אמנעסטיע
לאמיר צוגיין צום ענין, כי הזמן קצר והמלאכה מרובה.
יעדער איז שוין יעצט זיכער וואויל באקאנט מיט די ערשטמאליגע איבערקערעניש וואס קומט פאר אינערהאלב אייוועלט, ווען וויכטיג-מאכער האט באשלאסן צו ערוועקן די אלט באגראבענע נאסטאלגישע געפילן צו די גוטע צייטן פון צען-פופצן יאר צוריק, בהל נרינו על ראשינו, ווען מיר פלעגן זיך צוזאמקומען יעדן זיבצנטער אין תמוז ארום מיטאג צייט צו העכערן די צאל פון משתמשים וואס האבן זיך געפונען אויפ'ן סייט צו דער זעלבער צייט.
איז דאך אבער דא א פראבלעם, אז טראצדעם וואס עס איז זיכער יעדנ'ס רצון און חשק צו זיין צווישן די באטייליגטע, זענען אבער דא מערערע ניקים וואס האבן נאכנישט ערהאלטן די נויטיגע דאקומענטן זיך צו ציילן צווישן דער דאזיגער ציבור, און כאטש זיי האבן זיך שוין איינגעשריבן לאנגע צייטן צוריק, איז דער ניק נאכנישט אקטיוויזירט געווארן מחמת סיבות שונות (דאס קען זיין צוליב מערערע סיבות: 1. זיי האבן זיך איינגעשריבן אין לויף פון די בין הזמנים טעג, ווען מיר נעמען פרינציפליך נישט אן קיין פרישע מיטגלידער. 2. זיי האבן זיך איינגעשריבן אין די שווערע תקופה פון קאראנע, ווען מיר האבן זיך אויך אפגעהאלטן פון אריינברענגען פרישע - צוליב סאוציאלע דיסטענסינג. 3. עס איז סתם אזוי געווען ווייניג מאן-קראפט אין די שטאב און זייער איינשרייבונג איז פארזען געווארן. 4. מעגליך נאך א סיבה וואס מיר פארזען).
און די יעניגע ניקים שרייען (נישט ברבים, זינט זיי קענען נאכנישט שרייבן דאהי) "למה נגרע", פארוואס זאל אונזער ניק נאמען נישט ערשיינען אין דעם גראנדיעזן "סקרין שאט" וואס וועט זיכער ארויסקומען און מאכן די העדליינס פון די "אייוועלט טיימס" צומארגנס פון דעם מארגנדיגן מעמד אדיר.
דערפאר מעלדן מיר יעצט - כאטש עטוואס שפעטליך אבער קיינמאל צו שפעט - אז די אלע וואס ווארטן נאך פאר באשטעטיגונג, זאלן אין די קומענדיגע 12 שעה ביז'ן מעמד אריינשיקן אן אימעיל צום ארענדער (דער זעלבער אדרעסע וואס האט אייך געשיקט א בריוול נאכ'ן זיך רעגיסטרירן מיט א מעלדונג אז עס איז אדורך און איר דארף ווארטן אויף באשטעטיגונג).
שרייבט צו אפאר ווערטער, עפעס צו דער אפעקט פון "גם אני רוצה להשתתף במעמד טוהר המחנה", און אייער ניק נאמען וועט אי"ה אקטיוויזירט ווערן דורך אונזער געטרייע שטאב (בתנאי אז דער נאמען קומט נאך די רעגולאציעס. און דא ווילן מיר טאקע דערמאנען עטליכע רעגולאציעס: 1. עס זאל נישט באשטיין פון בלויז ציפערן. 2. עס זאל נישט זיין קיין פרויען סארט נאמען. 3. עס זאל נישט צו שטארק ענדלן אין ניקס וואס מיר פארמאגן שוין. 4. עס זאל זיין א ווי מער נארמאלע ניק נאמען. 5. ואידך פירושא זיל גמור).
צום ווידערזען!