מענער-פרויען שפראך. איך פארשטיי נישט וואס מיין ב"ב רעדט...

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

מענער-פרויען שפראך. איך פארשטיי נישט וואס מיין ב"ב רעדט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

בס"ד
אזוי ווי מענער און פרויען האבן אן אנדערע שפראך, וועל איך דא מיטטיילן אביסל פון מיינע מחשבות אויף דעם נושא.
האסט הנאה? געב א לייק. א דאנק.
מענער-פרויען שפראך.pdf
(38.83 KiB) געווארן דאונלאודעד 29 מאל
בס"ד
שפראך
כמה רעיונות אויפן ענין פון מענער און פרויען שפראך.

איינער פון די יסודות אין שלום בית איז קאמיוניקעישען,
קאמיוניקעישען מיינט אז מען רעדט זיך צונויף און מען פארשטייט איינער דעם צווייטן.

אסאך יונגעלייט באקלאגן זיך אז זיי רעדן צו זייערע ווייבער, הערן זיי אויס, אבער עפעס שטימט נישט, יעדע מינוט זאגן זיי עפעס אנדערש.
זיי קענען בעטן עפעס, און וועט מען טוט עס, האבן זיי טענות פארוואס מען האט עס געטון.
זיי קענען זאגן איין זאך היינט, און מארגען זאגן זיי פונקט פארקערט, ווען מען האלט זיי פאר אז זיי האבן נעכטן געזאגט אנדערש, איז אדער לייקענען זיי "איך האב קיינמאל נישט געזאגט אזוי", אדער זענען זיי מסביר און זאגן "עה, האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג", אדער "קיינמאל פארשטייסטו נישט", אדער אין א פאל ווי ער האט בעצם געהאלטן נעכטן אנדערש ווי איר און האט געטוישט זיין מיינונג צו וואס זי האט אים געבעטן, וועט זי זאגן, "דו האסט דאך אבער געהאלטן נעכטן ווי איך זאג היינט", און דער וועג וויאזוי זיי זאגן עס איז מיט אזא גלאטע פנים, מיט א 100% איבערצייגטקייט, און זיי מאכן נאך דעם מאן פילן ווי ער רעדט נישט צום זאך, און ער איז גאר דער שולדיגער אין דעם צומישעניש, און דער יונגערמאן וואונדערט זיך, איה"נ אז איך האב אזוי גע'טענה'ט אבער זעענדיג אז דו האלסט אנדערש האב איך "מסכים" געווען צו טון ווי דיך, איז וואס קומסטו יעצט מיך פארקויפן וואס 'איך' האלט בעצם, דו זאג דיין מיינונג איינמאל, און זאג עס קלאר אן פארטיג.

עכ"פ, בס"ה מענער ווילן זייער שטארק קאמיוניקעיטען מיט זייערע ווייבער, אבער זיי פילן אז עס איז נישטא מיט וועם, זיי פארשטייען נישט זייערע פרוי'ס מהלך המחשבה, וואס מיינט זי ווען זי זאגט וואס, וואס איז פשט פון דער ארומטוישן, און וויאזוי קען זי אזוי לייקענען דעם נעכטיגן מציאות, און נאך מיט אזא גלאטע פנים, און זי האט נאך טענות צו מיך.
וואס גייט דא פאר? איז נאך דא האפענונג צו האבן נארמאלע קאמיוניקעישען מיט דעם פרוי ?

און יעדער יונגערמאן טראכט ביי זיך אז נאר ביי אים איז אזוי דער מצב…..!! עס פאלט אים נישט איין אז ביי יעדן איז אזוי, און הגם וואס ער הערט גאנץ קלאר פון אנדערע אז זיי מוטשענען זיך אויך דערמיט, און ער זעט עס געשריבן און הערט עס אין דרשות, מיט דעם אלעם קען ער עס עפעס נישט אנכאפן, עפעס קליקט נישט.

די סיבות
די סיבות דערצו איז זענען,
א] ווייל עס איז שווער צו פארשטיין און כאפן א צווייטנס נאטור, יעדער קען נאר זיין אייגענעם נאטור און צוגאנג צו זאכן.
ב] ביותר איז שווער צו כאפן א פרוי'ס נאטור וואס איז אנדערש יסודות'דיג ווי מענער.
ג] הגם מען כאפט און מען הערט און ליינט אז פרויען זענען אנדערש ווי מענער ווען עס קומט צו רעדן, האט מען מורא עס ארויסצוזאגן אינגאנצן כמו שהוא, מען האט מורא עס צו פארשטיין בעומק און מיט א קלארקייט, ווייל מען הערט זיך אן פון אלע עקן אז מען דארף מכבד זיין די פרויען, מען טאר זיי נישט אראפקלאפן, זיי זענען אויך מענטשן און עס איז נישט ריכטיג זיי צו דערנידערן, און עס איז דאך טאקע אמת אז מען טאר קיינעם נישט דערנידערן, און מען דארף יעדן מכבד זיין,
נאר די אלע דרשות לייגן עס אראפ כאילו אז ווען מען ברענגט ארויס קלאר ווי אנדערש א פרוי איז פון מאן נאטור איז עס א זילותא,
פארוואס? ווייל ביי מענער, ווען איינער האט ווען אזא נאטור ווי פרויען, וואלט עס געווען א בזיון ופחיתות הנפש, נו, איז וויאזוי מעג מען זאגן אז פרויען האבן יענע נאטור וואס ביי דיך איז עס א חסרון און אראפגעקוקט?
איז וואס געשעט?
פון איין זייט ווייסט מען און מען זאגט אז פרויען רעדן אנדערש, זיי רעדן מיט געפילן וכו'
אבער פון דער צווייטע זייט זאגט מען נישט ארויס במפורש,

