האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
צמא לדעת
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 6:41 pm

האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צמא לדעת »

א גוט יאר טייערע אידן,

אין דעם אשכול וועט מען אי"ה צושטעלן יעדן טאג עפעס א ידיעה'לע וואס קען זיין אינטערעסאנט. אמאל בשייכות צו עניני דיומא, אמאל מיט עפעס וואס איז געשען אין דעם טאג אין היסטאריע, אמאל עפעס אין די נייעס, און אמאל גלאט אזוי...

דער חילוק פון דעם אשכול צו אנדערע אשכולות איז, אז דא וועט אי"ה נישט קומען סתם ידיעות איבערגעטייטשט פון אנדערע אזעלכע trivia בלעטער, נאר וואס ליגט כאטש עפעס אריגינעלע ענציקלאפעדישע פארש-ארבעט דערונטער. און אדרבא, אויב כאפט איר מיר ביי א טעות, ביטע טאקע פאררעכטן.
אוועטאר
צמא לדעת
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 6:41 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צמא לדעת »

דער נאמען פון דער מאנאט מערץשטאמט פון די רוימער וועלכע האבן עס גערופן Martius , נאך מארס (דער פלאנעט מאדים), וואס האט געדינט אלס דער רוימישער מלחמה אפגאט.

וואו קומט דא אריין א מלחמה? אה, גאנץ פשוט. דער סעזאן פון מלחמה האט זיך אנגעהויבן מיטן פרילינג, ווען די שניי איז צעגאנגען און די פעלדער זענען פריי פאר שלאכטן.
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

גיי אן ווייטער א יעדן טאג און ווער נישט אויסגעמוטשעט.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

וואוף!

פיינע איידיע!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
שווערמער
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

ליגט טאקע עפעס טיפער דא...
ווארט ארויס אויף פרישע סחורה טעגליך.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

קעמען קוים ווארטן. כ'האף ס'גייט קומען יעדן טאג נאכאיינס בלי הפסק.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
צמא לדעת
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 6:41 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צמא לדעת »

אז מען רעדט שוין וועגן מערץ און שניי, א שטיקל המשך:

דער עלטסטער רוימישער קאלענדאר האט אנטהאלטן צען מאנאטן פער יאר, פאר א סך הכל פון 304 טעג. נאך דעצעמבער איז געווען א צייט-אפשניט פון ארום צוויי מאנאטן וועלכע האט נישט געהערט צו קיין שום יאר, אויספאלנדיג אינמיטן ווינטער ווען די פעלדער שטייען וויסט און אגריקולטורעלע פונקציעס קענען נישט ווערן אויסגעפירט. דער יאר האט זיך דעריבער אנגעהויבן מיט מערץ.

מערץ איז שפעטער געווארן דער דריטער מאנאט, נאך וואס יאנואריוס און פעברואריוס זענען צוגעלייגט געווארן צום יאר דורך דער רוימישער קעניג נומא פאפיליוס, אבער אין א געוויסן זין איז עס נאך באטראכט געווארן אלס אנהייב פון יאר א לאנגע צייט שפעטער. און שפורן דערפון זענען נאך געבליבן אפילו ביז היינט...

אין די בריטישע אימפעריע און אירע קאלאניעס האט זיך דער ציווילער יאר אנגעהויבן אין מערץ 25ביז צום יאר 1752, ווען די אימפעריע איז אריבער צום גרעגאריאנישער קאלענדאר. דאס איז די סיבה פארוואס דער פינאנציעלער יאר אין ענגלאנד הייבט זיך נאך היינט אן אין אפריל 6, וואס איז געפאלן דעם זעלבן טאג ווי מערץ 25 אין אלטן יוליאנישן קאלענדאר.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פיינעם געדאנק @צמא לדעת , און ש'כח פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע.

