יענקל שטייט אין עירפארט, פלוצלינג האט די ב"ב טענות. וואס גייט דא פאר???

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

יענקל שטייט אין עירפארט, פלוצלינג האט די ב"ב טענות. וואס גייט דא פאר???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

בס"ד
[איך פאררעכט דא די תגובה, די מעשה וויאזוי עס האט אויסגעזען]
יענקל א תורה'דיגע בעה"ב, ער האט יארן לאנג געלערנט אין כולל, נאך 8 יאר אין כולל האט ערגענומען א JOB אין א ריזיגע האלסעיל קאמפעני, מען קויפט איין ריזיגע קוואנטומס פון יוראפ און מען פארקויפט עס ווייטער, מען פארקויפט א יאר צענדליגע מיליאנען ווערד פון סחורה.
זיין שלום בית איז גוט און רואיג ער לעבט זיך גוט אין שטוב בדרך כלל.
יענקל איז זייער שנעל געפעלן פאר זיין בעה"ב ער האט אים אנפארטרויערעט גרויסע עסקים און דיעלס און מיט דעם שטייגט זיינע וועידזשעס און קאמישענס.

אנפאנג דעם יאר האט דער בעה"ב אריינגערופן יענקל און ער זאגט אים יענקל, ביטע, אום חודש שבט קומט אונזער גרעסטע צייט אין יאר, יעצט מאכט מען די דיעלס אין יוראפ, ביטע גיי אראפ אהין איך וועל דיר געבן פיינע קאמישען. דו ביסט מיין בעסטע בייער-איינקויפער איך מוז דיך האבן דארטן, איך מוז דיך האבן אין יוראפ ביי די דיעלס, עס מאכט מיר אויס אויף מיליאנען!
יענקל ווייסט אז ער האט נישט קיין ברירה, דער בעה"ב נעמט נישט קיין ניין.
יענקל גייט אהיים און רעדט עס דורך, די ב"ב ווי א אשת חיל זאגט אים, הער מיר צו, דא ליגט א גרויס חלק פון דיין פרנסה, נישטא קיין ברירה, איך האב נישט ליב ווען דו פארסט, עס פאלט מיך היבש שווער, אבער איך וועל דיך סאפורטן, גיי נעם עס אן, עס וועט זיין גוט. נאך דער צו אז עס וועט קומען א גרויסע קאמישען וואס דאס מיינט א ברייטערע בר מצוה נעקסטע יאר... און א לייכטע קאנטרי...
עס קומט שוין אן דעם דינסטאג אט פארט ער שוין אויפן ביזנעס טריפ וואס מען האט אים מחייב געווען,
אין די טעג פאר די טריפ איז די פרוי געווען אין א גוטע גיסטע, אים שיין איינגעפאקט, אנגעגרייט אלעס מסודר, איבערגעשמועסט זיין סקעדזשול וכו'
ער פארט ארויס צום עירפארט, אויפן וועג רופט זי אריין, מען רעדט נאכאמאל פון די סקעדזשול ווען פארט ער ווען קומט ער צוריק, די רעגולער סחורה.
יענקל פארקט אריין אין די טערמינאל, נעמט ארויס זיין האנט באגאדזש, און וואוקט צו צום בנין העירפארט, ווי ער קומט אריין צוקלינגט זיך זיין פאון, ווער איז עס? אה, די ב"ב רופט נאכאמאל, יענקל הייבט אויף גוטמוטיג, א גוטן וואס הערט זיך?
אבער פון די אנדערע זייט טרייבל הערט זיך אן אנדערע קול. איך בין נישט צופרידן פון דעם טריפ. פארוואס האסטו געמוזט פארן? פארוואס קען ער נישט טרעפן א אנדערע ארבייטער??? אלעמאל פונקט דיך?!
יענק ווערט צומישט, וואס גייט דא פאר? ער ענטפערט איר: רעבעצין, וואס מיינסטו, האסט דאך אויך געהאלטן אז איך מוז גיין, נישט אזוי?
זי: יא,
אבער עס מאכט נישט קיין סענס! דו ביזט נישט קיין שמאטע, פארוואס דארף פונקט די גיין???
יענקל: איך מיין.... ער האט מיר געזאגט ווי וויכטיג עס איז... אויך דו האסט מסכים געווען... איך מיין, ער זאל לאזן דעם סיזען פאלן???
זי: פארוואס נעמסטו זיך אן פאר דיין בעה"ב מער ווי מיך??? איך בין דיך נישט ווערד מער ווי אים??? איך בלייב דא אליינס און דו האסט אפילו נישט די קאמען סענס מיך צו פארשטיין????
יענקל: איך נעם זיך נישט אן פאר אים! איך האב סך הכל מסביר געווען פארוואס איך מוז פארן. דו האסט טענות אויף מיך!
זי: איך האב נישט קיין טענות, איך בין דיך נאר מסביר אז דו ביסט נישט קיין שמאטע און דו זאלסט זיך אומקוקן אויף דיין אייגענע משפחה.
יענקל איז אטינגאנצן צומישט וואס ער זאגט און איז מסביר כאפט עפעס נישט, און אזוי האט ער אריינבאקומען א גאנצע טוץ ווייטאג און בלאזעניש.