מען זאגט נישט ארויס קלאר די קומענדיגע ליינס.
- ווען פרויען רעדן מיינט עס נישט ממש וואס זיי זאגן.
- זייערע ווערטער איז נאר וואס זיי פילן יעצט, אפילו עס איז א טאטאלע סתירהצו וואס זיי האבן געזאגט נעכטן אדער פינף מינוט צוריק.
-זיי קענען נישט כאפןאז עס איז א סתירה, ווייל וויבאלד זיי 'פילן' יעצט אזוי, איז 'דאס' דער אמת.
- ווען זיי זאגן קיינמאל / אלעמאל מיינט עס 'יעצט', און ווייל זיי פילן יעצט אזוי איז עס כאילו עס איז אלעמאל אזוי. קיינמאל=יעצט. אלעמאל=יעצט.
- ווען זיי זאגן 'איך קום נישט' אדער 'איך קום יא' מיינט עס 'אזוי פילאיך יעצט' וואס וועט זיין למעשה וועט מען זען שפעטער. אדער מיינט עס איך בין זייער ברוגז איך פיל כאילו איך וויל נישט קומען, ביטע געב מיר א רוקנביין און אפשר אין פופצן צוואנציג מינוט ארום וועל איך פילן בעסער און קומען.

מען ערלויבט זיך נישט צו ברענגן אזעלכע קלארע משלים און קלאר ארויסזאגן וואס זייערע דיבורים מיינט באמת, ווייל מיט דעם האט מען קלאר געזאגט אז זייערע דיבורים מיינט אזא כוונה, וואס ווען א מאן זאל האבן אזא כוונה מיט זיינע דיבורים וואלט ער געווען מופרך מכל,
דעריבער קען מען נאר ארויס ברענגען דעם אויסערליכן שיכט, אז זייערע דיבורים זענען געפילן און מען דארף 'כאפן' וואס ליגט אונטער דעם, און מען מאכט נאך דעם מאן פילן אז ער איז גאר 'מחוייב' צו 'כאפן' זיין ב"ב'ס כוונה און מיטארבעטן מיט דעם, און אויב נישט איז ער גאר שולדיג אין אלע פראבלעמען!!
אבער חלילה וחלילה ארויסצוזאגן ברחל בתך קטנה, אז ווען זי רעדט האט זי אינזין אזוינע כוונות ופירושים וואס ביי אונז מענער וועסטו קיינמאל אזוינס נישט טרעפן, אזוינע דרשות קען מען אין ערגעץ [כמעט] נישט הערן.

און דער אמת איז, אז דער גאנצע בנין אז עס איז א פחיתות הכבוד ארויסצוברענגען דעם ענין אז זייערע מהלך און כוונה איז טאטאל אנדערש פון אונז, איז ריין דמיון.
מען רעדט זיך איין, אז וויבאלד ווען א מאן פירט זיך אזוי אויף איז עס אפגעפרעגט, וועט עס צוברענגען אז די פרויען זאלן זיין אפגעפרעגט ביי די מענער, אבער, עס איז פשוט נישט אמת! אזוי זענען זיי, אזוי איז גוט פאר זיי צו זיין, און אזוי איז גוט פאר אונז מענער אז זיי זענען אזוי!

לאז די בריאה וויאזוי עס איז!
די בריאה איז הערליך און יעדע האט הנאה ווען עס איז ווי עס איז, און דעריבער מעג מען ארויסברענגען וויאזוי עס ארבעט.
פארקערט גאר דורכן נישט רעדן דערפון, אדער גאר זאגן כאילו עס איז אנדערש ווי עס איז באמת, מאכט מען גאר אסאך קאליע, בעיקר פאר די פרויען אליין ווייל די מציאות איז דאך וויאזוי עס איז, פרויען זענען וויאזוי זיי זענען, און מיט דעם וואס מען האט מורא עס ארויסצוזאגן ווערט עס נישט אנדערש, אבער, וויבאלד מען זאגט עס נישט אויס ערווארטן די מענער אז זייערע פרויען זאלן רעדן ווי זיי, רעדן מענעריש, און ווען זיי רעדן פרויעריש ווערט דער מאן פארלוירן, צומישט, ברוגז, קוקט איר אראפ, יעדע לויט זיין רעאקציע, און אמאל ברענגט עס אויך אז די פרויען אליינס זענען נישט באקוועם צו זיין וויאזוי זיי זענען נאטורליך, זיי פרובירן צו רעדן מער מענעריש.
נו, מה הועילו המזייפים בזייפתן ?
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”