טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

מענדל זאב האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 4:26 pm
איך מיין אונזערע גראפיק חברים זאלן עס באצירן און ארויסלייגן צו קענען דאונלאודן און קענען מפיץ זיין כדי די בחורים זאלן עס ליינען
און נאך דעם???

קענסט אריין גיסן נאך מאה אלף + און עס ארום שיקן און די פאסט קעסטליך און נאך דעם??? קען זיין אז עס וועט העלפן ממש פאר יחידים וואס זאלן גיין זיכן הילף וואס פאר יעדע נפש אליין איז טאקע ווערט די אלע געלטער אבער פארן כלל האט דאס גארנישט געהאלפן

די פראבלעמען פון טעכנעלאגיע איז דא און דאס גייט נישט אפהאלטן קיין 14 יעריגע עס נישט צו טרייען די רייץ איז אסאך שטערקער פון אים העכער זיינע כוחות

וואס קען מען טאקע יא טיהן פון די עלטערן זייט איז נאר דא תפילה ער קען האבן די בעסטע שטוב און די בעסטע חינוך און שיקן און די בעסטע ישיבה אבער נאר תפילה וועט מאכן אז זיין בחור זאל זיך דערהאלטן

און פון די ישיבות זייט האב איך אמאל געהערט א דרשה פון א בעלזע ישבה ווי די מנהל -משגיח רעדט א פייערדיגע דרשה איבער דעם נושא און בעט זיך ביי די בחרים וזה לשונו:
יעדער בחור ווייסט אז ביי אונז און בעלז אז נישט קיין חילק וואס א בחור זאל דארוך גיין און האבן געטיהן וועט די בחור נישט ארויס געווארפן ווערן פון ישיבה ווען די וועסט קומען פארציילן עפעס איבער דיר אדער איבער דיין חבר וועט מען אים בסך הכל שיקן פאר טיפול ער זאל זיך קענען צריק שטעלן און ארויס גיין פון זיינע סטראגלס
עד כאן פון זיין דרשה

און דאס קען נאר געזאגט ווערן טאקע און אזא ישיבה ווי עס איז טאקע אזוי און די בחרים באקומען טראסט וואס אן קיין טראסט וועט די בחור נארמאלערהייט קיינמאל נישט גיין און עפעס פארציילן אדער זיכן פאר הילף

ווי ווייט איך ווייס ווערן נאך נישט די דרשת געהערט און אונזערע קרייזן און אפילו ווען יא מוז דא זיין טראסט און די בחור זאל טאקע וויסן אז עס איז טאקע אזוי

ביי אונז איז אלעס לעכטיג מען האקט שטיקער און גמ' תוס' מיט א פלייס און פלאקער און מען גרייט זיך מיט שעות רציפות אויפן יו"ט שבועות ווי די גמ אליין זאגט בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין און דאס וועט מען חזרן מיט די בחורים און מיט דעם וועט מען זיך דערהאלטן

און ביי די ישבות וואס מען קען זיך ערלויבן אביסל מער וועט מען פאר א נויט ברענגן יחזקל ווייס אדער ר בערל טויבער וואס זאל אריין ברענגן א געשמאק און אידישקייט אזוי וועט דער בחור פילען די זיסקייט פון אידישקייט און זיין קנעקטעט דערצו אז עס וועט אים נישט ציען בכלל די אלע זאכן ווייל די אלע תקנות וועט נישט זיין פאר אים לעול ולמשאוי פון וואס ער וועט זיך זיכן צו ארויס דרייען בלא בלא בלא ווי די אלע דרשות העלפן פאר דעם ווי אויף באנקעס ווי לאנג ער טרעפט זיך נישט מיטן נסיון וואס איז אסאך שטערקער פון אים

און אינטער דעם ליגט שווערערע בחרים אויב נישט רוב וואס גייען דארוך יסירי נפש איינער מער און איינער ווייניגער וואס פאר קיין שום איד נישט געווינטשן

דער נעשכיזער איז געווען א גוטער איד מייערען מיט צימעס איז א גוטער מאכל
אין לך דבר העומד בפני הרצון, עס איז נישט דא קיין זאך און די וועלט, וואס קען דיר אפהאלטן פון האבן א רצון.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

שמילאוויטש האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 9:33 pm
נקודה למחשבה האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 4:20 pm
שכח פארן שרייבן דערוועגן. וויפול מ'הערט איז נישט גענוג.

