אייוועלט זיצערס?!?! א באנדע בעיבי'ס...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

אייוועלט זיצערס?!?! א באנדע בעיבי'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

שא שטיל... ס'איז 3:47 פארטאגס.... ענדליך איינגעשלאפן... און פתאום!! וואא... וואא... ווער מאכט דארט קולות אין דעיע שעות?! אפשר א ראקון אויפן פייער עסקעיפ?! אפשר א בייזן חלום?! ניין סיז עכט...
אהה ס'איז הערשלע... איך גיימיר נישט לאזן פון אים היינט. איך בין שטארקער.

מיין איינס און א האלב יעריגן עקשן מיינט לעצטנס אז ווען ער וויל אויפשטיין קומען אין טאטיס בעט איז די ריכטיגע צייט, און נישט קיין חילוק ווי לאנג איך לאז אים וויינען אין זיין קריב, פארפירט ער ווייטער ביז איך הייב הענט, און גיב אים נאך זיין באגער...

היינט גיי איך מיר נישט לאזן!!! ער קען וויינען און קייכן, איך בין שטארקער!!! (נישט אז ס'באדערט מיר נישט... פונקט קאפויער... עס טוט וויי צו הערן א אומבאהאלפן קינד וויינען אין בעט, אבער מסדארף אים דאך מחנך זיין...)

עס גייט דורך צען מינוט, ער גייט אן, אבער איך האלט זיך שטארק... צוואנציג מינוט... נאך אזא האלבע שעה לאזט שוין מיין שטארקייט נאך... און נאך עטליכע מינוט נעמט מיין פאטערליכע הארץ איבער מיין קאלטע לאגיק... און איך שפרונג ארויס פון בעט און לויף צי צו הערשלע'ס בעטל און הייב אים אויף און גיב אים א נעם ארום און א פאטערליכע קוש, און נעם אים אריין צו מיר אין בעט... ביז דרייסיג סעקונדעס זעמיר ביידע אריינגעפאלן אין א טיפן רואיגן שלאף...

רבותי!!! א בעיבי האט א כח צו וויינען און בעטן זיך ביי זיין טאטע מיט עקשנות און פעסטקייט און ער ווייסט אז זיין טאטע גייט אים נאכגיבן זיין באגער...און דאס שפאלט זיין טאטע'ס שטאנדהאפטיגקייט....

צדיקים האבן געזאגט אז דאס דארף יעדער זיך אפלערנען פון א קינד לגבי תפילה, "יעדער קען זיין א בעיבי" און איינרייסן מיט עקשנות און פועלן גרויסע ישועות!!!

טייערע אידן: ליבן של ישראל כ"ק מרן רבי שרגא פייביש בן מלכה לרפוא"ש, איז זקוק ותלוי אויף דיין עקשנות'דיגע תפילה, נעם ביטע שוין ארויס א תהלים און זאג עטליכע פרקים לטובתו
אונזער דור יתום דארף אים האבן!!!

ביטע אנשטאט לייקן - נעם א תהלים און זאג אפאר קאפיטלאך...

****

מוצאי שבת: ליידער נצחו אראלים המצוקים. איך האב זיך פארשלעפט צו ארויפלייגן די מאמר... און ליידער...😭😭😭

זאל די נקודה והתעוררות זיין לעילוי נשמת הרה"ק רבי שרגא פייבוש בן יושע העשיל זצוק"ל זי"ע.

און מ'קען נאך איינרייסן אויף אנדערע גדולי ישראל וואס ס'איז נאכנישט צו שפעט...
אבדק''ק פראג והגלילות
גאר קאנסערוואטיוו
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: אייוועלט זיצערס?!?! א באנדע בעיבי'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

זייער א שטארקע נקודה למחשבה
שמות באקס
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 4:58 pm

Re: אייוועלט זיצערס?!?! א באנדע בעיבי'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמות באקס »

קיימאל צו שפעיט.
זייער גוט ארויס געברענגט.
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: אייוועלט זיצערס?!?! א באנדע בעיבי'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

יאפ, נאכאלס א שטארקע נקודה!


לייק פאר די קעפל!
יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:51 pm

איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: אייוועלט זיצערס?!?! א באנדע בעיבי'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

ווייטאגלעך... אבער...
שיר המעלות!
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: אייוועלט זיצערס?!?! א באנדע בעיבי'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

די הארץ רייסט, די שיטסט (ספעלינג?) זאלץ אויף די וואונדען...
א אמת’ע נקודה וואס מקען אייביג וויסן, בפרט קען מען זיך עס אפלערנען פונעם קאסוב’ע צדיק וואס זיין פשרות’לאזע עבודה איז געווען להפליא, ביי יעדע פשוט’ע ניגון האט ער זיך גע’עקשנט און געפייערט ווי א קינד צום טאטן, אן קיין שום חשבונות און הקדמות, בלויז דעם אייבערשטן.
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: אייוועלט זיצערס?!?! א באנדע בעיבי'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

WOW!!!
געלונגענע קעפל!!! וויכטיגע נקודה!!! שיין געשריבן!!! האסט מיר געכאפט!!!
כל הכבוד!!! 555!!! נאדיר אפאר גרינע...

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו!!!
why drink and drive when you can smoke and fly
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”