יענקל שטייט און וואונדערט זיך, וואס גייט דא פאר, א שעה צוריק איז זי געווען און אזא פיינע גיסטע, און יעצט????? מה פשעי ומה חטאתי? פארוואס קען זי נישט רעדן שיין צו מיך? האב איך דיך עפעס שלעכט געטון? איך רייס מיך אוועק אויף צו ברענגען פרנסה, איך מיין איר טובה, איז עס דען א פיקניק פאר מיך? וואס ווילן די פרויען????

תשובה:
אלעס מאכט סענס, יענקל האט ב"ה א נארמאלע געזונטע פרוי, ער האט פיין חתונה געהאט. זיין ב"ב איז נישט משוגע, זי רעדט בסך הכל כדרך הנשים התלויים על בעלם.

לאמיר שרייבן מיינע רעיונות, איך האף אז עס וועט זיין א שטיקל הילף.

א. א פרוי איז תלוי אויפן מאן.
אזוי איז עס ביי יעדע פרוי.
אפילו אויב זי זאגט עס נישט אזוי ארויס, איז עס 100% אזוי!
איר מציאות איר אינערליכע מציאות, איז תלוי אויפן מאן. ווען ער איז שטארק אינעווייניג און ווייזט איר ארויס זיין געפיל פאר איר דאן קען זי אנגיין. זי דארף זיין פעסטקייט און אהבה.
פעסטקייט אליינס טויג נישט, עסאיז ביטער, אהבה אליינס פון א שוואכע מאן טויג נאך ווייניגער ,זי פילט ווי ער איז ווי א FAKE PAPER WALL, עס זעט אויס שטארק אבער ווען מען לאנט זיך אן אויף דעם פאלט עס אראפ צוזאמען מיט דער וואס לאנט זיך אן!

