איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

איך קוק נישט!! נישטא נאך א אפציע!!
143
66%
איך קוק נישט!! נישטא נאך א אפציע!!
74
34%
סך הכל שטימען: 217

אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

דאבשינער רב זז''ג זאגט דאך..., ס'לעצטע מאל וואו 'זיי' קענען הערן די ראדיא... איז ביי אים אין די קאר....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אפשר פארקערט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

פרעה מיט פידשאמעס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:02 pm
אפשר פארקערט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:00 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:41 pm
אפשר פארקערט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:40 pm
די שאלה דא איז מער ווייניגער די זעלבע שאלה ווי הערן ראדיא וואס ביז עס איז ארויסגעקומען קול מבשר האבען רוב יודען געהערט,

וויאזוי האט מער איינער פארציילט רוב ערשטע קריות יואלע איינוואוינער האבען געהאט ראדיא אינדערהיים,

אבער פארשטייט זיך אז א חשובער איי וועלט יוד האט נישט וואס צו הערן ראדיא, אין קיין דיבאטעס,

אבער זען האב איך נישט קיין אננונג וויאזוי עס איז שייך, איינער דא האט נישט קיין פילטער?
דער איינער וואס האט פארציילט די געבעקס איז א תושב קרית יואל?
זעט אויס ביסט זייער יונג, פרעג זיך אביסלע נאך,

אבער אויב גדענקסטע נישט ווען אין קאר האבען 90% סאטמערע יודען געהערט ראדיא דעמאלטס ביסטו נאך גאר יונג,
די האסט געטוישט פון אינדערהיים צו קאר
איך האב גארנישט געטוישט סך הכל וואס איך ברענג ארויס אז צו געדענקען וועגן קרית יואל דארף ער זיין 50 יאר, אבער צו געדענקען וועגן די קאר איז געניג 30 יאר,
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

אפשר פארקערט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:00 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:41 pm
אפשר פארקערט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:40 pm
די שאלה דא איז מער ווייניגער די זעלבע שאלה ווי הערן ראדיא וואס ביז עס איז ארויסגעקומען קול מבשר האבען רוב יודען געהערט,

וויאזוי האט מער איינער פארציילט רוב ערשטע קריות יואלע איינוואוינער האבען געהאט ראדיא אינדערהיים,

אבער פארשטייט זיך אז א חשובער איי וועלט יוד האט נישט וואס צו הערן ראדיא, אין קיין דיבאטעס,

אבער זען האב איך נישט קיין אננונג וויאזוי עס איז שייך, איינער דא האט נישט קיין פילטער?
דער איינער וואס האט פארציילט די געבעקס איז א תושב קרית יואל?
זעט אויס ביסט זייער יונג, פרעג זיך אביסלע נאך,

אבער אויב גדענקסטע נישט ווען אין קאר האבען 90% סאטמערע יודען געהערט ראדיא דעמאלטס ביסטו נאך גאר יונג,
אין קאר איז נאכאלץ דא, און ביטע ענטפער מיין שאלה
איך בין א @אליעזר קרויס פען.

געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.

איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
אפשר פארקערט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:24 pm
אפשר פארקערט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:00 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:41 pm
אפשר פארקערט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:40 pm
די שאלה דא איז מער ווייניגער די זעלבע שאלה ווי הערן ראדיא וואס ביז עס איז ארויסגעקומען קול מבשר האבען רוב יודען געהערט,

וויאזוי האט מער איינער פארציילט רוב ערשטע קריות יואלע איינוואוינער האבען געהאט ראדיא אינדערהיים,

אבער פארשטייט זיך אז א חשובער איי וועלט יוד האט נישט וואס צו הערן ראדיא, אין קיין דיבאטעס,

אבער זען האב איך נישט קיין אננונג וויאזוי עס איז שייך, איינער דא האט נישט קיין פילטער?
דער איינער וואס האט פארציילט די געבעקס איז א תושב קרית יואל?
זעט אויס ביסט זייער יונג, פרעג זיך אביסלע נאך,

אבער אויב גדענקסטע נישט ווען אין קאר האבען 90% סאטמערע יודען געהערט ראדיא דעמאלטס ביסטו נאך גאר יונג,
אין קאר איז נאכאלץ דא, און ביטע ענטפער מיין שאלה
אין קאר אפי' עס איז דא ניצט עס מער ווייניגער דער עולם נישט, וויייל עס איז שוין דא קול מבשר,

ווי כאפט א חילוק צי יענער איז א תושב קרית יואל?

