בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

טאטע: יודעלע וואס איז געשען פארוואס וויינסטו??
כ'האב מיך צוקלאפט ביי די סטעפס...
אוי וויי וועלעכע סטעפס, דארט?
אקעי "גיי מער נישט אהין צו יענע סטעפס"

#א רעסעפי פאר טראמא!
נישט נאר פאר די מעשה, נאר פאר אלע זיינע פראבלעמען!!!
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

שטעל דיך פאר א געים-באו וואס מ'דארף פלעין וואקן אן גארנישט ספעציעל, ס'איז נישט אינטערעסאנט צו שפילן, די גאנצע זאך איז, אז ס'איז דא אזא מין חיה מיט די מינע חיה, ברידזעס, טונעלן, לעוועלס וכו'

אזוי איז די לעבן פון א מענטש, איין שטיק פראבלעם סאלווינג! און דאס איז די גרעסטע הנאה פאר אים, אפילו ס'איז אים שווער, ווען א מענטש ווערט אבער "ספאולד", מיז ער מאכן אייגענע פראבלעמען צו קענען האבן וואס צו סאלוון, הייבט ער אן זיך אפצורעדן אויף יעדע זאך וכו' וכו'
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

עס איז כמעט נישט פארהאן עכט קיין 'חידושים' אויף די וועלט.

כמעט אלעס איז שוין בעצם נתחדש געווארן יארן צוריק, נאר די האסט עס פשוט נישט געוויסט. איז פאר דיר הייסט עס טאקע אפשר א חידוש, אבער עכט איז עס בעצם קיין חידוש נישט.

אפילו דעם ווארט איז נאך פאר איינעם א חידוש, און פאר אנדערע גאר אן אלטן נעריש'ן ווארט
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

אזוי ווי ווען מען פרעגט איינעם פארוואס עסטו?
וועט ער ענטפערן, ווייל ס'איז גוט.

די זעלבע איז/דארף זיין, מיט תורה.
פארוואס לערנסטו?
ווייל ס'מאכט מיר גוט.

ס'דארף נישט צו זיין קיין תירוץ מיט לאנגע חשבונות און הסברים און סברות און השקפה און פיסכאלאגיע.

נאר איך לערן פשוט ווייל ס'מאכט מיר גוט.
פינטל
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

קלוגע מענטשען טראכטען אייניג! טיפשים נישט?
די ריכטיגע זאך איז נאר דא איין, שטותים איז דא אסאך.
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

א מענטש איז אנדערש ווי א בהמה, מיט דעם וואס ער איז א מדבר.

איז ווי ווייניגער ער רעדט אלץ מער בהמה איז ער????.......
🤔
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

די יסוד פון "סטראגלען" איז, אז דו האסט נישט א נאנטע צו וועמען דו קענסט זיך אויסרעדן און זיך אנצולאנען / אראפפאלן אינגאנצן, און דו זאלסט זיין רואיג אז יענער זאל דיך געבן א כאפ, און ער זאל זיין גענוג שטארק דיך צו האלטן און נישט אראפפאלן, און געבן די ריכטיגע מיטגעפיל.
און אויב האט מען דאס נישט פארהאקט מען די געפילן, צוביסלעך מער און מער, ביז מ'קען שוין כמעט נישט פילן.

משא"כ א קינד וואס ווערט אויפגעוואקסן געזונט, אז ס'איז דא שלום אין הויז, מיט ליבשאפט, און ארויסגעוויזענע אינטערעס אין די קינדער, קען ער אייביג ארויפפאלן אויף זיינע עלטערן.

וועגן דעם אויב מ'איז געזונט, גייען די קינדער נישט "סטרוגלען", פשט איז, אז זיי גייען טאקע האבן די זעלבע שוועריקייטן, אבער די תוצאות דערפון וועלן זיין אסאך ווייניגער.
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

אמונה אין קאפ איז כמעט גארנישט, די עיקר אמונה איז אין הארץ.