וואס יא, איך גלייך נישט דער מעסעדז אין דעם ארטיקל ווי כאילו דער בחור איז שוין גענדיגט. ער איז פארפאלן.
ווי עס שטייט אין ספרים, איז דא צוויי פאזעס אינם מלחמת היצר. איינס פארן נסיון, און איינס נאכן דורכפאלן ל''ע.

דער בחור דארף הערן אז פון איין זייט איז נישט פשוט ווען מ'פאלט און ער זאל זיכער מאכן אז אזאנס זאל נישט געשעהן. און פון די אנדערע זייט דארף ער הערן ווי באליבט ער איז ביים באשעפער, און אז יעדע ביסל חרטה געפיל, יעדע פעולה וואס ער טוט אז ער זאל נישט פאלן נאכאמאל, איז באליבט ביים טאטען אין הימל.

חרטה איז וויכטיג. זיך קלאפן און אראפראסן איז א רעסעפי פאר נאך א פאון ח''ו.
ח"ו פון די שעות וואס איך האב פארברענגט מיט דעם בחור נאך די דורכפאל איז מער ווייניגער געווען אויף די מהלך פון עשה טוב ווי אזוי מ'קען אלץ שטייגען פון א דורכפאל וכו',
איך בין זיכער אז נאכן הערן דיינע דברי חיזוק ווי אזוי מ'קען אלץ שטייגען פון א דורכפאל איז ער שוין פולקאם מסדר

זיין פראבלעם איז שוין נישט דא

אלעס וואס ער האט געזעהן געדענקט ער שוין נישט

אז די פרעגסט מיר לייג אריין מער צייט און שרייבן דא די האסט באמת גאר א גוטע פעדער

שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך וויל פרעגן מיט א תמימות,
יעדע מעשה האט דאך א הקדמה,
וואס האט געטריבן דעם בחור צו גיין קויפן א פואן,
וואס איז אים בייגעפאלן פונקט דאס,
פארוואס האט ער נישט געכאפט דעם שכן'ס קאר און געדרייוו'ט,

עפעס האט געמוזט געשעהן צו דעם בחור ער זאל אפמאכן, יא היינט גיי איך אריין צום גוי קויפן א סמארטפאן,
ביטע קלאר אויס...
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
לייקוס
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע:לעיקוואד

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 10:50 am
לייקוס האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 1:07 am
אמת ויציב יעדעס ווארט,

אבער לאמיר רעדן מאידך גיסא,
...

אונזערע גוטע בחורים און פלענע בחורים דארפען קאננעקשין,זיי ווילען ווערען געזעען און געהערט,
אונז דארפען מגידי שיעורים און ראשי ישיבות וואס זענען דא פאר די בחורים,א ראש ישיבה דארף קענען אריינקוקען און יעדע בחור׳ס הארץ,און זעען ביזען זיביטען ריפ.
דער בחור דארף האבען איינעם זיך אויסצורעדן און זיין נאנט פאר ער טרעפט די סמארט פאון.
מקען שרייבען און שרייבען און נישט ענדיגען סאיז א הימל געשריי אז מלייגט אריין מיליאנען און די טעכנאלאגיע מלחמה אנשטאט מזאל אריינלייגען געלט און ארגענעזאציע וואס זאלען אריינשטעלען מומחים און ישיבות אז יעדע בחור זאל האבען איינעם צו וועם צו עפענען זיין הארץ.
...

די ווערטער זענען זייער אמת, אבער די ווערטער שפיגלען אויך אפ א גרויסע פראבלעם. מען נוצט נייע ווערטער וואס עלטערן פארשטייען בכלל נישט, "קאנעקשאן" וכדומה.

