הֲתִשְׁכַּח אִשָּׁה עוּלָהּ? גַּם אֵלֶּה תִשְׁכַּחְנָה! עצות נישט איבערצולאזן קינד אין קאר!
עס איז פארן [אומ]שולדיגן טאטע/מאמע א צער וואס כמעט אין כדוגמתו. דער צער פונעם פארלוסט, די לעגאלע קאפ-ווייען, די שולד געפילן און זעלבסט-פארוואורף וכו'.
די שאנסן זענען גרעסער עס זאל חלילה פאסירן ביי איינעם וואס עס איז נישט די רוטין. געווענליך פארט ער צו די ארבעט אליין 8:30. היינט האט די ווייב געבעטן ער זאל אויפן וועג אראפלאזן דאס פיצל ביי פלונית. ביז מען כאפט זיך אז דאס קינד איז קיינמאל נישט אנגעקומען צום דעסטינאציע, קענען אריבערגיין קריטישע מינוטן וואס קענען זיך ענדיגן פאטאל רח"ל.
ביטע אריינקומען מיט פראקטישע עצות (אויסער סענסארס און אלארמס) דאס צו פארמיידן, עס זאל חלילה נישט פאסירן ביי קיינעם!