אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6273
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אנטשולדיגס פארן אריינהאקן.

ווען דו רעדסט פון עקסיט נומערן, די i-84 אין ניו יארק פלעגט לויפן די עקסיט נומערן על הסדר. עטליכע יאר צוריק האבן זיי געברויכט איבערטוישן די סיינס צוליבן ווערן שטארק אפגעוועטשט, האבן זיי אויך געטוישט די עקסיט נומערן זאלן לויפן לויט די מייל. עס הויבט זיך אהן ביים פענסילוועניע בארדער און ענדיגט זיך ביים קאנעקטיקוט בארדער. ביי איעדע עקסיט סיין קען מען זען שטיין אין קליין אז די עקסיט איז די געוועזענע די און די עקסיט.
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

פליגל האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 1:20 am
אנטשולדיגס פארן אריינהאקן.

ווען דו רעדסט פון עקסיט נומערן, די i-84 אין ניו יארק פלעגט לויפן די עקסיט נומערן על הסדר. עטליכע יאר צוריק האבן זיי געברויכט איבערטוישן די סיינס צוליבן ווערן שטארק אפגעוועטשט, האבן זיי אויך געטוישט די עקסיט נומערן זאלן לויפן לויט די מייל. עס הויבט זיך אהן ביים פענסילוועניע בארדער און ענדיגט זיך ביים קאנעקטיקוט בארדער. ביי איעדע עקסיט סיין קען מען זען שטיין אין קליין אז די עקסיט איז די געוועזענע די און די עקסיט.
איך האב עס נישט געוואלט אויסשמועסן באריכות אבער אסאך פלעצער איז אזוי, אין געוויסע סטעיטס האט מען געטוישט אלע סיינס פון אלע הייוועיס
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

@אלטע שרייבער זייער אינטערעסאנט אין קלאר!
שכח!
קיפ איט אפ
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

אלטע שרייבער האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 6:09 pm
והיא שעמדה האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:51 pm
זעהט אויס זייער רייך און אינטערסאנט. איז דא א פי די אף פון די ארטיקעל?
די ערשטע דריי ארטיקלען האט ער געלייגט דא viewtopic.php?p=5257928#p5257928
Thats not a PDF i would really appreciate a PDF
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

להגדיל שמו האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 4:42 pm
אלטע שרייבער האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 6:09 pm
והיא שעמדה האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:51 pm
זעהט אויס זייער רייך און אינטערסאנט. איז דא א פי די אף פון די ארטיקעל?
די ערשטע דריי ארטיקלען האט ער געלייגט דא viewtopic.php?p=5257928#p5257928
Thats not a PDF i would really appreciate a PDF
איך האב נישט קיין צייט און געדולד דערצו... אויב איינער וויל זיך מנדב זיין וועל איך אים גערן העלפן (לכוא' לוינט זיך צי ווארטן ווען כ'וועל ענדיגן די גאנצע און דאן מאכן א דבר השלום)
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

חלק ט'



'מייל מארקער'

אלע הייוועיס פארמאגן אזעלעכע קליינע סיינס ביי די זייט פון די ראוד ביי יעדע מייל (און געוויסע פעלער למשל אין נ.י. איז ווייניגער ווי מייל) א קליינע סיין וואס ווייזט וויפיל מייל אויף די הייוועי די געפינסט זיך יעצט.

אויף אינטערסטעיטס מוז עס זיין מינומום יעדע מייל, אנגעהויבן פון מערב (WEST) אדער פון דרום (SOUTH) פון די הייוועי ביי די סטעיט ליין, אדער אויב די הייוועי האט זיך אנגעהויבן אינמיטן די סטעיט הייבן זיך די מייל אן פון דרום אדער מערב פון ווי די הייוועי האט זיך אנגעהויבן.

