אריינגעקומען דא בטעות, נאר וועלנדיג זען פון וואס דער ערשטער בלאט רעדט זיך, און געענדיגט די גאנצע (?) זאך אין איין אטעם.
אנבעליוועבל, די גאלדענע פעדער און ציענדע שפראך, גוט געשריבן, פראפעסיאנעל אראפגעלייגט, און די טיפע געפילן באגראבן אין יעדער שורה. איך האב ווי שפאצירט אין שלומי'ס מחשבות צוזאמען מיט אים, נאך בעסער ווי אין מיינע.
איך זע אין יעדן ווארט נאך א ציגל אין שלומי'ס פראפיל. און יא, אין געציילטע סצענעס האב איך געקענט רילעיטן צו אים.
@צד השוה, כ'ווייס נישט צי דו ווייסט, אבער דו האסט א מעכטיג טיפע פעדער, און נאך געשמאק און סאליד. א מחיה צו ליינען.
נאר א קלייניקייט, איך בין געווען זיכער אז איך בין נישט פון די הארץ צאפלנדע אידן וואס ווארטן פאר דער צעשטיקלטער געשיכטע צו ווערן איינס, אמער, ס'איז דאך שוין איבער א יאר צייט וואס מ'באשרייבט שלוימי'ס יונגע לעבנסרייזע, אבער קומענדיג נענטער צו דער ענדע פונעם אשכול האב איך ליידער איינגעזען אז איך וועל מיך מוזן אנשליסן צו דער גרופע וואס לעכצט תמיד פאר דעם קומענדיגן קאפיטל.
אלזא, רעב@צד השוה, שארצט אייך ארויף די ארבל, און הייבט אן שרייבן. א נייער ליינער און דרוק-לייגער איז אין שטעטל.
און פאר איך פארגעס, א ריזיגן דאנק פאר די פריערדיגע קאפיטלען, א פארגעניגן געווען יעדעס איינע.
היסטארישהאט געשריבן:↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:40 am
רבוש"ע!
אריינגעקומען דא בטעות, נאר וועלנדיג זען פון וואס דער ערשטער בלאט רעדט זיך, און געענדיגט די גאנצע (?) זאך אין איין אטעם.
אנבעליוועבל, די גאלדענע פעדער און ציענדע שפראך, גוט געשריבן, פראפעסיאנעל אראפגעלייגט, און די טיפע געפילן באגראבן אין יעדער שורה. איך האב ווי שפאצירט אין שלומי'ס מחשבות צוזאמען מיט אים, נאך בעסער ווי אין מיינע.
איך זע אין יעדן ווארט נאך א ציגל אין שלומי'ס פראפיל. און יא, אין געציילטע סצענעס האב איך געקענט רילעיטן צו אים.
@צד השוה, כ'ווייס נישט צי דו ווייסט, אבער דו האסט א מעכטיג טיפע פעדער, און נאך געשמאק און סאליד. א מחיה צו ליינען.
נאר א קלייניקייט, איך בין געווען זיכער אז איך בין נישט פון די הארץ צאפלנדע אידן וואס ווארטן פאר דער צעשטיקלטער געשיכטע צו ווערן איינס, אמער, ס'איז דאך שוין איבער א יאר צייט וואס מ'באשרייבט שלוימי'ס יונגע לעבנסרייזע, אבער קומענדיג נענטער צו דער ענדע פונעם אשכול האב איך ליידער איינגעזען אז איך וועל מיך מוזן אנשליסן צו דער גרופע וואס לעכצט תמיד פאר דעם קומענדיגן קאפיטל.
אלזא, רעב @צד השוה, שארצט אייך ארויף די ארבל, און הייבט אן שרייבן. א נייער ליינער און דרוק-לייגער איז אין שטעטל.

—— נו, ווען קומט די קומענדיגע קאפיטל?
א דאנק פאר די גוטע ווערטער.
איך קען מיך נישט זעהן נישט ענדיגן די פארזעצונג. די גאנצע נקודה פונם שרייבן איז ארויסצוברענגן געוויסע צומישענישן בעולם הנפש, און צו דעם בין איך נאכנישט אנגעקומען.
די מינוט איך וועל נאכאמאל האבן צייט וועל איך אי''ה גלייך צוריק אנהייבן.
די לעצטע פאר וואכן איז עס ממש נישט געווען שייך. נישט געהאט קיין מינוט צו שרייבן.
צד השוההאט געשריבן:↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:35 pm

מיין חבר אין ישיבה האט א באהאלטענע געים בוי, און ווען איך שפיל מיך מיט דעם קען איך קאנצעטרירן פאר אפאר שעה אין א צו. איך פארחלום זיך נישט אפילו פאר א מינוט!''
דער טערעפיסט האט זיך צושמייכלט. ''דאס איז נאך א סימן פון א. ד. ד. און נישט פארקערט. אזאך וואס איז אינטערסאנט, קען אוועקנעמען שעות אויף שעות אן דעם וואס דער מענטש זאל כאפן.
''איז עס זיכער א. ד. ד. '' האט שלומי געקוקט דעם ר' דוב אין די אויגן.
''ס'פילט זיך אזוי גוט צו וויסן פארוואס איך בין אזוי....'' האט ער געזיכט די ווערטער פון מויל. ''אזוי אנדערש''
''מען זאגט אז וויסן דעם פראבלעם איז שוין א האלבע רפואה'' האט ר' דוב ווארעם גענטפערט.
שלומי האט א קוק געטוהן אויפן האלצערנעם זייגער אויף די רעכטע וואנט. ''וואו, ס'איז שוין אדורך א האלבע שעה זייט איך בין דא! די צייט פליט. וואס נאך קען א. ד. ד. ברענגן?'' האט ער געוואלט אריינכאפן פאר די שעה ענדיגט זיך.