קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
FDR
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

עוד הם מדברים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:39 am
די רעדע איז פון א 6 יעריג וואויל אינגל וואס האט אנגעהויבן מאכן ערנסטע פראבלעמען מיטן גיין אין חדר. און איז שרעקליך פאר'עקשנט אז ער בלייבט אינדערהיים. עס העלפט נישט קיין אינטערשמירן מיט נאשעריי אדער טויס און אויך נישט א שטרענגערע צוגאנג, נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש. מ'דארף אים פיזיש אנכאפן כדאי ער זאל גיין אין חדר.

דאס קינד האט ליב די מלמד און די חברים, און קען פיין נאכזאגן פון חדר, אבער יעצט איז ער שרעקליך פארעקשנט.

אין צוגאב האט ער אנגעהויבן זיך אויפפירן זייער אגרעסיוו אין שטוב און מ'קען איהם נישט קאנטראלירן צומאל. ער וויל נישט זאגן פארוואס ער וויל נישט גיין אין חדר.

קען איינער פרובירן צו געבן עצה ותושיע וויאזוי מ'רוקט זיך דא ווייטער?
יא ווי איך געדענק בין איך אויך געווען אזוי אלטס קינד, ס'איז סתם א משוגע'ס וואס דארף נישט עכט קיין הסבר.
קיינער דארף נישט קיין טאביק. הער אויף ארומגיין!

#געשמאַק האט אויך א גבול!!!
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:06 am
קונטרס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:05 am
דאס קינד האט ארויס געהאט אז דאס שטערט פאר די עלטערן. אין ער ניצט דעם טאקטיק צו באקומען זיין אטעטנשן.

יעצט איז דער עבודה וויזן פאר איהם אז סשטערט אייך נישט, בלייבן מיט איהם אינדערהם אדער נעמען רוהיג'גערהייט צום כולל\ארבעט כאילו לא היה ביז סוועט איהם נמאס ווערן.
אויב דאס איז דער סיבה דאן קען עס אוודאי אזוי זיין, אבער חלילה אויב דער סיבה איז ווייל ער האט אן אישו אין חדר (עכטע אדער אין זיין אייגן דמיון, מאכט נישט אויס) דאן וועט דאס נישט העלפן און נאר ערגער מאכן. מ'דארף קעיר נעמען פון דער אישו.

בכלל נישט זיכער אז עס וועט אים אמאל נמאס ווערן.
ריכטיג.
School refusal קען האבן סאך גורמים, מען דארף נעמען אלץ אין באטראכט, כאהב צו געשריבן א פוינט וואס מהאט נישט אנגעמערגט הגם דאס איז זייער מצוי. געווענדליך דאס איז די אישו.
פארשטייציך אז קליגע וואכיגע עלטערן וועלן חוקר ודורש זיין ארום אין ארום צו עפעס איז דא באהאלטן, לויט ווי סהערטזיך פין די שאלה איז דאס
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

ס’קען זיין פענדעס Pandas טשעק עס אויס
נייגעריגע אקס
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 10:23 pm
לאקאציע:אויף די רויעך פין די מאפלער

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייגעריגע אקס »

This is not something that can't be answered -good- with out knowing the child and his background
מיין ניק איז פשוט די אמת. (אזוי זאגן מיינע ארומיגע)
זייער א נייגעריע
אין איך פיר מיך ווי א אקס...
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:01 am
אויב איז עס ווי די שרייבסט, דאן שמעקט עס פון עבּיוז. ער ציטערט צו פארציילן. עביוז פון א תלמיד אדער א עדאלט.
אפאר אפציעס:

1. א צייטוויליגע עקשנות ביי א קינד.
2. ער זעהט די אטענשן און מתנות וואס ער באקומט מיטן נישט וועלן גיין אין חדר, וניחא ליה.
3. אזוי ווי הרב יואל זאגט.
4. ער איז פשוט באקוועמער אין שטוב. ער האט דארט טויס אן קיין ’פרעשור’ פון דארפן לערנען.