איך ווייס נישט קאנעקשאן שמאנעקשאן. דאס נוצן אלע "היינטיגע." וואס טו איך "יעצט" מיט "מיין" בחור אינדערהיים אדער אין ישיבה. למעשה, צום פינטל, אן קיין הויכע ווערטער. עלטערן ווערן פארלוירן, ווייסן נישט וואס טוט זיך. ציטערן פון די קינדערס נסיונות אין טעכנאלאגיע, אבער גיי העלף מיט "קאנעקשאן."

ווילאנג מען זאגט דאס איבער און איבער קומט מען נישט אן צו ווייט. מ'קען שרייבן גאנצע ביכער ווי וויכטיג עס איז, אבער די א"ב וויאזוי מען ברענגט עס מכוח אל הפועל זאגט מען נישט.

מען דארף זאגן כזה ראה וקדש. וואס דארף איך טון צו מאכן/האבן אזא קאנעקשאן.

וועגן דעם האב איך געשריבן אפאר קורצע זאצן. פארגעס קאנעקשאן. מאך דיין בחור אויפשיינען, מאך אים לעכטיג זיין פנים. ווען ער איז געווען א טאדלער און דער גרויסער האט צובראכן זיין לעגאו איז ער געקומען וויינען, און די טאטע אדער מאמע האבן עפעס געטון און די וואלקן איז אראפ פון זיין פנים, ער האט אויפגעשיינט מיט א רואיגע שלוה'דיגע בא'חנ'טע שמייכל ווי די גליקליכסטע קינד אין די וועלט.

דאס דארף מען טון אלע יארן שפעטער אויך און קיינמאל נישט סטאפן. ספעשל אין די ימי הבחרות, אויף זיין מעטשור לעוועל. מאך אים שיינען. אמאל מיט א שווערע אויפגאבע אין שטוב. אמאל מיט "איבערגיין" א בלאט גמרא. אמאל מיט א עקסטערע טריפ אין קאר. אמאל מיט אים העלפן בויען א לאקער, פעינטן, לייגן א שלאס. אמאל מיט ארויסברענגען זיין מומחיות אויף א געוויסע פרטיות'דיגע זאך. אמאל מיט צוגיין צום רב/דיין זאגן גוט שבת און אים אינטראדוסען -- "דאס איז מיין זון, ער לערנט ב"ה פלייסיג, א טייער קינד." - דיינים און רבנים ווייסן שוין וואס צו טון מיט דעם. אמאל אים אויסהערן עקסקלוסיוו פאר א לאנגע שמועס אויף זאכן וואס "ער" האט ליב. אמאל דערציילן פון דיין יוגנט, פון דיינע עלטערן און זיידעס יונגערהייט. אמאל דורכאקערן א קדושת לוי אויף יום טוב. אמאל מיט א פיצא און אייזקרים. יא.

די עיקר איז נישט וואס אדער ווען, די עיקר איז מאך אים שיינען. מאך אים פילן ווי א מיליאן דאלאר.

מיינסט ער האט נישט קיין נערווען צו לערנען א ביסל אור החיים הקדוש מיט טאטי? פיין האט ער נערווען. די חילוק איז וויאזוי. אויב דער בחור פילט אז דער טאטע מיינט 100 פראצענט אים מהנה צו זיין, נישט מחנך צו זיין, עס זענען דא גאר אסאך שטיקלעך וואס זענען פלעין זיס ווי די בעסטע נאש און דער בחור קומט ארויס דערפון מיט א קאפ העכער און א לעכטיגער שמייכל, און נעקסט טיים וועט ער טראסטן דעם טאטן אסאך מער.

מדארף ארויסנעמען די ווארט קאנעקשאן פונעם דיקשאנערי, און פשוט טון צו דער זאך.

איך רעד צו מיר אליינס. איך האב אנגעהויבן צו ארבייטן מער אויף דעם וועג ב"ה. ווען איך טרעף מיין יונגל ביינאכט פרעג איך אים, נו וואס האסטו היינט געבארדעט אין הויף?! אזא שמועס ארבייט ווי קרעיזי גלו. ברוך השם.
יא די ניסיונות זענען נייע און די פיתרונות דארף מען אוכט נייע.