אין ניו יארק איז דא מייל מארקערס יעדע צענטל פון א מייל (528 פוס), די סיינס פארמאגן דריי שורות פון נומערן, די ערשטע שורה איז די הייוועי נומער (פאר א אינטערסטעיט פארמאגט עס א אות I בעפאר) די צווייטע שורה איז די געגנט פון ניו יארק וואס ס'געפינט זיך, און די דריטע שורה איז די מייל.

(די טראוועי פארמאגט בלויז די מיילאון נישט אלע אנדערע זאכן דעראויף)

MILE MARKER.png
MILE MARKER.png (158.89 KiB) געזען 879 מאל

'געזעצן'


יעדע אינטערסטעיט באלאנגט פאר די סטעיט אין וואס ער געפינט זיך, מ'דארף פאלגן די ארטיגע געזעצן, אפי' ס'איז געבויעט געווארן און באצאלט דורך די פעדעראלע רעגירונג אבער דאך פירט יעדע סטעיט זייערע אייגענע הייוועיס.

דאך האט די פעדעראלע רעגירונג איינגעפירט פארשידענע געזעצן וואס יעדע אינטערסטעיט הייוועי מוז נאכקומען כדי צי זיין ראוי צי זיין א חלק פון די אינטערסטעיט סיסטעם.

פארשטייט זיך אז מיר קענען נישט אויסרעכענען יעדע משוגעת און געזעץ וואס מ'האט געמאכט במשך די יארן אבער דאך וועלן מיר פרובירן צי אויסרעכענען די בעיסיקס.

יעדע כלל האט פארשטייט זיך פילע יוצא מן הכלל אבער געווענדליך איז עס אזוי, און אזעלעכע פעלער האט די פעדעראלע הייוועי דעפ. געדארפט געבן א ספעציעלע 'וועיווער' פאר די הייוועי אז אפ' ער קומט נישט נאך א געוויסע סטאנדארט קען ער נאכאלץ זיין א אינטערסטעיט, און פארשטייט זיך געניסן פון די רייכע פעטע"ר אין וואשינגטאן…

געווענדליך וועלן די הייוועיס (און ספעציעל די בריקן און טונעלן) וואס זענען געבויעט געווארן בעפאר די אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם איז אריין אין עפעקט און האבן זיך שפעטער מצרף געווען צי די אינטערסטעיט וועלן נישט אויסקוקן אינגאנצן ווי די רעגולאציעס.
  • 1. די וועגן דארפן זיין פליסיג אן קיין שום סטאפ סיין, רויט לייט, טרעינס לויפן דורך וכו, אזוי אויך די רעמפס און אינטערטשענזשעס דארף מען קענען פארן אן קיין אפשטעל. (איך קען אייך דא ווייזן ווי די I-70 האקט זיך אפ אינמיטן און פארט אריין אויף א לאקאלע גאס פאר א קליין שטיקל און ער הייבט פון פריש אן… אבער געווענדליך איז נישט אזוי קוקט דא )

    2. ספיד מינומים 70 אין די נישט באוואינטע געגנטער און 50 אין די באוואינטע געגנטער (מיר וועלן שפעטער אי"ה מער אויסשמועסן די ספיד לימיטס)

    3. די הייוועיס טארן נישט זיין צי שיעף אז מ'זאל קענען באקוועם פארן דעראויף

    4. מינומום 2 לעינס יעדע זייט און ווי ס'פעלט זיך אויס מער איז דא מער… (דא אין א סטעיט פארק אין ניו העמפשער די I-93 איז גראדע נאר דא איין לעין לכוא' די איינציגסטע פלאץ ווי א געהעריגע הייוועי האט נאר איין לעין)

    5. 12 פוס ברייט די לעינס

    6. 10 פיסיגע שאולדערס אויף די רעכטע זייט, 8 פוס אויף די לינקע זייט (דא איז פארהאן א גאנצע ליסט מיט אויסנאמען…)

    7. ספעציעלע דרעין פאר די וואסער

    8. צווישן די צוויי דירעקציעס 50 פוס (פארשטייט חוץ…)

