפ' אן רחמנות, נוסח פראדזשעקט 2025. למען האמת זעט דערווייל נישט אויס ווי דאס וועט פאסירן, אבער כ'האב נאך פארט האפענונג אז ביי די ענדע וועט ער זיך ארומנעמען מיט די ריכטיגע ברוטאלע שלעגער וועלכע וועלן אויסאראטן די דיעפ סטעיט, אפשליסן מאסן פעדעראלע רעגירונג דעפארטמענטס, און די איבריגע איבערמאכן פון סקרעטש.
אויב דאס פאסירט, וועט מען שוין אינאיינוועגס פארדינען אז דער בודזשעט וועט מאסיוו געשניטן ווערן, און דער שנעל וואקסנדער חוב וועט זיך בארואיגן. האפנטליך וועט זיך אויך אפשטעלן די זינלאזע שטייערצאלער געלטער שפענדונגען אויף די אלע נארישע קלימאט טויש משוגעת'ן און יקנה"ז גרוילטאטן, און ווער ווייסט, אפשר וועלן מיינע שטייערן אפילו פאלן?...
אויב האלט איר אז טראמפ איז ביכולת דאס צו באווייזן, פארוואס האט ער עס נישט געטון ביי זיין פריערדיגע פרעזידענטשאפט?
רעגנדיג: ווי געזאגט האלט איך אז יעצט וועט עס ווארשיינליך אויך נישט פאסירן, און די סיבה איז פשוט. די דיעפ סטעיט איז זייער גרויס און מאכטפול, און טראמפ מיט זיין חסרון אז ער פאלט פאר יעדן וואס ווייזט אים א שמייכל, האט זיך געלאזט פארפירן פון זיינע ארומיגע וועלכע זענען אין גרויס טייל געווען א חלק פון דעם זומפ.
עס פאדערט זיך אבנארמאלע כוחות זיך צו שלאגן מיטן ריזיגן וואשינגטאן זומפ, און מיין האפענונג איז אז יעצט, שטייענדיג עטליכע יאר דערויף ווען דער באוועגונג און אויפוואכונג קעגן די וואשינגטאן קארופציע און טיראניע איז שוין פיל ברייטער און טיפער, וועט ער האבן גענוג ארומיג וועלכע וועלן אים צוהעלפן דערמיט.
צי וועט עס פאסירן? ימים ידברו. נאך אלעם טאר מען נישט פארגעסן אז לב מלכים ושרים ביד ה'.
מיין פערזענליכע מיינונג איז אז ס'וועט לכאורה קיינאמל נישט אנקומען צו דעם שטאפל, טאקע צוליב דער זעלבער סיבה. די דיעפ סטעיט איז אזוי גרויס און מאכטפול, אז זיי וועלן אויף קיין פאל נישט צולאזן אז ער זאל זיך צוריק באזעצן אין ווייסן הויז, און געווענליך ווען זיי ווילן עפעס פירן זיי אויס.
למעשה, איז דאך טראמפ נישט קיין קאנסערוואטיוו, איז פארוואס זאלט איר אים שענקן דעם פרעזידענטשאפט, אויב גייט ער נישט פאקוסען אויף קאנסערוואטיווע שטעלונגען?
רעגנדיג: קודם כל ווער זאגט אז איך בין א קאנסערוואטיוו?...
למען האמת, א שטרענגער קאנסערוואטיוו אין פרינציפ וואלט ווארשיינליך קיינמאל נישט דורכגעפירט דעם פריזאן רעפארם געזעץ, אדער זיך ארויסגעשטעלט אזוי שטארק אין שטיצע פון IVF, וואס באדייט אז זיין אפווייכן פון קאנסערוואטיווע שטעלונגען איז - עכ"פ אין א געוויסן זין - א שטארקע טובה פאר אחינו בני ישראל.
די אמת'ע תירוץ אויף דיין פראגע איז אבער פשוט. אקעי, טראמפ איז טאקע נישט קיין קאנסערוואטיוו. נו ממילא? צוליב דעם זאל איך ענדערש שענקען די פרעזידענטשאפט פאר א ראדיקאלע סקוואד סטיל ליבעראל?... דאס וועט זיין בעסער פאר קאנסערוואטיזם?...
איר זאגט זייער גוט. אינטערסאנט אז די לינקאלן פראיעקט און די ראס פערו חברה פארשטייען דאס נישט.
