וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?
ס'איז דא א נושא מיט וואס איך מיטשע מיר שטארק מיט אים און איך וואלט געוואלט הערן פון אנדערע אויב איינער ווייסט פון א גוטע צוגאנג אדער שיעור צו אויסהערן.
פון ווען ער איז געווען צוויי יאר אלט האט ער מיר שוין אייביג ארויסגעהאט און אייביג געוויסט ווי איך וויל אים דירעקטירן און פארשטייט זיך געטון פינקט דאס פארקערטע.
כ'האב אייביג פרובירט צו זיין זיין געלאסן מיט אים און נישט הייסן מיט שטייפקייט, אבער נאכאלטס מאכט זיך כאטשיג פיר מאל א טאג וואס ער ווערט געטריגערט ביז אין די נשמה אריין, מ'קען אים בלויז בעטן צו עסן פרישטאג און ער וועט אנהייבן מיט א קליינע ניין וואס וועט ביז א מינוט שפעטער זיין אן אטאמישע עקספלאזשין גענצליך ארויס פון זיין קאנטראל.
כ'פרוביר זייער שטארק צו אויפפאסן אז ער זאל אפילו נישט דארפן צוקומען צו אויפרייסן אבער מיט די בעסטע פראבעס געשעט עס זייער אפט.
בכלל ער שטייט אויף אינדערפרי און קומט צו מיין געלעגער, איין טאג וועט ער זיין אין גאר א גוטע גיסטע און בעטן פאר קישעס און האלזונגען און די צייט וואס די קומענדיגער טאג וועט ער אריינקומען אנגעבלאזן און אנהייבן טיילן פעטש רעכטס און לינקס.
געווענליך וועט ער זיין זייער געשמאק און מ'קען עכט גוט פארברענגען מיט אים אבער ווי נאר ער גייט ארויס פון קאנטראל איז שוין נישטא צו וועמען צו רעדן.
כ'האלט מיר אין איין פרעגן וואס איך קען טון מיט אים און וואס איך טו נישט גוט אבער ביזדערווייל איז עס מיסטעריעז.
כ'האב באמערקט נאך א מאדנע זאך וועלכע כ'מיין ס'איז גאנץ יונג פאר אזא באנעמונג, ווען איך קום אים אויפפיקן פון חדר הייבט ער אן בלאשן און שעמט זיך מיט מיר, ער בעט מיר איך זאל אים נישט טראגן צו די באס און ער בעט מיר אז איך זאל אים נישט ארויפטראגן אין חדר ווען איך נעם אים מיט די קאר. כ'האב נישט קיין אנאונג פארוואס אזא יונג קינד זאל אפילו בייפאלן צו זיין אומבאקוועם מיט זיין טאטען.
כ'וואלט זייער געוואלט פארשטיין טיפער צו אים און ארויסהאבן וואס אים קוועטשט כדי אים צו קענען שענקען דאס בעסטע לעבן וואס איך קען אבער ביזדערווייל האב איך נישט קיין קלארקייט.