די מענטש קען וויסן אין קאפ זאכן, אבער דאך עס נישט וויסן אין הארץ.
אזוי ווי אין א Spooky houseאין קאפ ווייסטו אז ס'נישטא וואס זיך צו זארגן, אבער די הארץ ווייסט עס נישט.
דער וואס האט טאקע אמונה אין הארץ, האט שמחה און הכנעה.

אזוי ווי א אינגל וואס איז אויפגעהאדעוועט געווארן אין א נארמאלער שטוב איז צופרידן, און האט הכנעה פאר די עלטערן.

מה שאין כן דער וואס האט נישט אמונה אין הארץ, איז ווי א קינד וואס איז אויפגעהאדעוועט געווארן אהנע שטוב, איז ער נישט צופרידן, און ער האט נישט קיין הכנעה צו קיינעם.
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

א מענטש נאטירלעך ווערט געבוירן א מאמין, ער גלייבט יעדעם און אלעס, און לעבט מיטן מציאות אז יעדער מיינט נאר מיין גוטס.

דעם נאטירליכן געזונטן בליק טוישט זיך ביי איהם, ווען ער זעהט די ערשטע מאל אז מענטשן וואס דארפן ווען צו מיינען מיין גוטס למשל דער טאטע אדער מלמד וכו' ווי זיי טוהן קעגן מיין גוטס.

דאן ווערט ער קאליע, און ער ווערט אויס א מאמין, זיך לערנענדיג אז נישט אלעס און יעדער איז אמת און אזוי גלאנציג ווי געמיינט און געגלייבט ביז היינט, און פון דאן הייבט ער אן קווענקלען אין אלעס, און גלייבט שוין מער גארנישט גלאטיגערהייט.

דאס קלאפט אויס סיי ער גלייבט שוין נישט מענטשן און סיי אין אידישקייט.

והאלוקים עשה את האדם ישר, והם בקשו חשבונות רבות.
דאס הייסט אז די באשעפער האט אונז באשאפן אז נאטירלעך גלייבן מיר, אבער מיר זענען געווארן פארדרייט און זוכן צו זיין קלוגער.

אמונה איז דירעקט פארקערט פון 'חשבונות רבות'. אמונה איז אהן שכל בכלל, אמונה איז פשוט 'ישר'.
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

מענטשן זאגן אז יענעם'ס גראז איז גרינער.

יא יא, ס'איז טאקע אמת.
ווייל יענער שטייט און באוואסערט עס, אז די וועסט אריינארבעטן ביי דיר וועט דיינס זיין די זעלבע גרין אדער גאר גרינער.
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

א פראבלעם וואס מען לייקנט ווערט נאר ערגער.
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

ס'דא מענטשן וואס טראכטן טיף,
ס'דא וואס טראכטן קרים,
ס'דא וואס טראכטן ווייט,
ס'דא וואס טראכטן הויעך,
ס'דא וואס טראכטן גראד,
ס'דא וואס טראכטן אסאך,
ס'דא וואס טראכטן וואס צו טראכטן,
ס'דא וואס טראכטן וועגן טראכטן,
ס'דא וואס טראכטן פארוואס זיי טראכטן,
ס'דא וואס טראכטן זיך איבער צו טראכטן,

און ס'דא וואס טראכטן נישט.

און ס'דא וואס טראכטן נישט אז זיי טראכטן נישט.
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

די ברכה שלא עשנו גוי, טייטשט אין אנדערע ווערטער:

ש'כח פארן מיר נישט באשאפן אלץ אן עלענדער גרוש, נאר איך בין גאנץ לעבן חתונה געהאט מיט דיר בעסטער ג-ט!
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

ווי מער אויבערפלעכליך מען ליינט עפעס, איז מען אלץ ווייניגער קענעקטעד און באהאפטן דערצו. ווי טיפער און קלארער מען ליינט עס און מען צונעמט עס, איז מען אלץ מער טיפער און שטערקער מחובר דערמיט.