איז אייער שטיצע פאר טראמפ מער אלס דאס וואס ער האט געטון אין דער פארגאנגענהייט, א שטייגער ווי דער דערמאנטער פריזן רעפארם, אדער ענדערש אויף וואס איר ערווארט פון אים אויפן עתיד?
רעגנדיג: אבוויעסלי איז די צוטרוי געבויט אויף זיין רעקארד, אבער מיין האפענונג איז אז ער וועט דאס מאל זיין פיל בעסער און מער אפעקטיוו.
וועלכע פון די טראמפ פאלעסיס וואלט איר געוואלט זען דאס וויכטיגסטע אין דער קומענדיגער טראמפ אדמיניסטראציע?
רעגנדיג: אלס איד איז מיין פריאריטעט ווי פארשטענדליך זאכן וועלכע וועלן בייהילפיג זיין פאר אונזער ציבור. ב"ה טאקע אז אויף IVF האט ער זיך שוין שטארק ארויסגעשטעלט. פאר אידן אין תפיסות האט ער א גוטע רעקארד און לאמיר האפן אז ער זאל ממשיך זיין. און בכלליות בויען און צעמענטירן מאראלישע ווירדן אין לאנד.
פון א פאליטישן שטאנדפונקט וויל איך איין זאך: שניידן, שניידן און שניידן. שניידן פון די אויפגעבלאזענע פעדעראלע רעגירונג, שניידן פון די אבנארמאלע רעגירונג ספענדונג אויף אזויפיל שטותים און נארישקייטן, וואס באדייט אויטאמאטיש גרויסע שניטן אין דעם נאציאנאלן חוב און דעפיציט און וועט ערלויבן צו שניידן שטייערן אויף א גרויסן פארנעם.
דאס שניידן פון דער רעגירונג נעמט פארשטייט זיך אויך אריין אויסראטן די מאסיווע קארופציע - 'דרעינען די סוואמפ' ווי מ'רופט עס, און שיקן לופטערן די טויזנטער פארפוילטע אבאמא ארבעטער אינערהאלב די הונדערטער אפטיילונגען פון די פעדעראלע רעגירונג.
וואס האלט איר גייט אייך פערזענליך אפעקטירן א העריס אדמיניסטראציע?
רעגנדיג: צו זיין אויפריכטיג, אויבנאויף זע איך נישט וואו ס'וועט עכט אפעקטירן מיין פערזענליכן לעבן. איך פיר דערווייל נישט קיין גרויסע ביזנעסער און האב נישט קיין גרויסע געלטער אין סטאקס, אז אירע צודרייטע עקאנאמישע פאליסיס און גרויסע שטייערן זאלן מיר שטארק אפעקטירן. קען זיין אז ס'וועט אויך אפעקטירן פשוט'ע ארבעטער ווי מיר, איך בין אבער נישט אזוי באקאנט אין עקאנאמיקס.
די איינציגסטע זאך וואס קומט מיר ארויף אויפן מינוט וואס קען מיר נוגע זיין, איז טאמער די העריס רעזשים וועט זיך נעמען צו אייוועלט, נאכן אונטערברענגען טוויטער און ארעסטירן אילאן מאסק...
ערנסט גערעדט. ס'איז באמת זייער שווער צו וויסן וויאזוי ס'גייט מיר אפעקטירן, בשעת זי האט דערווייל נישט קיין שום געהעריגע און אויפריכטיגע פאליסי פלאטפארמע. אויב אבער גייט מען ווייטער ספענדן טריליאנען אן קיין גרעניץ, ארויפלייגן שטייערן וועלכע וועלן הייבן די פרייזן פון פראדוקטן, און אויספירן זייער ענדגילטיגן ציל צו אונטערברענגען די גאנצע גאז און אויל אינדוסטריע, וועט עס בדרך הטבע ארויפטרייבן אינפלאציע און מיר אלע וועלן עס שפירן אין טאש.
צי זי וועט אזוי שנעל פארוואנדלען אמעריקע אין א קאמוניסטישע רעזשים אזש עס וועט אונז פערזענליך אפעקטירן? איין באשעפער ווייסט. דערווייל קוקט עס אויס ווי א ווייטער מציאות. ס'איז אבער קלאר די ריכטונג וואו די דעמאקראטישע פארטיי ריקט זיך, משיח זאל אודאי פריער קומען.
וואס איז אייער מיינונג איבער די מלחמות וואס קומען יעצט פאר אין אוקריינא און מדנ"י, וויאזוי וועט זיך עס פירן אונטער טראמפ?