    9. אויף די בריקן וואס זענען ווייניגער ווי 200 פוס לאנג די זעלבע ווי שאולדערס געווענדליכע ראודס

    10. די בריקן וואס זענען מער ווי 200 פוס איז די בריקן וואס שטייען שוין פון פריער קענען האבן קלענערע, אבער די נייערע איז גענוג 4 פוס שאולדערס

    11. טונעלן וואס קאסטן זייער טייער צי בויען איז די וואס שטייען שוין פון בעפאר קענען בלייבן וויאזוי זיי זענען, די נייע קענען אויך זיין פיל קלענערע שאולדערס ווי געווענדליך

    12. אלע סיינס דארפן זיין וויזעבל ביינאכט (אויב א קאר שיינט דעראויף ביינאכט) און גרין מיט ווייסע אותיות

    13. מונומום 16 פוס הויעך אריינגערעכנט סיינס, אויווערפעס וכו.

    15. טאר נישט זיין קיין קורבס (ווי א סיידוואק וואס שטעקט זיך ארויס העכער די ראוד)
און נאך פיל…

המשך יבא
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
TechNote
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 22, 2024 10:53 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TechNote »

אלטע שרייבער האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 3:46 pm
'געזעצן'
  • 1. די וועגן דארפן זיין פליסיג אן קיין שום סטאפ סיין, רויט לייט, טרעינס לויפן דורך וכו, אזוי אויך די רעמפס און אינטערטשענזשעס דארף מען קענען פארן אן קיין אפשטעל. (איך קען אייך דא ווייזן ווי די I-70 האקט זיך אפ אינמיטן און פארט אריין אויף א לאקאלע גאס פאר א קליין שטיקל און ער הייבט פון פריש אן… אבער געווענדליך איז נישט אזוי קוקט דא )
גראדע די I-83 אין באלטימאר ענדיגט זיך מיט א רויט לייט ביים בעי הארבער.
TechNote האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 3:49 pm
דער אייבישטער כביכול פירט א שאך שפיל, און די אמעריקע באדן איז די שאך ברעטל...
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

TechNote האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 7:25 pm
אלטע שרייבער האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 3:46 pm
'געזעצן'
  • 1. די וועגן דארפן זיין פליסיג אן קיין שום סטאפ סיין, רויט לייט, טרעינס לויפן דורך וכו, אזוי אויך די רעמפס און אינטערטשענזשעס דארף מען קענען פארן אן קיין אפשטעל. (איך קען אייך דא ווייזן ווי די I-70 האקט זיך אפ אינמיטן און פארט אריין אויף א לאקאלע גאס פאר א קליין שטיקל און ער הייבט פון פריש אן… אבער געווענדליך איז נישט אזוי קוקט דא )
גראדע די I-83 אין באלטימאר ענדיגט זיך מיט א רויט לייט ביים בעי הארבער.
מ'רעדט נישט פון ווען ס'הייבט זיך אן, זייער אסאך הייבן זיך אן אזוי, מ'רעדט אינמיטן פון די הייוועי איז פלוצלינג דא א אפשטעל

די 17 פלעגט האבן ביז נישט צי לאנג צוריק בערך ביי עקזיט 98 א רויט לייט און זיי האבן עס לעצטענס געטוישט, ווייל זיי ארבעטן עס צי מאכן פאר א אינטערסטעיט האבן זיי געדארפט טוהן אסאך זאכן. די חידוש פון וואס איך האב געוויזן ביי די I-70 איז אז אימיטן די הייוועי איז עס ארויס פון א עקזיט ארויף אויף א גאס און דערנאך גייט עס ארויף צוריק אריין און ס'הייבט זיך אן פון פריש

קוק די בלויע איז איין זייט פון די 70 די רויטע איז א גאס מיט א טרעפיק לייט, און די גרינע איז צוריק ארויף אויף די 70

22.png
22.png (388.12 KiB) געזען 807 מאל
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

!Just wow
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

חלק י'




'ספיד לימיט'



אנגעהויבן האט מען מיט 55 וואס איז געווען א נייע באגריף לויט די דעמאלסדיגע מעגליכקייטן, היינט איז געווענדליך 70 אין די נישט באוואינטע געגנטער און 50 אין די באוואינטע געגנטער.

