ברוב רחמי השי"ת!! שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק פארמיטן
הגם שאין דרכי בפתיחת אשכולות איז אבער ההכרח לא יגונה... עס איז א שטיקל בושה און תביעה אז ס'נאך נישטא כאטשיג איין אשכול אויסצודריקן אינזערע טיפע געפילן פון שבח והודאה להשי"ת על כל הטוב אשר גמלני בפרט על הנסים והנפלאות הגלויים אשר עשה עמני דעם ערב יום טוב אין ירושלים עיר הקודש, ווען השם יתברך שמו האט ברוב רחמיו וחסדיו געזאגט פארן מלאך המשחית הרף און אפגעשטעלט צוויי רוצחים מבני ישמעאל פון אויספירן זייערע בייזוויליגע פלענער צו הרג'ענען אידישע קינדער רח"ל.
התבונני נא, ח"ו אויב זאל ווען די אפענע ניסים נישט געווען און די רוצחים ימ"ש וואלטן חלילה וחס מלהזכיר אויסגעפירט זייערע שרעקליכע פלענער היל"ת, וויפיל אשכולות און בלעטער מיט תגובות וואלטן זיך פארמערט אן אויפהער? וויפיל וואלט מען געווען פארנימען צו רעדן דערפון און קייען און קייען די נייעס מיט אנגסט און ווייטאג? יעצט אז השי"ת האט זיך דערבארעמט אויף אינז און בדרך נס גלוי אינז אפגעשוינט פון פארלירן און באקלאגן אזויפיל אומשילדיגע היימישע אידישע נפשות.. ווי זענען אינז נעלם געווארן? ווי איז אינזער הכרת הטוב? עס וואלט דאך געדארפט זיין די געשפרעך פון טאג פאר וואכן לאנג, עכ"פ נישט וויינגער ווי אויב חלילה זאל ווען פאסירן דאס פארקערטע..
חלי אנחנו ולא מרגשי, ליידער א פארשעמנדע מציאות... איז אבער אינזער פליכט דאס צו איבערקומען און זיך שטארקן אין די מדה פון הכרת הטוב בפרט ווען עס איז נוגע כלפי הקב"ה.
די גרעסטע כח וואס מיר באזיצן צו ממשיך זיין חסדים און ישועות מאתו יתברך איז דורך אנערקענען און לויבן אויף די שטענדיגע ניסים ונפלאות וואס ער טוט מיט אינז, בפרט ווען עס קומט אינטער אזא אור בתוך החושך, אזא גילוי נפלא בעומק ההסתרה שבתוך ההסתרה ווי עס שרייט ארויס דער אף גם זאת בהיותם בארץ אוביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלותם! וויפיל דארפן אינז לויבן און דאנקן, וויפיל דארפן מיר זיך מתבונן זיין אין אינזער גרויסן פאטער וואס מיר האבן, אינזער טאטע וואס היט אויף אינז אפילו אין די גרעסטע חשכות. לאמיר אלע אוועקגעבן אפאר מינוט און זיך מתבונן זיין ביני לבין עצמנו איבער דעם גרויסן באשעפער וואס האט אינז אזוי ליעב און טוט מיט אינז ניסים ונפלאות. לאמיר רעדן איינער צים צווייטן און ארויסהייבן די גרויסע חסדי השי"ת שעשה עמנו.
וכימי צאתנו מארץ מצרים אראנו נפלאות זאלן מיר זוכה זיין נאך דעם חודש אשר ישועות בו מקיפות צים בניסן עתידין ליגאל מתוך שמחה ושלמות, ונזכה לראות בישועתן של ישראל בב"א
זר"ק