רעגנדיג: זייער שווער צו פאראויסזאגן וויאזוי ס'וועט זיך אויסשפילן יעצט ווען ס'איז שוין א בחינה פון לאחר המעשה, אבער קיין גרויסער חכם דארף מען נישט זיין צו זען דעם הימלשרייענדן חילוק פון טראמפ'ס צייטן, ווען אלע דיקטאטורן - מיט וועלכע ער איז כלומר'שט גאר שטארק באפריינדעט - זענען עפעס וואונדערליך איינגעזיצן.
אצינד בנוגע מדנ"י גלייב איך אז ער וועט פשוט אויפהערן מיט אלע צעגערנישן, טרייבן און מוטיגן די ציונים ימ"ש צו ענדיגן מיט זייער התגרות באומות אין עזה, און פיניש.
אוקריינע איז שוין מער קאמפליצירט, וויבאלד א גרויסע חלק פון דער רעפובליקאנער באזע איז בכלל נישט אין שטיצע פון אוקריינע, און אידער וועי איז קאנטראווערסיאל. זאגן זאגט ער אז ער וועט צווינגען פוטין און זעלענסקי זיך אוועקצוזעצן און מאכן א דיעל, און כ'מיין ס'מאכט סענס אז ער זאל עס טון, די שאלה איז צי זיי וועלן מסכים זיין...
באמת אבער מיין איך אז ס'איז נישט מעגליך אויסצורעכענען. דער איז דאך אזא מאדנע בריאה און ס'איז גאר שווער צו פאראויסשאצן וועלכע ריכטונג ער גייט נעמען. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אויב ער וועט נעמען א 360 דעגרי טוירן אין סיי וועלכע דירעקציע.
א שטודיע צייגט אז א גרויסע מערהייט אמעריקאנע אידן שטיצן העריס, וואס קענט איר זאגן דערצו?
רעגנדיג: כ'האף דו ביסט סארקאסטיש... איי מיען, מילא די אלגעמיינע גאס באטראכט זיי אלס אידן, נו שוין. אבער צווישן מיר און דיר ווייסן מיר זייער קלאר פון וואספארא מינע אידן מ'רעדט דא... אלזא, וואס איך קען זאגן דערצו? גארנישט, ס'איז א ווייטאג אז א גרויסע רוב פונעם אויבערשטנ'ס פאלק האבן ליידער נישט קיין שייכות מיט אידישקייט.
האלט איר אז טראמפ וועט זיין דער קומענדיגער פרעזידענט אין אמט?
רעגנדיג: ניין, ווי ערווענט אין איינע פון מיינע פריערדיגע ענטפערס.
ביטע פארברייטער איבער וואס איר באציט זיך.
רעגנדיג: ווי געשמועסט האלט איך אז די לאפעס פון די דיעפ סטעיט איז אזוי גרויס און מאכטפול, אז ס'איז דא כמעט זערא שאנס אז טראמפ וועט צוריק אנקומען אין אוועל אפיס, לויט זייער רעקארד ביז היינט.
האט די וואכעדיגע דעבאטע עפעס אויסגעמאכט אויף אייער מיינונג?
רעגנדיג: ניין. א דעבאטע וועט ווי פארשטענדליך קיינמאל נישט טוישן די מיינונג פון הייסע און פעסט באשלאסענע שטיצער. די איינציגסטע אויף וועם עס קען האבן אן איינפלוס זענען אינדעפענדענט וויילער.
האט עס אויסגעמאכט ביי די אינדעפענדענטס?
רעגנדיג: דאס דארפסטו זיי פרעגן...
אין מיינע אויגן איז עס געווען אזא סארט דעבאטע וואס טוישט כמעט גארנישט איין וועג אדער די אנדערע.
הגם ס'איז קלאר אז טראמפ האט זייער שלעכט פערפארמט, איז עס אבער מער געווען זיין שוואכקייט, דאס נישט נוצן די ריכטיגע אטאקעס און טאלקינג פוינטס, לויפן אויף דעפענסיוו, זיך לאזן אריינשלעפן אין איר נעץ, א.א.וו. ס'איז אבער נישט אזוי ווייט אז זי האט אים גוט אריינגעגעבן און מסדר געווען אזש ער איז ארויס צו'מזיק'ט און צובלוטיגט, בכלל נישט. ממילא, הגם ער האט פארפאסט א גוטע געלעגנהייט צו צו'מזיק'ן העריס, וואס וואלט אים געקענט ברענגען מאמענטום, אדער בעסער געזאגט אוועקנעמען מאמענטום פון איר, איז אבער נישט געווען עפעס א מעכטיגע מאמענט פון איר זייט וואס זאל ממש אוועקשלעפן שטימען פון טראמפ.