מדארף לערענען וועגען קאננעקשין,דאס אמת איז אז די ווארט קאננעקשין איז אביסעל אביוזד און מדארף טאקע שרייבען אביסעל דערוועגען.

אבער בקיצור נמרץ מיינט עס עבודה פנימיות אויף אהבה,דיין קינד כאפט אויף און ווערט מער נתחנך פון דיין פנימיות און נישט דווקא פון די זאכען וואס די טוסט.
דיין קינד ווייסט וואו וויכטיג ער איז פאר דיך ,וויפיל ער איז דיך נוגע און דיין פערזענדליכע לעבן,וואס נעמט דיך די מערסטע איבער,וואס גייט דיך מער אנגיין זיין אימעדזש אדער ער אליין וכ״ו

אזוי וואו בין איש לאשתו איז א דבר פנימי קענסט טוען און קופען מתנות,
דיין יודענע וויל ״דיך״ נישט דיינע מעשים.

וועטיך א מענטש פרעגען איך בין בכלל נישט קיין איש פנימי איך בין אליינס פארהאקט וואו קען איך ליב האבען אויב אהבה עקזעסטירט נישט און הארץ,?
דאס איז א לאנגע עבודה,אבער די שרייסטיך די ווילסט למעשה
איז למעשה קען מען טוען אזוי.

איעדע צופרי נעם איינס פון דיינע קינדער און קאפ און טראכט פון זיי,שפיר זיי טראכט איבער זייער דעוועלעפמענט,זייערע הרגשות,זייערע מחשבות זייער וועזענהייט,לייג דיך אריין און דעם קינדס מצב און פיל עם,
און דערנאך טראכט אריין וואו די רעדסט צו עם און ביסט עם מחזק,איך בין דיין טאטע איך בין מיט דיר.
פאר די גייסט זעען דאס קינד נעקסטע מאל האלט אהן דיע הרגשה פון אהבה און שמחה,לייג אריין עפעס עסענווארג און מויל,מאך צו די טעלעפאון,און זאג עם אגוטען טאג מיט דיע הרגשה וואס די האסט צו עם,
קוק עם נישט אהן , דריי עם נישט א קאפ,פלעין זאג עם אגוטען מיט דיין גאנצע וועיזענהייט און זיי אינגאנצען דארט ווען די זאגסט עם אגוטען.

שוין יעצט פליז שריי נישט אויף מיר
כאב דיר געגעבען א למעשה
לעצט פארראכטן דורך לייקוס אום דינסטאג יוני 04, 2024 5:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 12:13 am

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמילאוויטש »

שאץ מאץ האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:09 pm
איך וויל פרעגן מיט א תמימות,
יעדע מעשה האט דאך א הקדמה,
וואס האט געטריבן דעם בחור צו גיין קויפן א פואן,
וואס איז אים בייגעפאלן פונקט דאס,
פארוואס האט ער נישט געכאפט דעם שכן'ס קאר און געדרייוו'ט,

עפעס האט געמוזט געשעהן צו דעם בחור ער זאל אפמאכן, יא היינט גיי איך אריין צום גוי קויפן א סמארטפאן,
ביטע קלאר אויס...
ס'ווערט גראדע דערמאנט צווישען די שירות אז א בחור פון זיין כיתה האט אים צוגערעדט צו דעם נארישקייט...

פארשטייט זיך אליין ער איז נישט געווען פארדעם א מר בר רב אשי אבער זיכער נישט געהאט אזעליכע השגות.
שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 12:13 am

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמילאוויטש »

אלט מאנרא האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:05 pm
שמילאוויטש האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 9:33 pm
נקודה למחשבה האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 4:20 pm
שכח פארן שרייבן דערוועגן. וויפול מ'הערט איז נישט גענוג.