מיין עצה טובה (נישט קיין מחנך, נאר א טאטע פון א שטוב מיט קינדער ב"ה), פארשפיל אים מיט מצווה קינדער אז ער זאל נאכמאכן א קלאס. און גיי אריין מיט אים אינעם עולם הדמיון, וואס דער מלמד טוט, אנדערע קינדער, מאך א ריסעס וכו. אולי ירחם אז דו וועסט קענען אויפכאפן בתוך הדברים וואס ער זיכט צו פארמיידן אדער נישט רעדן פון.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5784
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איך ווייס פון א ענליכע פאל לעצטנס אין קר"י ווי די הדרכה און באגלייטונג פונעם באוואוסטן מחנך (טעראפיסט, וואטעווער) ר' חנוך ראזעבערג האט עס געסאללווד גאנץ שנעל.
זייצפריילעך
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

talk to him, play with him show interest in what he hi interested in,
listen to what he says, and get into his shoes
than you will be able to ask what's going on in school or on the bus...
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
יוסי בן-ציון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 10, 2023 10:45 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי בן-ציון »

גא"מ לדברי@ר' יואל קליין, ווען ס"געשעהן ביי אונז אינדערהיים, האט זיך עס ארויסגעשטעלט אז ס"געווען אביוז.
די סעקאנד אממענדמענט איז דא צו היטן אויף די איבריגע אממענדמענטס. Alexander Hamilton
Rabbi Chaim
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 3:30 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabbi Chaim »

עוד הם מדברים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:39 am
די רעדע איז פון א 6 יעריג וואויל אינגל וואס האט אנגעהויבן מאכן ערנסטע פראבלעמען מיטן גיין אין חדר. און איז שרעקליך פאר'עקשנט אז ער בלייבט אינדערהיים. עס העלפט נישט קיין אינטערשמירן מיט נאשעריי אדער טויס און אויך נישט א שטרענגערע צוגאנג, נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש. מ'דארף אים פיזיש אנכאפן כדאי ער זאל גיין אין חדר.

דאס קינד האט ליב די מלמד און די חברים, און קען פיין נאכזאגן פון חדר, אבער יעצט איז ער שרעקליך פארעקשנט.

אין צוגאב האט ער אנגעהויבן זיך אויפפירן זייער אגרעסיוו אין שטוב און מ'קען איהם נישט קאנטראלירן צומאל. ער וויל נישט זאגן פארוואס ער וויל נישט גיין אין חדר.

קען איינער פרובירן צו געבן עצה ותושיע וויאזוי מ'רוקט זיך דא ווייטער?
מיין זיהן האט געטון די זעלבע,
כהאב אים מיט געוואלד גענומען אין חדר ביז די משוגעת האט אויסגעוועפט.
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

מיין 5 יעריג יונגל איז יא געגאנגן, אבער זיך גדעשלעפט צום באס,
געווען פאר'דאגה'ט, נישט געווען פרייליך אא"וו.

מיין ווייב האט אים גענומען צו א פרוי אין ווילי וואס טוט "קרעיניעל",
זי האט געארבעט עטלכע סעשאנס מיט אים, און "ער איז געווארן א נייע מענטש", נישט צום דערקענען.

ער האט אנגעהויבן לויפן צום באס, און זיך אפי' שטופן ארויפצוגיין ערשט,
אנגעהויבן פארציילן פון חדר, זינגן, וכו', ממש א פלא.

זיי קענען גאנץ שנעל דערטאפן אויך אויב ס'דא דא עביוז,
אויב ווילסטו די טובה פונעם קינד, ביטע קאנטאקט היינט אזא איינעם.

דיסקלעימער, ס'איז נישט קיין עד פאר קיינעם, און בין פשוט אליינס געהאלפן געווארן.