האלט איר אז דער דעבאטע איז געווען פעיר צו ביידע קאנדידאטן צוגלייך?
רעגנדיג: נאופ! אבוויעסלי נישט. ס'איז נישט קיין מיינונג, ס'איז א פשוט'ע פאקט.
האלט איר אז טראמפ זאל זיך קאמיטן צו נאך א דעבאטע, וואוסנדיג אז עס איז נישט פעיר?
רעגנדיג: זייער א שווערע פראגע.. בעצם האלט איך אז יא, פשוט ווייל ער האט שוין נישט צופיל וואס צו פארלירן, כ'גלייב שווער אז ס'קען זיין ערגער ווי די יעצטיגע, און פון די אנדערע זייט קען אים דאס מאל דאס מזל בעסער שפילן און ער וועט אפשר קומען בעסער צוגעגרייט.
וויט דעט סעד, אזויפיל זאל ער יא טון, ער זאל זיך שטעלן אויף די לענג און די ברייט אז ס'זאל נישט פארקומען אויף קיין איינס פון די לינקע נעטווארקס. נישטא קיין שום סיבה אויף דער וועלט אז דעמאקראטן זאלן אלץ באקומען זייערע פריינטליכע מאדערעיטארס און קיינמאל נישט דארפן פעיסן קיין שווערע פראגן. נישט אז איך וואלט אים געזאגט צו גיין אזוי ווייט ווי זיך קעגנשטעלן ברעט מיט מארטא און בעטן דוקא שאן אדער דזשעסי... (הגם אפילו די לעצטע צוויי וועלן זיין מער פעיר ווי די ABC העקס), אבער אמווייניגסטנס זאל עס זיין מיט אינדעפענדענט אביעקטיווע מאדערעיטארס - אויב ס'איז בכלל דא אזא זאך...
אויב האלט איר אז טראמפ וועט סייווי נישט אנקומען אין אפיס, אלס וואס גייט איר בכלל זיך נעמען די מי צו גיין שטימען פאר אים?
רעגנדיג: דארפסט נישט אנקומען צו דעם. טראמפ האט דאך ממילא נישט קיין שאנס צו געווינען ניו יארק, טא וואס האב איך פון גיין שטימען? דער ענטפער איז אז טאקע גארנישט. כ'גיי נישט שטימען צו אריינברענגען טראמפ אין אפיס, ווייל כ'ווייס מיין שטימע וועט גארנישט אויסמאכן. אויב עפעס גיי איך שטימען פאר די לאקאלע פארמעסטן.
וואס איז אייער מיינונג איבער די עלעקשענס אין 2020, האלט איר אז ביידן האט עס געווינען פעיר און סקווער, און עס איז געווען די "מאוסט סעקיורד עלעקשנס"?
רעגנדיג: אוודאי אז נישט. בנוגע טראמפ'ס עלעקשאן פראוד טענות האב איך קיינמאל נישט אריינגעלייגט צופיל צייט און כח דאס נאכצוגיין, און כ'ווייס באמת נישט צי דאס האט עפעס האפט.
מ'דארף אבער נישט צוקומען צו פאקטיש גנב'נען וואוטס כדי צו ריגן די עלעקשאנס. אן עלעקשאן וועלכע איז געווארן דעסיידעט דורך אומלעגאלע טוישונגען אין די רולס 'דו טו קאוויד', און די ארבעט פון די עף בי איי און די שפיאנאזש געמיינדע צו פארלייקענען די האנטער ביידען לעפטאפ סטארי כמעט א יאר נאך וואס זיי האבן געוואוסט אז ס'איז אמת, קען נישט זיין אפילו נאנט צו 'מאוסט סעקיורד עלעקשאנס'.
בכלל זענען די אמעריקאנע עלעקשאנס זייער ווייט פון סעקיורד, לאו דוקא אין 2020. סאו צי ס'איז געווען די מערסטע פארזיכערט פון אלע אנדערע אומפארזיכערטע עלעקשאנס? מעגליך... אבער פארזיכערט איז עס נישט געווען.
א דאנק פאר אייערע ענטפערס.
פשיהא. אזאנס איז געווען א מעכטיגס. איך טויג, הא?
גיימיר פרובירן נאך עטליכע.
=====================
@@@@@@@@@@@@@@@@@
=====================
אקעי. וועלן מיר יעצט נעמען א פויזע, און מיר וועלן באלד זיין צוריק.......