אין פילע פעלער איז העכער אדער נידעריגער געוואנדן אין די פלאץ און לויט די מעגליכקייט.

וויאזוי ס'זאל נאר זיין דארף מען פאלגן יעדע סטעיט לויט זיינע געזעצן און ס'איז נישט דא א באשטימטע כלל פאר אלע סטעיטס.


'ביזנעס רוט'ס'



אין פילע פלעצער איז פארהאן עקסטער פון די געווענדליכע גרויס אינטערסטעיט א רוט וואס ווערט גערופן א 'ביזנעס רוט' וואס לויפט אדורך די ביזנעס דיסטריקט פון די געגענט און איז א חלק פון די אינטערסטעיט פון די געגנט דארט מיט די זעלבע נומער, למשל ביזנעס 70.

די ביזנעס רוטס דארפן נישט נאכקומען די געווענדליכע געזעצן פון אינטערסטעיטס, און קען למשל פארן אויף א גאס מיט רויט לייטס, ס'איז ספעציעל אזוי געמאכט פאר די ביזנעס דיסטריקט צי קענען באקוועם נוצן די אינטערסטעיט סיסטעם.

און די סטעיטס דא ארום אונז וועט איר עס נישט געפונען בלויז בעיקר אין די מערב סטעיטס.

אויך דא איז פארהאן צוויי סארט ביזנעס רוטס, א ביזנעס 'LOOP' וואס דאס מיינט אז בידע זייטן זענען פארבינדן צי זיין 'טאטע הייוועי.
די ביזנעס 'SPUR' איז ווען נאר איין זייט פון די רוט איז ציגעבינדן צי זיין טאטע.

די ביזנעס רוטס זענען געצייכנט מיט די זעלבע געווענדליכע אינטערסטעיט סיין נאר קאלירט גרין מיט ווייסע אותיות, און שטייט דעראויף 'LOOP' אדער 'SPUR'.

11.png
11.png (351.5 KiB) געזען 726 מאל

'פיינענסונג' און 'טאלס'



די אינטערסטעיט האט געקאסט צי בויען דעמאלטס בערך $113 ביליאן דאלער (היינט ווערד בערך 1.2 ביליאן דאלער) וואס איז עפ"י רוב געווארן באצאלט דורך די פעדעראלע רעגירונג.

ווי שוין געשריבן פריער באלאנגען די הייוועיס צי די די סטעיט אין וואס זיי געפונען זיך, חוץ די פאר רעגאלאציעס פון די הייוועי דעפ פאר א אינטערסטעיט קען יעדע סטעיט טון כל מה בלבם.

די הייוועי קאווערט זיך דורך טעקס אויף געז און טייער'ס, וואס מיט די געלט טוט מען אויפהאלטן די הייוועיס, און מיט די געלט איז עס אויך געבויעט געווארן.

איינס פון די תנאים ביים בויען די אינטערסטעיטס איז געווען נישט צי בעטן קיין טאלל אויף קיין שום הייוועי חוץ אין געוויסע פעלער.

טראץ דעם איז בערך 2,900 מייל פון די בערך 45,000 מייל פון די אינטערסטעיט יא דא טאלל'ס פאר פארשידענע אויסנאמען.