ב. א פרוי ווען זי רעדט געבט זי ארויס פילינגס FEELINGS, נישט פאקטן און לאגיק.
ווען א מאן רעדט, רעדט ער פון לאגיק און פאקטן, ווען ער זאגט פאר זיין ב"ב "איך לאז דיך פארן" קומט דאס נאר נאכדעם וואס ער "פארשטייט" אזוי, פארשטיין מיינט, וואס עס מאכט סענס אין שכל, דאס איז "לאגיק", עס ארבעט אז מען נעמט די "פאקטן" און מיט דעם ארבעט מען אויס צו מ'זאל לאזן פארן אדער נישט. למשל, וויפיל גייט עס קאסטן, ווי שווער וועט עס זיין, וואס גייט מען פארדינען וכו'.
עס קומען אויך אריין געפילן און EMOTIONS אבער נישט אויפן זעלבן אופן ווי ביי די פרויען.
איינמאל זיי מאכן א דיסיזשען וועלן מענער בדרך כלל נישט צוריקציען, מחמת צוויי טעמים, איינס די פאקטן טוישן זיך נישט געווענליך,
צוויי, דאס אליינס אז ער האט געגעבן זיין הסכמה, פאר דעם אליינס טוישט מען נישט, עס איז נישט מענטשליך.
יעצט לאמיר אריבער גיין צו די עזרת נשים, וויאזוי טוט א פרוי מאכן אירע DECISIONS ? פרויען ניצן אסאך מער געפילן און EMOTIONS ווען עס קומט צו מאכן אן החלטה,
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט ווייל איך בין נישט קיין פרוי, איך בין א מאן, דעריבער וועל איך קיינמאל נישט קענען עכט באגרייפן וויאזוי א פרוי טראכט.
אודאי ניצן זיי אויך זייער שכל, זיי טראכטן אריין מיט לאגיק, זיי קוקן אויך אויף די פאקטן, וכו'וכו',
אבער א גרויס חלק פון זייער DECISIONS זענען געבויט אויף פילינגס וויאזוי זיי פילן איבער די זאך, אויב פילן זיי גוט הרי טוב, אויב נישט דאן קענען זיי נישט מסכים זיין.
נאך מער, אפילו ווען זי זעט אז באמת איז ריכטיג דא אז מען זאל יא טון דער פעולה, ווי למשל מופן, קויפן, וכדו', מיט דעם אלעם, אויב איר פילינג איז נישט גוט איבער דעם, דאן וועט זי נישט קענען מסכים זיין.

פילינגס קענען זיך סותר זיין מיט וואס מ'האט געפילט אפאר מינוט פריער.
עס קען אסאך מאל זיין זאכן וואס זענען זיך ממש סותר מיט עפעס וואס זי האט געזאגט א טאג צוריק, אדער 5 מינוט צוריק, עס איז 100% נארמאל ביי זיי צו זאגן זאכן און [כאילו] פאקטן לויט ווי אזוי זיי פילן יעצט אויפן מינוט!!!
סאו, וועגן דעם מאכט עס סענס, אז זי זאל יענעם טאג פון פארן און א טאג פאר דעם זיין זייער NICE און צו דער זאך, איינפאקן און זיך געזעגענען שיינערהייט,
אבער ערגעצוואו נאכן ארויספארן האט זי באקומען א ספק, אדער עפעס פון דער טריפ וואס שטערט איר איז ארויפגעקומען, דאן וועט זי טוישן איר TONE אין איין מינוט, נישט ווייל זי האט LOGICALLY טענות אויף דיך, בכלל נישט, זי האט יעצט FEELINGLY ווייטאג, און זי קומט זיך אויסרעדן "צו" דיך, זי קומט נישט יעצט האבן טענות "אויף" דיך.