פון דעם קומט די געשמאק פון זיך מיטשענען אויף א גמרא און עס צונעמען ביז מען איז גרינטליך קלאר, ווייל מען ווערט פשוט מער באהאפטן מיט די תורה און מיטן נותן התורה וואס באהאלט זיך אינעם תורה.
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

מיר ווייסן אז די באשעפער האט ליב יעדע איד וויאזוי ער איז נאר, בלויז פארן זיין א איד.

אבער מיט דעם אלעם איז מען צוגעוואוינט צו טראכטן אויף זיך אליינס, אז איך דארף ווען זיין סאך בעסער, איך לערן בעצם נישט גענוג, און איך בין נישט גענוג גוט.

ר' איד, דאס אז די באשעפער האט ליב יעדע איד וויאזוי ער איז, מיינט אויך דיך, און עס מיינט אויך אפילו אויב די וואלסט געקענט זיין בעסער.
ער האט דיך ליב פשוט פארן זיין און עקזעסטירן אלץ איד'עלע.
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

ואהבת את ה' אלוקיך.
וויאזוי ווייסט מען צי די אהבה איז עכטע אהבה?
אויב ס'איז ושננתם לבנך.
אויב פון גרויס ליבשאפט צו באשעפער ווילסטו עס איבערגעבן פאר דיינע קינדער, כדי זיי זאלן אויך פארזוכן פונעם זיסקייט פונעם אויבערשטן און די תורה, דאן האסטו עכט ליב דעם באשעפער.

א מענטש וואס האט זייער ליב א געוויסע עסן וועט מיטשענען יעדעם אז זיי מיזן עס טעיסטן, ווייל ער האט עס טאקע ליב.
ר' עזריאל טויבער
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

אריינגעשיקט:
שוואכע מענטשן נעמען נקמה.
שטארקע מענטשן זענען מוחל.
אינטעליגענט מענטשן מאכן זיך נישט וויסנדיג
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

"אז ס'פעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה"

דאס איז נאר לגבי די 'מח'
ס'איז אבער דא אמאל וואס מ'האט עס ארויס אין 'הארץ' און ס'איז שווער ארויסצוברענגן מיט ווערטער.
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

אינטערעסאנטע קשיא:
גייסט אריין אין ביהמ"ד די עולם זיצט אין לערענט, לייגטס צו א אויער הערסטו די עולם זינגט זיך אונטער, גייסט להבדיל אריין אין א יוניווערסיטי ווי מ'שטודירט, איז נישט דא אזא זאך, אפילו די זעלבע יוד וואס זינגט זיך אונטער ביים גמרא, וועט נישט זינגען ביים זיך לערנען א פאך,


טא וואסע פשט???



'קודשא בריך הוא, ואורייתא, וישראל חד הוא'
ווען א יוד לערנט 'כדי נאנט צו ווערן צום רבש"ע' ווערט ער באמת נאנט מיט א עמאציאנאלע קשר, אין די הארץ עפענט זיך אויף און מ'נעמט זיך זינגען פון זיך אליין, משא"כ ביי יעדע אנדערע זאך וואס מ'לערנט זיך, און די זעלבע וועט זיין ווען מ'לערנט אויף א אופן פון קענען די 'נאלעדז' פון תורה, פון נאר זען די סך הכל וואס ס'איז נוגע, וועט מען זיך קיינמאל צוזינגען.
מ'קען עס זען זייער קלאר ביי זיך אליין, מ'קען זיך כמעט נישט פאפן דערמיט, די זעלבע איז ווען איינער לערנט נאר מתוך פרעשור ווייל ער מוז ענדיגן זיין היינטיגע דף, צו די ישיבה בחור וואס מוז לערנען, אך און וויי אויב נישט!
וועט מען נישט האבן די עמאציניאלע קשר.