זיך סובסקרייבט, און מיר ווארטן אויף נאך.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5420
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

סובסקרייבט.
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

צמא לדעת האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 4:13 pm
אז מען רעדט שוין וועגן מערץ און שניי, א שטיקל המשך:

דער עלטסטער רוימישער קאלענדאר האט אנטהאלטן צען מאנאטן פער יאר, פאר א סך הכל פון 304 טעג. נאך דעצעמבער איז געווען א צייט-אפשניט פון ארום צוויי מאנאטן וועלכע האט נישט געהערט צו קיין שום יאר, אויספאלנדיג אינמיטן ווינטער ווען די פעלדער שטייען וויסט און אגריקולטורעלע פונקציעס קענען נישט ווערן אויסגעפירט. דער יאר האט זיך דעריבער אנגעהויבן מיט מערץ.

מערץ איז שפעטער געווארן דער דריטער מאנאט, נאך וואס יאנואריוס און פעברואריוס זענען צוגעלייגט געווארן צום יאר דורך דער רוימישער קעניג נומא פאפיליוס, אבער אין א געוויסן זין איז עס נאך באטראכט געווארן אלס אנהייב פון יאר א לאנגע צייט שפעטער. און שפורן דערפון זענען נאך געבליבן אפילו ביז היינט...

אין די בריטישע אימפעריע און אירע קאלאניעס האט זיך דער ציווילער יאר אנגעהויבן אין מערץ 25ביז צום יאר 1752, ווען די אימפעריע איז אריבער צום גרעגאריאנישער קאלענדאר. דאס איז די סיבה פארוואס דער פינאנציעלער יאר אין ענגלאנד הייבט זיך נאך היינט אן אין אפריל 6, וואס איז געפאלן דעם זעלבן טאג ווי מערץ 25 אין אלטן יוליאנישן קאלענדאר.
דאס איז דער סיבה צום מאדנעם פאקט אז אונזערע ניינטער, צענטער, און עלפטער מאנאטן הייסן סעפטעמבער, אקטאבער, און נאוועמבער רעספעקטיוו, וואס באדייט זיבענער, אכטער, און ניינער.

יישר כח!
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1679
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

סובסקרייבט!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
שווערמער
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

תנא-קמא האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 9:54 am
צמא לדעת האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 4:13 pm
אז מען רעדט שוין וועגן מערץ און שניי, א שטיקל המשך:

דער עלטסטער רוימישער קאלענדאר האט אנטהאלטן צען מאנאטן פער יאר, פאר א סך הכל פון 304 טעג. נאך דעצעמבער איז געווען א צייט-אפשניט פון ארום צוויי מאנאטן וועלכע האט נישט געהערט צו קיין שום יאר, אויספאלנדיג אינמיטן ווינטער ווען די פעלדער שטייען וויסט און אגריקולטורעלע פונקציעס קענען נישט ווערן אויסגעפירט. דער יאר האט זיך דעריבער אנגעהויבן מיט מערץ.

מערץ איז שפעטער געווארן דער דריטער מאנאט, נאך וואס יאנואריוס און פעברואריוס זענען צוגעלייגט געווארן צום יאר דורך דער רוימישער קעניג נומא פאפיליוס, אבער אין א געוויסן זין איז עס נאך באטראכט געווארן אלס אנהייב פון יאר א לאנגע צייט שפעטער. און שפורן דערפון זענען נאך געבליבן אפילו ביז היינט...

אין די בריטישע אימפעריע און אירע קאלאניעס האט זיך דער ציווילער יאר אנגעהויבן אין מערץ 25ביז צום יאר 1752, ווען די אימפעריע איז אריבער צום גרעגאריאנישער קאלענדאר. דאס איז די סיבה פארוואס דער פינאנציעלער יאר אין ענגלאנד הייבט זיך נאך היינט אן אין אפריל 6, וואס איז געפאלן דעם זעלבן טאג ווי מערץ 25 אין אלטן יוליאנישן קאלענדאר.
דאס איז דער סיבה צום מאדנעם פאקט אז אונזערע ניינטער, צענטער, און עלפטער מאנאטן הייסן סעפטעמבער, אקטאבער, און נאוועמבער רעספעקטיוו, וואס באדייט זיבענער, אכטער, און ניינער.

יישר כח!
איך וועל נאר צולייגן (ברשות בעל הבית האפנטליך) אז אמאל האט יולי געהייסן קווינטילוס (5'טע) און אוגוסט סעקסטילוס (6'טע). יוליוס קיסר נאכן זיין ראפארם אויף די קאלענדער (וואס איז פריער געווען כמו על פי "הראיה"), האט זי מכבר געווען מיטן א חודש על שמו - יולי.