וואס יא, איך גלייך נישט דער מעסעדז אין דעם ארטיקל ווי כאילו דער בחור איז שוין גענדיגט. ער איז פארפאלן.
ווי עס שטייט אין ספרים, איז דא צוויי פאזעס אינם מלחמת היצר. איינס פארן נסיון, און איינס נאכן דורכפאלן ל''ע.

דער בחור דארף הערן אז פון איין זייט איז נישט פשוט ווען מ'פאלט און ער זאל זיכער מאכן אז אזאנס זאל נישט געשעהן. און פון די אנדערע זייט דארף ער הערן ווי באליבט ער איז ביים באשעפער, און אז יעדע ביסל חרטה געפיל, יעדע פעולה וואס ער טוט אז ער זאל נישט פאלן נאכאמאל, איז באליבט ביים טאטען אין הימל.

חרטה איז וויכטיג. זיך קלאפן און אראפראסן איז א רעסעפי פאר נאך א פאון ח''ו.
ח"ו פון די שעות וואס איך האב פארברענגט מיט דעם בחור נאך די דורכפאל איז מער ווייניגער געווען אויף די מהלך פון עשה טוב ווי אזוי מ'קען אלץ שטייגען פון א דורכפאל וכו',
איך בין זיכער אז נאכן הערן דיינע דברי חיזוק ווי אזוי מ'קען אלץ שטייגען פון א דורכפאל איז ער שוין פולקאם מסדר

זיין פראבלעם איז שוין נישט דא

אלעס וואס ער האט געזעהן געדענקט ער שוין נישט

אז די פרעגסט מיר לייג אריין מער צייט און שרייבן דא די האסט באמת גאר א גוטע פעדער
פולקאם מסדר איז א מענטש אויף דער וועלט קיינמאל. אויב מיינט ער אז יא איז מען אדער א בעל גאווה אדער א בעל דימיון!

וואס יא? ווען א יוד פאלט דארף מען אים מחזק זיין ער זאל וויסען אז א לאנגע און גליקלעך לעבן ווארט נאך פאר אים און ער זאל זעהן זיך צו לערנען פון דעם דורכפאל ווי אזוי צו שטייגן פון יעצט און ווייטער,

ווי האט יענער אמאל געזאגט, מיסטעיקס מאכט א יעדער מ'דארף נאר זיכער מאכן נישט צו טוהן צוויי מאל די זעלבע מיסטעיק...
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

שמילאוויטש האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 5:57 pm

ריכטיג אויב דאס וואס די שרייבסט אז ער איז געווען און שאול תחתית מיינט אז ער האט געזעהן זיין רבי'ס ברידער הדלקה אדער האט רח"ל געזעהן קליפס פון עכטע ציונים

אבער אויב שאול תחתית מיינט שאול תחתית דאן וועט דאס אים שטערן פון קענען לעבן א גליקלעך לעבן און ער דארף הילף
אין לך דבר העומד בפני הרצון, עס איז נישט דא קיין זאך און די וועלט, וואס קען דיר אפהאלטן פון האבן א רצון.
שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 12:13 am

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמילאוויטש »

אלט מאנרא האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 6:20 pm

ער גייט ב"ה צו פארפעשינעל הילף, אבער דאס איז בכלל נישט נוגע לענינו פארוואס דער ארטיקל איז געשריבען געווארן...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

שאץ מאץ האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:09 pm
איך וויל פרעגן מיט א תמימות,
יעדע מעשה האט דאך א הקדמה,
וואס האט געטריבן דעם בחור צו גיין קויפן א פואן,
וואס איז אים בייגעפאלן פונקט דאס,
פארוואס האט ער נישט געכאפט דעם שכן'ס קאר און געדרייוו'ט,

עפעס האט געמוזט געשעהן צו דעם בחור ער זאל אפמאכן, יא היינט גיי איך אריין צום גוי קויפן א סמארטפאן,
ביטע קלאר אויס...
איך ווייס באמת נישט וואס ס'איז פארגעקומען מיט דעם 14 יעריגע בחור איין סטעפ פריער,
איך וויל זאגן מיין מחשבה, איך ציטער מ'זאל מיר נישט פארשטיינער'ן דא,
אבער איך זאג עס נאך אלץ,

יעדעס יונגל פון 10 יאר און העכער ליינט די גליונות פון השומרים אין די בתי מדרשים,
וואס באשטייט יעדע וואך פון מעשה'לעך ווי א בחור, א מיידל, ווייבל, יוגנערמאן, האט געהאט ציטריט צו אינטערנעט ממש אויף א קורצע צייט און גלייך אריין געפאלן אין דאס "ערגסטע"
א שטייגער ווי דער מעשה פונעם פותח האשכול....