אויב א הייוועי איז געבויעט געווארן פאר די אינטערסטעיט וואס ווערט אנגערופן ווי 'עלטערן' צי די אינטערסטעיט און ס'איז שפעטער געווארן אריינגענומען אין די אינטערסטעיט, פאר די פעדעראלע רעגירונג האט זיך געןוינט זיי ארינצונעמען אין די אינטערסטעיט סיסטעם פאר פארשידענע סיבות, סיי צילוב ווייל זיי זענען שוין געווען אין פלעצער וואס מ'האט געדארפט בויען א אינטערסטעיט און ס'וואלט געווען צי טייער צי בויען א נייע הייוועי גלייך נעבן א עקזענסטירענדע הייוועי, האט מען זיי אריינגענומען, און אויסקויפן די באנדס פון די אריגינעלע בעלי בתים וואס האבן אינוועסטירט האט זיך אויך נישט געלוינט, ממילא זענען געבליבן אזוי.

פארשטייט זיך אויב זיי בעטן טאללס קענען זיי נישט באקומען קיין געלט פון די רעגירונג (חוץ פאר ריפעיר אבער נישט צי זיך אויפהאלטן)

אסאך הייוועיס זענען אזוי ווי למשל אונזער טראוועי, און אזוי אויך פילע בריקן און טונעלן.

פארשטייט זיך אז אפי' זיי זענען געבויעט געווארן בעפאר דארפן זיי נאכאלת נאכקומען די אינטערסטעיט רעגולאציעס.

געוויסע פעלער האט זיך געמאכט א עמערזשענסי פאל ווי די פעדעראלע רעגירונג איז זיי אריינגעקומען העלפן פארעכטן, דאן זענען געווארן באצווינגן צי אויפהערן בעטן טאללס ווען די באנד'ס וועלן ווערן אויסגעצאלט.

די פעדעראלע רעגירונג פארלאנגט א ספעציעלע געלע סיין אויף יעדע טאלל אינטערסטעיט הייוועי
22.png
22.png (228.83 KiB) געזען 726 מאל

המשך יבא בס"ד
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

איך האב נאך בערך 3-4 צי שרייבן די לעצטע וועט האפענטליך זיין גאר אינטערסאנט, זאל איך ווייטער גיין? איז נאך איינער אינטערסירט?

ס'איז ארבעט איך וויל וויסן אויב ס'איז נאך אינטערסאנט פאר אייך
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





שעטנז
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

אלטע שרייבער האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 3:42 pm
איך האב נאך בערך 3-4 צי שרייבן די לעצטע וועט האפענטליך זיין גאר אינטערסאנט, זאל איך ווייטער גיין? איז נאך איינער אינטערסירט?

ס'איז ארבעט איך וויל וויסן אויב ס'איז נאך אינטערסאנט פאר אייך
איך באלעק מיך!!!! און מסתם אויך נאך הונדערטער אנדערע!!!!!!!!!!

רבותי! קומט אריין אפרישיעטן הרב @אלטע שרייבער!!!
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
יאסעלע פליטמאן
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

אלטע שרייבער האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 3:42 pm
איך האב נאך בערך 3-4 צי שרייבן די לעצטע וועט האפענטליך זיין גאר אינטערסאנט, זאל איך ווייטער גיין? איז נאך איינער אינטערסירט?

ס'איז ארבעט איך וויל וויסן אויב ס'איז נאך אינטערסאנט פאר אייך
יא אוואדי, ס'איז פיינע נייעס!
.
שקויעך פאר'ן מיך אויסהערן און א גוטען טאג!
-

אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5606
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

אלטע שרייבער האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 3:42 pm
איך האב נאך בערך 3-4 צי שרייבן די לעצטע וועט האפענטליך זיין גאר אינטערסאנט, זאל איך ווייטער גיין? איז נאך איינער אינטערסירט?

ס'איז ארבעט איך וויל וויסן אויב ס'איז נאך אינטערסאנט פאר אייך
זיכער אז יא.
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
● קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
ספעציעלע זוממער פרייזן!!
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע:ווי טאקע?

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

אלטע שרייבער האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 3:42 pm
איך האב נאך בערך 3-4 צי שרייבן די לעצטע וועט האפענטליך זיין גאר אינטערסאנט, זאל איך ווייטער גיין? איז נאך איינער אינטערסירט?