ווער עס האט געוואוינט אין קרית יואל קען איך דיר אויך אויסרעכענען א שיין חלק,

זאל איך געבען נעמען? אדער די ווילסט?

נאך דעם נעם די ליסט אין ווער געוואר צי זיי האבען געהאט ראדיא,

די קענסט דעם עולם פון סעקשאן 1?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3572
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

סע'אינטערעסירט מיר באמת נישט. כ'פארשטיי נישט די נסיון. אונז גיי מיר אי"ה זיין ביים שיעור יענע צייט.
אוועטאר
today not tomorrow
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 14, 2021 3:47 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך today not tomorrow »

אן אריינגיין אין די יעצטיגע דעבאטע איבער די דעבאטע

אינז זעמיר היינט אין א שווערע דור ווי אינגעלייט זענען אפגעקילט פון כל הדבר קדוש

פארשטייט זיך אז אלע ערליכע אידן זענען מעורר און פראבירן שטעלן גדרים וסייגים

די פראבלעם איז אז טייל פון געוויסע עלעמענטן וואס ציען צו עקסטרעמיזם פאר פארשידענע ערליי סיבות - כאפן זיך ארויף אויף דעם באן, אין לייגן צו גדרים וסייגים קו"ק איסורים לויט זייער פארשטאנד און דערנאך פראבירן זיי דאס ארויפצווינגען אויף כלל ישראל דורך פארשידענע מעטאדן
די פארשוועמונג פון די דאזיגע אזויגערופענע איסורים פארשטילן דעם אמת'ע פראבלעימען און איסורים און גדרים וסייגים וואס קומט פון דעת תורה

דאס קלאפט אויס אויף כל מיני מערכות וכו'.

--

צו זאגן אז "הערן"א מאדערעיטאר איז קול באשה אדער א איסור דאורייתא איז גאר א דוחק'דיגע ענין

אפילו הערן פרויען זינגען - באינו רואה ומכירו האבן אסאך גדולי ישראל מתיר געוועהן (און אליין מקיל געוועהן) אויב עס איז נישט דברי חשק

אוודאי איז גאר חשוב צו זיין אפגעטיילט פונעם גוי וכו' - איך באציה זיך צו די פארשידענע רעדעריי איבער איסורי דאורייתא ביים הערן א מאדערעטאר

בקיצור אז איינער האט א שאלה זאל ער פרעגן זיין מורה דרך
לעצט פארראכטן דורך today not tomorrow אום דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:13 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרים!!!
נאנט צו 150 האבן שוין געשטימט צו זיך גובר זיין אויף די רייץ פון וואטשען א נאטורלעך שטארק צוענדע קליפ, וועגן איין סיבה, כדי נישט נכשל צו ווערן אינעם הארבן איסור פון הסתכלות בנשים.

יא און יארע 2024 שוין באלד צוויי טויזענט יאר פון זיך וואלגערן פון איין גלות צו די אנדערע, נאך אזויפיל השמדיות און השמדות, גייען זיך אזויפיל אידן צוריקהאלטן, אן קיין פחד פון סיי וועלכע מענטש, אן קיין שום אויפזיכט פון סיי וועלכע אוטאריטעט, נאר פלעין און פשוט לקיים מצוות בוראנו יתברך.

איי ווי דער הייליגער בארדיטשובער זי’’ע וואלט זיך מחי’ געווען מיט דעם, און געמאכט דערפון מטעמים צו ממליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער.