און נאך שטערקער קען מען עס זען אין די זיסקייט און זאטקייט ווען מ'ענדיגט לערנען.
ס'דא ליידער הונדערטער יודען, וואס זיצען און לערנען יעדן טאג מיט א אמת'דיגקייט, אבער מ'וועט זיי פרעגן צו זיי שפורן א זיסקייט און דערהויבנקייט נאכן לערנען, וועלן זיי נישט האבן קיין אנונג פון וואס מרעדט, פשוט ווייל זיי לערנען, צו ווייל מ'מוז האבן א קביעת עיתים, צו מחמת א אנדערע 'מוז', אדער לערנט ער צו באקומען שכר אויף יענע וועלט, בעת וואס מ'האט אונז קיינמאל נישט אויסגעלערנט די סיבה פארוואס א יוד איז אראפגעקומען אויף די וועלט, פשוט צו ווערן נענטער און נענטער צום רבש"ע! דורך זיך מדבק זיין אין תורה און מצוות!




אויב איינעמס געפילן זענען טאקע פארמאכט, מחמת איזה סיבה שהוא, ווייל ער איז עפעס אמאל דורך וואס האט אים פארהאקט זיינע געפילן, וועט טאקע נישט קענען פילן נאכן לערנען א דערהויבנקייט. מ'דארף זיך קודם גיין העלפן און עפענען דאס הארץ, 'פתח לבי בתורתך' די הארץ דארף זיין אפן כדי תורה זאל ריכטיג אריינגיין. (אפשר איז דאס א פשט אין דרך ארץ קדמה לתורה...)
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

מזון נפשי איז פונקט ווי גשמי, און סאיז נישט אינטערעסאנט צו עסן יעדן טאג די זעלבע זאך, שטעל דיך פאר אייער וואלט דיך געגעבען יעדן טאג די זעלבע קאמפלימענט ס'וועט דיר שוין נישט זאט מאכן......
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

וויפיל דארף מען לערנען א טאג?
קלאמפיש די גאנצע טאג, אבער בעצם כ'ווייס נישט, לכאורה וויפיל מ'קען נאר.

א מענטש ווען ער לערנט נישט איז ער הונגעריג פאר תורה, דארפסט זיך קענען, און וויסן וויפיל תורה מאכט מיך זאט.

תורה דארף פשוט זאט מאכן די מענטש, און ערפילן זיין הונגער.


יא יא איך קען מענטשן וואס זענען תורה פרעסערס, און ס'דא וואס עסן רואיג און איידל, ס'דא וואס עסן צי סאך און ברעכן.

איך בין גראדע אויף א דייעט........😆😆😆
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

די חילוק פון מאן אין פרוי:
א פרוי איז א שטיק רגש, און א מאן איז קיין פינטל שכל נישט....
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

א חידוש מיינט; אז דו האסט עס דערהערט, אבער סאיז נאכנישט אריין אין דיין הארץ!!
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

די גרעסטע שוטה האט פונקט די זעלבע געפילן ווי די קלוגסטער מענטש

געפילן האט גארנישט איינגעשטויסן מיט פארשטאנד און שכל

אזוי ווי יעדער פארשטייט אז ס'איז נישט פארהאן אזא זאך ווי
א קלוגע געפיל און א הארציגע מחשבה
Slow
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 09, 2022 12:53 pm

Re: בליצן!! תן לחכם ויחכם עוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Slow »

געזען ערגעץ ווי:
פאלן איז א מציאות, בלייבן ליגן איז א טראגעדי.
עסן איז א נסיון, זיך עסן איז א דורכפאל.
חרטה איז א טיר, וואס באדויער פארשליסט.
וויינען איז א געפיל, באוויינען איז א עוולה.
לאכן איז א ברכה, זיך אויסלאכן איז א בראך.
בושה איז א מידה, זיך שעמען איז א פעולה.
שרייען איז אינסטינקט, קלאגן איז א ווייטאג.
לעבן איז א פאקט, איבער-לעבן איז א טעאריע.
רעדן איז א הסבר, אז שווייגן איז א קונץ.
שרייבן איז א דיאמאנד, געשלייפט דורך מעקן.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”