ס'איז ארבעט איך וויל וויסן אויב ס'איז נאך אינטערסאנט פאר אייך
יא פליז
הירש בן משה
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 8:10 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הירש בן משה »

עס איז זייער אינטערעסאנט
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

אלטע שרייבער האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 3:42 pm
איך האב נאך בערך 3-4 צי שרייבן די לעצטע וועט האפענטליך זיין גאר אינטערסאנט, זאל איך ווייטער גיין? איז נאך איינער אינטערסירט?

ס'איז ארבעט איך וויל וויסן אויב ס'איז נאך אינטערסאנט פאר אייך
זיכער, איך עס אויף יעדע ווארט עקסטער!
אויב איך דו און דו ביסט איך, דעמאלסט בין איך נישט איך און דו ביסט נישט דו
(קרעדיט: אברהם פריעד)
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5207
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אלטע שרייבער האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 3:42 pm
איך האב נאך בערך 3-4 צי שרייבן די לעצטע וועט האפענטליך זיין גאר אינטערסאנט, זאל איך ווייטער גיין? איז נאך איינער אינטערסירט?

ס'איז ארבעט איך וויל וויסן אויב ס'איז נאך אינטערסאנט פאר אייך
דעפינעטלי, קיעפ דהעם קאמינג.
שרייבסט גוט, און אינפארמאטיוו. נישטא קיין סאך אזעלכע פארבליבן דא אין קרעטשמע. קיעפ אפ!
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

אלטע שרייבער האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 3:42 pm
איך האב נאך בערך 3-4 צי שרייבן די לעצטע וועט האפענטליך זיין גאר אינטערסאנט, זאל איך ווייטער גיין? איז נאך איינער אינטערסירט?

ס'איז ארבעט איך וויל וויסן אויב ס'איז נאך אינטערסאנט פאר אייך
זיכער. און פאקט איז דאס די איינציגעסטע אשכול ווי איך האב א נאטעפעקאציע פאר א פרישע תגובה. די שרייבט זייער רייך קלאר און גוט!!!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4796
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

געוואלדיג.

די מייל מארקער מיט די 3 רייעס, פארשטיי איך נישט די ערשטע 2.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 12:30 am
געוואלדיג.

די מייל מארקער מיט די 3 רייעס, פארשטיי איך נישט די ערשטע 2.
קוק אויף די פון אויבן, די 23 איז די רוט נומער (ס'איז נישט קיין אינטערסטעיט ס'איז א פשוטע ניו יארק רוט) די צווייטע איז די געגענט ווי ס'געפינט זיך (יעדע געגנט אין די סטעיט האט א קאוד, כ'ווייס נישט פונקטלעך וויאזוי ס'ארבעט) די צווייטע נומער איז צוטיילט אין צוויי די ערשטע צוויי נומערן איז די געגנט קאוד און די צווייטע צוויי זענען אין די געגנט עפעס א קאוד
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

חלק י"א



'נאך באדינונגען'

ווי שוין געשריבן אנהייב האט פאר פרעזידענט אייזענהאוער זייער געברענט צי בויען די אינטערסטעיטס, בפרט שטייענדיג נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווי מ'האט געזען די וויטיגקייט אין צייט פון ר מלחמה צי האבן געהעריגע ראודס צי טראגן סיי מיליטער לייט און סיי די אמעריקאנע בירגער.