פארוואס טענה'ט זי צו אים זי?
ג. אין א פאל וואס עס כאפט איר אן אזא ווינטל פון פילינגס, וואס זענען זיך סותר צו די מציאות פון די וועלט, אזעלכע רעיונות, קשיות און ספיקות וואס מאכן נישט קיין סענס קומט זי צו לויפן צו איר מאן, אז ער מיט זיין STABLE נאטור, און אוועקגעשטעלטע סאלידע שכל, זאל איר אויסהערן און העלפן זיך האלטן STABLE און בעלענס"ד.
וויאזוי? דורכדעם וואס ער ווערט "נישט" פארלוירן פון אירע צעקות וקולות, קשיות ותמיהות, ער האלט זיך רואיג, in the face of the …..fire , ער ווערט נישט איבערגענומען, נאר מיט זיין אינערליכע פעסטקייט, און זיין דרויסנדיגע אהבה, הערט ער איר אויס רואיג און פעסט, ער לאזט איר רעדן, ער ווערט נישט פארלוירן, און נאכדעם וואס זי רעדט די פאר מינוט,
ענטפערט ער איר מיט א רואיגן געשמאקן קול, אויף איר פראבלעם.
א דוגמא וואס ער וועט זאגן,
איך פארשטיי, יא, עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט, אפשר וואלט מען געקענט זוכן א אנדערע צייט טאקע, למעשה האט זיך דאס אויסגעשטעלט, דער באשעפער האט אזוי געמאכט עס וועט זיין גוט אי"ה, שטארק זיך עס וועט זיין גוט, איך קופ שוין באלד צוריק, דו האסט די כוחות!, וכו' וכו',
מיט א רואיגקייט און אהבה הערט ער איר אויס, און העלפט איר זיך צו בארואיגן, דורכן ווייזן אז ער איז 100% סאליד און רואיג!!!, דאס איז וואס זי זיכט יעצט!
מיט אביסל יישוב הדעת קען מען אלעס מסדר זיין בעז"ה!

הצלחה וברכה און א געשמאקע רייזע

הנאה געהאט? געב א לייק.
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום מיטוואך יוני 26, 2024 5:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6628
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זייער שיין און ריכטיג!
קלארערהייט האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:41 pm
א דוגמא וואס ער וועט זאגן,
איך פארשטיי, יא, עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט, אפשר וואלט מען געקענט זוכן א אנדערע צייט טאקע, למעשה האט זיך דאס אויסגעשטעלט, דער באשעפער האט אזוי געמאכט עס וועט זיין גוט אי"ה, שטארק זיך עס וועט זיין גוט, איך קופ שוין באלד צוריק, דו האסט די כוחות!, וכו' וכו',
איין הערה, בעפאר ער זאגט איר די אלע שיינע חיזוק ווערטער, זאל ער איר גוט אויסהערן און געבן וועלידעישאן, נישט גלייך לויפן צו די חיזוק. איר לאזן אויסרעדן און די וועלידעישאן איז אסאך מאל נאך מער וויכטיג ווי די חיזוק און די שטארקקייט. אבער ביידע צוזאמען איז זיכער די בעסטע רעסעפי.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

...מיט א רואיגקייט און אהבה הערט ער איר אויס, און העלפט איר זיך צו בארואיגן, דורכן ווייזן אז ער איז 100% סאליד און רואיג!!!, דאס איז וואס זי זיכט יעצט!
מיט אביסל יישוב הדעת קען מען אלעס מסדר זיין בעז"ה!

הצלחה וברכה און א געשמאקע רייזע

הנאה געהאט? געב א לייק.
יישר כוח פאר די קלארע ווערטער.

אוודאי ערשטנס זאל זי "פילן" אז איר מאן "פארשטייט" איר פאוינט.

אבער נאכדעם דארף מען אויסלערנען דעם מאן צו האבן א געזונטע רוקן-ביין בייצושטיין די אלע (כמעט טעגליכע) מעמדים נאמנים... מיט אהבה'דיגע פעסטקייט. לויט דיינע ווערטער קומט אויס אז אפילו די פרוי פארפירט שטארק, ווייטאגט, רעגט זיך, וכו', וויל זי בתוך תוכה אז איר מאן זאל איר גוט אנפייפן, נאר ווייך, נאטורליך אלס "שטארקער מאן," נישט מיט קעגן טענות אדער נצחון וכו'.

פארהאן וואס האבן עס נאטורליך, פארהאן וואס נישט אזוי שטארק, פארהאן וואס גאר שוואך.
לעצט פארראכטן דורך קוואל וואסער אום דינסטאג יוני 25, 2024 3:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
ראשעשיווע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

ריכטיג. כמבואר בספרי יסודות אויף שלום בית.