הצלחה
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

זייצפריילעך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:55 pm
talk to him, play with him show interest in what he hi interested in,
listen to what he says, and get into his shoes
than you will be able to ask what's going on in school or on the bus...
דאס איז דער בעסטע תירוץ פאר די ערשטע פאזע. רעד מיט אים!

לגבי גיין פאר הילף - ערשט זאלן די עלטערן גיין פאר הילף, "ווי אזוי" צו רעדן צו אים, צו א קינד דעי עידש. און ווי אזוי צו געבן ליבשאפט בכלל.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

איינער קען מאכן א סאך הכל אדער א PDF פון די אלע דייעגנאסיס און דאקטורים ווי דאס קינד דארף זיך גיין אינטערזיכען?
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

ווענדט אייך צום מנהל פון חדר, ער וועט אייך קענען העלפן מיט די ריכטיגע מומחים.
היינטיגע צייטן איז ב''ה דא אין יעדע חדר מענטשן וואס פארשטייען צו וועם צו שיקן וכו'.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

עס קען זיין א מיליאן סיבות און עס איז זייער שווער צו געבן אן עצה ווען מען קען נישט דאס קינד און אלעס ארום און ארום. איך האב עס געהאט איינמאל מיט א טאכטער און איך האב בשום אופן נישט געקענט כאפן די פראבלעם, ביז זי האט זיך איינמאל ארויס געכאפט אז אלע מיידלעך האבן לאנגע האר און זי האט קורצע, און זי פילט זיך אנדערש פון יעדן. מיט אן אנדער קינד האב איך אויך געהאט, און געוואר געווארן שפעטער אז זי עקלט זיך פון די ביהכ״ס. עס זייער שווער צו געבן עצות ווען מען ווייסט נישט די סיטואציע.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

עוד הם מדברים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:39 am
די רעדע איז פון א 6 יעריג וואויל אינגל וואס האט אנגעהויבן מאכן ערנסטע פראבלעמען מיטן גיין אין חדר. און איז שרעקליך פאר'עקשנט אז ער בלייבט אינדערהיים. עס העלפט נישט קיין אינטערשמירן מיט נאשעריי אדער טויס און אויך נישט א שטרענגערע צוגאנג, נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש. מ'דארף אים פיזיש אנכאפן כדאי ער זאל גיין אין חדר.

דאס קינד האט ליב די מלמד און די חברים, און קען פיין נאכזאגן פון חדר, אבער יעצט איז ער שרעקליך פארעקשנט.

אין צוגאב האט ער אנגעהויבן זיך אויפפירן זייער אגרעסיוו אין שטוב און מ'קען איהם נישט קאנטראלירן צומאל. ער וויל נישט זאגן פארוואס ער וויל נישט גיין אין חדר.

קען איינער פרובירן צו געבן עצה ותושיע וויאזוי מ'רוקט זיך דא ווייטער?
אל תחטאו בילד. שיקט נישט דאס קינד אין ערגעץ (חוץ אז ס'ווערט באשטעטיגט אז ער האט א אישו, וואס לכאורה איז דאס נישט די רעדע דא). ליבערשט זאלן די עלטערן גיין פאר הילף, וואס צו טוהן און וואס נישט צו טוהן. עס איז זיייער אחריות.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

איז ער א פחדן סתם אזוי
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

לעצטנס איז דאס ממש א מכת המדינה אז קינדער גייען נישט אין חדר
יונגע קינדער
אויף איין פוס
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:13 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פוס »

וואס טוט מען צי א כיתה׳ט בחור וואס האלט נישט ביים אויפשטיין פאר10:00 ווען חדר הייבט זיך אן 6:30??
זייצפריילעך
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

אויף איין פוס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:53 am
וואס טוט מען צי א כיתה׳ט בחור וואס האלט נישט ביים אויפשטיין פאר10:00 ווען חדר הייבט זיך אן 6:30??
does he have any reason to commit to getting up and give away his pleasure of being lazy?
is there anything in the morning that "he" is interested in?
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