איצט לאמיר זיך אפשטעלן פאר איין סעקונדע און אריין קריכן אינעם קעפעלע פונעם 12 13 יעריג יונגל וואס ליינט דעם גליון ביי קבלת שבת ווען דער בעל תפלה זינגט א ניגון אויף לכה דודי וואס ער האט נישט ליב.
ער ליינט אזא מעשה און טראכט צו זיך מיט זיין קינדישע שכל
ממש? אין איין טאג אריין געפאלן צו די ערגסטע זאכן אין די וועלט? סטרא אחרא? נארישקייט?
הייסט דאס ס'איז דא א דיווייס אין די וועלט וואס מיט איין קוק זעהט מען דאס ערגסטע...
ממממ וואס מיינט דאס למשל ערגסטע?
וואס מיינט נארישקייט?
און ממש מיט איין קוק איז מען פארטיג? מ'ווערט א גוי?

ס'איז נישט קיין ספק אז ביי רוב קינדער צינדט עס אן די נייגער אויפן העכסטן שטאפל,
און מיט א זייטיגע מחשבה'לע טראכט ער, מי יתן לי אבר כיונה איך זאל פשוט וויסן, פון וואס זיי רעדן דא אינעם גליון,
ובכלל וואס איז דאס די ערגסטע זאך אין די וועלט?

ווען איך בין היינט א בחור, און איך ליין מיט א תמימות די גליונות,
לויף איך די ערשטע רגע מיט א חבר זיך איינהאנדלען אזא כלי, פשוט צו פארשטיין, און שטילן מיין נייגער, וואס איז דאס אזאנס "ערגסטע" "נארישקייט"

איך בין נישט דא אינטער צו רייסן די הייליגע פעולות פון "השומרים"
אבער די גליונות יעדע וואך איבלט מיר, און ס'טוט מיר וויי ווען איך זעה מיינע קינדער ליינען עס וואך נאך וואך.

יעדער ווייסט אז די שובבים ענינים האט מען בארירט איידל, און מאנכע מקומות האט מען בכלל נישט גערעדט,
און אפי' אין סאטמאר האט רביה"ק געזאגט ביי אסיפת מלמדים רעדן צו די קינדער ווי קלענער זיי זענען, און ביי די עלטערע ווייניגער.
זיך קאכן אין נארישקייט, און רעדן דערפון, איז א פראבלעם,

לאמיר גיין א סטעפ ווייטער,
דער בחור פון די מעשה דא אויבן, האט זיך געקויפט א כלי,
יעצט, וואס האט ער געטון צו טרעפן נארישקייט?
און ווער האט אים דערציילט אז אין א אזא כלי טרעפט מען נארישקייט?
פון וואנעט האט ער געוואוסט וואס אריין צו דריקן אין גוגל צו טרעפן נארישקייט?
אלא מאי, האט דער בחור געהאט דער ידועה, אז סמארטפאון = נארישקייט,
סמאטרפאון = ערגסטע השחתה פון די וועלט,
און דוקא דאס האט ער געוואלט דיסקאווערן צו שטילן זיין נייגער.