וכמו ששמעתי א ריכטיגער משל דערויף, די פרוי איז א אקעאן, עס ברויזן כוואליעס פון געפילן, אלעס איז ניי און פריש איין כוואליע האט גארנישט צו מיט די פריערדיגע. דער מאן איז דער וואס בויעט א דאמבע און דירעקטירט ווי די וואסערן זאלן גיין.
ווייסע וואלקען
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2023 1:15 pm

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע וואלקען »

רעב יום טוב גלעזער האט א שיינע שיעור אויף דעם

https://torahanytime.com/lectures/266436
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

פון וואו זאל עס א יונגערמאן וויסן בכלל?

בעסער געזאגט, פון וואו זאל א יונגערמאן נאך די חתונה וויסן אז ס'איז דא שיעורים און הבנה דערויף? ער ווייסט ניטאמאל צו טראכטן אז סאיז נישט א פשוטע אנפאל אויף אים. עס איז אים א געהעריגע שאק. און רוב מאל וועט ער רעאגירן פארלוירן און נערוועז און אויפגערעגט און עס קאכט זיך א קאשע. אדער וועט ער פילן, מיט גוטע מידות, אז עפעס פארשטייט זי נישט אין אים, און ער וועט עס אראפשלינגען און גיין ווייטער. אבער דאס טויג אויך נישט אויף די לאנג טערם.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

אמת אז א פרוי איז בלויז פילינגס, אבער כ'זע נישט פארוואס א פרוי איז תלוי אויפן מאן, חוץ אין געלט - אויב ער פירט דעם בודזשעט.
דערמאנט מיר פון די אידן וואס זענען מורא'דיג מקפיד צו מאכן קידוש און לחם משנה פאר זייערע ווייבער ביי די מחיצה ווען זיי גייען צו א שבת שבע ברכות
איך בין א @אליעזר קרויס פען.

געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.

איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
כקלער
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 2:30 pm

תגובה דורך כקלער »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:59 pm

תלוי מיינט נישט טעכניש
ווי געלט , קידוש מאכן, וכדו'
ווייל אפילו א פרוי וואס ארבעט און מאכט געלט , און גיט זיך א עצה איז אויך תלוי און מאן
ס א זאך וואס איז און נפש
א פרוי'ס נפש איז אזוי ווי א ליידיגע כלי , וואס ווארט א גאנצע צייט מען זאל איהר אנפילן , די לשון פון קבלה איז , לית לה מגרמיה כלום , זי האט גארנישט אליינס , זי ווארט כסדר אויף לעבן פון מאן , די מאן פילט איהר אן מיט גיטע ווערטער , אנערקענונג , ליבשאפט , חיזוק , וכדו'
אן דעם איז גארנישט דא
בקיצור ער איז משפיע און זי מקבל

כקלער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:06 pm

קוקט אויס האסט געהאט די זעלבע חתן רבי ווי איך
בעלויניס, מענערישע איגאו
איך בין א @אליעזר קרויס פען.

געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.

איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
כקלער
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 2:30 pm

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כקלער »

ס קען זיין מ' דארף מיר מאריך זיין אויף די נושא
אבער דאס איז זיכער ווער עס האט דאס נישט געכאפט ,און פארשטייט נישט די נושא , בין איך בטוח אז ער האט נאכנישט געשפירט די גיטע טעם פון שלום בית , און אויך איז זיין ווייב א רחמנות ,

