לוינט זיך צו נוצן אן אלטערנאטיווע ענערדזשי סופפלייער?

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33201
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: Median Energy - אויפגעסיינט אן רשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קנאפער ידען האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 5:38 pm
איך עפן היינט די פאסט זע איך צוויי בריוו פון O&R, זיי מעלדן מיר אז סיי מיין געז און סיי מיין עלעקטריק גייט ווערן געטוישט צו א ענערדזשי טשויס קאמפאני מיטן נאמען Median Energy. איך האב מיט אזא קאמפאני קיינמאל גערעדט און אוודאי נישט צוגעשטומט צו סוויטשן צו זיי, און איך ווייס פונקטליך וואס די קאמפאניס זענען סאו עס איז נישט געשען בטעות...

קודם אוודאי גערופן O&R זאגן אז זיי זאלן נישט עס לאזן אריינגיין אין עפעקט. אבער דאן האב'ך גערופן דער קאמפאני (דער נומער קומט מיט דער בריוו פון O&R) צו געוואויער ווערן פונקטליך וויאזוי-די-גיהנום האבן זיי מיר אויפגעסיינט אנע שום רשות פון מיר אדער מיין הויז-געזונד. שבעריש שווייניגער נאך אביסל אהין און צוריק שפילן זיי מיר אויף א סופפאוזד וועריפיקעישאן קאל וואס איז געמאכט געווארן צו מיין היים פאון נומער און דארט דארף מען צו הערן וויאזוי איך וועריפיי מיין נאמען און אז איך וויל סוויטשן צו זיי און איך האב געזען זייער קאנטרעקט און טערמינען (הינט, איך האב נישט...). איך הער אויס דער פאון קאל און ס'פוסט און פשוט א שווינדעל, דער קול איז פון עפעס א גוי וואס ווייסט אפילו נישט וויאזוי צו פראונאונסען מיין נאמען און זאגט מיין ערשטע נאמען אלץ לעצטע און לעצטע אלץ ערשטע! אבער די חברה טענה'ן חי וקיים אז דער קאל איז געגאנגען צו מיין הויז פאון נומער.

נאכן בעטן "אויב זיי האבן א לעגאלע טיעם" ווייל איך דארף מיט זיי רעדן פארן פיילן א קאמפלעינט... האבן זיי מיר געזאגט אז זיי גייען עס אינוועסטיגעין און איך זאג צוריקרופן ביז אפאר טאג.

איך שרייב עס דא ווייל אפשר האבן עס נאך באקומען (און רוב מענטשן וועלן דאך נישט ליינען דער בריוו און אריינפאלן דערמיט, הו קנאוס ווי טייער זייער קאנטרעקט פרייז איז און נאך מסתם מיט א קענסלעישאן פי), סאו סיי זיי זאלן זיין aware און עס סטאפן, ווי אויך אפשר קען מען עפעס מאכן א קעיס צו מאכן זיכער אז זיי טוען דאס נישט צו נאך. סאו אויב נאך איינער האט געהאט אזא עקספיריענס ביטע שרייבן.
הא הא @להודות ... (באקומען דער לייק) האסטו... (המשך פון דא viewtopic.php?p=5094248#p5094248 ).

כ'האב שוין אליינס נישט געדענק...
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33201
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

להודות האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:08 pm
דער קוטשער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 1:57 pm
שרייבסט פריער אז די באצאלסט אויף קאן עד'ס סייט דיינע ביל'ס, איך בעט דיך טוה דאס נישט נאכאמאל, און אויב די האסט דארט געסעיווט, א קרעדיט קארד אדער טשעק אקאונט אינפא, (איך ווייס אפילו נישט צו מ'קען) מעק עס שוין אויס פון דארט, זיי זענען בכלל נישטקיין סעקיורט סייט, אפילו ס'האט א S אויבן
איז דאס נאך גילטיג היינט צו טאג?
איך בין נישט זיכער וואס זיין סיבה אזוי צו זאגן איז געווען, אבער איך וואלט געזאגט אז עס איז נישט קיין פראבלעם.

אויב דו האסט יא מורא (און בכלל פאר א סייט וואס דו האסט מורא) קען מען נוצן א ווירטואלע קארד פון איינעם ווי פרייוועסי (באקום $5 דורך'ן אויפסיינען מיט דער ריפערל לינק https://app.privacy.com/join/JLCCT ) וואס מ'קען אנשטעלן אז נאר איין ווענדאר זאל עס קענען נוצן.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”