פארשטייט זיך אז ס'איז גענומען געווארן אין חשבון די מיליטער לייט צי קענען גרינג אנקומען פון איין פלאץ צום צווייטן (ס'איז פארהאן א אלטע טעאריע אז יעדע 5 מייל פון א אינטערסטעיט האט געדארפט זיין א גראדע פלאץ אז א ערעפלאן זאל קענען לאנדן אין פאל פון נויט אבער קיינמאל נישט געווארן באשטעטיגט)

אזוי אויך אין צייט פון אלע אנדערע קאטעסראפעס ווי פארפליצונגען האריקענס וכדו, וואלד פייערן אא"וו, וואס דאן קענען אלע ביידע דירעקציעס דינען אלץ איין דירעקציע צי ארויס פון די קאטעסראפע (און איז שוין אין די פארגאנגענהייט אסאך מאל גענוצט געווארן למשל ביי די באקאנטע ניו ארליניס האריקען ווי דארט האט מען געמאכט אלע לעינס ארויסצופארן פון שטאט)


'קאנסטראקשיאן' און 'טוישונגען פון אריגעניעלע פלאן'

ווי שוין געשריבן אויבן איז די געזעץ אריין אין עפעקט 1956 זוממער, תיכף האט מען אנגעהויבן די בויען (די פלאנירונגען פון פונקטלעך ווי יעדע הייוועי גייט געבויעט ווערן איז געווען א חלק פון די קאנגרעס ביל צי ווערן עפראווד די גאנצע זאך)

אין פילע פעלער האט פאר פארשידענע סיבות געדארפט טוישן אדער אינגאנצן אויפגעבן אויף געוויסע פלענער, פאלגענד וועלן מיר אויסרעכענען אפאר פאקטן פון די בויעריי.

די אפעציעלע בויען פון די אינטערסטעיט האט זיך גענדיגט אין 1992 ווען חלקים פון די I-70 אין קאלאראדא אויף די בערג איז פארטיג געווארן, וואס דאס רעכנט אריין א טונעל אין די בארג, און בכלל בויען אויף בערג (וואס איז אגב געווען פון די טייערסטע אינטערסטעיטס צי בויען פער מייל)

פארט איז איבערגעבליבן געוויסע פלעצער ווי ס'איז נאכנישט געווען פארטיג איינס דערפון איז די I-95 אריבער פון ניו זשירסי אריבער די דעלעוואר טייך אריין צי פענסילוועינע וואס איז ענדליך פארטיג געווארן אפעציעל אין 2018. א צווייטע איז די I-70 ווי אויבן דערמאנט וואס ס'פעלט א שטיקל.

נעברעסקא איז געווען די ערשטע סטעיט אפעציעל צי ענדיגן אלע זייערע אינטערסטעיטס אין 1974

אין 1979 איז פארטיג געווארן די ערשטע הייוועי גראד פון מעקסיקא קיין קאנאדא די I-5

אין 1986 איז פארטיג געווארן די I-80 מאכנדיג דאס די ערשטע אינטערסטעיט פון די אטלאנטיק ים ביז די פאסיפיק ים.

אזוי אויך אין פילע פעלער איז געטוישט געווארן פלענער פאר פארשעדענע סיבות ווי די איינוואונער האבן פארפירט.


'סטעיטס אינדרויסן פון אמעריקא'



צוויי סטעיטס און איין אמערקאנע טערעטאריע 'פארטע ריקא' וואס זענען נישט פארבינדן מיט די איבעריגע 48 סטעיטס (און דיסטריקט אוו קאלאמביע/ וואשינגטאן די סי) אבער דאך צאלן זיי די טעקסעס ווי אלע איבעריגע סטעיטס, טוען זיי אויך באקומען געלטער פון די פעדעראלע הייוועי דעפ.

האווייאי האט דריי גרויסע אינטערסטעיטס מיט נאך איין וואס דאס זענען H-1 H-2 און H-3 אזוי אויך א H-201 אבער אלעס נאר אויף די איין מעין אינזל מיטן נאמען O‘ahu וואס דארט געפינט זיך אויך זייער הויפשטאט 'האנעלאלא'

אלאסקא און פארטע ריקא האבן נישט ממש קיין געהעריגע אינטערסטעיטס אבער האבן צוויי לעינס, אבער ס'איז נישט געהעריג.