קענסט האבן גיטע שלום בית, אבער די תעניג און הנאה פון שלום בית האסטו נאכנישט טועם געווען ,
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:59 pm
אמת אז א פרוי איז בלויז פילינגס, אבער כ'זע נישט פארוואס א פרוי איז תלוי אויפן מאן, חוץ אין געלט - אויב ער פירט דעם בודזשעט.
דערמאנט מיר פון די אידן וואס זענען מורא'דיג מקפיד צו מאכן קידוש און לחם משנה פאר זייערע ווייבער ביי די מחיצה ווען זיי גייען צו א שבת שבע ברכות
אנטשולדיגט פאר מיין פרענטש, אבער ביידע שורות זענען עקסטער זייער אומלאגיש און אומפארשטענדליך. איר זעהט נישט ווי א פרוי איז תלוי אויפ'ן מאן??? און וואס איז די שייכות מיט קידוש ביי די מחיצה???
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:17 pm

כ'טריי ארויסצוברענגען אז דאס אז די פרוי איז תלוי אויף א מאן איז א טיפשותדיגע איינרעדעניש ביי מענער, און עס קען צומאל אויסקלאפן ביים שבת שבע ברכות ביי קידוש, ווייל דעמאלטס קען ער זיך פראווען אז זי איז תלוי אויף עם, ווי כאילו דער חתן האט נישט גענוג הויעך געזאגט
איך בין א @אליעזר קרויס פען.

געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.

איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:25 pm

אוודאי איז די פרוי תלוי אין איר מאן, זיי זענען דאך שותפים. און "פונקט אזוי" איז דער מאן תלוי אויף זיין ווייב.

עפעס שטימט נישט דא, איך האף איר מאכט נאר דעם אנשטעל.

(געטוישט דא געמעקט, ער קען צוריק גיין צו די גמרא און שוין.)
לעצט פארראכטן דורך קוואל וואסער אום דינסטאג יוני 25, 2024 4:31 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:29 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:25 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:17 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:59 pm
אמת אז א פרוי איז בלויז פילינגס, אבער כ'זע נישט פארוואס א פרוי איז תלוי אויפן מאן, חוץ אין געלט - אויב ער פירט דעם בודזשעט.
דערמאנט מיר פון די אידן וואס זענען מורא'דיג מקפיד צו מאכן קידוש און לחם משנה פאר זייערע ווייבער ביי די מחיצה ווען זיי גייען צו א שבת שבע ברכות
אנטשולדיגט פאר מיין פרענטש, אבער ביידע שורות זענען עקסטער זייער אומלאגיש און אומפארשטענדליך. איר זעהט נישט ווי א פרוי איז תלוי אויפ'ן מאן??? און וואס איז די שייכות מיט קידוש ביי די מחיצה???
כ'טריי ארויסצוברענגען אז דאס אז די פרוי איז תלוי אויף א מאן איז א טיפשותדיגע איינרעדעניש ביי מענער, און עס קען צומאל אויסקלאפן ביים שבת שבע ברכות ביי קידוש, ווייל דעמאלטס קען ער זיך פראווען אז זי איז תלוי אויף עם, ווי כאילו דער חתן האט נישט גענוג הויעך געזאגט
עפעס שטימט נישט דא, איך האף איר מאכט נאר דעם אנשטעל.
אלעס קלאפט ב"ה. איך בין אבער א אביעקטיווער מענטש.

גראדע כ'פארשטיי דיין שאק. ביזט א מאנס פערזאן מיט די טיפיקעל איינגערעדטע מיינונג אז דיין ווייב איז תלוי אין דיר. און דו קענסט נישט גלייבן אז א אנדערער מאנספערזאן געבט דיר אזאנע פעטש. ס'גארנישט געשען.
איך בין א @אליעזר קרויס פען.

געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.

איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

האב איך גוט פארשטאנען אז א שאד די צייט. ביז פעטש, שעפעלע...
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:33 pm

איך בין נישט קיין שעפעלע אגב. אבער כ'האלט נישט אז מיין ווייב איז יא...

נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7160
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

איך טראכט אזוי. נאך די אלע זאכן וואס מיר טראכטן אויף די פרוי פארוואס זי האט פלוצלינג טענות. אפשר האט זי א גערעכטע טענה? ס'קען נישט זיין? און אפשר, אנשטאט דער מאן זאל הערן וואס זי האט צו זאגן, און אויף וואס זי האט טענות, איז ער מער פארנומען צו הערן אז זי האט טענות. און ער הייבט אן קלערן אז זי האט גאר אפשר א דיסארדער, א יו ווי, ווען ניטאמאל פאלט אים ביי אז מ'קען האבן טענות אויף די וועג וויאזוי ער פירט זיך אויף, און אז ער האט באמת געטון עפעס אומריכטיג, אבער דאס הערט ער נישט. ס'פאלט אים נישט ביי. ער פאר זיך איז זיכער אז ער טוט גוט, נישטא קיין טענות, און אלעס וואס עס איז דא איז נאר אז "פארוואס האט זי טענות"

אזאנס קען אויך זיין. איך זאג נישט אז אייביג איז דאס. אבער אזוי קען אויך זיין די מעשה. פאר מ'הייבט אן מיט דעם אז זי איז תלוי, און אז זי איז א אקעאן פון געפילן וואס שטורעמען, און איך בין נאר דער וואס דארף עס בארואיגן, קודם ר' יוד, אפשר האט זי א טענה? אפשר וויל זי עפעס. אפשר האסטו איר באמת וויי געטון? אפשר קענסטו עס פשוט בארואיגן, מיטן אננעמען וואס זי זאגט, און הערן, און זיך טוישן, און נעקסטיים מער אכטונג געבן.

אבער דו שרייבסט גוט.
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

נשמה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:37 pm

שטארק
איך בין א @אליעזר קרויס פען.

געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.

איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:35 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:33 pm
האב איך גוט פארשטאנען אז א שאד די צייט. ביז פעטש, שעפעלע...
איך בין נישט קיין שעפעלע אגב. אבער כ'האלט נישט אז מיין ווייב איז יא...
אז ביי אייך מיינט די ווייב א שעפעלע אויב זי איז תלוי אינעם מאן, גיי איך ניטאמאל ווייטער אינעם שמועס כנ"ל. נישטא קיין פרוי וואס איז פארהייראט און נישט תלוי אינעם מאן. כ'מיין א שאד יעדע ווארט.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:40 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:35 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:33 pm
האב איך גוט פארשטאנען אז א שאד די צייט. ביז פעטש, שעפעלע...
איך בין נישט קיין שעפעלע אגב. אבער כ'האלט נישט אז מיין ווייב איז יא...
אז ביי אייך מיינט די ווייב א שעפעלע אויב זי איז תלוי אינעם מאן, גיי איך ניטאמאל ווייטער אינעם שמועס כנ"ל. נישטא קיין פרוי וואס איז פארהייראט און נישט תלוי אינעם מאן. כ'מיין א שאד יעדע ווארט.
דו האסט מיך טיטילירט שעפעלע פאר א סיבה, און אויף דעם איז געווען מיין תשובה.
און ס'נישטא א מאן וואס איז פארהייראט וואס איז נישט תלוי אין זיין ווייב. קוק וויאזוי א חשוב'ע אלמן קוקט אויס VS א אלמנה.
איך בין א @אליעזר קרויס פען.

געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.

איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:06 pm
זייער שיין און ריכטיג!
קלארערהייט האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:41 pm
א דוגמא וואס ער וועט זאגן,
איך פארשטיי, יא, עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט, אפשר וואלט מען געקענט זוכן א אנדערע צייט טאקע, למעשה האט זיך דאס אויסגעשטעלט, דער באשעפער האט אזוי געמאכט עס וועט זיין גוט אי"ה, שטארק זיך עס וועט זיין גוט, איך קופ שוין באלד צוריק, דו האסט די כוחות!, וכו' וכו',
איין הערה, בעפאר ער זאגט איר די אלע שיינע חיזוק ווערטער, זאל ער איר גוט אויסהערן און געבן וועלידעישאן, נישט גלייך לויפן צו די חיזוק. איר לאזן אויסרעדן און די וועלידעישאן איז אסאך מאל נאך מער וויכטיג ווי די חיזוק און די שטארקקייט. אבער ביידע צוזאמען איז זיכער די בעסטע רעסעפי.
אוי זאגסטו גוט, אודאי און אודאי, ווען א מאן איז באמת רואיג און שטארק ביי זיך, דאן קען ער איר געבן אן א שיעור וועלידעישען, ער פילט נישט ווי עס באדראעט אים!
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 3:09 pm
קלארערהייט האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:41 pm
בס"ד