אשריך @מנשה מאיר פארן זיין דער שליח טוב פאר די התעוררת דקדושה און די געוואלדיגע קידוש שם שמים!
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
דוד הכהן
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

תגובה דורך דוד הכהן »

דעה והשכל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:01 pm

עס איז טאקע א שיינע זאך, טרייב אבער נישט איבער... וויפיל האבן בכלל די יכולת עס צו קוקען?? איך גלייב אז נאנט צו 95% וואיטערס האבן קהילה פילטער'ס... און נאכדעם איז דא אזעלעכע ווי מיר וואס האבן ניטאמאל די נסיון

לעצם הענין עס איז בכלל נישט קיין ענין מחמיר צו זיין פאר א ציבור מער ווי די הלכה כח דהתירא עדיף ביי חוה זעהט מען אז ווייל זי האט איבערגעטריבן אז נישט נאר עסן מעג מען נישט נאר אפילו אנרירען און דאס האט גורם געווען די חטא וואס אונז ליידן עד היום הזה.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

תגובה דורך געמבלער »

ווער איז זיך מתנדב צוצושטעלן אויף מארגן א אודיו רעקארדינג מיט וואויס טשענזשינג טעכניקס?

געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:59 pm

גייסט עס מאכן פאר א מאן שטימע??
שמעון
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:37 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון »

גיבור! די היינטיגע דעבאטע!
הרב פישל שעכטער

viewtopic.php?p=5198731#p5198731
אוועטאר
דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

דוד הכהן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:56 pm
דעה והשכל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:01 pm
אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרים!!!
נאנט צו 150 האבן שוין געשטימט צו זיך גובר זיין אויף די רייץ פון וואטשען א נאטורלעך שטארק צוענדע קליפ, וועגן איין סיבה, כדי נישט נכשל צו ווערן אינעם הארבן איסור פון הסתכלות בנשים.

יא און יארע 2024 שוין באלד צוויי טויזענט יאר פון זיך וואלגערן פון איין גלות צו די אנדערע, נאך אזויפיל השמדיות און השמדות, גייען זיך אזויפיל אידן צוריקהאלטן, אן קיין פחד פון סיי וועלכע מענטש, אן קיין שום אויפזיכט פון סיי וועלכע אוטאריטעט, נאר פלעין און פשוט לקיים מצוות בוראנו יתברך.

איי ווי דער הייליגער בארדיטשובער זי’’ע וואלט זיך מחי’ געווען מיט דעם, און געמאכט דערפון מטעמים צו ממליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער.

אשריך @מנשה מאיר פארן זיין דער שליח טוב פאר די התעוררת דקדושה און די געוואלדיגע קידוש שם שמים!
עס איז טאקע א שיינע זאך, טרייב אבער נישט איבער... וויפיל האבן בכלל די יכולת עס צו קוקען?? איך גלייב אז נאנט צו 95% וואיטערס האבן קהילה פילטער'ס... און נאכדעם איז דא אזעלעכע ווי מיר וואס האבן ניטאמאל די נסיון

לעצם הענין עס איז בכלל נישט קיין ענין מחמיר צו זיין פאר א ציבור מער ווי די הלכה כח דהתירא עדיף ביי חוה זעהט מען אז ווייל זי האט איבערגעטריבן אז נישט נאר עסן מעג מען נישט נאר אפילו אנרירען און דאס האט גורם געווען די חטא וואס אונז ליידן עד היום הזה.
איך ווייס נישט וועגן פראצענטן, אבער איך האב יא א וועג עס צו זעהן (און פרעג מיך יעצט נישט וויאזוי ווייל איך גיי נישט ענטפערן)

בנוגע ’עצם הענין’ האביך נישט קאנאנונג וואס די ווילסט, ווער איז מחמיר מער ווי די הלכה? עפ’’י הל’ מעג מען מסתכל זיין בנשים? וואס שטייט און חז’’ל אויף איינער וואס גייט צו פלאץ ווי ס’איז דא נשים פרוצות אפי’ ער קוקט נישט? וועמען דרייסטו א קאפ דא?
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה
Power off
מנשה מאיר
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 28, 2021 11:08 am

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה מאיר »

today not tomorrow האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 6:59 pm
אן אריינגיין אין די יעצטיגע דעבאטע איבער די דעבאטע