'די טויש אין אמעריקא'


ס'איז שווער אראפצולייגן די טויש וואס די אינטערסטעיט הייוועיס האבן געמאכט צי אמעריקא, גאנצע שטעט וואס זענען אויסגעקומען אויפן וועג פון די הייוועיס האבן אויפגעלעבט, די עקאנאמיע אין די אלע געגנטער האבן גוט געוואקסן זינט דאן, ס'איז געווארן סאך גריגער פאר מענטשן צי טרעוועלן.

פארשטייט זיך אז טוריזים איז אויך מוירעדיג געוואקסן, און די גרויסע שטעט האט עס אוואדי געמאכט א מהפיכה, גאנצעטע געגענטער זענען אויפגעקומען א דאנק די אינטערסטעיטס ווי פעקטאריס און גרויסע ווערהאוזעס

אבער פון די אנדערע זייט האט עס שטארק עפעקטירט די באנען אינדעסטרי און אנשטאט איז אויפגעקומען די טרעילער אינדערסטרי.

אזוי אויך זענען בערך א מיליאן מענטשען געווארן ארויסגעשיקט פון זייערע הייזער צי מאכן פלאץ אויפצובויען די הייוועיס (אריינגערעכנט ביי אונז אין וומב"ג ווי די פראזשעקס זענען דאן געבויעט געווארן)


'פאקטן און ציפערן'


די לענגסטע: די I-80 פון דא ביז דא 2,900 מייל

די לענגסטע פון דרום צי צפון: די I-95 פון דא ביז דא 1,923 מייל

די קורצטע 2 דיזשיט אינטערסטעיט: I-97 און מערילענד 17.5 מייל

מייל אלע אינטערסטעיט: 48,756

פארנומענסטע הייוועי: די I-405 אין לאס אנגלאס (380,000 קארס פער טאג)

אינטערסטעיט וואס לויפט דורך מערסטע מייל I-95, זעכצן סטעיטס (האט געקאסט צי בויען 8 ביליאן דאלער)

די העכסטע: די I-70 א טונעל אין קאלאדא אויף די בערג און קאלאראדא

נידעריגסטע: אויף די I-8 אין קאליפארניע

די סטעיט מיט די מערסטע אינטערסטעיטס: ניו יארק (29 שטיק)

די סטעיט מיט די מערסטע מייל אינטערסטעיטס: טעקסעס 3,233 מייל

קרוב צי 55,000 בריקן פארמאגט די אינטערסטעיט (אריינגערעכנט יעדע אויווערפעס און רעמפ)

קרוב צי 100 טונעלן

14,750 אינטערטשענזשעס

בערך 730 ביליאן קארס פארן דעראויף יערליך
המשך יבא
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

אי"ה קומעדיגע וואך וועט ארויפגיין די לעצטע צוויי
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4796
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אלטע שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 10:44 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 12:30 am
געוואלדיג.

די מייל מארקער מיט די 3 רייעס, פארשטיי איך נישט די ערשטע 2.
קוק אויף די פון אויבן, די 23 איז די רוט נומער (ס'איז נישט קיין אינטערסטעיט ס'איז א פשוטע ניו יארק רוט) די צווייטע איז די געגענט ווי ס'געפינט זיך (יעדע געגנט אין די סטעיט האט א קאוד, כ'ווייס נישט פונקטלעך וויאזוי ס'ארבעט) די צווייטע נומער איז צוטיילט אין צוויי די ערשטע צוויי נומערן איז די געגנט קאוד און די צווייטע צוויי זענען אין די געגנט עפעס א קאוד
בקיצור, קאודס מיט קאודס אויף סיינס וואס קיינער קען נישט ליינען.
חלילה אויב דארף מען זאגן פאר אמערדשענסי ווי צו גיין, ווייסט מען נישט וויאזוי צו ליינען

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4397
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

וואס איז פשט אז די I95 ציטיילט זיך נעבן די לינקלען טונעל אויף 2? אויך פונקט נעכטן דאס באמערקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”