שטאטס מבין האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:48 am
לעצטנס איז דאס ממש א מכת המדינהאז קינדער גייען נישט אין חדר
יונגע קינדער
האסט דאטא אדער איינצעלנע אינצידענטן?
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2785
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

ספרים שטוב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:02 pm
מיין 5 יעריג יונגל איז יא געגאנגן, אבער זיך גדעשלעפט צום באס,
געווען פאר'דאגה'ט, נישט געווען פרייליך אא"וו.

מיין ווייב האט אים גענומען צו א פרוי אין ווילי וואס טוט "קרעיניעל",
זי האט געארבעט עטלכע סעשאנס מיט אים, און "ער איז געווארן א נייע מענטש", נישט צום דערקענען.

ער האט אנגעהויבן לויפן צום באס, און זיך אפי' שטופן ארויפצוגיין ערשט,
אנגעהויבן פארציילן פון חדר, זינגן, וכו', ממש א פלא.

זיי קענען גאנץ שנעל דערטאפן אויך אויב ס'דא דא עביוז,
אויב ווילסטו די טובה פונעם קינד, ביטע קאנטאקט היינט אזא איינעם.

דיסקלעימער, ס'איז נישט קיין עד פאר קיינעם, און בין פשוט אליינס געהאלפן געווארן.

הצלחה
קליוולאנד קליניק רעדט פון דעם אז עס קען העלפן אויף זייער אסאך זאכן
עס איז זייער אינטערסאנט ווייל בעיני איז עס בלויז א מעסאדש

זיי האבן דא א גרויסע ליסטע פון זאכן

Chronic pain.
Complex regional pain syndrome.
Fibromyalgia.
Headaches like migraines.
Neuralgia.
Post-concussion syndrome.
Scoliosis.
Stroke.
Temporomandibular joint syndrome.
Blood clots.
A concussion.
Brain swelling.
Brain aneurysm.
Chiari malformation.
Pain relief.
Relaxation.
Improved emotional well-being.
Stress relief.

https://my.clevelandclinic.org/health/t ... al-therapy

בין איך נייגעריג וואס איז די טעקניק אינטערדעם כגלייב נישט אז עס איז בלויז מעסאדש (איך פארשטיי אז מעסאדש איז געזינט פאר סלוט סערקולעישאן וכדומה אבער פאר אזויפיל זאכן צו העלפן איז מסתבר אז קרעיניעל איז מער ווי סתם א מעסאדש)
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9215
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אויף איין פוס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:53 am
וואס טוט מען צי א כיתה׳ט בחור וואס האלט נישט ביים אויפשטיין פאר10:00 ווען חדר הייבט זיך אן 6:30??
זאג פאר דיין בחור ער איז הינדערט פראצענט גערעכט, עס איז א סיסטעמאטישע רשעות אז בחורים דארפען זיין אויף אזוי פרי.

ער קען רואיג אויפשטיין יעדן טאג אכט אזייגער און גיין אין מקוה, לערנען א חסידיש ספר, דאווענען פאר זמן תפלה און ער איז א אויסגעצייכענטע בחור.

טאמער קען ער אויפשטיין איין שעה פריהער און נאך מאכען א שיעור אין גמרא תוספות דאן איז ער א ריכטיגע בן תורה און ער וועט נאך אויפוואקסען א גרויסער תלמוד חכם.

אויב איז דא איין זאך וואס דארף א תיקון איז עס דעס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6538
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מטעמים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:40 am
אויף איין פוס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:53 am
וואס טוט מען צי א כיתה׳ט בחור וואס האלט נישט ביים אויפשטיין פאר10:00 ווען חדר הייבט זיך אן 6:30??
זאג פאר דיין בחור ער איז הינדערט פראצענט גערעכט, עס איז א סיסטעמאטישע רשעות אז בחורים דארפען זיין אויף אזוי פרי.