יוליוס'ס סיסטעם איז נישט קלאר פארשטאנען געווארן דורך זיין נאכפאלגער, און זיי האבן געמאכט גרייזן און פארדרייט די סיסטעם (עס איז געווען בימי התוהו ובוהו אין רוים, פון יוליוס אטענטאט ביז'ן קרוינוג פון אגוסטוס). אגוסטוס כשבתו על כסאו האט אלעס פארראכטן - און זיך אויך מכבד געווען מיט א חודש.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17389
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מיר טרינקען מיט דארשט..


(הגם אז דיין ניק וואלט געדארפט זיין צמא להודיע.. צמא לדעת זעמיר אונז.. אבער אז מ'גייט נאכ'ן התחלה ביזטו געווען דער צמא לדעת..)
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
צמא לדעת
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 6:41 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צמא לדעת »

מיר טרעטן יעצט אריין אין דער "חודש העיבור", איז אפשר אינטערעסאנט צו באטראכטן ווי לאנג א יאר קען זיין (אין דער באשטימטער אידישער לוח), און וויאזוי דאס מאכט אויס אויף דער צאל פון די תפילות אין דעם יאר.

דער לענג פון א ספעציפישער אידישער יאר איז געוואנדן אין דריי באזונדערע פונקטן:
  1. צי דער יאר איז אן עיבור יאר, וואס אין דעם פאל קומט צו דרייסיג טעג פון חודש אדר א' (דאס קומט פאר אין זיבן פון יעדע ניינצן יאר, ארום 36.8%)
  2. צי עס עקזיסטירט דער טאג ל' כסלו (דאס קומט פאר אין ארום 74.5% פון אלע יארן)
  3. צי עס עקזיסטירט דער טאג ל' חשון, עפעס וואס קען נאר זיין אין א יאר וואס פארמאגט ל' כסלו (דאס קומט פאר אין ארום 44.9% פון אלע יארן)
לויט דעם, זענען פארהאן זעקס מעגליכקייטן ווי לאנג א יאר זאל זיין:
  • חסרה– ווען חשון און כסלו פארמאגן ביידע בלויז 29 טעג, איז דער יאר לאנג 353 טעג (ארום 10% פון אלע יארן) אין א געווענליך יאר, און 383 טעג (ארום 15.5% פון אלע יארן) אין אן עיבור יאר
  • כסדרה– ווען חשון פארמאגט 29 טעג און כסלו דרייסיג, איז דער יאר לאנג 354 טעג (ארום 24.3% פון אלע יארן) אין א געווענליך יאר, און 384 טעג (ארום 5.3% פון אלע יארן) אין אן עיבור יאר
  • שלימה– ווען חשון און כסלו פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, איז דער יאר לאנג 355 טעג (ארום 28.8% פון אלע יארן) אין א געווענליך יאר, און 385 טעג (ארום 16.1% פון אלע יארן) אין אן עיבור יאר
לויט דעם, האבן מיר שוין לכאורה דעם ענטפער. די מערסטע תפילות זענען פארהאן אין יארן וועלכע זענען לאנג 385 טעג, און די ווייניגסטע אין אזעלכע וואס האבן נאר 353 טעג. ריכטיג?

נישט אינגאנצן. א יאר וואס איז לאנג 385 טעג קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג (דער קביעות ווערט אנגערופן שנת בשז), א דאנערשטאג (שנת השג), אדער אום שבת (שנת זשה). בשז און השג יארן פארמאגן טאקע די מערסטע תפילות - 1,247 אין חוץ לארץ; אבער אין דער זשה יאר געפאלן מער ימים טובים אין שבת, ווען איין מוסף ווערט געזאגט פאר ביידע.