אינז זעמיר היינט אין א שווערע דור ווי אינגעלייט זענען אפגעקילט פון כל הדבר קדוש

פארשטייט זיך אז אלע ערליכע אידן זענען מעורר און פראבירן שטעלן גדרים וסייגים

די פראבלעם איז אז טייל פון געוויסע עלעמענטן וואס ציען צו עקסטרעמיזם פאר פארשידענע ערליי סיבות - כאפן זיך ארויף אויף דעם באן, אין לייגן צו גדרים וסייגים קו"ק איסורים לויט זייער פארשטאנד און דערנאך פראבירן זיי דאס ארויפצווינגען אויף כלל ישראל דורך פארשידענע מעטאדן
די פארשוועמונג פון די דאזיגע אזויגערופענע איסורים פארשטילן דעם אמת'ע פראבלעימען און איסורים און גדרים וסייגים וואס קומט פון דעת תורה

דאס קלאפט אויס אויף כל מיני מערכות וכו'.

--

צו זאגן אז "הערן"א מאדערעיטאר איז קול באשה אדער א איסור דאורייתא איז גאר א דוחק'דיגע ענין

אפילו הערן פרויען זינגען - באינו רואה ומכירו האבן אסאך גדולי ישראל מתיר געוועהן (און אליין מקיל געוועהן) אויב עס איז נישט דברי חשק

אוודאי איז גאר חשוב צו זיין אפגעטיילט פונעם גוי וכו' - איך באציה זיך צו די פארשידענע רעדעריי איבער איסורי דאורייתא ביים הערן א מאדערעטאר

בקיצור אז איינער האט א שאלה זאל ער פרעגן זיין מורה דרך
איך האב קיינמאל נישט געשריבן איבער איסור דאורייתא, נאר בלויז ציטירט וואס די דיין האט געפסקנט און ווי עס שטייט אין שבט הלוי, ממילא פארשטיי איך באמת נישט די גאנצע תגובה איבער עקסרימיטיזום והמסתעף
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

הייליגע אשכול דעיס!!
אפילו איך האב יא די מעגליכקייט עס צו זעהן איז מיר נישט איינגעפאלן עס צו קוקן. אבער נאכאלץ געט די אשכול חיזוק!!
שכח @מנשה מאיר !
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
שכוי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:59 pm
לאקאציע:אין הינער שטייג

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכוי »

today not tomorrow האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 6:59 pm
אן אריינגיין אין די יעצטיגע דעבאטע איבער די דעבאטע

אינז זעמיר היינט אין א שווערע דור ווי אינגעלייט זענען אפגעקילט פון כל הדבר קדוש

פארשטייט זיך אז אלע ערליכע אידן זענען מעורר און פראבירן שטעלן גדרים וסייגים

די פראבלעם איז אז טייל פון געוויסע עלעמענטן וואס ציען צו עקסטרעמיזם פאר פארשידענע ערליי סיבות - כאפן זיך ארויף אויף דעם באן, אין לייגן צו גדרים וסייגים קו"ק איסורים לויט זייער פארשטאנד און דערנאך פראבירן זיי דאס ארויפצווינגען אויף כלל ישראל דורך פארשידענע מעטאדן
די פארשוועמונג פון די דאזיגע אזויגערופענע איסורים פארשטילן דעם אמת'ע פראבלעימען און איסורים און גדרים וסייגים וואס קומט פון דעת תורה

דאס קלאפט אויס אויף כל מיני מערכות וכו'.

--

צו זאגן אז "הערן"א מאדערעיטאר איז קול באשה אדער א איסור דאורייתא איז גאר א דוחק'דיגע ענין

אפילו הערן פרויען זינגען - באינו רואה ומכירו האבן אסאך גדולי ישראל מתיר געוועהן (און אליין מקיל געוועהן) אויב עס איז נישט דברי חשק

אוודאי איז גאר חשוב צו זיין אפגעטיילט פונעם גוי וכו' - איך באציה זיך צו די פארשידענע רעדעריי איבער איסורי דאורייתא ביים הערן א מאדערעטאר

בקיצור אז איינער האט א שאלה זאל ער פרעגן זיין מורה דרך
שטויות טו דע נעקסט לעוול. א דור פרוץ דארף האבן פיל מער גדרים.