סאו אנשטאט צו האלטן און איין רעדן ווי פארדארבן די דיווייסעס זענען, און מ'קען דארט זעהן געפערליך,
לאמיר רעדן פון די פשוט'ע מציאות אז ס'מאכט מענטשן קראנק,
מענטשן ווערן עדיקטעד צו די סאך אינפא וואס דאס האט,
קוקן קליפס בכלל מאכט א מענטש דום, און טראגט אים אריין אין עולם הדמיון,
מענשטן פארלוירן זייער פרנסה, ווייב און קינדער, חברים,
זיין דאווענען זיין לערנען, ער ווערט אויס "נארמאלע" מענטש,
און אויפהערן רעדן פאר יונגע קינדער וועגן נארישקייט.

איר קענט מיך שלאגן פאר מיין תגובה,
דאס איז סך הכל מיין פערזענדליכע מיינונג,
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

שאץ מאץ האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:09 pm
איך וויל פרעגן מיט א תמימות,
יעדע מעשה האט דאך א הקדמה,
וואס האט געטריבן דעם בחור צו גיין קויפן א פואן,
וואס איז אים בייגעפאלן פונקט דאס,
פארוואס האט ער נישט געכאפט דעם שכן'ס קאר און געדרייוו'ט,

עפעס האט געמוזט געשעהן צו דעם בחור ער זאל אפמאכן, יא היינט גיי איך אריין צום גוי קויפן א סמארטפאן,
ביטע קלאר אויס...
פארוואס מוז זיין אז עפעס האט געמוזט געשעהן?
דער יצר האט אים געמאכט curios וואס איז דאס א סמארט פאון אום פון דארט איז עס היסטארי

Curiosity איז זייער א נארמאלע און געזונטע זאך ביי רוב מענטשן

יעצט זעה איך האסט געשריבן א גאנצע ארטיקל וואס איך האב נאך נישט געליינט
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1708
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

נארישקייט#
ת---ה...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1614
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

שאץ מאץ האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 1:27 pm
שאץ מאץ האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:09 pm
איך וויל פרעגן מיט א תמימות,
יעדע מעשה האט דאך א הקדמה,
וואס האט געטריבן דעם בחור צו גיין קויפן א פואן,
וואס איז אים בייגעפאלן פונקט דאס,
פארוואס האט ער נישט געכאפט דעם שכן'ס קאר און געדרייוו'ט,

עפעס האט געמוזט געשעהן צו דעם בחור ער זאל אפמאכן, יא היינט גיי איך אריין צום גוי קויפן א סמארטפאן,
ביטע קלאר אויס...
איך ווייס באמת נישט וואס ס'איז פארגעקומען מיט דעם 14 יעריגע בחור איין סטעפ פריער,
איך וויל זאגן מיין מחשבה, איך ציטער מ'זאל מיר נישט פארשטיינער'ן דא,
אבער איך זאג עס נאך אלץ,

יעדעס יונגל פון 10 יאר און העכער ליינט די גליונות פון השומרים אין די בתי מדרשים,
וואס באשטייט יעדע וואך פון מעשה'לעך ווי א בחור, א מיידל, ווייבל, יוגנערמאן, האט געהאט ציטריט צו אינטערנעט ממש אויף א קורצע צייט און גלייך אריין געפאלן אין דאס "ערגסטע"
א שטייגער ווי דער מעשה פונעם פותח האשכול....

איצט לאמיר זיך אפשטעלן פאר איין סעקונדע און אריין קריכן אינעם קעפעלע פונעם 12 13 יעריג יונגל וואס ליינט דעם גליון ביי קבלת שבת ווען דער בעל תפלה זינגט א ניגון אויף לכה דודי וואס ער האט נישט ליב.
ער ליינט אזא מעשה און טראכט צו זיך מיט זיין קינדישע שכל
ממש? אין איין טאג אריין געפאלן צו די ערגסטע זאכן אין די וועלט? סטרא אחרא? נארישקייט?
הייסט דאס ס'איז דא א דיווייס אין די וועלט וואס מיט איין קוק זעהט מען דאס ערגסטע...
ממממ וואס מיינט דאס למשל ערגסטע?
וואס מיינט נארישקייט?
און ממש מיט איין קוק איז מען פארטיג? מ'ווערט א גוי?