...מיט א רואיגקייט און אהבה הערט ער איר אויס, און העלפט איר זיך צו בארואיגן, דורכן ווייזן אז ער איז 100% סאליד און רואיג!!!, דאס איז וואס זי זיכט יעצט!
מיט אביסל יישוב הדעת קען מען אלעס מסדר זיין בעז"ה!

הצלחה וברכה און א געשמאקע רייזע

הנאה געהאט? געב א לייק.
יישר כוח פאר די קלארע ווערטער.

אוודאי ערשטנס זאל זי "פילן" אז איר מאן "פארשטייט" איר פאוינט.

אבער נאכדעם דארף מען אויסלערנען דעם מאן צו האבן א געזונטע רוקן-ביין בייצושטיין די אלע (כמעט טעגליכע) מעמדים נאמנים... מיט אהבה'דיגע פעסטקייט. לויט דיינע ווערטער קומט אויס אז אפילו די פרוי פארפירט שטארק, ווייטאגט, רעגט זיך, וכו', וויל זי בתוך תוכה אז איר מאן זאל איר גוט אנפייפן, נאר ווייך, נאטורליך אלס "שטארקער מאן," נישט מיט קעגן טענות אדער נצחון וכו'.

פארהאן וואס האבן עס נאטורליך, פארהאן וואס נישט אזוי שטארק, פארהאן וואס גאר שוואך.
גוט געזאגט.
נו, וויאזוי קומט מען צו דערצו????
מיליאן דאלאר שאלה!!!
אבער די ערשטע זאך וואס מען דארף איז, אז מען ווייסט אז דאס איז וואס זי לעכטצעט, וועט ער שוין בעז"ה זיכן דער וועג אנצוקומען דערצו.
משא"כ ווען דער מאן -וואס זיין ווייב קומט אריין "פעסט",- מיינט ער אז זי זיכט נישט זיין שטארקייט, אזא איינער זיכט אפילו נישט שטארקייט, ווייל ער מיינט דאך אז זיין ווייב דארף עס נישט, זי איז עפעס אנדערש...
און ביידע בלייבן חוזק... נעבעך, נעבעך, נעבעך,
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
ציץ
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 6:21 pm

Re: איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציץ »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:43 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:40 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:35 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:33 pm
האב איך גוט פארשטאנען אז א שאד די צייט. ביז פעטש, שעפעלע...
איך בין נישט קיין שעפעלע אגב. אבער כ'האלט נישט אז מיין ווייב איז יא...
אז ביי אייך מיינט די ווייב א שעפעלע אויב זי איז תלוי אינעם מאן, גיי איך ניטאמאל ווייטער אינעם שמועס כנ"ל. נישטא קיין פרוי וואס איז פארהייראט און נישט תלוי אינעם מאן. כ'מיין א שאד יעדע ווארט.
דו האסט מיך טיטילירט שעפעלע פאר א סיבה, און אויף דעם איז געווען מיין תשובה.
און ס'נישטא א מאן וואס איז פארהייראט וואס איז נישט תלוי אין זיין ווייב. קוק וויאזוי א חשוב'ע אלמן קוקט אויס VS א אלמנה.
תלוי מיינט נישט וואשן וועש אדער הערן קידוש, נישט פון דעם האט די פוה"א גערעדט
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”