די בעסטע ראי’ אז ס’איז א דור פרוץ איז אזא תגובה אראפצוברענגען די גדרים וואס זענען אוועקגעשטעלט למען קדושתן של ישראל, און ארויסהייבן איינמאל און ווידעראמאל אז ”עכט” איז עס נישט ”אזא” הארבע זאך...נאר עקסטרעמיסטן ווילן ”ארויפצווינגען”...

און שטייצעך אויספירן אז ס’זייער חשוב נאר בלא בלא בלא...

ווער רעדט נאך די סילוף פון דרכא אחרינא וואס עמיצער האט דא אראפגעברענגט.... איך דארף לאכן אדער וויינען? איינער וואס האט נישט אייוועלט איז בגדר ליכא דרכא אחרינא.... רח”ל מהאי דעתא!

באקאנט אן עובדא פון איינע פון די צדיקים וואס האט מעביר געווען א מלמד וואס האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אז דער אוה”ח הק’ איז נישט געשריבן געווארן מיט רוח הקודש.
ווען מ’האט אים אנגעפרעגט דערוועגן, ”עד כדי כך? וואס איז שוין די גרויסע עוולה?” [אדער האט מען אנגעפרעגט ביי איינע פון די אנדערע צדיקים איבער דעם, כ’ברויך עס נאכקוקן מיט די נעמען] האט ער גענטפערט, א מלמד וואס פילט פאר וויכטיג צו זאגן פאר זיין תלמידים אז דער אוה”ח הק’ איז ”נישט” געשריבן מיט רוח הק’ איז א סימן אז עפעס טויג נישט דארט...וכך הוא, אזוי איז שפעטער נתברר געווארן.

זיין פארנומען אויף א דבר טוב וקרוב לאיסור- אויב נישט בפי’ איסור - ארויסברענגען אז ”עכט” מוז מען נישט... איז נישט קיין גוטע צייכן.
קאקאריקו...
Willy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

איך קוק נישט, איך הער.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע:BETWEEN

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

מען טאר נישט קיקן אויף קיין פרויען, אז די קיקסט יא שעם דיר מיט דעם פויק עס נישט אויס.

איך בין ליידער אויך אמאל געווען יונג און נישט פארשטאנען/געוויסט די חומר הדבר, אשע"כ בין איך מגלה דעת אז ווען מען ווערט עלטער על פי רוב איז מען מער נזהר, א שאד פאר די יונגע יארן שביישו את זקנונינו
אוועטאר
מאטי׳ס חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:32 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטי׳ס חבר »

דעה והשכל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:01 pm
אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרים!!!
נאנט צו 150 האבן שוין געשטימט צו זיך גובר זיין אויף די רייץ פון וואטשען א נאטורלעך שטארק צוענדע קליפ, וועגן איין סיבה, כדי נישט נכשל צו ווערן אינעם הארבן איסור פון הסתכלות בנשים.

יא און יארע 2024 שוין באלד צוויי טויזענט יאר פון זיך וואלגערן פון איין גלות צו די אנדערע, נאך אזויפיל השמדיות און השמדות, גייען זיך אזויפיל אידן צוריקהאלטן, אן קיין פחד פון סיי וועלכע מענטש, אן קיין שום אויפזיכט פון סיי וועלכע אוטאריטעט, נאר פלעין און פשוט לקיים מצוות בוראנו יתברך.

איי ווי דער הייליגער בארדיטשובער זי’’ע וואלט זיך מחי’ געווען מיט דעם, און געמאכט דערפון מטעמים צו ממליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער.

אשריך @מנשה מאיר פארן זיין דער שליח טוב פאר די התעוררת דקדושה און די געוואלדיגע קידוש שם שמים!
הער איך אז רובא דרובא האבן נישט געקוקט וועגן די איסור פון קוקן ווידיאו. נישט וועגן נשים.