דער זעלבער חשבון גייט אויך אויף פארקערט: די ווייניגסטע תפילות (1,143 אין חוץ לארץ) ווערן געזאגט אין א זחא יאר, א יאר לאנג 353 טעג וואס הייבט זיך נאך אויך אן אין שבת.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

@צמא לדעת דו ביסט גוטע נייעס! ידיעות אין פארשידענע נושאים, ייש''כ פארן מהנה זיין דעם ציבור.
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5226
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א דאנק @צמא לדעת .

ס'שטעלט זיך ארויס אז זאכן וואס שטייען אויף אייוועלט זענען אריגינעלע ידיעות.
viewtopic.php?p=2851830#p2851830

דארט זע איך גראדע אז יענער קאלענדאר האט פארמאגט 295 טעג. די צען חדשים זענען געווען לויט דער לבנה, מיט 29.5 טעג א חודש.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום זונטאג מארטש 10, 2024 10:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33173
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרשון האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 10:38 pm
א דאנק @צמא לדעת.

ס'שטעלט זיך ארויס אז זאכן וואס שטייען אויף אייוועלט זענען אריגינעלע ידיעות.
viewtopic.php?p=2851830#p2851830


אבער כמובן אז ארגינעל מיינט נישט אז ער האט עס אויפגעמאכט... נאר אז ער האט עס נישט סתם געקאפיעט פון ערגעץ (אויך נישט פון אייוועלט) נאר אליינס געטון ריסערטש.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
א שטענדיג צעמישטער
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 8:58 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטענדיג צעמישטער »

קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 10:42 pm
גרשון האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 10:38 pm
א דאנק @צמא לדעת.

ס'שטעלט זיך ארויס אז זאכן וואס שטייען אויף אייוועלט זענען אריגינעלע ידיעות.
viewtopic.php?p=2851830#p2851830


אבער כמובן אז ארגינעל מיינט נישט אז ער האט עס אויפגעמאכט... נאר אז ער האט עס נישט סתם געקאפיעט פון ערגעץ(אויך נישט פון אייוועלט) נאר אליינס געטון ריסערטש.
אדער אפשר יא?

אבער איך מיין אז דער ציל דא איז א ידיעה'לע טעגליך, מער ווי זיך צו באווייזן מיט ידיעות.
מען דערציילט נישט היסטאריע צו שילדערן דעם עבר, מען טוט דאס אויסצושטעלן די הווה און דער עתיד.
אוועטאר
צמא לדעת
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 6:41 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צמא לדעת »

דאנערשטאג איז פאר א תקופה געווען א "פיש טאג" אין דער סאוויעטן פארבאנד, ווען רעסטאראנטן האבן געדארפט סערווירן פיש אנשטאט פליישיגס.

וואס איז געווען די סיבה צו אזא געזעץ? גאנץ פשוט. פישעריי האט זיך אנטוויקלט אין די "פלאנירטע עקאנאמיע" מער ווי געברויך, און דאס איז געווען א וועג פטור צו ווערן פון די איבריגע פיש.

אבער פארוואס פונקט דאנערשטאג? ווי יעדע פרט אין די קאמוניסטישע ביוראקראטיע, איז עס אפיציעל געווארן אונטערגעשטיצט מיט קלארע סטאטיסטיקס און נומערן וואס צייגן אז אין דעם טאג וועלן די פיש ווערן דאס בעסטע אויסגעניצט.
מאנכע טענה'ן אבער אז דאס האט געהאט א אנטי-רעליגיעזע ציל: אין די ארטאדאקסישע קריסטנטום, די הויפט רעליגיע אין רוסלאנד, זענען מיטוואך און פרייטאג "פאסט טעג" ווען מען עסט נישט קיין פלייש; די סאוויעטן האבן דעריבער אויסגעוועלט פונקט דער טאג אינצווישן, צו טריצן מיט די גלויביגע.

להבדיל אלף אלפי הבדלות, האט עס גראדע א שטיקל אידישע מקור, א מנהג פון נשים צדקניות נישט צו עסן קיין פליישיגס אין א מאנטאג אדער דאנערשטאג ווען מען זאגט תחנון (ים של שלמה חולין, פרק אותו ואת בנו סימן י"א).
אוועטאר
צמא לדעת
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 6:41 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צמא לדעת »

רבי יהודה אשכנזי פון טיקטין, איינער פון די ערשטע און הויפט מחברים פון באר היטב, איז געווען אן עלטער פעטער פון דער חתם סופר.

