נאך וואס איך האב ארויפגעלייגט עטליכע בילדער פון מיין נסיעה'לע דעם יאר, ווי מיר זענען געפארן עטליכע וואכן לארכה ולרחבה פון די פאראייניגטע שטאטן, אריבערפארנדיג צענדליגע שטאטן און באזוכענדיג הערליכע נאציאנאלע פארקן און נאך, האבן עטליכע (בפרטיות הרב@איך הייק) מציע געווען אויב איך קען עפענען אן עקסטערן אשכול און דאס באשרייבן, היות איך ווייס אבער אז איך וועל בפשטות נישט אנקומען אזוי שנעל דערצו, עפן איך דא דעם אשכול ווי איך וועל ווייטער ארויפלייגן די בילדער וואס איך האלט אינמיטן אריבערגיין (אזוי וועל איך אויך נישט איבערנעמען דעם 'שיינע בילדער' אשכול) און אויב דארף איינער ספעציפישע אינפארמאציע אויף איינער פון די פלעצער ווי אונז זעמיר געווען, אדער וויל הערן אדער פארשטיין ספעציפישע זאכן איבער דעם נסיעה איז מען מור זען וועלקאם צו פרעגן און איך וועל פרובירן צו ענטפערן דערויף בסייעתא דשמיא, און אפשר מיט דער צייט וועלן מיר שרייבן שטיקלעך פונעם נסיעה און אזוי ארום צוזאמשטיקלען די גאנצע טריפ.
קודם לאמיר ארויפלייגן א לינק צו די בילדער וואס מיר האבן שוין ארויפגעלייגט אין יענעם אשכול: viewtopic.php?p=5376526#p5376526 פון דא און ווייטער אויף יענעם בלאט.
דער טריפ איז בעצם געווען צוטיילט אין צוויי חלקים, ווען מיר זענען קודם ארויפגעפארן פון אריזאנע קיין ניו יארק, און דערנאך אראפגעפארן פון ניו יארק צוריק אהיים קיין אריזאנע, איך מיין אבער אז דער איצטיגער פאקוס וועלן מיר האלטן נאר אויף דער צווייטע חלק פונעם טריפ און בעז"ה ברבות הימים וועל איך אפשר אויך לייגן בילדער פון די ערשטע חלק.
די וועג אראפ פון ניו יארק זעמיר ארויסגעפארן אויף א דאנערשטאג, און די סדר הנסיעה איז געווען בערך אזוי: ניו יארק, ניו דזשערסי, פענסילוועניע (איבערגעשלאפן), אהייאו, אינדיאנא (שבת קודש), אילינוי, אייאווע (איבערגעשלאפן), מינעסאוטע, דרום דעקאוטע (איבערגעשלאפן), ווייאמינג (עטליכע טעג), מאנטענע, איידעהאו (שבת קודש), יוטא (איבערגעשלאפן), אריזאנע.
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.
גראדע יעצט בשעת'ן לייגן געכאפט אז היות דאס איז שוין נישט די שיינע בילדער אשכול, דארף איך נאכאמאל אריבערגיין די בילדער צו ברענגן סתם אינטרעסאנטע בילדער פון דורכאויס די וועג...
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.