ס'איז נישט קיין ספק אז ביי רוב קינדער צינדט עס אן די נייגער אויפן העכסטן שטאפל,
און מיט א זייטיגע מחשבה'לע טראכט ער, מי יתן לי אבר כיונה איך זאל פשוט וויסן, פון וואס זיי רעדן דא אינעם גליון,
ובכלל וואס איז דאס די ערגסטע זאך אין די וועלט?

ווען איך בין היינט א בחור, און איך ליין מיט א תמימות די גליונות,
לויף איך די ערשטע רגע מיט א חבר זיך איינהאנדלען אזא כלי, פשוט צו פארשטיין, און שטילן מיין נייגער, וואס איז דאס אזאנס "ערגסטע" "נארישקייט"

איך בין נישט דא אינטער צו רייסן די הייליגע פעולות פון "השומרים"
אבער די גליונות יעדע וואך איבלט מיר, און ס'טוט מיר וויי ווען איך זעה מיינע קינדער ליינען עס וואך נאך וואך.

יעדער ווייסט אז די שובבים ענינים האט מען בארירט איידל, און מאנכע מקומות האט מען בכלל נישט גערעדט,
און אפי' אין סאטמאר האט רביה"ק געזאגט ביי אסיפת מלמדים רעדן צו די קינדער ווי קלענער זיי זענען, און ביי די עלטערע ווייניגער.
זיך קאכן אין נארישקייט, און רעדן דערפון, איז א פראבלעם,

לאמיר גיין א סטעפ ווייטער,
דער בחור פון די מעשה דא אויבן, האט זיך געקויפט א כלי,
יעצט, וואס האט ער געטון צו טרעפן נארישקייט?
און ווער האט אים דערציילט אז אין א אזא כלי טרעפט מען נארישקייט?
פון וואנעט האט ער געוואוסט וואס אריין צו דריקן אין גוגל צו טרעפן נארישקייט?
אלא מאי, האט דער בחור געהאט דער ידועה, אז סמארטפאון = נארישקייט,
סמאטרפאון = ערגסטע השחתה פון די וועלט,
און דוקא דאס האט ער געוואלט דיסקאווערן צו שטילן זיין נייגער.

סאו אנשטאט צו האלטן און איין רעדן ווי פארדארבן די דיווייסעס זענען, און מ'קען דארט זעהן געפערליך,
לאמיר רעדן פון די פשוט'ע מציאות אז ס'מאכט מענטשן קראנק,
מענטשן ווערן עדיקטעד צו די סאך אינפא וואס דאס האט,
קוקן קליפס בכלל מאכט א מענטש דום, און טראגט אים אריין אין עולם הדמיון,
מענשטן פארלוירן זייער פרנסה, ווייב און קינדער, חברים,
זיין דאווענען זיין לערנען, ער ווערט אויס "נארמאלע" מענטש,
און אויפהערן רעדן פאר יונגע קינדער וועגן נארישקייט.

איר קענט מיך שלאגן פאר מיין תגובה,
דאס איז סך הכל מיין פערזענדליכע מיינונג,

👆👆👆

יעדע ווארט איז גאלד!

שפתים ישק.
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.

loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

דאס איז דער ווייטאגליכער אמת פאר יעדן רעכטדענקנדער, הבדלה וכדו' זענען די גרעסטע עד וואס איז שייך פאר די דעווייסעס, בפרט די קאליר פול בילדער דערפון.

זייער א שטארקע נקודה און איך גלייב אז די אלע וואס געבן זיך אפ מיט די דאזיגע גיליונות האבן שוין זיכער געהאט די שאלה, נאר וואס דען?
זייער דעת תורה האט גע'פסק'נט אז ס'זאל יא גיין אויף אזא פארנעם (אזוי גלייב איך עכ"פ).

איר דארפט אבער פארשטיין אז א יונגער 14 יעריגע בחור האט נאך נישט די השגות וואס איר האט, א בחור איז ע"פ רוב ב"ה זייער תמומות'דיג ער האט נישט קיין מושיג וואס צו סערטשען אויף גוגעל ווי איך האב זיך אין דעם פאל איבערצייגט נאכאמאל...
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”