ער קען רואיג אויפשטיין יעדן טאג אכט אזייגער און גיין אין מקוה, לערנען א חסידיש ספר, דאווענען פאר זמן תפלה און ער איז א אויסגעצייכענטע בחור.

טאמער קען ער אויפשטיין איין שעה פריהער און נאך מאכען א שיעור אין גמרא תוספות דאן איז ער א ריכטיגע בן תורה און ער וועט נאך אויפוואקסען א גרויסער תלמוד חכם.

אויב איז דא איין זאך וואס דארף א תיקון איז עס דעס.
עעענדליך

גרויסע טאטעס מעגן אויפשטיין זייגער צוואנציג אבער די כתה ג׳ יונגל דארף שוין לויפן צום באס 7:50
אני הוא הנער, נער המדבר
אויף איין פוס
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:13 pm

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פוס »

בניהו האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:52 am
מטעמים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:40 am
אויף איין פוס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:53 am
וואס טוט מען צי א כיתה׳ט בחור וואס האלט נישט ביים אויפשטיין פאר10:00 ווען חדר הייבט זיך אן 6:30??
זאג פאר דיין בחור ער איז הינדערט פראצענט גערעכט, עס איז א סיסטעמאטישע רשעות אז בחורים דארפען זיין אויף אזוי פרי.

ער קען רואיג אויפשטיין יעדן טאג אכט אזייגער און גיין אין מקוה, לערנען א חסידיש ספר, דאווענען פאר זמן תפלה און ער איז א אויסגעצייכענטע בחור.

טאמער קען ער אויפשטיין איין שעה פריהער און נאך מאכען א שיעור אין גמרא תוספות דאן איז ער א ריכטיגע בן תורה און ער וועט נאך אויפוואקסען א גרויסער תלמוד חכם.

אויב איז דא איין זאך וואס דארף א תיקון איז עס דעס.
עעענדליך

גרויסע טאטעס מעגן אויפשטיין זייגער צוואנציג אבער די כתה ג׳ יונגל דארף שוין לויפן צום באס 7:50
ווען איך זאג אים אז ער קען אויפשטיין 10:30 וויל ער אויפשטיין 6:30am אין פארשטייט זיך אז ער האקט אראפ די וועקער זייגער…אין ער שטייט אויף 10:00 אין שעלט די גאנצע וועלט אז ער איז פארשלאפן……..
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9778
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: קינד וויל בשום אופן נישט גיין אין חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

מטעמים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:40 am
אויף איין פוס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:53 am
וואס טוט מען צי א כיתה׳ט בחור וואס האלט נישט ביים אויפשטיין פאר10:00 ווען חדר הייבט זיך אן 6:30??
זאג פאר דיין בחור ער איז הינדערט פראצענט גערעכט, עס איז א סיסטעמאטישע רשעות אז בחורים דארפען זיין אויף אזוי פרי.

ער קען רואיג אויפשטיין יעדן טאג אכט אזייגער און גיין אין מקוה, לערנען א חסידיש ספר, דאווענען פאר זמן תפלה און ער איז א אויסגעצייכענטע בחור.

טאמער קען ער אויפשטיין איין שעה פריהער און נאך מאכען א שיעור אין גמרא תוספות דאן איז ער א ריכטיגע בן תורה און ער וועט נאך אויפוואקסען א גרויסער תלמוד חכם.

אויב איז דא איין זאך וואס דארף א תיקון איז עס דעס.
אלעס פיין און וואיל, די סיסטעם איז טאקע נישט גוט פאר א טייל בחורים.
אבער דאס וואלסטו אויך געטון ביי דיין דרייצן יעריגע בחור..? א בחור וואס גייט נאך דארפן דורכשוויצן נאך פינף בחורישע יארן..? אז דו עצה'סט אזוי א צווייטן?
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”