רבי יהודה איז געבוירן געווארן אין פראנקפורט ד'מיין, וואו זיין פאטער, רבי שמעון צרבס, איז געווען א סופר און א "נאמן" פון די קהילה, און מען האט אים דעריבער גערופן רבי שמעון סופר. א אנדערער זון פון רבי שמעון, רבי משה סופר, האט געהאט א זון רבי שמואל - דער טאטע פון דער חתם סופר.

אנדערש ווי זיין ברודער, האט רבי יהודה אויסגעוואנדערט קיין פוילן, וואו מען האט אים גערופן "אשכנזי" צו באצייכענען זיין אפשטאם פון דייטשלאנד.

די משפחה האט געצויגן זייער יחוס צו רבי שמעון דרשן פון פראנקפורט, דער מחבר פון ילקוט שמעוני.
אוועטאר
עלטעפעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:31 am

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלטעפעטער »

WOW!!! ניינע פייעס דער אשכול!!! שכח @צמא לדעת
למשל האט געשריבן:
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
איך בין נישט דא צו זאגן מייןמיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען, דיינס. זאגן מיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגן דיינס.
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

ש'כח @צמא לדעת יש לי הנאה מאוד.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
צמא לדעת
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 6:41 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צמא לדעת »

רבי בן ציון חיים שלמה משולם זושא טווערסקי זצ"ל, דער פערטער אדמו"ר פון הארנסטייפל, האט באקומען דעם לאנגן נאמען צוליב אן אייגנארטיגן צופאל.

ביים ברית האט מען אים א נאמען געגעבן "שלמה משולם זושא", נאך זיינע זיידעס רבי שלמה פון באבוב, און רבי משולם זושא פון האניפאלי. ער איז אויפגעוואקסן אין מילוואקי, אבער אין יאר תש"ה איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פון דענווער, קאלאראדא.

נו, וואס האט דאס אלעס א שייכות צו זיין לאנגן נאמען? אט הערט. אום ראש השנה תשכ"א איז ער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב א שווערע קראנקייט, און ער האט דורכגעמאכט עטליכע אפעראציעס. אין יום כיפור פון יענעם יאר האבן די צוויי קהילות, אין דענווער און מילוואקי, אים צוגעלייגט א נאמען, אבער צוליב דעם אוממעגליכקייט צו קאָאָרדינירן צווישן זיי זענען צוגעלייגט געווארן צוויי פארשידענע נעמען - "בן ציון" און "חיים".
אוועטאר
צמא לדעת
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 6:41 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צמא לדעת »

פון א אנגעבליכע בריוו פון רבי יחיאל אשכנזי, איידעם פון דער בעל שם טוב, שטעלט זיך ארויס אז זיין זון רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו, דער דגל מחנה אפרים, איז א חתן געווארן מיט די טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם גרשון פון קיטוב, און דער שידוך איז למעשה געווארן אויס צוליב וואס זיין פעטער איז ארויף קיין ארץ ישראל (מכתבים מהבעש״ט ז״ל ותלמידיו, לעמבערג תרפ"ג, עמ' ה').

טייל זענען אבער מפקפק אין די פארלעסליכקייט פון דעם בריוו (זעט: "דער הייליגער דגל", אורות, אייר תשע"ח).
אוועטאר
צמא לדעת
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 6:41 pm

Re: האט איר געוואוסט? מיט צמא לדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צמא לדעת »

אלע ווייסן אז ווען י"ג אדר געפאלט אין שבת (אין ארום 31.9% פון די יארן אין דער באשטימטער לוח, די יארן בחג, זשג, השג, זחג), פעדערט מען דאס פאסטן צו דאנערשטאג, י"א אדר.

א יוצא מן הכלל איז אבער געווען אין פרובאנס, וואו דער מנהג איז געווען אין אזא פאל צו פאסטן אין פרייטאג, י"ב אדר (זעט מגן אבות למאירי, ענין כ"ג, וואו ער ענטפערט באריכות אויף די טענות פון תלמידים קעגן דעם מנהג).
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”