אנדערע האבן נישט געקוקט אלס דעם איסור ודברת בם ולא בדברים בטלים.
אוועטאר
ברוכ'ל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:59 pm
ווער איז זיך מתנדב צוצושטעלן אויף מארגן א אודיו רעקארדינג מיט וואויס טשענזשינג טעכניקס?
ס'איז דא א נומער ווי מ'האט געקענט מיטהאלטן די גאנצע דעבאטע אויפן פאון
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

ר' יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 6:26 pm
סע'אינטערעסירט מיר באמת נישט. כ'פארשטיי נישט די נסיון. אונז גיי מיר אי"ה זיין ביים שיעור יענע צייט.
זאג אז ס’אינטערסירט דיך יא, והוה מקבל שכר על הפרישה.
אוועטאר
מאטי׳ס חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:32 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטי׳ס חבר »

שפילקעס האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:29 am

מעג מען זאגן ליגענט כדי לקבל שכר? אפשר יא. ברויך מיר א מקור.
עלינו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5227
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

מאטי׳ס חבר האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:33 am
שפילקעס האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:29 am
ר' יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 6:26 pm
סע'אינטערעסירט מיר באמת נישט. כ'פארשטיי נישט די נסיון. אונז גיי מיר אי"ה זיין ביים שיעור יענע צייט.
זאג אז ס’אינטערסירט דיך יא, והוה מקבל שכר על הפרישה.
מעג מען זאגן ליגענט כדי לקבל שכר? אפשר יא. ברויך מיר א מקור.
רבי אלעזר בן עזריה אומר מנין שלא יאמר אדם "אי אפשי ללבוש שעטנז. אי אפשי לאכול בשר חזיר. אי אפשי לבוא על הערוה" אבל "אפשי ומה אעשה ואבי שבשמים גזר עלי כך"? תלמוד לומר "ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי"-- נמצא פורש מן העבירה ומקבל עליו עול מלכות שמים.
הָבָה לִּי בָנִים וְאִם אַיִן מֵתָה אָנֹכִי

לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

עלינו האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:34 am
מאטי׳ס חבר האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:33 am
שפילקעס האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:29 am
ר' יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 6:26 pm
סע'אינטערעסירט מיר באמת נישט. כ'פארשטיי נישט די נסיון. אונז גיי מיר אי"ה זיין ביים שיעור יענע צייט.
זאג אז ס’אינטערסירט דיך יא, והוה מקבל שכר על הפרישה.
מעג מען זאגן ליגענט כדי לקבל שכר? אפשר יא. ברויך מיר א מקור.
רבי אלעזר בן עזריה אומר מנין שלא יאמר אדם "אי אפשי ללבוש שעטנז. אי אפשי לאכול בשר חזיר. אי אפשי לבוא על הערוה" אבל "אפשי ומה אעשה ואבי שבשמים גזר עלי כך"? תלמוד לומר "ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי"-- נמצא פורש מן העבירה ומקבל עליו עול מלכות שמים.
מחלוקת גראדע
אוועטאר
מאטי׳ס חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:32 pm

Re: איך קוק נישט די היינטיגע דעבאטע!!! מיינע אויגן זענען מיר טייערער! קומט אריין זיך מצרף צו זיין!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטי׳ס חבר »

עלינו האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:34 am
מאטי׳ס חבר האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:33 am
שפילקעס האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:29 am
ר' יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 6:26 pm
סע'אינטערעסירט מיר באמת נישט. כ'פארשטיי נישט די נסיון. אונז גיי מיר אי"ה זיין ביים שיעור יענע צייט.
זאג אז ס’אינטערסירט דיך יא, והוה מקבל שכר על הפרישה.
מעג מען זאגן ליגענט כדי לקבל שכר? אפשר יא. ברויך מיר א מקור.
רבי אלעזר בן עזריה אומר מנין שלא יאמר אדם "אי אפשי ללבוש שעטנז. אי אפשי לאכול בשר חזיר. אי אפשי לבוא על הערוה" אבל "אפשי ומה אעשה ואבי שבשמים גזר עלי כך"? תלמוד לומר "ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי"-- נמצא פורש מן העבירה ומקבל עליו עול מלכות שמים.
יא אוודאי גאר באקאנט, דאס געוויסט, איך האב פארשטאנען פשט אז מ'רעדט פון איינער וואס וויל יא און הייבט אן שפילן עכט וויל איך נישט.

דא רעדט מען פון איינער וואס איז באמת באמת נישט אינטערסירט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”